אן אדמו''ר וואס איז דורכגעפאלן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

פרישע מעשה, דאסמאל אין מתמידים
https://www.ynet.co.il/articles/0,7340, ... 71,00.html
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: אן אדמו''ר וואס איז דורכגעפאלן

שליחה דורך יהודי פשוט »

כלבאשבוע האט געשריבן:פרישע מעשה, דאסמאל אין מתמידים
https://www.ynet.co.il/articles/0,7340, ... 71,00.html
ס'שוין ארויס געקומען די צוויי זייט פון די מעשה...
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: אן אדמו''ר וואס איז דורכגעפאלן

שליחה דורך יהודי פשוט »

מאת איש מתמידים

אז תראו לאחר שוודאי חלק ממכם קראתם את הסיפור המדמיע של eli hirschmann (קישור בתגובה הראשונה) אז בואו נמוסס קצת את הסיפור שהוא מנסה להציג כמושלם
דבר ראשון אפרט במי מדובר
לבן אדם הזה קוראים ברוך אלימלך הירשמן בן מתתיהו הירשמן (ויש מצב שאתם מכירים אותו מפנים אמיתיות שבאופן די מוזר לא העלה שם את הסיפור הזה....) הוא היה מ "חשובי" קהילה ירושלמית המתמידים בראשות הגאון רבי לייב מינצברג שליט"א במשך השנים שהוא נמנה על בני הקהילה הוא ואחיו ואביו התחילו בזיוף אלפי מסמכים ותעודות זהות כדי להוציא במרמה סכומי עתק מהמדינה תוך כדי רדיפה של עשרות מבני הקהילה שלא רצו להיות מעורבים בעניין והוערבו בעל כורחם
לפני כ 8 שנים היה פשיטה משטרתית על כמה ממשרדי הקהילה והוחרמו ראיות נגד משפחתו של הירשמן שבו התגלו שהם הגיע למעילה בכספי המדינה בסכום של 52 מליון שקל.....
כמובן באותו רגע eli hirschmann איבד את עשתונותיו והחל לשלוח בכל יום חברי קהילה שונים לבדיקות פוליגרף אצל חברו "חייט" כדי לבדוק אם אחד מהם הלשין עליו לרשויות
לאחר שסיים להטריד מאות מבני הקהילה הוא עלה להרב מינצברג בבקשו ברוב חוצפתו שגם הוא ילך להיבדק כי לדעתו הרב הלשין עליהם....
לאחר שבני ביתו של הרב סירבו בנחרצות לאפשר לרב ללכת להיבדק ולהשפיל את עצמו החל שלב האיומים....
Eli hirschmann 
התחיל לאיים על הרב שאם הוא לא הולך אז הוא יפיץ נגדו סיפורים שהוא התעלל בו מינית וכ'ו....
הרי הדבר הכי קל זה להאשים מישהו בהטרדה מינית ודבר ראשון להכפישו בציבור
לאחר שהרב סירב בכל זאת להיבדק הלך ההוא ותבע את הרב על הטרדה מינית....
אחרי כמה וכמה דיונים שבו התגלו סתירות מכל צד וצד בסיפור המצוץ מהאצבע הוחלט פה אחד בבית המשפט שזה עלילת שווא
מאז הענינים התגלגל במהירות כשמשפחתו של הירשמן הורחקו מהקהילה עקב מעשיהם הנבזים ומכאן לשם עבר 8 שנים שבו היו דיונים בפרשיית המעילה ואחרי הכל הוחלט שבחודש הקרוב יכנסו בני המשפחה למעצר כל אחד בדרגה שלו
וכאן מצא eli hirschmann את ההזדמנות להפיץ מחדש את הסיפור והפעם בניסוח מופלא ומדויק וברשת החברתית שכאן אין דין ואין דיין.....
לאחר שהסיפור צבר תאוצה התחלתי לעבור קצת על התגובות וראה זה פלא אין כמעט תגובות סותרות.... נשמע די מושלם לא?
ואז התחלתי לחפור קצת והנה אני רואה פוסט מסוים שסותר את הסיפור שלו (יצורף בתגובות) אני מתחיל לקרוא ו....הופ.... התגובה נעלמה...
טוב חשבתי שזה מקרה בודד ואני מחכה כמה דקות והנה עוד פוסט שסותר ושוב אותו סיפור אני מתחיל לקרוא ו... זה נעלם שוב .... מוזר
ואז התחלתי לשים לב שכל מי שמגיב שלא לרוחו של eli hirschmann תגובתו נמחקת והפרופיל נחסם להגיב...
התחלתי לעשות צילומי מסך ואת אלו אני ימרף בתגובות חלק בלפני ואחרי וחלק ברק לפני לאחר שלא מצאתי את האחרי מרוב שינויים בתגובות
בכל אופן אתם יכולים לנסות תעתיקו את הטקסט הזה ותראו פלא.... התגובה נמחקת והפרופיל נחסם...
הכותב
גולש מאוכזב
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יא, די הירשמאן מעשה איז פארווייטאגט פון וועלכע זייט מען זאל נאר קוקן דערויף.

פון איין זייט, פארוואס זאל איינער גיין אויפמאכן אזא שרעקליכע באשולדיגונג אויף זיין אייגענע זיידע.

אבער מצד שני ווייסט יעדער אז זיין טאטע מיט עטליכע בני משפחה האבען געגנבט 52 שלמים און גייען בקרוב אריין אין חד גדיא. ער האט זיך גגט און דאכט זיך איז עמטליך ג. והעיקר עטליכע פון זיינע חברים זענען ארויס אין די עפנטליכקייט אז עמנו הייתם ווען מען האט אויפגעטראכט די מעשה צוזאמען.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

און עס איז נאכאלץ א חידוש אז דער אייניקל זאל עס טוהן. וואס וויל ער מיט דעם העלפען זיין טאטע?

איך בין נישט מסכים מיט דעם וואס דער נפגע שרייבט אז קיין איינער וועט נישט אויפמאכן א מעשה אז מען האט זיי פוגע געוועהן. כבר היה לעולמים.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ברוך דיין האמת, האדמו''ר ר' לייבל מינצבערג זצ''ל ממתמידים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

פון עגמת נפש?
וקרב פזורינו מבין הגויים
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

נישט געזונט פאר עטליכע חדשים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאר פאר די אינפארמאציע פון די וועלכע לעסטערן הרב בערלאנד שליט"א, זייענדיג פערזענליך גוט מיט עטליכע פון זיינע נענטסטע מענטשן און מיט עטליכע פון זיינע געוועזענע חסידים, וויל איך מגלה זיין אז די אלע וואס גלייבן די וואנזיניגע מעשיות אז דער איד איז קיין מנוול, ער ליידט פון מאניק אטאקעס און פון דארט נעמט זיך אלע זיינע אינטערסאנטקייטן, א עובד ה' איז ער און א קלוגער אינטעלעקטואלער מענטש אויך, פאר דער וואס ווייסט נישט, ער רעדט זיבן שפראכן.

סתם פאר אינטערסאנטקייט, זיין מאמע איז א סטראלאוויטש, ער איז אן ערשטע קוזין מיט הנגיד ר' יחזקאל סטרולאוויטש...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מאך זיכער האט געשריבן:ער ליידט פון מאניק אטאקעס און פון דארט נעמט זיך אלע זיינע אינטערסאנטקייטן און מנוולות,
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

א נייע היתר צו זינדיגן, ליידט פון מאניק אטאקעס, סטראלאוויטש, זיבן שפראכן.
ונתנהתוקף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:27 am
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך ונתנהתוקף »

זיבן שפראכן

לשון קודש
אראמיש
עברית
אידיש
ענגליש
ואידך פירושא היא
עס געפעלט אייך נישט? איר קענט מיר רופען צו ונתנה תוקף!
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ארטיקל אין פארווערטס


איז הרבֿ אליעזר בערלאַנד אַ צווייטער שבתי צבֿי? (ערשטער טייל)
By יהושע כּהנא

הרב אליעזר בערלאנד, א ברעסלאווער רב אין דער אלטער שטאט ירושלים, א איד אין זיינע אנהויב אכציגער יארן, האט צענדליגער יארן געהאט א נאמען פון א ראדיקאלער צדיק, וואס דאוונט שעהען לאנג, מיט א טרייסלדיגער קערפער, רופט אפט צו תשובה און תעניתים, און הייסט גלייכצייטיג זיינע חסידים, די “שובו בנים” חברה, טון ווילדע אומ’אחריות’דיגע מעשים אזויווי גיין צו קברי צדיקים אונטער די פאלעסטינער טעריטאריעס טראץ די סכנת נפשות. בלויז זיין צורה מיט די צעשויבערטע פאות, זיינע פלייצעס פארוויקלט מיטן שטענדיגן טלית, און א הויפן ספרים פארנט פון אים, ווארפט אן א הייליגע אימה.

הרב אליעזר בערלאנדס חסידים זענען מערסטנס בעלי תשובה, גלייך ווי הרב בערלאנד אליין. ער דערציילט אז אלס יוגנטליכער האט ער שפאצירט אויפן כרמל בארג אין חיפה און א געטליכער קול האט אים אויפגעוויזן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. זיינע חסידים האבן זייער רב פארגעטערט און פארהייליגט. גלייך ווי זייער ענטוזיאסטישער רבי האבן זיך אויך זיינע חסידים געשאפן א נאמען מיט די דאזיגע מידות, אדער ראדיקאלן, אדער גרויסע משפיעים. איינע פון זיינע באקאנטע תלמידים איז הרב שלום ארוש, וועמענס ספרים איבער אמונה און אנדערע לעבנס פארמעסטונגען זענען פארשפרייט געווארן איבער אלע שיכטן און קרייזן, אין עברית, ענגליש און אידיש.

פלוצלינג, ווי א באמבע אינמיטן העלן טאג, האט אין 2012 זיך פארשפרייט א שמועה אז הרב בערלאנד דער ראדיקאלער צדיק איז נישט מער און נישט ווייניגער נאר געכאפט געווארן ביי די מעשה. עמיצער א יונגערמאן א פייערדיגער חסיד זיינער, נחמן שלום הייסט ער, פלעגט אין די שפעטע נאכט שעה’ן קלעטערן אויף דעם רער פון דער געביידע ביזן רבי’נס פענסטער ערווארטענדיג צו זען א מלאך’ישער עבודה, און צו זיין שרעק זעט ער זיין רבי’ן ליגן מיט א חסידיתטע. דאס איז בלויז געווען דער אנהייב. באלד ווי די מעשה איז ארויס זענען צוביסליך נאך מעשיות ארויפגעשווימען דורך גבית־עדות פון אנדערע פרויען.

הרב בערלאנד האט דערשפירט די היץ, איז ער ארויס אין גלות, און אויסגעקליבן האט ער, ווי צו פארפעפערן די דראמע, דעם ווילדן… אפריקע. אין אנהייב — מאראקא און פון דארטן קיין זימבאבוויי און צום לעצט קיין דרום אפריקע. צוריק קיין ארץ ישראל איז בערלאנד געקומען אין קייטן, און אפגעזעסן א קורצע צייט.

הרב יום טוב חשין, א יונגער כאריזמאטישער ברעסלאווער רעדנער מיט א רויטער בארד, האט געבראכן דאס צעמישעניש ביים חרדישן ציבור. “יא יא, — האט חשין אויסגעשריגן אין איין רעדע נאך דער אנדערער — עס איז ליידער אמת אן ספק, דער הרב בערלאנד איז א רשע.‟ יום טוב חשין איז א געוועזענער מקורב פון נישט קיין צווייטער ווי הרב בערלאנד אליין, און ער איז מעיד אז דער געוועזענער רבי זיינער איז א שרעקליכער נואף. הרב חשין איז געווארן דער ערשטער און הויפט לוחם קעגן הרב בערלאנד.

בערלאנדס חסידים האבן מיט אלע כוחות פראבירט צו רייניגן זייער רבי’נס נאמען. זיי האבן געשריגן אז די גאנצע מעשה איז א בילבול און דער רבי ליידט פאר די זינד פונעם דור. נאך דעם ווי בערלאנד איז ארויס אויף דער פריי, האבן די חסידים זיינע מיטן כוח פון פראפעגאנדע פראבירט צוריקצוברענגען דעם כבוד פון בערלאנדס פערזענליכקייט. באמבאסטישע באזוכן זענען אפגעשטאט געווארן דורך די שובו בנים חברה מיט זייער רבין אין שטעט אין שטעטלעך איבערן לאנד, מיט שרייעדיגע פלאקאטן אז דער צדיק הדור און ניסים מאכער קומט אין שטאט.

און דא האט זיך אנגעהויבן די גרויסע מלחמה קעגן הרב בערלאנד וואס האט פארשלעפט דעם מצב אַלץ טיפער און טיפער.

ווי קען מען דען לאזן אזא פארשוין געניסן כבוד ביי כלל ישראל?! נאך איינער קען זיך נאך חלילה טועה זיין אז ער איז א צדיק. האט יום טוב חשין צוזאמען מיט אנדערע ברעסלאווער משפיעים אריינגעלייגט כוחות אז די גאס זאל וויסן ווער דער אזוי גערופענער צדיק איז. א רעקארדירונג איז פארשפרייט געווארן ווי בערלאנדס אייגענע רביצין באקלאגט זיך ביטערליך וואס פאר א מעשים „איום ונורא‟ זי האט געזען איר מאן אפטון רח”ל. דער ציל איז פארשטענדליך.

אזוי ווי עס איז נישט געבליבן א ברירה, האבן טייל בערלאנדער פארטיידיגט דעם רב, זאגנדיק: „דער רב איז קודש הקדשים, א צדיק העכער פון געווענדליכע מענטלישע באגריפן, און זיינע מעשים, וואס זיי זאלן נאר זיין, קען מען נישט שאצן.

נאר אזעלעכע ווערטער האבן אויסגעפעלט… א ויצעקו איז געמאכט געווארן אין די געסעלאך פון מאה שערים: „געוואלד געשריגן, א רבי רעכט אפ זינדיגע מעשים מיט חסידיתטעס וועלעכע קומען צו אים פאר א ברכה מיט די אויסרייד אז דאס וועט זיין א תיקון פאר זייער נשמה! דאס איז דאך שבתאות! אויך שבתי צבי מיט זיין נאכפאלגער יעקב פראנק האבן געטון מעשים מגונים און די נאכשלעפער האבן אלעס פארטיידיגט מיטן אויסרייד פון הויכע נשמות און אנדערע מיסטישע גלויבנס.‟

עס איז יעצט געווארן קלאר אז נישט נאר איז אלעס מותר פאר זייער רב, נאר דער רב זייערער איז כמעט איינס מיט גאט. אנדערע האבן געזאגט אז שוין פון יארן טוען די בערלאנדער פארגעטערן זייער רב ענליך ווי די נאכפאלגער פון יאשקען. רעקארדירונגען זענען פארשפרייט געווארן פון הרב בערלאנד און זיינע גרויסע תלמידים וואו עס ווערט ארויסגעברענגט כמעט בפירוש אז ער, הרב בערלאנד, איז גאט אין מענטשליכן געשטאלט.

שרייעדיגע מחאות זענען ארויס קעגן דעם משיח שקר, דעם נייעם יעזוס. די בערלאנדער זענען געווארן ווילד, אפילו אפגעראכטן פיזישע וואנדאליזם און געשלעגן.

אזוי, זיי קענען טיילן מכות אויכעט? שרייעדיגע קול קורות זענען יעצט ארויס אז די בערלאנדער זענען „רוצחים‟. אנדערע האבן געזאגט אז שוין פון יארן האט זיך דערקענט א בארבארישע טענדענץ ביי די חברה, ספעציעל דורך אירע גבאים, און דאס אלעס נעמט זיך פונעם חינוך פון דעם וואנזיניגן, צערודערטן רבי’ן זייערער. אויך אויף דעם איז דא רעקארדירונגען. די רביצין זיינער דערציילט אז איר מאן’ס אייגענע געשוויסטער האבן אים גערופן היטלער און א סאדיסט. מען הערט אויף מער ווי איין רעקארדירונג ווי בערלאנד אליינס איז אין די רציחה און שרייט אויס: „איך וועל אייך שיסן מיט א ביקס‟; „כ’וועל אייך צערייסן אויף שטיקער‟ און „איך בין מפקיר זיין בלוט‟.

„ניין ניין,‟ שרייען זיינע נאכשלעפער ווען די וואסער דערגרייכט שוין דעם גארגל. „דאס זענען בלויז העכערע אויסדרוקן פונעם רב, כדי מבטל צו זיין שלעכטע גזירות!‟

בלויז אויסדרוקן? הרב אמנון יצחק האט זיך צוגעשטעלט צו דער מלחמה אנטקעגן הרב בערלאנד, ער האט ברבים אנטדעקט וואס פאר א צווייפלהאפטער מענטש ער איז, ער איז פארבונדן מיט פארברעכער. א רעקארדירונג האט ער ארויסגעלאזט ווי דער פארשוין דערציילט אז ער האט געגעסן „מענטשן פלייש‟ אין כינע, און עס איז געשמאק, זאגט ער גראב ארויס… עדות זענען דא ווי ער שיקט חסידים צו שווארצע געשעפטן און פארלאנגט א פראצענט. אנדערע רעקארדירונגען זענען פארשפרייט געווארן ווי בערלאנד מיט זיינע גבאים פראבירן ארויסצוקוועטשן גרויסע סומעס געלט פון משפחות פון קראנקע אויף וועם דאקטוירים האבן אויפגעגעבן מיט פאלטשע צוזאגן אז מיט דער „פדיון נפש‟ פארן רב וועט דער חולה אויפשטיין תחיית המתים…

און די געפאנגענע שובו בנים’ניקעס כארכלען ווייטער: „צדיק צדיק צדיק יסוד עולם‟.

„וואס צדיק ווער צדיק?‟ שרייט הרב חשין, דער דרייסטער קעמפער קעגן דעם בערלאנד קליפה. „אפילו דער עבודת השם וואס מען זעט ביי זיין דאווענען איז א בלאף,‟ אנטפלעקט חשין נאכאנאנד צו זיינע צוהערער. „אינדערהיים היפערט ער איבער דאס דאווענען, ער איז א קל און פרא אדם וואס שרייט אויף די עביצין מיט באנומענע קולות.‟

הכלל, א שארלאטאן, אן איש מושחת איז אנטדעקט געווארן אין דעם כלומרשטן צדיק וקדוש, א פארדארבענער משיח שקר. נאך די אלע שמועות, גיט שוין זיין בהלה’דיגער צורה נישט דעם אש קודשדיגן איינדרוק, נאר ליבערשט אן אנבליק פון א פארצוקענדיקער טיגער.

וואלט דאך אצינד געדארפט זיין א דבר פשוט אז יעדער חרדישער רב זאל זיך פון דעם בערלאנדער משיח שקר אפטרײסלען. א גרויסער חידוש אבער וואס געציילטע חשובע חרדישע אידן, אזוי ווי הרב שלום ארוש, דער מחבר פון „אין אמונה גארטן‟, און הרב מוטה פראנק, שטיצן ווייטער בערלאנד און מען שרייט געוואלד. נאך די אלע זאכן וועלעכע שרייען ביזן הימל קען נאך דער מאניאק זיין לעגיטים ביי חרדים?

(המשך קומט)

נאָך אידיש מיט אן „א” ←

© 2019 Forward Association, Inc. All Rights Reserved.
גאַנצע זײַט View full site →
באניצער אוואטאר
מאן דאמר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 335 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך מאן דאמר »

שוין באלד ווי די בּלאַט , רב ברלנד איז נישט קיין בעל תשובה
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

טאקע נישט בעל תשובה, אבער ער קומט נישט פון א פרומע משפחה.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איך מיין גראדע אז ער אליין זאגט אז ער טוט תשובה אויף אלע עבירות מיט אלע פרויען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
מאן דאמר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 335 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך מאן דאמר »

איסר האטלקי האט געשריבן:טאקע נישט בעל תשובה, אבער ער קומט נישט פון א פרומע משפחה.

דו מיינסט צו זאגן ״חרדי׳שע משפחה״
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

כ'מיין צו זאגן אז ער האט נאכנישט תשובה געטון...
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

די זעלבסשטענדיגע בית דין וואס איז געשטעלט געווארן בהסכמת ביידע צדדים צו דערגיין די אמיתות הדברים אויב די מעשיות אויף הרב בערלאנד איז אמת, איז ארויסגעקומען מיט א פסק אז יא, די מעשים זענען געטאן געווארן און מען ברויך זיך טאקע דערווייטערן פון בערלאנד
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

מכתב
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שושן פורים האט געשריבן:די זעלבסשטענדיגע בית דין וואס איז געשטעלט געווארן בהסכמת ביידע צדדים צו דערגיין די אמיתות הדברים אויב די מעשיות אויף הרב בערלאנד איז אמת, איז ארויסגעקומען מיט א פסק אז יא, די מעשים זענען געטאן געווארן און מען ברויך זיך טאקע דערווייטערן פון בערלאנד

קען זיין
אבער נישט דאס שטייט אין די מכתב וואס דו האסט דא געברענגט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

הקטן האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:די זעלבסשטענדיגע בית דין וואס איז געשטעלט געווארן בהסכמת ביידע צדדים צו דערגיין די אמיתות הדברים אויב די מעשיות אויף הרב בערלאנד איז אמת, איז ארויסגעקומען מיט א פסק אז יא, די מעשים זענען געטאן געווארן און מען ברויך זיך טאקע דערווייטערן פון בערלאנד

קען זיין
אבער נישט דאס שטייט אין די מכתב וואס דו האסט דא געברענגט


וואס דען מיינען די ווערטער.

"ובמהלכו התקבלו עדויות מפורשות וראיות על מעשים שלא ייעשו, ומהם חמורים ביותר, ברור שעפ"י דעת תורתינו הקדושה מי שאינו שומר על דברים שהם מג' חמורות ואביזרייהו, שומר נפשו ירחק ממנו ומחוייבים לפעול בזה."
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

די בריוו האט שוין צובאקומען נאך פילע מכתבי גדולי הרבנים:
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
פארשפארט