א עצה קעגען די געלע באס פראבלעם
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
א עצה קעגען די געלע באס פראבלעם
ס'וואונדערט מיך זייער פארוואס אלע גרויסע מוסדות קענען ארבייטען מיט גרויס אחדות פאר אלע אסורים וחרמים קעגען פלעיס, אינטערנעט, וכו', מלחמות קעגען די שטאט, קעגען דער שייגעץ מאסטער וכו' און בדרך־כלל ווען ס'קומט צו זיין פרומער שטיצען זיך אלע מוסדות אינטער איינער די צווייטען ווי הינער אין א שטייג.
איז אבער דא איין עסק וואס אפעקטירט נישט זייער כבוד און שם טוב און כאטשיג די גאנצע שטאט שפייט בלוט וועט קיין מוסדות זיך נישט אינטערגארטלען מיט א עזות דקדושה און טון צו די זאך.
וואס טוט מיר וויי? די ביטערע טרעפיק און שטאט יעדען טאג ווען די הערליכע שפיגעל נייע געלע באסעס מארשירן ארום באראפארק (און וויליאמסבורג, און מאנסי) און שאפען אן אומנארמאלע טראפיק.
פרעגסט איינעם פארוואס ארבייטען זיך נישט די מוסדות צונאזאם? איז די תירוץ זייער פּשוט. ביסט נארמאל? אונזער קינדער מיט אונזער חינוך וועלכן זיך מישען מיט די אנדערע? זיי קענען האבן א שלעכטע השפעה.. איז אזוי. קודם כל לאמיר זיך נישט נאריש מאכען די חינוך און ביידע סאטמארע אימפעריעס איז די זעלבע. קען מען טאקע נישט מחנך זיין די קינדער צו לעבן בשלום? יעצט אפילו לאמיר זאגען אינגאנצען אנדערע מוסדות. ווי צום ביישפיל גער מיט קלאזענבערג. ניצען מיר אלע די זעלבע גראסעריי, הוט סטאר, גיי מיר אלע קיין סקולען, אין די זעלבע קאנטריס, מ'ניצט די זעלבע פארק, מ'דאווענט אלע אין שומר שבת און מ'וואינט אויסגעמישט אויף איין גאס. די קינדער מער ווייניגער קענען זיך און שפילען זיך הערליך צוזאמען. מיט איין זאך גייט מען מיט די נאז אין זאמד. די באסעס. ס'איז אויך געלעכטער ווייל ווען ס'ממש נישט דא קיין ברירה ארבייטען זיי די מוסדות יא צוזאמען. ווי מ'זעט אז די קינדער פון סטעטען איילענד קומען צוזאמען פון אלע מוסדות (יעדען טאג קומען קיין בארא פארק פערצען באסעס, זיבען מיידלעך און זיבען אינגלעך געמישט לויט וועלכע גאס די מוסדות זענען) און מ'שיקט זיי נישט אין מקווה פאר אריין לאזען אין חדר.
בעצם שפיגעלט עס אפ די צוגאנג פון די מוסדות צו אלע זאכען -- ווי אדער טיילט עס פעטש מיט אלע פינגערס אדער האלט ער פאר זיך די פיר פינגערס פון די צוויי זייטען.
בין איך אויפגעקומען מיט א שטיקעל פלאן. מ'דארף אפאר וואלענטירן אבער באמת בין איך גרייט צו זיין א שטיקעל ספאנסער. מ'קען זיך מעלדען ביי מיר אין אישי אויב איינער וויל אביסל מתן שכרו בצידו.
גיי מיר פראטעסטירען! ס'איז די רעכט פון יעדע דרייווער אין באראפארק אז זייער קאר זאל אמאל אויסלויפען פון גאז אדער סתם אזוי זיך אויסלעשען די באטערי. ס'איז דא צוויי דריי שליסעל גאסען אין באראפארק. ווי צום ביישפיל פיפצעגסטע סטריט וואס האט באבוב 45, באבוב 48, קלויזענבורג און וויענע מוסדות. (רח"ל אנדערע רעליגיעס). גיי מיר אויסלויפען פון געז ביי די קארנאר פון די גאסען און ס'גייט זיין ליהדים. עד דלא ידע בין ברוך מרדכי לברוך מרדכי גייען די קינדער נישט זיין צייטליך אין שולע/חדר.
מ'קען אויף א פרידליכע וועג אהיים שיקען א מעסעדזש ס'זאל קלינגען. איך רעד שוין נישט פון די גרויסע געלטער וואס מ'קען שפארען פאר די מוסדות אליין. איך רעד פון אונז די עמך אידען. וועל מיר אביסל אויפריינגען די מאסיווע טראפיק אי"ה.
לשם יחוד קודשא בריך הוא

הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
בן נריהו האט געשריבן:יאסל ראקאווער האט געשריבן:ס'וואונדערט מיך זייער פארוואס אלע גרויסע מוסדות קענען ארבייטען מיט גרויס אחדות פאר אלע אסורים וחרמים קעגען פלעיס, אינטערנעט, וכו', מלחמות קעגען די שטאט, קעגען דער שייגעץ מאסטער וכו' און בדרך־כלל ווען ס'קומט צו זיין פרומער שטיצען זיך אלע מוסדות אינטער איינער די צווייטען ווי הינער אין א שטייג.
איז אבער דא איין עסק וואס אפעקטירט נישט זייער כבוד און שם טוב און כאטשיג די גאנצע שטאט שפייט בלוט וועט קיין מוסדות זיך נישט אינטערגארטלען מיט א עזות דקדושה און טון צו די זאך.
וואס טוט מיר וויי? די ביטערע טרעפיק און שטאט יעדען טאג ווען די הערליכע שפיגעל נייע געלע באסעס מארשירן ארום באראפארק (און וויליאמסבורג, און מאנסי) און שאפען אן אומנארמאלע טראפיק.
פרעגסט איינעם פארוואס ארבייטען זיך נישט די מוסדות צונאזאם? איז די תירוץ זייער פּשוט. ביסט נארמאל? אונזער קינדער מיט אונזער חינוך וועלכן זיך מישען מיט די אנדערע? זיי קענען האבן א שלעכטע השפעה.. איז אזוי. קודם כל לאמיר זיך נישט נאריש מאכען די חינוך און ביידע סאטמארע אימפעריעס איז די זעלבע. קען מען טאקע נישט מחנך זיין די קינדער צו לעבן בשלום? יעצט אפילו לאמיר זאגען אינגאנצען אנדערע מוסדות. ווי צום ביישפיל גער מיט קלאזענבערג. ניצען מיר אלע די זעלבע גראסעריי, הוט סטאר, גיי מיר אלע קיין סקולען, אין די זעלבע קאנטריס, מ'ניצט די זעלבע פארק, מ'דאווענט אלע אין שומר שבת און מ'וואינט אויסגעמישט אויף איין גאס. די קינדער מער ווייניגער קענען זיך און שפילען זיך הערליך צוזאמען. מיט איין זאך גייט מען מיט די נאז אין זאמד. די באסעס. ס'איז אויך געלעכטער ווייל ווען ס'ממש נישט דא קיין ברירה ארבייטען זיי די מוסדות יא צוזאמען. ווי מ'זעט אז די קינדער פון סטעטען איילענד קומען צוזאמען פון אלע מוסדות (יעדען טאג קומען קיין בארא פארק פערצען באסעס, זיבען מיידלעך און זיבען אינגלעך געמישט לויט וועלכע גאס די מוסדות זענען) און מ'שיקט זיי נישט אין מקווה פאר אריין לאזען אין חדר.
בעצם שפיגעלט עס אפ די צוגאנג פון די מוסדות צו אלע זאכען -- ווי אדער טיילט עס פעטש מיט אלע פינגערס אדער האלט ער פאר זיך די פיר פינגערס פון די צוויי זייטען.
בין איך אויפגעקומען מיט א שטיקעל פלאן. מ'דארף אפאר וואלענטירן אבער באמת בין איך גרייט צו זיין א שטיקעל ספאנסער. מ'קען זיך מעלדען ביי מיר אין אישי אויב איינער וויל אביסל מתן שכרו בצידו.
גיי מיר פראטעסטירען! ס'איז די רעכט פון יעדע דרייווער אין באראפארק אז זייער קאר זאל אמאל אויסלויפען פון גאז אדער סתם אזוי זיך אויסלעשען די באטערי. ס'איז דא צוויי דריי שליסעל גאסען אין באראפארק. ווי צום ביישפיל פיפצעגסטע סטריט וואס האט באבוב 45, באבוב 48, קלויזענבורג און וויענע מוסדות. (רח"ל אנדערע רעליגיעס). גיי מיר אויסלויפען פון געז ביי די קארנאר פון די גאסען און ס'גייט זיין ליהדים. עד דלא ידע בין ברוך מרדכי לברוך מרדכי גייען די קינדער נישט זיין צייטליך אין שולע/חדר.
מ'קען אויף א פרידליכע וועג אהיים שיקען א מעסעדזש ס'זאל קלינגען. איך רעד שוין נישט פון די גרויסע געלטער וואס מ'קען שפארען פאר די מוסדות אליין. איך רעד פון אונז די עמך אידען. וועל מיר אביסל אויפריינגען די מאסיווע טראפיק אי"ה.
לשם יחוד קודשא בריך הוא
די געדאנק - אייערע - איז פעליג פון א סעלוציע. וויאזוי - איז דיין קלערעראציע - וועלן די קינדער לערנען גיין?
קוואטירן א תגובה אזא לאנגס בלויז בערל בעל עגלה ערוועקן צו, איז דאך אן ענין - זיכער דערביי - דא.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
- קפה נמס
- ידיד השטיבל
- הודעות: 253
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל
רעאליסטיש גערעדט ווייס איך נישט צו ס'איז עכט דא א סאלושן. א רחמנות אויף די קארס וואס גייען שטיין אין בעק פון די "בלאק באסעס" וואס גייען אויפפיקן צענדליגע קינדער פון אלע מוסדות אויף די זעלבע בלאק, די טרעפיק וועט זיין ענדלעס. צווייטנס וויאזוי וועט עס ארבעטן ? ביי יעדע מוסד וועלן אנקומען דרייסיג פערציג באסעס פון אלע בלאקס ? וועט עס טאקע זיין אסאך גרינגער פאר די טרעפיק ?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
עמער ווארטן פאר @בערלהגעלה זאל שרייבען זיין מיינונג אבער ווי ס'שיינט איז עס א דבר פשוט. אנשטאט פיר מוסדות זאל מארשירן ארום בארא פארק מיט אייגענע באסעס אויף צוויי לאקאציעס. (די קינדערס היים און די חדר) וועלן זיין די זעלבע צאל באסעס (אדער אביסל ווייניגער) ביי די מוסדות און א פערטעל די באסעס אויף די גאסען.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יאסל ראקאווער: ייש"כ.שמעתי את צעקת בני ישראל. איך האב דערהערט דיין פיין און וויי געשריי.אמת. דער איצטיגער מצב איז ממש אומדערטרעגליך. און ס'ווערט נישט בעסער. ס'האלטן אין איין צו קומען נייע מוסדות. און זיי לייגן ארויף באסעס אויפ'ן ראוד.
לכאורה איז דא א גוטע סאלושן צו דעם פראבלעם. אז די אלע מוסדות זאללן ערלעדיגן די טראנספארטאציע בשותפות. און מ'זאלל מאכן בדרך כלל קארנער סטאפס. אבער איך אלס באס דרייווער ווייס אז דאס קען אויך האבן גרויסע חסרונות. ווייל דאס קען גורם זיין א גרויסע צומישעניש. אין דעם היינטיגן מצב קען א יעדער באס דרייווער און זיין באס רבי/טיטשער אלע קינדער פערזענליך. און אויב ס'מאכט זיך אז א קינד פון אן אנדער'ן באס אין דעם זעלבן מוסד איז ארויף געקומען אויף דעם באס בטעות. איז זייער גרינג צו פאררעכטן דעם טעות. משא"כ ווען די מוסדות וועללן אויפפיקן די קינדער בשותפות וועללן די באס קרו נישט קענען פערזענליך די קינדער. וועללן א סאך קינדער אנקומען בטעות אין די נישט ריכטיגע מוסדות. אדער קינדער וועללן ארויפגיין אויף די נישט ריכטיגע באסעס. און ס'וועט זיין זייער שווער אויסצוגלייכן די טעותים. מ'וועט דארפן האבן ספעציעלע יוניטס וואס באשעפטיגן זיך נאר מיט אויסגלייכן אלע מיסטעיקס. ס'וועט זיין א מצב פון תוהו ובוהו. און כמעט יצא שכרו בהפסידו...!

- הודעות: 158
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
- האט שוין געלייקט: 297 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
א קלערעניש באקלער איך מיך. פילייכט איז ריכטיגער דאס אויטא פירערס זאלן צווישן די שטונדן פון - אומגעפער - 8:00 און 9:00 בעפריה לאזן די אויטאמאבילן אין דער היים. יעדע דאווענער מיינט דאס ער מוז מיט זיין אויטא אין שול פארן. ארומרייזן די שול-גאס 10 מאל פאר א אפשטעל פלאץ מאכט אן געפערליכענישע טראפיקאציעס. נאך מיין פון די באסעסיס.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דען העררן נריה בען: איך דאנקע אינען זעהר פור די גוטע ראט. דאס די מענטשן וועלכע די גאטעסדינסט ערפיללן זאללן צו פוס געהען. און די מאשינען נאכהויזע לאססן. אבער וויר בלייבן נאכאלץ מיט איינע גרויסע פראבלעמע. דען די איבריגע מענטשן וואס נאך מאנהעטטן פארטען מיט די אויטאס. ווי וועללן זעה צו די ארבייט אנקאממען...?
נ.ב.: דו קענסט שרייבן ווי א מענטש...?!
נ.ב.: דו קענסט שרייבן ווי א מענטש...?!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 92
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:00 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
בן נריהו האט געשריבן:עס האט זיך צו מיינע אויערן באהערט, דאס די מונטריאלישע זענען אויף א לעזונג אויפגעקומען, נעמלעך דאס אין די שטונדן בעפרי און בענאכט ווען פילע באסיסעס רייזן, איז אומערלויבט אויף איין זייט פון יעדע גאס צו פארקעווען די אויטא, און שטאט דעם ווערט עס א באס ליניע.
דעיס החיסון א באס לעין אין דאס איז נישט אין די באוואינטע געסער ווי די חדר/סקול באסעס פארן
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
נו אויב בערל פריעדמאן'ס פראבלעם איז געווען אז מ'קען נישט לאזן די קינדער אויף איין באס מיט קינדער וואס עסן wise potato chips איז די פראבלעם שוין געלאזט געווארן, ס'שוין דא היינט צובאקומען די טשיפס מיט א היימישע השגחה...
ערנסט גערעדט ס'איז א גרויסע פראבלעם און ס'דא פראבלעמען מיט דיין עצה אויך, אבער איין זאך איז זיכער אז מיטן אויסלויפן פון געז פארנט פון די ישיבה גייסטי גארנישט אויפטוהן נאר מאכן טרעפיק ערגער...

דוד בן ישי עבדך משיחך
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:הרב בעל-עגלה: ס'דערקענט זיך פון דיין שרייבן אז דו קענסט אביסעלע דייטש, נישט ווי דער בן נריה וואס שרייבט סתם מישמאש.
רביה"ק זי"ע: אונז האמיר ב"ה א גוגל טרענסלעיט. למשל די ווארט עצה האביך נישט געוואוסט. וויאזוי מ'זאגט עס אויף דייטש. און גוגל האט מיר אויסגעזאגט...האומר דבר בשם אומרו...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בן ישי האט געשריבן:נו אויב בערל פריעדמאן'ס פראבלעם איז געווען אז מ'קען נישט לאזן די קינדער אויף איין באס מיט קינדער וואס עסן wise potato chips איז די פראבלעם שוין געלאזט געווארן, ס'שוין דא היינט צובאקומען די טשיפס מיט א היימישע השגחה...
ערנסט גערעדט ס'איז א גרויסע פראבלעם און ס'דא פראבלעמען מיט דיין עצה אויך, אבער איין זאך איז זיכער אז מיטן אויסלויפן פון געז פארנט פון די ישיבה גייסטי גארנישט אויפטוהן נאר מאכן טרעפיק ערגער...
בן ישי: איך ווילל נישט פארציען דעם שמועס אויף א זייטיגן ענין. אבער אז מ'רעדט שוין וועגן די ..."ווייז"... פאטעיטא טשיפס. ווילל איך געבן פאר סאטמאר גערעכט אין דעם ענין. אין איינס פון די ישיבות וואו איך האב געדרייווט א באס איז געווען עטליכע קינדער וואס האבן געגעסן ווייז פאטעיטא טשיפס. (די כשר'ע). ביניך אמאל אריין אין די גראסערי נעבן די ישיבה. וואס איז דאמאלס געווען אין בעלות פון א גוי.איז דארט געליגן אויסגעלייגט אויף א שעלף די כשר'ע ווייז פאטעיטא טשיפס. און הארט נעבן דעם איז געווען פאטעיטא טשיפס מיט חזיר. די איינציגע סימן איז געווען אז די טריפה'נע איז געווען געפעקעדזשט מיט אן אנדער קאליר. אבער א קינד (וואס קען נאכנישט זייער גוט ליינען ענגליש) קען זיך זייער גרינג טועה זיין און קויפן די טריפה'נע...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
Re: א עצה קעגען די געלע באס פראבלעם
אזוי ווי די קענסט יעצט די 40 קינדער פון דיין ת"ת וועסטו דעמאלטס קענען די 40 קינדער פון אפאר ת"תberlbalaguleh האט געשריבן:יאסל ראקאווער: ייש"כ.שמעתי את צעקת בני ישראל. איך האב דערהערט דיין פיין און וויי געשריי.אמת. דער איצטיגער מצב איז ממש אומדערטרעגליך. און ס'ווערט נישט בעסער. ס'האלטן אין איין צו קומען נייע מוסדות. און זיי לייגן ארויף באסעס אויפ'ן ראוד.
לכאורה איז דא א גוטע סאלושן צו דעם פראבלעם. אז די אלע מוסדות זאללן ערלעדיגן די טראנספארטאציע בשותפות. און מ'זאלל מאכן בדרך כלל קארנער סטאפס. אבער איך אלס באס דרייווער ווייס אז דאס קען אויך האבן גרויסע חסרונות. ווייל דאס קען גורם זיין א גרויסע צומישעניש. אין דעם היינטיגן מצב קען א יעדער באס דרייווער און זיין באס רבי/טיטשער אלע קינדער פערזענליך. און אויב ס'מאכט זיך אז א קינד פון אן אנדער'ן באס אין דעם זעלבן מוסד איז ארויף געקומען אויף דעם באס בטעות. איז זייער גרינג צו פאררעכטן דעם טעות. משא"כ ווען די מוסדות וועללן אויפפיקן די קינדער בשותפות וועללן די באס קרו נישט קענען פערזענליך די קינדער. וועללן א סאך קינדער אנקומען בטעות אין די נישט ריכטיגע מוסדות. אדער קינדער וועללן ארויפגיין אויף די נישט ריכטיגע באסעס. און ס'וועט זיין זייער שווער אויסצוגלייכן די טעותים. מ'וועט דארפן האבן ספעציעלע יוניטס וואס באשעפטיגן זיך נאר מיט אויסגלייכן אלע מיסטעיקס. ס'וועט זיין א מצב פון תוהו ובוהו. און כמעט יצא שכרו בהפסידו...!
די וועסט קענען 10 קינדער פון סאטמאר, 10 קינדער פון באבוב, 10 קינדער פון ויזניץ און 10 קינדער פון בלאזוב.
Sent from my Moto E (4) using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קלוגע יודל: ערשטנס האביך מער פון 40 קינדער אויף מיין באס, בליעה"ר. צווייטנס. אויב ס'וועט בטעות ארויפקומען א נוירסערי יונגעלע אשר לא ידע בין ימינו לשמאלו. און ער וועט ענדיגן אין דעם נישט ריכטיגן מוסד. וועט מען איהם דארפן ארייננעמען אין אפיס. און ווארטן ביז דער ספעציעלע יוניט (וואס האט די נעמען און די פיקטשערס פן אלע קינדער אין בארא פארק) וועט אראפקומען. און אויסגלייכן דעם מצב. און דאס וועט געשעהן צענדליגער מאל.
ר' קלוגע יודל. אויב דו וועסט אמאל מיטהאלטן די טעגליכע טראנספארטאציע פון קינדער. וועסטו זעהן די פאטענציאלע פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן. ווייל די גאנץ קליינע קינדער וועללן דיר אפילו נישט וויסן צו ענטעפערן וואס זייער נאמען איז. און כל שכן, אין וועלכע ישיבה זיי לערנען. איידענטיפיקעישן טעגס וואס מ'לייגט ארויף אויף די קינדער איז נישט קיין פארלעסליכער מעטאד. ווייל די מאמעס פארגעסן זייער א סאך מאל דאס אנוצטון פאר די קינדער. און די קינדער אליינס פארלירן דאס אייביג. אויסער אז מ'וועט אויפקומען מיט עפעס א ביאלאגישן מעטאד וואס זאלל אידענטיפיצירן די קינדער אליינס. דאמאלס וועט נישט זיין קיין פראבלעם. ווייל דער קאמפיוטאר וועט זאגן אויף א יעדן איינעם זיין פונקטליכע אינפארמאציע. אבער ביז דאמאלס מוז מען זיך פארלאזן אויף די מענטשן. והדרא קושיא לדוכתיה...!