נותן ומקבל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

נותן ומקבל

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען מען וויל אנהייבן רעדן פון די נושא וואס איך גיי היינט ארומנעמען, מוז מען זיך זעצן מיט א ווארעמע גלעזל טיי אדער קאווע און זיך אויסציען די ביינער, ניין, כ'גיי נישט רעדן פון צרות הכלל... כ'גיי רעדן פון צרות הפרט.
יעדער ווייסט און פארשטייט אז ווען מען בא'עוול'ט אים טוט אים עס וויי, יעדער ווייסט אויך אז ווען מען טרעפט זיך איין שיינעם טאג און מען זעט אז איינער האט אים שלעכט געטאן פאר עטליכע יאר אין א ציה און ער האו נישט געוואוסט דערפון טוט אים עס פילפאכיג מער וויי.
מיר זענען אלע אין די סיטואציע! מיר האבן נישט געוואוסט און נישט אלע ווייסן עס שוין אפילו, אבער מיר זענען ארומגעפירט געווארן ביים קארג פאר לאנגע יארן און מיר האבן גארנישט געוואוסט, מיר געפינען זיך שוין היינט טיף אין באד.
א מאן ווערט אנגערופן גבר צוליב דעם וואס ער איז א נותן, ער גיבט, דאגעגן די ווייבער שול זענען מקבלים, א גבר איז פון די לשון גיבור וויבאלד ער פארמאגט מער פון די כח הגבורה און ער איז מיט דעם משפיע אויפן מקבל, א מאן מוז נישט זיין אויסן צו הערן קאמפלימענטן א גאנצן טאג און ער ציט נישט זיין פרישקייט פון דעם, פארקערט, א געזונטער מאן וואס דאס הייסט א געבער ווערט צופרידנגעשטעלט ווען ער קען צושטעלן פארן מקבל, פארן נעמער, וואס עס פארלאנגט זיך נאר, אבער דער נעמער וועט נישט שטעלן א טריט אן קיין קאמפלימענטן און שמייכלען פונעם געבער.
דאס איז איינע פון די פאנדומענטן אויף וואס די וועלט איז געגרונדפעסטיגט, נותן און מקבל, משפיע און נשפע, און ווי מיר וועלן עס רופן אויף אידיש געבער און נעמער.

איינע פון די קליינטשיגע פרטים וואס בעאיינפלוסן דעם געבער און דעם נעמער איז אין די קליידונג.
דער געבער ווייסט אז צוליב דעם וואס ער איז דא צו געבן איז ער אינגאנצן נישט אינטערסירט זיך צו אנטון שיין און באפוצט וויבאלד ער איז דאך דער וואס גיבט דא, ניין? אבער דער נעמער וועט זיך ווען יא אנקליידן באפוצט צוליב דעם וואס ער וועט ווילן אז דער געבער זאל אים דערויף קאמפלימענטירן.

היינט איז ערשינען א נייע עפאכע אין די וועלט פון חסידישע קליידונג, דאס הייסט אז אלס איז געווארן פלוצים פראפעסיאנעל און דאס זיידענע רעקל וואס מען האט גערופן בעקיטשע איז געווארן א מאדערנער גארמענט און דער קאפל מיט האר וואס די תלמידי בעל שם האבן געטראגן און גערופן שטריימל איז פארוואנדלט געווארן אין א טייערער ארטיקל וואס קאסט שוין אפ צוויי חדשים רענט...

ווען מען קלערט אריין קומט דאך ממש צום לאכן וויפיל נארישקייט עס ליגט דערין, די יסוד פארוואס חסידים גייען מיט באזונדערע קליידונג איז דאך נאר צו זיין ווייטער פונעם גוי... דאן וואס מאכסטו אים נאך מיט דיינע דיזיינס און עדס כאילו מען פארקויפט דא טייערע אייראפעאישע מאדערנע סחורה?

אבער לאמיר נישט פארקריכן, אויב זענען מיר מענער מוזן מיר דאך זיין געבער, פארוואס איז היינט געווארן אזוי איינגעגעסן די נארישקייט אז א מאן מוז זיך קליידן שיין? פארוואס זעט א חסידישע קליידונג געשעפט אויס ווי מעיסיס פרויען אפטיילונג?, כ'פארשטיי אז א מענטש האט ליב און מוז זיך אנטון קלאסיש און אהערגעשטעלט אלס זיין ריינקייט אבער פארוואס זאל א פערזענליכקייט זיין געוואנדן אין די בגדים?
פארוואס איז היינט א נארמאלע זאך ביי א חתונה זיך צו קאמפלימענטירן צווישן די מענער אויף די בעקיטשעס? צו זענען מיר געבער אדער זענען מיר מענער?...

יאללה! תהיה גבר! זאגט מען ווען איינער צייגט שוואכקייט, פארוואס מיינען געוויסע מענער אז זיי מוזן בעאיינדרוקן מענטשן מיט זייער וועג פון זיך אנטון?

איך וויל נישט אריינגיין אין די דעטאלן וואו די פראבלעם דערפון שטעקט אין אידישקייט וואס איז אן עקסטערע סוגיא פאר זיך און קען פארנעמען מערערע בלעטער, ווייל ווי ווייט איך פארשטיי ליינט איר דעם ארטיקל צווישן איין שיעור און דעם צווייטן... אבער דאס האב איך אויבן געמיינט אז מיר זענען בא'עוול'ט געווארן דורך די שוואכע מענער וואס האט זיי געפעלט דאס ביסל שטארקקייט צום געבן און זיי האבן געפיטערט זייער קראנק נפש מיט קאמפלימענטן אויך זייערע קליידונג און עס האלט שוין היינט ביי א מצב אז חסידישע מלבושים איז אויך א ברענד...

לאמיר זיין געזונטע געבער און אויספירן אונזער תפקיד אויף דער וועלט, די זאך איז קלאר, אונזערע עלטערן האבן זיך קנאפ געקימערט מיט זייער אויסערליכן אויסזען ווייל זיי זענען געווען אמת'ע געבער און פילע מענטשן מיט תוכן, היינט ווען דער דור איז געפאלן און עס זענען דא מער שוואכע נפשות, לאמיר זיך צוריק צוזאמנעמען און ווערן אמת'ע געבער.

גיב מער וועסטו באקומען מער...
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: נותן ומקבל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

איך בין שוין ברעכעדיגע און מיד פון די ניגון "משפיע מקבל" וואס איז בעצם א קבלה'דיגע שפראך, און מען ניצט דאס צו פארשטיין די ריאליטי.
יעדעס מאל ווען איינער וועט דאס איבערזאגן ביי א שמועס אויף שלום בית וכדומה וועלן זיי זיך פארהאנקענען מיט קשיות; וואס איז אויב די פרוי ברענגט אריין די פרנסה אין שטוב איז זי אויך א מקבל אדער א משפיע?? און מען וועט דאס פארענטפערן מיט לעכערליכע תירוצים, צו די "שפע" איז בעצם פון די מאן, ממילא איז ער די משפיע ווייטער, צו אז אלעס וואס זי טוהט איז אויך נאר צו מקבל זמין אטענטשטען.. דערנאך ווערט שווער, אויב די מאן איז א מקבל טא פארוואס זוכט ער הנאה פון די פרוי, די ביזסט דאך א מקבל, און די דארפסט משפיע זיין! וכהנה וכהנה רבות. און די גאנצע קאפ ווערט פארדרייט מיט דיזע ענינים וואס צומישט א מענטשן כסדר.
והנוגע לענינינו, צו דען קלערט איר אז די פרוי טראכט פארדעם אז איך טוה מיך אהן קליידער כדאי צו מקבל זיין עפעס פון די מאן, צו פון כ'ווייס איך ווער? זאגט זי הננו מוכן ומזומן לקבל עלי? עס איז געשמאק צו אויס זעהן שיין, צו אינדערהיים צו אויף די גאס מער, טאקע אפשר צו באקומען קאמפלימענטן, אבער דאס איז לאו דווקא שלא לשמה, עס איז אויך דא די לשמה פון וועלן אויסזען שיין און באפיצט.( שוין געווען דאָ א שמועס דערוועגן, אולי אונטער די פירהאנג ).
ובכן, אז א מאן ליגט מער אין עוה"ז האט ער אויך די געשמאק, און גייט נאך די לעצטע מאדעס און סטיילס, נישט ווייל ער דארף עפעס באקומען פון איינעם, נאר כשלעצמו געבט דאס א גוטע געפיל, ער קוקט אויס גוט, און זאגט א סטעיטמענט אין וועלכע קאטעגאריע פון כלל ישראל ער וויל זיך איינשרייבן.
איי דאס מאכט איהם פאר א מקבל? קודם דאס גאנצע שפראך איז בי עס, והשנית דאס האט נישט צוטוהן מיט דעם בכלל וכמש"נ.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'מיין זאלסט אראפקומען פון בוים אביסעלע און טראכטן פאר דו שרייבסט.

משפיע און מקבל איז נישט קיין קבלה שפראך נאר עס ווערט אויך אפט באנוצט אין די סייענטיסטישע וועלט, און יא, א פרוי וויל באקומען זאכן פונעם מאן און זי לעבט פון קאמפלימענטן דאגעגן דער מאן מוז זיין דער וואס גיבט דעם קאמפלימענט און נישט דער וואס נעמט דעם קאמפלימענט.

און פארשטיי זייער גוט נאך א נקודה, אז ווען א מענטש לעבט אליין אין מדבר אינטערסירט אים נישט וויאזוי ער קוקט אויס, דעריבער דארף ער פארשטיין אז ער מוז נישט צוקומען צו די גוטע ווערטער אויף זיין קליידונג, ער איז ענדערש אינטערסירט אז מען זאל אנערקענען און שיצן זיינע גוטע מעשים וואס ער טוט און גיבט.

איי, א פרוי אין מדבר קעירט אויך נישט וויאזוי זי זעט אויס, אבער זי איז א פרוי און זי וועט נישט זיין צופרידן דאן, א מאן יא.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

אודה ולא אבוש כהאב איך זיך אויך געלאזט פארדרייען דעם קאפ מיט די נארישקייטן. כהאב שוין כמעט אנגעהויבן צו גלייבן אז דער מושג פון מענער זיך שיין מאכן איז א ליבעראלע מח שווענקעריי ארויס פון שטןס בית היוצר אין די טריפנע שטאט פאריז. יוסיפון בייזערט זיך שוין דערויף. הרבה שקלתי הדבר בראש עד שנזכרתי בספר קטן ושיר השירים שמו וזה לשונו:

דודי צח ואדום דגול מרבבה
ראשו כתם פז קוצותיו תלתלים שחרות כעורב
עיניו כיונים על אפיקי מים רחצות בחלב ישבות על מלאת
לחיו כערוגת הבשם מגדלות מרקחים שפתותיו שושנים נטפות מור עבר
ידיו גלילי זהב ממלאים בתרשיש מעיו עשת שן מעלפת ספירים
שוקיו עמודי שש מיסדים על אדני פז מראהו כלבנון בחור כארזים
חכו ממתקים וכלו מחמדים זה דודי וזה רעי בנות ירושלם


זעט אויס אז ביי א מאן איז אויך שייך א ענין פון זיין שיין. ופסקתי להלכה וחתמתי שמי
וכתב מיימון
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דארפסט נישט צוקומען צו יוסיפון דערפאר, עס שטייט שוין אין די תורה אז יוסף הצדיק איז געווען א שיינער מענטש, מיין נקודה איז נישט צו עס איז פארהאן א מושג פון א שיינער מאן, איך רעד יעצט פון א ליידיגער מענטש וואס טראגט נישט גארנישט מיט זיך, נישט קיין חכמה, נישט קיין בינה, ניטאמאל דעת, זיין גאנצע פערזענליכקייט איז געוואנדן אין זיינע קליידער.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מאך זיכער האט געשריבן:איך רעד פון א ליידיגער מענטש וואס טראגט נישט גארנישט מיט זיך, נישט קיין חכמה, נישט קיין בינה, ניטאמאל דעת, זיין גאנצע פערזענליכקייט איז געוואנדן אין זיינע קליידער.

הה"ד נזם זהב באף חזיר, אשה יפה וסרת טעם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט