כהאב נישט קיין נערווען צו צונעמען דיין תגובה און דיר ווייזן קודם וויפל שטותים דו רעדסט דא צאם... אפשר איין טאג... אבער איין קשיא וויל איך דיר יא פרעגן וואס מיינט ״אייער לינקע רעגירונג״? דאכצעך די רעכטע זענען געוועהן אין קאנטראל די לעצטע צוויי יאהר??? כהאב געמיינט אז טראמפ גייט זיין דער שופר של משיח??
זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגן מיין פריינד אבער לויט דיין תגובה דארפסטו זיך נאך לערנען פשוטע אל״ף בי״ת... בתוך שאר רעכטע...
נעבעך! אזוי פארכאפט צוזיין אין שקרים...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
יעקב מענטש האט געשריבן:נו? ער איז דאך שוין יא לינקער?
לינקע און רעכטע איז בעסיקלי דער אפטייטש פון פרומע און פרייע... דאס איז די יסוד! די לינקע זענען אויך געווענטליך קעגן ״גרויסע ביזנעס״ און קעגן מאנאפעלי, און קעגן ביזנעסעס וואס טוט שאטן פאר די ענווייערמענט.
איך האב טאקע ווייניגער פיינט בעזאס ווי די טרויעריג-בארימטע רעכטע ״קאוק ברודער״ אבער טייל פון די לינקע/פרייע זענען זיך פונקט אזוי ווערט דאס געלט! א גיטע משל איז מייקל בלומבערג. פון איין זייט גלייך איך אים ווייל ער האלט טאקע מיט סייענס און די לינקע אבער ער איז צו א גרויסע קאפטיליסט פאר מיר...
די לינקע זענען בעסער פון די רעכטע- מעהר אויפגעקלערטע נארמאלע ציוויליזרטע מענטשען- זיי וועלן זיך געוונטליך רעכענען מיט די המון עם און נישט וועלן געוועלטיגן איבער אנדערע. זיי וועלן מעהר רחמנות האבן אויף די ארימע און מינארטיס, אבער דאס מיינט נאכנישט אז סאיז נישטא קיין לינקע/פרייע וואס זענען פארכאפט אין גריד און אין קאפאטיליזם. נישט אלע פון זיי זענען עפעס צדיקים!!! זיי זענען בעסער פון די רעכטע-דאס איז איינמאל זיכער...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
יעקב מענטש האט געשריבן:לאמיך פראבירן צו פארשטעלן די צווייטע זייט פון די מטבע.
דו ווייסט וויפיל מער משפחות קענען זיך יעצט ערלויבן ביליגע טשאטשקעס מיט קליידער צוליב בעזאס? דו ווילסט אז די אלע מענטשען זאלן צאלן 20-30 פראצענט טייערער אין א מאם און פאפ שאפ, ווען זיי האבן קוים דעם טאג דורכצוקומען?
אז דער מאם און פאפ האבן אבער נישט קיין פרנסה וואס איז ווערד וואס די פרייז איז אויב ס'איז נישט דא פון וואנעט צו נעמען?
געוואלדיג!
יעצט לאמיר טעסטן דיין האנעסטי.
ווען דו ווילסט קויפן א שער מאשינדל אדער א קאמערע, קויפסטו אויף עמעזאן? אדער דו גייסט צו דיין לאקאלן סוחר, א היימישע אינגערמאן וואס בלוטיגט צו מאכן א פאר טאלער?
קויפסט ביי בינגאו? אדער ביי דיין גראסערי אראונד די קארנער?
אלץ איד בין איך גראדע מסכים מיט דיר, אבער איך בין שטארק מסופק צו דער עולם גולם טוט פראקטיצירן דאס וואס זיי עצה'ן פאר אנדערע צו טוהן.
איך האב נישט גערעדט פון א אידישע פערספעקטיוו, איך האב גערעדט מער פון אן אחריותדיגער פערספעקטיוו, און יא איך פרוביר נישט צו קויפן אויף אמאזאן אויב מעגליך. די סיבה פארוואס איך טוה עס איז ווייל איך האלט אז מיט שטיצן אמאזאן מאך איך זיך אליינס שאדן.
אבער בנוגע די אידישע טעמע, בין איך פונקט אזא איד ווי יענער סוחר, און אז ס'האנדעלט זיך ציווישן מיין טאש אדער זיין טאש, אוודאי קום איך פריער. איך קום פאר סיי וועם..... דערנאך זעהט מען ווייטער, אבער מיטן אונטערשטיצן אזעלכע ווי אמאזאן, מיט דעם שעדיגט מען זיך, ס'זעהט אויס ביליג, אבער לסוף איז עס זייער טייער........
איינער פון די עיקר פראבלעמען אין וואס איך האב זיך אנגעשטויסן מיט די היימישע געשעפטן איז שלעכטע אומיושרדיגע קאסטומער פאליסיס. ווען ס'מאכט זיך א פראבלעם איז נישטא צו וועם צו רעדן, ווען ס'קומט צו ריטוירן'ס זענען זיי על פי' רוב שלא כדרך הטבע'דיג שטרענג. סטאר קרעדיטס עקספייערן...... גיפט קארדס זענען נישט גילטיג אויף סעילס ועוד ועוד.........
נישט אלע געשעפטן זענען אייניג. און איך פרוביר צו שטיצן היימישע. אבער מ'דארף אנאליזירן יעדעס געשעפט באזונדער.
עס ווענדט זיך נישט אויף יעדן יחיד, און מ'קען נישט בויען א ביזנעס אויף מענטשן וואס טוען די ריכטיגע זאך. אבער א רעגירונג מוז אריין נעמען אין חשבון אז מער געלט אין די קעשענעס פון גבירים איז א קלענערע תועלת פאר'ן כלל ווי מער געלט אין די קעשענעס פון ארימעלייט און מיטל קלאסישע מענטשן. פון א ריין תועלת פרעספעקטיוו, מאכט נישט קיין סענס צו שטיצען בעזאס ודעימיה.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס ווענדט זיך נישט אויף יעדן יחיד, און מ'קען נישט בויען א ביזנעס אויף מענטשן וואס טוען די ריכטיגע זאך. אבער א רעגירונג מוז אריין נעמען אין חשבון אז מער געלט אין די קעשענעס פון גבירים איז א קלענערע תועלת פאר'ן כלל ווי מער געלט אין די קעשענעס פון ארימעלייט און מיטל קלאסישע מענטשן. פון א ריין תועלת פרעספעקטיוו, מאכט נישט קיין סענס צו שטיצען בעזאס ודעימיה.
היסטאריע האט אונז געלערנט, אז ווען מ'גיבט פאר די רעגירונג די מאכט צו דירעקטירן דאס געלט איז א ספעציפישן ריכטונג - אפי' ס'הייסט אז מ'גייט העלפן דעם ארימאן אדער דעם מיטל קלאס (וואטעווער ס'איז פאפולער אויף די מינוט) - קומט די געלט במילא אן צו סוף צום רייכן.