מיר שטאמען נישט פון עיפס

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הוגה האט געשריבן:איך האב מיך פונקט לעצטע וואך אונטערגעהערט איאן בית המדרש ווי צוויי יודן לערנען א שטיקל מסילת ישרים, ער זאגט דארט אז די מענטש טראץ דעם וואס בעצמותם זענען זיי שוואכער ווי אלע אנדערע בע״ח דאך האט זיי די אייבישטער געמאכט געוועלטיגן איבער אלע. (יש לעיין מה בדיוק הוא מתכוון, אבער עס איז געווען אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע.)

אינטערסאנטע אשכול. אריינגעבלאנזשעט דא בטעות.

זיי זענען ״פיזיש״ שטערקער, אבער אונז זענען ״קלוגער״ דעריבער האבן מיר שליטה איבער זיי. ביידע פון די זאכן איז א פראדוקט פון שטייטע עוועלוציע במשך פון מיליאנען יאהרן. ס׳האט זיך אנגעהויבן אז א געוויסע שבט פון קלוגע ״עיפס״ האבן אויסגעטראפן וויאזוי צומאכן פייער, דאס איז געוועהן די גרעסטע אויסטרעף זינט די וועלט שטייט און א גרויסע Game-changer וואס האט געפירט צו א רעוועלוציע און צו די דיוועלעפמענט פון מאדערן-הומאנס. פייער איז גענוצט געווארן אלץ א וואפן, צו מאכן בעסערע Tools און מעטאלס, צו הייצן, צו קאכן- עסען געקאכטע עסען- פעטע פלייש האט געפירט צו דיוועלעפמענט פון די ״גרויסע ברעין״ און אונז געגעבן די מעגליכקייט און די ענערדזשי וואס די ברעין דארף האבן.

די נאמען פון די מעשה דארף הייסן ״פייער האט אונז געמאכט מענטשען״...

דאס אלעס איז נאר לויט די כופרים... גלייבטס נישט די אלע מעשיות! אונז האבן א תורה מסיני....
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
ונתנהתוקף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:27 am
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך ונתנהתוקף »

שבת
דער וואך ביי בורא מאורי האש, לייג צו א ברכה שלא עשני מאנקי.
עס געפעלט אייך נישט? איר קענט מיר רופען צו ונתנה תוקף!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

במוצאי שבת נתן הקב"ה דיעה באדם הראשון מעין דוגמא של מעלה והביא שני אבנים וטחנן זו בזו ויצא מהן אור

פסחים, דף נ"ד, עמוד א'

זייט די מענטשן וואס קענען קאכן האבן אנגעפאנגען צי געבען טשאלענט פאר זייערע הינט, זענען די קעפ פין די הינט געווארן גרעסער און פאנגען אן צי ווערען מענטשן
מען קען דאס נאך נישט זען ווייל עס נעמט בערך א טריליען יאר.

קען זיין אז די vegetarians וועלן ציריק ווערן מאנקיס, דאס קען מען שוין יא אביסל באמערקען.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: מיר שטאמען נישט פון עיפס

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

הקטן האט געשריבן:
במוצאי שבת נתן הקב"ה דיעה באדם הראשון מעין דוגמא של מעלה והביא שני אבנים וטחנן זו בזו ויצא מהן אור

פסחים, דף נ"ד, עמוד א'

זייט די מענטשן וואס קענען קאכן האבן אנגעפאנגען צי געבען טשאלענט פאר זייערע הינט, זענען די קעפ פין די הינט געווארן גרעסער און פאנגען אן צי ווערען מענטשן
מען קען דאס נאך נישט זען ווייל עס נעמט בערך א טריליען יאר.

קען זיין אז די vegetarians וועלן ציריק ווערן מאנקיס, דאס קען מען שוין יא אביסל באמערקען.
הרוצה לשקר ירחיק עדותו, אזוי אז מ'קען עס ניטאמאל אפווענדן
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

צו מאכען א סך הכל, איז דא אן ארגומענט צווישען די חכמי ישראל און די חכמי אוה"ע, כולי עלמא מודי אז פייער און שכל קומען צוזאמען, די שאלה איז וואס איז געקומען פריער, די האן אדער די איי, די חכמי ישראל האלטען אז די אויבערשטער האט געגעבען דיעה פין הימעל צו אדם הראשון צו מאכען פייער, און די חכמי אוה"ע זאגען אז פייער האט געברענגט אז מענשטען זאל באקומען שכל. והיינו דאמרי אינשי אז מען צינד בייטאג לעשט מען ביינאכט, והמ"י.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הקטן האט געשריבן:
במוצאי שבת נתן הקב"ה דיעה באדם הראשון מעין דוגמא של מעלה והביא שני אבנים וטחנן זו בזו ויצא מהן אור

פסחים, דף נ"ד, עמוד א'

זייט די מענטשן וואס קענען קאכן האבן אנגעפאנגען צי געבען טשאלענט פאר זייערע הינט, זענען די קעפ פין די הינט געווארן גרעסער און פאנגען אן צי ווערען מענטשן
מען קען דאס נאך נישט זען ווייל עס נעמט בערך א טריליען יאר.

קען זיין אז די vegetarians וועלן ציריק ווערן מאנקיס, דאס קען מען שוין יא אביסל באמערקען.

גיי לערן מיט א גוי ברטונרא...

איך וויל דיר אזוי שטארק ענטפערן אבער איך גיי מיך איינהאלטן, איך וועל ארבעטן אויף מיינע מידות.

וויאזוי האט יענער אמאל געזאגט ער הייבט קיינמאל נישט אן צועסען cearl מיט מילך ווייל סאיז פונקט ווי א טובה טוהן פאר א ״רבישע אייניקל״
ס׳ענדיגט זיך קיינמאל נישט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

אישתישבי האט געשריבן:די שאלה איז וואס איז געקומען פריער, די האן אדער די איי,
די חכמי ישראל האלטען אז די אויבערשטער האט געגעבען דיעה פין הימעל צו אדם הראשון צו מאכען פייער
די חכמי אוה"ע זאגען אז פייער האט געברענגט אז מענשטען זאל באקומען שכל.

זייער גוט ארויסגעברענגט, צו מאכן פייער דארף מען אויך האבן שכל, דו היינטיגע מאנקיס, וואס דארפן לכורה זיין פיל מער פארגעשריטן וואו זייערע זיידעס, זענען נאכנישט אנגעקימען דערצי, און דערפאר איז דאס האן אדער די איי דילעמע, ווען מיר ווילן אנמעמען די חכמי אוה"ע

חכמי ישראל זאגן, דא איז געווען פארמישט א דריטער גורם, א דיזיינער, מיט א פלאן, און נתן בו דעה ממלמעלה
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שבת אחים האט געשריבן:
איך וויל דיר אזוי שטארק ענטפערן אבער איך גיי מיך איינהאלטן, איך וועל ארבעטן אויף מיינע מידות.

פון אייער גערעדעכץ איז משמע אז איר האלט זיך איין פון אטאקירן, סתם לאגיש ענטפערן האט גארנישט מיט מידות.......... אויב אייער איינציגסטע מיטל פון דעבאטירן איז האסטישע אטאקעס דאן איז טאקע גוט אז איר ארבייט אויף אייערע מידות.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד האט געשריבן:

ער פרעגט דאך נישט שיינערהייט א קשיא און וויל הערן א ענטפער?! קוק איבער נאכמאל זיין תגובה, ער פרובירט חוזק צומאכן פון א זאך וואס ער פארשטייט נישט/וויל נישט פארשטיין...
חוץ מזה איז עס ליגענט! גיי צוריק קוק וויפל מאהל איך און אנדערע האבן אים גענטפערט לאגיש. אבער סאיז מעהר א בחינה ווי ״יודע צדיק נפש בהמתו״. איך ווייס גאנץ גוט וואס זיינע מאטיווען זענען, ער וויל בכלל נישט הערן קיין לאגיק!? ער איז דאך דא אויף א מיסיע אפצוחוזקן פון סייענס און טשעפענען אלע וואס זאגן דעם אמת אלזא וויל איך נישט צוריק טשעפענען און איך וועל ארבעטן אויף מיינע מידות... איך בין אבער יא דא פאר אמתע דיבאטע אויב איינער פרעגט נישט לקנטר.
איך האב נישט אנגענומען עוועלוציע ווייל סאיז מיר גרינגער, מיר וואלט אפשר אפילו געוועהן בעסער ווען סאיז נישט אמת.... איך האב עס אנגענומען ווייל ס׳איז א מציאות און ווייל סאיז דא ״הארטע באווייזן״ אז סאיז אמת ויציב.
עוועלוציע איז היינט א חלק פון א״ב סייענס וואס כמעט קיין איין קלוגע מענטש לייקענט נישט דערינען. און קוק וויפל אידן פרובירן אריינצולערנען עוועלוציע אין די תורה. ווייל סייענס האט אויפגעוויזן אז די וועלט שטייט שוין פאר בערך פינף ביליאן יאהר, און פון די ״פאסיל רעקארד״ קען מען קלאר זעהן אז וואס שפעטער האבן זיך די מוחות פון הומאנס מעהר און מעהר פארגרעסערעט... עני וועי נישט דאס האב איך אים געוואלט ענטפערן. איך האב נישט קיין נערווען צו ענדלאזע דיבעיטס ספעציעל מיט איינער וואס האלט אז די וועלט איז נאר זעקס טויזנט יאר אלט...

מקען היינט אריינלערנען עוועלוציע אין די תורה און ס׳שטימט גראדע גאנץ פיין אויב מ׳נעמט אן אז ״יום״ מיינט נישט קיין טאג פון 24 שעה נאר א פּעריאָד (Period) פון צייט וואס קען זיין מיליאנען יאהרן. פארקערט ס׳פארענטפערט אסאך קשיות וואס מ׳האט געהאט ביז יעצט ווי למשל די באוואוסטע קשיא וואס אסאך פילאספערס האבן אלע יאהרן געפרעגט וויאזוי קען זיין אז די תורה זאגט אז ״ליכטיגקייט״ איז באשאפן געווארן פאר ״די זון״? ליכטקייט קומט דאך פון די זון??? נאר לויט סייענס איז טאקע קודם באשאפן געווארן ליכטיקייט אין די יוניווערס און הערשט בערך 8 ביליאן יאהר שפעטער איז באשאפן געווארן אונזער זון/גאלאקסי. און די סדר לויט ווי די תורה לייגט עס אראפ שטימט זייער פיין למשל חיות/מעמעלס זענען באשאפן געווארן פון די לעצטע, און אונז ״מענטשען״ צום סוף, דאס איז די פונקטליכע סדר לויט היינטיגע מאדערן סייענס.

והבוחר יבחר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: איך ווילל נאר זאגן וואס מיין שיטה איז לגבי אויב די מענטשן שטאמען פון מאנקי'ס אדער נישט. איך בין אן אגנאסטיק. איך ווייס נישט. ס'איז דא סברות און ראיות לכאן ולכאן. אבער איך האב איין צענטראלע קשיא פאר די מענטשן וועלכע האלטן זיך צו די טעאריע אז מענטשן האבן זיך דעוועלאפט פון די מאנקיס. וואס האט גורם געווען אז א טייל פון די מאנקיס וועלכע האבן זיך געשפיעלט צוזאמען אין דזשאנגל האבן זיך אפגעטיילט און געווארן קלוגער. )(אמת ס'האט גענומען מיליאנען יאר.) און געווארן האמאו סאפיענס. און די אנדערע מאנקיס זענען געבליבן מאנקיס...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: איך ווילל נאר זאגן וואס מיין שיטה איז לגבי אויב די מענטשן שטאמען פון מאנקי'ס אדער נישט. איך בין אן אגנאסטיק. איך ווייס נישט. ס'איז דא סברות און ראיות לכאן ולכאן. אבער איך האב איין צענטראלע קשיא פאר די מענטשן וועלכע האלטן זיך צו די טעאריע אז מענטשן האבן זיך דעוועלאפט פון די מאנקיס. וואס האט גורם געווען אז א טייל פון די מאנקיס וועלכע האבן זיך געשפיעלט צוזאמען אין דזשאנגל האבן זיך אפגעטיילט און געווארן קלוגער. )(אמת ס'האט גענומען מיליאנען יאר.) און געווארן האמאו סאפיענס. און די אנדערע מאנקיס זענען געבליבן מאנקיס...!

סאיז א אלטע נערישע קשיא וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס. סאיז פונקט ווי פרעגן פארוואס קוקט נישט מיין קאזין אויס מעהר ענדליך צו מיר... אדער פארוואס אייראפישע מענטשען קוקן אויס אנדערש ווי אפריקאנער... אדער די בעסטע משל פארוואס איז אפריקע נישט אזוי ציוויליזרט געווארן ווי אייראפע און אמעריקע???

סאיז געוועהן פארשידנע סארטן עיפס פון פארשידנע אנדערע שבטים וואס האבן געוואוינט אויף אנדערע ערטער. די אלע מעהר דיוועלעפט הומאנס ווי למשל neanderthals און הומאו-סעיפענס האבן זיך משדך געוועהן צווישן זיך (סאיז היינט אויפגעוויזן געווארן אין אונזער DNA) און פון די אלע מיני הומאנס איז ארויסגעקומען איין מין הומאן מיט פארשידנע חילוקים- ווי ווייסע און שווארצע וכו׳ און דאס זענען אונז ״היינטיגע מענטשען״ די רעשט פון די עיבס זענען געבליבן עיפס- כאילו- געבליבן אומציוויליזירט.

פאר מעהר לייען דא פון ״סייענטיפיק-אמעריקען״
"If Apes Evolved From Monkeys, Why Are There Still Monkeys?"
https://blogs.scientificamerican.com/te ... l-monkeys/
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מקען אויך פרעגן פארוואס א באנאבאו איז נישט די זעלבע ווי א טשימפאנזיע אדער א אָראַנגוטאַן? זיי זענען מוראדיג ענדליך סיי אין אויסקוק און סיי אין DNA אבער דאך איז דא פונדעמענטאלע חילוקים צווישן אלע עיפס און זיי זענען באזונדערע באשעפנישן מיט א אנדערע איקאו-סיסטעם, האביטאט און ענווייערמענט. און זיי זענען אנדערע באשעפענישן אינגאנצן. סאיז דא בערך 260 מאנקיס און נאר פינף עיפס פארוואס זענען אלע אנדערע מאנקיס געבליבן מיט וויידלעך און אין די עיפס נישט???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שבת אחים האט געשריבן:סאיז געוועהן פארשידנע סארטן עיפס פון פארשידנע אנדערע שבטים וואס האבן געוואוינט אויף אנדערע ערטער. די אלע מעהר דיוועלעפט הומאנס ווי למשל neanderthals און הומאו-סעיפענס האבן זיך משדך געוועהן צווישן זיך (סאיז היינט אויפגעוויזן געווארן אין אונזער DNA)

לעצטענס איז אויפגעוויזן געווארן אז אן עראפלאן שטאמט פין א מיקסער מיט א מאטער-סייקעל מען האט דארט געטראפען parts וואס ביידע האבן - קלאר אויפגעוויזען

דו פראבלעם איז נאר אז די המשך הדורת (family tree)וואס מיר ווילן אננעמען ווען מיר קיקען אויף DNA קוקט אויס גאר עפעס אנדערש ווען די וועסט קוקען אויף anatomy למשל.

שבת אחים האט געשריבן:מקען אויך פרעגן פארוואס א באנאבאו איז נישט די זעלבע ווי א טשימפאנזיע אדער א אָראַנגוטאַן? זיי זענען מוראדיג ענדליך סיי אין אויסקוק און סיי אין DNA אבער דאך איז דא פונדעמענטאלע חילוקים צווישן אלע עיפס און זיי זענען באזונדערע באשעפנישן מיט א אנדערע איקאו-סיסטעם, האביטאט און ענווייערמענט. און זיי זענען אנדערע באשעפענישן אינגאנצן. סאיז דא בערך 260 מאנקיס און נאר פינף עיפס פארוואס זענען אלע אנדערע מאנקיס געבליבן מיט וויידלעך און אין די עיפס נישט???

מ'קען טאקע פרעגן אויב ווילן מיר אננעמען אז אלע האבן איין זיידע.

אויב אלע עראפלאנען שאטמן פין א מיקסער מיט א מאטערסייקעל פארוואס זעט א באינג 747 אויס אנדערש וואו אן F16

נאך אביסל און שבת לויפט אוועק וואו א סא-לאזער, ווייל איך רעד נישט לאגיק
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הקטן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:סאיז געוועהן פארשידנע סארטן עיפס פון פארשידנע אנדערע שבטים וואס האבן געוואוינט אויף אנדערע ערטער. די אלע מעהר דיוועלעפט הומאנס ווי למשל neanderthals און הומאו-סעיפענס האבן זיך משדך געוועהן צווישן זיך (סאיז היינט אויפגעוויזן געווארן אין אונזער DNA)

לעצטענס איז אויפגעוויזן געווארן אז אן עראפלאן שטאמט פין א מיקסער מיט א מאטער-סייקעל מען האט דארט געטראפען parts וואס ביידע האבן

גאנץ א גרויסע אויסטרעף! קענסט שיקן א לינק צו א סייענס פאפיר?

וויפל טריליאנען שטיקלעך איז די מיקסער ענדליך צו די פליגער???

בד״וו לויט סייענטיסן שטאמען נישט אלע מענטשען אייניג פון Neanderthals, סאיז דא וואס האבן מעהר פראצענט, דאכצעך ווייסע מענטשען (דארט ווי זיי האבן געוואוינט) איז דא מעהר פראצענט DNA, און אסאך גארנישט מקען קלאר זעהן ווער יא און ווער נישט.
און האקן א טשייניק זאלסטו פאר א צווייטן! איך בין איין טאג עלטער פון דעם.

איך שטאם פון ר׳ שמעלקע סעלישער, און ר׳ הערשלע טשורטקובער, רש״י, און דוד המלך. ווייל מהאט געטראפן דארט מיין מיקסער...!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

קוקט אויס אז א מיקסער איז טאקע נישט אויפגעוויזען געווארן ווייל די פראצענט איז נישט אזוי הויעך אבער וואס איז יא אויפגעוויזען געווארן מעל כל ספק איז אז דער עראפלאן שטאמט פין די מאטער-סייקעל ווייל דארט איז שוין די פראצענט אסך העכער

זאגן אז מאטער-סייקעל און די ערעפלאן ביידע געהאט איין דיזיינער וואס האט געניצט די זעלבע סארט parts פאר די זעלבע סארט functions, קענסטו נישט זאגן, סיידען אז דו קענסט שיקן א לינק צו א סייענס פאפיר

שבת אחים האט געשריבן:בד״וו לויט סייענטיסן שטאמען נישט אלע מענטשען אייניג פון Neanderthals, סאיז דא וואס האבן מעהר פראצענט, דאכצעך ווייסע מענטשען (דארט ווי זיי האבן געוואוינט) איז דא מעהר פראצענט DNA, און אסאך גארנישט מקען קלאר זעהן ווער יא און ווער נישט.
איך שטאם פון ר׳ שמעלקע סעלישער, און ר׳ הערשלע טשורטקובער, רש״י, און דוד המלך. ווייל מהאט געטראפן דארט מיין מיקסער...!

נאך אביסעל און שבת וועט זאגן אז Common Descent איז א נערישע אויסטרעף פין די קריעשעניסטס
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

די תירוץ פון א "דעזייענער" איז א געוואלדיגע תירוץ
ס'האט נאר איין פראבלעם: ספארענטפערט צופיל קשיות
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

זייער ריכטיג, גדליה
מיר וועלן דאס ריפן Occam's razor - פאר ווער ס'קען נישט דעם ר' חיים
א טעאריע וואס פארענפערט מער שוועריקייטען, און מיט ווייניגער assumptions איז מער מסתבר איבער ניצען מערערע תריצים צי פארענפערן די מערערע שוועריקייטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

אקוראט אזוי.
למשל היינט פרעגט מיך מיין ווייב ווער האט אויסגעגאסן די מילעך, זאג איך איר א דעזייענער.
זי קוקט אויף מיך מיט פארוואונדעטע אויגען, געב איך שנעל א גוגל און איך שריי הויעך: אקאמס רעיזער!
הערנדיג די שרעקעדיגע פאני ווערטער האט זי זיך זייער דערשראקען און אפגעווישט די מילעך.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ס'איז דא סיבות פארוואס מיר האבן שוועריקייטן אנצינעמען אז דער עראפלאן איז אויסגעוואקסען פין דעם מאטער-סייקעל מיט דעם מיקסער, און דאס איז די סאפיסטיקעטע נעוועגאציע סיסטעם וואס געפינט זיך נאר און דעם ערעפלאן און ס'איז נישט דא קיין זכר דערפין אין דעם מאטער סייקעל.

נישט נאר האט נישט דער מאטער-סייקעל קיין נעוועגאציע סיסטעם, מען האט אויך נישט געטראפען עפעס וואס מען זאל קענען זיך אנהענגען אז דאס איז א האלבער נעוועגאציע סיסטעם.

דאס אז דו טרעפסט א קליינע באלב און די מאטער סייקעל און א גרויס באלב אין די ערעפלאן דאס זאגט בכלל נישט אז איינס קימט פין די אנדערע, אויב קענסטו נישט מסביר זיין די אנדערע חלקים פין וואו זענען זיי געקימען. און mutation קען דאס נישט מסביר זיין ווייל ס'איז נישט דא קיין שפיר פין עפעס אין צווישען, אויף א שיינער חלק פין דעם יחס פין דעם מאטער-סייקעל ביז צי דער ערעפלאן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שוין נאכאמאל האבן די צודרייטע פונדאמענטאליסטן פארדרייט א שיינעם אשכול.

אריין דא, אבער שוין!

חזיר'טס אן דא. אדער דא.

נ.ב. אמאל ווען אלעס וואס איך האב געוואוסט וועגן עוואלושן איז נאר געווען פון זמיר כהן און ר' אבידור מיללער, האב איך אויך געהאט בערג מיט קשיות. זינט אבער איך האב אנגעהויבן זיך צו אינטערעסירן פארוואס טאקע די וויסנשאפטלער האלטן דערפון, זענען אלע מיינע קשיות פארענטפערט געווארן, ממש א פלא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

הקטן האט געשריבן:ס'איז דא סיבות פארוואס מיר האבן שוועריקייטן אנצינעמען אז דער עראפלאן איז אויסגעוואקסען פין דעם מאטער-סייקעל מיט דעם מיקסער, און דאס איז די סאפיסטיקעטע נעוועגאציע סיסטעם וואס געפינט זיך נאר און דעם ערעפלאן און ס'איז נישט דא קיין זכר דערפין אין דעם מאטער סייקעל.

נישט נאר האט נישט דער מאטער-סייקעל קיין נעוועגאציע סיסטעם, מען האט אויך נישט געטראפען עפעס וואס מען זאל קענען זיך אנהענגען אז דאס איז א האלבער נעוועגאציע סיסטעם.

דאס אז דו טרעפסט א קליינע באלב און די מאטער סייקעל און א גרויס באלב אין די ערעפלאן דאס זאגט בכלל נישט אז איינס קימט פין די אנדערע, אויב קענסטו נישט מסביר זיין די אנדערע חלקים פין וואו זענען זיי געקימען. און mutation קען דאס נישט מסביר זיין ווייל ס'איז נישט דא קיין שפיר פין עפעס אין צווישען, אויף א שיינער חלק פין דעם יחס פין דעם מאטער-סייקעל ביז צי דער ערעפלאן.

איך פארשטיי נישט וואס איר זאגט אבער ס'איז דא דא אסאך הויכע באשפריצטע ענגלישע ווערטער מיט ענגלישע בוכשטאבן סאו מסתמא שטײט דא קלוגע זאכען
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

וואו מער דו וויסענשאפט ריקט זיך פאראויס ווערט שווערער און שווערער זיך צי קלאמערען און תורת עוועלאציע, און זאגן אז מיר אלע האבן איין זיידע און מיר אלע קימען ארויס פין איין tree of life .
לדוגמא בייאלעגיסט האבן יארן געזאגט אז ס'איז דא איין universal genetic code און דאס איז איינס אין די זעלבע וואו די ערשע לעבעדיגע ארגעניזעמס.
דאס האט געזאלט דינען אלס א באווייז אויף א universal common ancestor
זע למשל דא evolutionary-significance-genetic-codes-near-universality וואו דאס ווערט באניצט אלס א באווייז (וואו שוין געשריבן זאגט דאס באמת גארנישט)
באמערק די התנצלות הכותב וואו ער שרייבט
Exceptions to the "universal" genetic code do exist. However, none of the exceptions are more than minor changes.

דו פאקט איז אבער אז נאך וואו א יאר טרעפען מיר אלס מער און מער און גרעסער חליקים און פארשידענע species וואס לאזן זיך נישט פארענפערן.
זע למשל דא: https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pubmed/30476024
The diverse array of codon reassignments has demonstrated that the genetic code is not universal in nature.
אויב איינער וויל, און האט געדילט, זאל ער מיר שרייבן אין אישי, און איך וועל אים מאכן עוועלעבעל די גאנצע פעפער נישט נאר די Abstract - דאס איז פין November 28 2018

"פאפ סייענס" פארט נאך מיט עוועלאציע באבעלאציע - אבער ממש אין א יעדע סוב-סייענטיפשע פעלד וואקסען ארויס מנגדים צי די אנגענימענע מהלך, נישט ווייל זיי זענען מאמינים נאר ווייל סייענס זעלבסט לאזט זיי נישט דאס אננעמען.

פארשפארט