ארי נוהם האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:דוכצאך אז אין די לעצטע פינעף צו צען יאהר זענען די משפיעים געווארען וועניקער בעיני הציבור און די גרויסע פירמע רביס זענען געשטיגען עשרת מונים. דער ציבור איז מכיר אז בזמננו, צו נושא בעול זיין מוסדות התורה וחסד, משפיע זיין תורה ויר״ש פאר תלמידים ותלמידות פון אלע יאהרגענג, און אוועקשטעלען כוללים און ערליכע בעה״בים בדרך הממוצע מיט נארמאלקייט כראוי איז אסאך שווערער ווי האלטן דרשות און זיין א צדיק בלויז אין פעלץ.
זיסע חלומות, חלומות באספמיא.
דו ביסט טאקע א בעלזער חסיד וואס לעבט אין דיין בעלזער באבעל, אבער הער וואס א נישט-חסיד-פון-קיינעם זאגט דיך: די משפיעים ווערן נאר גרעסער בעיני הציבור פון יאר צו יאר.
ר' מאטל זילבער האט אין די לעצטע פינף יאר זיך אויפגעבויט א ריזן שול, מסתמא גרעסער פון ראכמיסטריבקא, פאר די אומצאליגע מאס אידן ("בארא פארקע" אידן!) וואס ווילן קונה זיין ביי א משפיע. און ער איז שוין א קיצונישע משפיע.
ר' מיילך בידרמן איז אין די לעצטע פינף יאר געווארן אזוי גרויס און זיין השפעה איז אזויפיל געשטיגן, אז נישט נאר חסידישע נאר אויך ליטווישע ישיבות און אפילו שטעט (ווי רכסים) רופן אים צו געבן זיינע שמועסן און אפילו פראווען שבתים מיט זיי. ווען ער וואלט געעפנט א שול, וואלסטו געפאלן חלשות ווי גרויס ער איז געווארן.
ר' מיילך האט געגעבן דעם גרין לייט פאר זיינע ברידער. אויב 10 יאר צוריק האט יעדער געוואוסט אז זיין ברודער ר' נחמן איז א צדיק, איז עס היינט נישט א ידיעה בלבד נאר ער האט א ריזן חסידות'ל וואס איז פארגלייבט אין אים און גיבט ארויס זיינע שיחות וספרים. זיין ברודער ר' חיים יוסף איז נאר באקאנט געווארן די לעצטע פאר יאר און יעצט קומען שוין ארויס אויך זיינע שמועסן. די דריי זענען משפיעים וואס זענען געווארן ריזיג די לעצטע פאר יאר - הגם פון ר' נחמן האט מען שוין געהאט געוואוסט נאך פריער.
יואלי ראטה, וואס פערזענליך גיי איך נישט שטארק פאר אים, איז פארט א געוואלדיגע כח וואס איז געווארן אזוי מאכטפול די לעצטע פאר יאר, אזש די מבצע המיליון אנליין האט קלארגעשטעלט וויפיל חסידים מעריצים און ידידים ער פארמאגט. א יונגערמאנטשיק וואס פירט א ריזיגע עדה, וואס האט אנגעהויבן גע'רודפ'ט אבער איז אריבער א וואונדערליכע רימעיקינג די לעצטע פאר יאר, און האט היינט א כח וואס ער האט נישט גע'חלומ'ט 5 יאר צוריק.
דאס זענען נאר געציילטע דוגמאות, טאקע וואס בערל האט געברענגט בתחילת האשכול, אבער אזוי איז באופן כללי מיט משפיעים די לעצטע פאר יאר. הייב אן מיט י' י' דזשעיקאבסאן ענד די ליסט גאוס אן ענד אן.
קריך ארויס פון דיין באבעל!
תורה ומדע האט געשריבן:די גרויסע רביס (די ערליכע)
די גרויסע רבי'ס די ערליכע? כ'הער גוט?
תרתי דסתרי.
תורה ומדע האט געשריבן:די גרויסע רביס (די ערליכע) האבען למעשה א מסורה פון הנהגה, מנהגים, עקספיריענס, א הארץ מחזק צו זיין יחידים
א מסורה אויף וואס?
מיין טאטע איז געזעצן אויף זיין שטול ללא סיבה און איך זיץ אויפן שטול ללא סיבה
מיין טאטע האט זיך געשלאגן מיט זיין ברודער און איך שלאג מיך מיט מיין ברודער
מיין טאטע האט אונטערדרוקט יחידים און איך אונטערדרוק יחידים
נאך א מסורה? הנהגה? עקספיריענס? (אפשר אין רשעות? הלכות גאלדענע בעקיטשע?) א הארץ? ס'איז נאך דא אזא בריה אין א רבישע גוף? מחזק זיין יחידים? דו ביסט פון קאפ געפאלן?...
תורה ומדע האט געשריבן:די גרויסע רביס (די ערליכע) האבען למעשה א מסורה פון הנהגה, מנהגים, עקספיריענס, א הארץ מחזק צו זיין יחידים, פינאנציעלע אחריות פאר יחידים און פארן ציבור, און א מאנדטאט פון זייערע חסידים מנהיג צו זיין דאס עדה זייערע.
א מאנדאט פון זייערע חסידים האבן זיי נישט. סך הכל האבן די חסידים נישט קיין אנדערע אויסוואל, און זענען מאכטלאז קעגן די פאר קנאקערס אין הויף וואס זענען קובע מסמרים בשטח און דער פשוטער חסיד קען זיך נישט אקעגנשטעלן. אבער אז דער פשוטער חסיד זאל פאקטיש געבן א מאנדאט פאר זיין רבי'ן? לכאורה האט קים יאנג איל געהאט א מאנדאט פון גאנץ צפון קארעא אז ער איז דער רבי פונ'ם לאנד.