ישיבה לייט צום פראנט - פרשת שופטים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
real jew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 23, 2012 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

ישיבה לייט צום פראנט - פרשת שופטים

שליחה דורך real jew »

צוהערנדיק די בעל קורא ליינען די וואך די פרשה פון די יוצאים למלחמה, מי האיש אשר בנה בית חדש, מי האיש אשר נטע כרם ולא חללו, און מי האיש אשר ארש אשה ולא לקחה, האט מיין הארץ אנגעהויבן מיט א קלאפעניש וואס טוט זיך מיט די ישיבה לייט, די ערליכע אידן, די בני עלייה. און בכלל דארף מען בעסער פארשטיין וואס וויל דער תורה דא מיט דער דריי זאכן. די תורה זאגט אשר ארש אשה ולא לקחה. ווען די תורה זאגט ווען א איד וואס האט חתונה געהאט און נאכנישט מקיים געווען פריה ורביה, אדער האט נישט לפחות צוועלף קינדער, וואלט איך אפשר מוחל געווען די בני ישיבות, אבער פאר וועם האט דא די פסוק מוותר געווען די בני ישיבות, פאר דער בנה בית חדש ולא חללו ?בוי דיר נישט קיין הויז! ווי קומט בכלל א איד זאל האבן דא תאוה צו האבן א נייע הויז? און דער איד באקומט נאך אן עמטליכע דיחוי? און דער נטע כרם ולא חללו, האסט דאך זיכער נאר איינגעפלאנצט דעם כרם לשם שמים, האסט זיכער נישט הנאה פון סתם תאוות עולם הזה! וואס עפעס א דיחוי?

בין איך שנעל געלאפן צום שאנק און ארויסגענומען א רמב"ם הל' מלכים, און איך האב אנגעהויבן נישטערן און זיכן צו אפשר דארט וועל איך טרעפן עפעס, אויב נישט קלאר, כאטש א זכר אדער א רמז. אזוי בלעטערענדיק דארט האב איך נישט נאר נישט געטראפן א וועג צו פטר'ן די בני ישיבות, איך האב נאך געטראפן א היתר פאר די יוצאים למלחמה צו עסן אלע מיני מאכלות אסורות. הפה שאסר קען זיין הפה שהתיר, אבער וואס איז מיט די טמטום הלב וואס דאס ברענגט. מ'שלעפט אריין אלע איידעלע בני תורה אין מיליטער און מ'איז זיי נאך מכשיל מיט מאכלות אסורות? ווער גייט ווייטער קענען לערנען תורה און שיצן אויף כלל ישראל בהמשך הימים!

קוים וואס איך האב מיך בארואיקט מיט א לאנגע נאכמיטאג שלאף, שפאציר איך אריין צו מנחה מיט א געביגעלטע פנים און איך הער דעם בעל קורא פארליינען פרשת יפת תואר. עד כאן! דאס קען איך שוין נישט! דער גביר מיט זיין שיינע הויז איז איבערגעבליבן אין שטאט, און דער פארקוועטשטע מרן האט מער אריין געשלעפט אין מיליטער, אנגעשטאפט מיט מאכלות אסורות, און איבער דעם אלעם האט מען איהם אריין גערוקט א יפת תואר? דאס קען איך שוין נישט אויסהאלטן! סארי.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ריעל, דו ביזט עפעס מורא'דיג, דו שרייבסט גוט, און דו שרייבסט גוטע זאכן, קיפ איט אפ.
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

שיין געשריבען, חומר למחשבה!
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

real jew,
זייער שיין געשריבן אבער פארשטיי אז די תורה אליינס זאגט די סיבה,
מי האיש אשר בנה בית חדש ולא חנכו ילך וישב לביתו פן ימות במלחמה ואיש אחר יחנכנו

ומי האיש אשר נטע כרם ולא חללו ילך וישב לביתו פן ימות במלחמה ואיש אחר יחללנו

ומי האיש אשר ארש אשה ולא לקחה ילך וישב לביתו פן ימות במלחמה ואיש אחר יקחנה

א הויז, א כרם, א ווייב, די זאכן מאכט א חילוק לדורות. בני ישיבות זענען זייער וויכטיג (און מן הסתם האט מען איבערגעלאזט עשרה בטלנים וואס זאלן לערנען און דאווענען פאר די יוצאי מלחמה) אבער זייער גיין אדער נישט גיין מאכט נישט א פערסאנעל חילוק לדורות.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

מיר ווינדערט מער, אז די תורה רעדט דא במלחמת רשות. נא, אזא מלחמה איז דאך דיינע קשיות סאך שטערקער! קומט רש"י הקדוש און לייגט מאכט עס נאך שווערער..
פן ימות במלחמה ישוב פן ימות, שאם לא ישמע לדברי הכהן כדאי הוא שימות, אזוי, מיין קאפ איז צי פארשטאפט די לאדזשיק גייט נישט, כדאי הוא שימות? ער וויל וויילענטירען, ער איז גרייט אויף ציגעבען אלעס, זיין נייע הויז, זיין שיינע גארטען, אלעס כדאי נושא בעול, אקעי ער דיזערווט אפשר צי פארלירען זיין הויז און זיין כרם אבער דאס לעבען?
פארשפארט