הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

שליחה דורך פרייוויליג »

בילד

א פראגע וואס עגבערט מיר שוין מיום שעמדתי על דעתי. די פראגע איז נישט מיינע און נישט קיין נייע, און האט שוין דורכגעמאכט א סך גלגולים. עס איז גראדע געפרעגט געווארן פון א מענטש וואס האט גערעדט פנים אל פנים צו ג-ט. און דאס איז, פארוואס פאסירן שרעקליכע יסורים פארן מענטש? איך וויל דא נעמען מיין קשיא אויף א טריט ווייטער, אבער נישט איידער איך וועל אדרעסירן די קשיא וויאזוי די וועלט פרעגט, און ענטפערט עס.

למה פורעניות באין לעולם? פון די סאמע טיפסטע קשיות וואס פלאגט דעם מענטש. באמת האט דאך שוין משה רבינו געפרעגט די קשיא פון ג-ט: "הודיעני נא את דרכיך", משה האט זיך בעיקר באצויגן צו די תופעה "פון צדיק ורע לו". אויף דעם האט אים ג-ט גענטפערט: "כי לא יראני האדם וחי" - קענסט דאס נישט וויסן.

משה רבינו האט דאך אבער דאס נישט אויסגעהאלטן, והתעקש יא צו וויסן. פארוואס לייגט פרעה אריין קליינע קינדער צווישן ציגל? עס איז דאך שרעקליך. אויף דעם האט אים ג-ט געענטפערט: "אתה רוצה להציל ילד? קח אותו, משה הציל ילד מיכה שמו, כשגדל מיכה, הוא חטא והחטיא את הרבים".

פארשטייט זיך אז די קשיא וואס קומט באלד אין מחשבה איז, הזאת בחירה חופשית?

איך וועל אבער נישט אריינגיין אין די ענדאלזע ציקל פון קשיות איבער ידיעה ובחירה, נאר איך וועל מיך האלטן צו די "תופעה פון למה פורעניות באין לעולם".

דער בעסטע ענטפער וואס מען געבט דערויף (אויסער די טעאריעס הגלגול) איז: "שוועריקייטן בויען דעם מענטש".

באקאנט וואס דער חובת הלבבות שרייבט, אז א קליין קינד באקומט אן אויער אינפעקציע אז ער/זי זאל זיך קענען צוגעוואוינען צו די סדר העולם פון פרעניות און שווערקייטן. אויב א מענטש וואלט קיינמאל געהאט קיין שוועריקייטן אדער יסורים וואלט דער וועלט נישט געקענט אנגיין. אויב א מענטש באקומט נישט קיין עמיונישען-שאטס, איז ער מער אויסגעשטעלט צו קרענק. ער מוז זיך לאזן שטעכן, כדי זיין גוף זאל זיך אויסלערנען קעמפען קעגן חולאים. אויב א מענטש זאל נישט זיין אויסגעשטעלט צו שוועריקייטן אדער קרענק, וואלט ער נישט געגעבן קיין רויטן דעקל איבער וואס ער טוט, אדער עסט. אויב איז מען נישט אויסגעשטעלט צו קיין קרענק אדער אבסטעקלס, איז מען אויסגעשטעלט צו אלעס וואס מען גליסט נאר, אנגעהויבן פון: רציחה, זנות, גניבה, נישט ארבעטן וכו'. בדרך כלל רעכנט זיך די טבע העולם אפ מיט די פעולות פונעם מענטש. אויב עסט מען שלעכט, ווערט מען קראנק, אויב מען טאנצט אראפ פון א וואלקן קראצער ווערט מען אויס. יסורים שטארקן די מענטש, האלט דעם מענטש אין באלאנס, אז ער זאל קענען באלאנגן צו די טבע וסדר העולם.

דאס איז אין קורצן דעם אלגעמיינער ענטפער וואס איז דא אויף למה יסורים באים. מען קען טרעפן בערך די סארט ענטפער אין כמעט יעדן ספר אדער בוך, יעדער בסגנון שלו, ובנופח שלו.

וכאן הבן שואל, עד היכן תכלית היסורים?

איך ווייס אויכעט אז אן אבסאלוטע ענטפער איז נישט פארהאנען. מי לנו גדול פון ג-ט אליין וואס האט געענטפערט "כי לא יראנו האדם וחי". יעדער סארט ענטפער וואס איז נאר פארהאנען, זענען נאר טעאריעס וואס פראבירן אביסל צו לינדערן די שמערצן פונעם ברומענדן נפש. ווייל מיר ווייסן קוים פארוואס מיר עקזעסטירן בכלל.

איידער איך קום צו די תכלית פון מיינע שורות, איז קודם וויכטיג צו ציטירן אן אנדערע ענטפער וואס מען טרעפט בעיקר אין מיסטישע ספרים. אית דין ואית דיין, וואס איז דאס דין? מה זה עונש? מה זה גיהנם? איז דא טאקע א פיזישע טויטליכע גיהנם וואס ווארפט מערדעליכע פינקן פייער? איז דא אבער א טעאריע פון תלמידי בעש"ט ועוד, אז עונש מיינט די אפוועזענהייט פון גוטס, אדער די אנערקענונג פונעם אמת טוט שטארק מעניש זיין די געוויסנביסן, נאך וואס ער האט פארשווענדעט א לעבן פון שקר און שלעכטס. דאס טייטשט, אז גיהנם און עונש איז אבסטראקט, און נישט פיזישע יסורים כפשוטו.

לדעתי איז דאס אבער א גאר שוואכע טעאריע, וויבאלד איך זע אז מענטשן גייען דורך גיהנם אויף די וועלט. עס איז דא כל מיני צרות מכאובים ויסורים ל"ע, זע איך פון דעם אז ג-ט איז יא אומשטאנד אריינצוווארפן א מענטש אין א שרעקליכע הייסע פייער בעולם הבא, אדער עכ"פ עפעס וואס איז עקוויוועלענט צו פייער אין א פיזישע געשטעל. עס איז נישט מער מסתבר צו זאגן אז די עקוויוועלענס צו פייער איז א פיינפולע אבסטראקטע עונש, ווי צו זאגן אז גיהנם מיינט פייער פשוטו כמשמעו, ווייל דאס פאסירט אויף די וועלט. נישט אז פייער כפשוטו איז יא מיושב על הדעת, אבער עס איז נישט ווייניגער מסתבר ווי אבסטראקטע עונשים, ווייל מיר זעען דאך דאס פאסירן בכל יום, שאין יום שאין קללתו מרובה מחברו.

ג-ט האט געוויזן פאר משה אז מיכה גייט זינדיגן, ובכן? לאמיר פאר א רגע אננעמען א ידיעה ובחירה איז אן אילוזיע, און מיכה וואלט זיכער יא געזינדיגט, דאן פארוואס זאל נישט ג-ט מאכן א מיכה זאל נישט האבן געזינדיגט? וואס טוט זיך מיט אלע אנדערע קינדער אין די ציגל, האבן זיי אלע אויך געזינדיגט צום סוף?

אויב מוזן קומען יסורים אויף די וועלט צו האלטן דעם מענטש אין באלאנס, דאן פארוואס דארפן קליינע קינדער האבן יסורים? נישט סתם יסורים נאר שרעקליכע יסורים?

איך האב נישט קיין תערומות אויף ג-ט ב"ה, נאר איך פרעג כבן המתחטא לאביו, הודיעני נא את דרכיך.

עס איז דא א טיפישע ליין פון בעלי דרשנים, דו האסט ליב דיין קינד? זיכער, האב איך אים ליב! דאן דער אייבערשטער האט דיך טויזענט מאל מער ליב ווי דו האסט ליב דיין קינד. דאס איז אמת, ווייל איך זע דאך די מיליאנען חסדים עד אין סוף, אבער עס איז זייער שווער צו ריזעמבלן א טאטע פון בלוט און פלייש צו א ג-ט, ווייל איך וואלט נישט פארברענט מיין זין, און אים נישט געגעבן קיין שרעקליכע יסורים. איך וואלט אים געקענט געבן לייכטע יסורים ווי א שטאך פון א נידל, אבער איך וואלט אים אויף קיין שום פאל נישט געגעבן שרעקליכע יסורים. אויב ג-ט ברוך הוא דארף געבן שרעקליכע יסורים פאר א מענטש, כדי צו ראטעווען זיין לעבן, דאן קען ער דאך טוישן די סדרים. אויב איז נישטא קיין בחירה דאן מאך ער זאל נישט דורכפאלן, און אויב איז יא דא א בחירה פארוואס דארף די סדר זיין ברוטאלע יסורי הנפש והגוף?

וויאזוי האט דזשארדש קארלין געזאגט: He didn't meet my needs, Really? Then drop some of your needs.

עס איז אמת אז מיר זעען נאר א קליין בילד פון די גרויסע בילד, און אויב וואלטן מיר געהאט די ספירוטאל-קעפעסעטי וואלטן מיר פארשטאנען זאכן אנדערש. אבער פארוואס מוז די סדר העולם זיין דורך הימל-שרייענדע קרענק פאר קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא אא"וו, אז דער סדר זאל שטימען?

אויב זענען דא עונשים צו אויפוועקן מענטשן, זענען אבער די עונשים אייניג צו די זינד? ועוד, א מענטש האט קאנדישענס וואס פירן אים צו טון זאכן, צו איז דאס נאטור, סביבה, סיבה, שטות, נסיונות, אונס. עס איז נישט פארהאנען קיין מענטש "שידע ומעל בזדון".

איך האב אמאל געהערט א טעאריע פאר די וואס גלייבן אז עס איז דא נאך א וועלט, אז "שוועריקייטן" איז די גרעסטע צייכן אז עס איז דא נאך א לעבן נאכן טויט. אויב איז די תכלית נאר די וועלט און גארנישט מער, דאן וואס איז די תכלית פון באשאפן א מענטש, אים געבן גוטע זאכן צוזאמען מיט בלוטיגע שלעק? אויב ענדיגט זיך די וועלט דא, דאן געב אים כל מילי דמיטב, פארוואס דארפסטו אים אומזיסט פייניגען?

צו ליינען אין א PDF פארמעט. קליקט דא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך פארשטיי בכלל נישט די קשיא, פונקטליך וועלכע חלק אין די בריאה איז מחייב אז ס'זאלן נישט זיין קיין שוועריקייטן?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט די קשיא, פונקטליך וועלכע חלק אין די בריאה איז מחייב אז ס'זאלן נישט זיין קיין שוועריקייטן?

אפשר עלעבערירסטו אביסל מער דיין קשיא.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דו פרעגסט "פארוואס זענען דא שוועריקייטן?" פרעג איך "פארוואס נישט?". א קשיא דארף זיין געבויעט אויף עפעס א הנחת יסוד, קענסט נישט סתם אזו פרעגן "פארוואס קענען מענטשן נישט פליען"? (אפשר יא? אויב אזוי האב איך גארנישט געזאגט).
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו פרעגסט "פארוואס זענען דא שוועריקייטן?" פרעג איך "פארוואס נישט?". א קשיא דארף זיין געבויעט אויף עפעס א הנחת יסוד, קענסט נישט סתם אזו פרעגן "פארוואס קענען מענטשן נישט פליען"? (אפשר יא? אויב אזוי האב איך גארנישט געזאגט).


אויב דיין ענטפער אויף שוועריקייטן איז: פארוואס נישט? דאן דארף דאס אויך געבויעט זיין אויף עפעס הנחות יסוד פארוואס נישט נישט צו געבן שוועריקייטן...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מיין הנחת יסוד איז אז דו פרעגסט נישט קיין קשיות אן קיין הנחת יסוד, און פארדעם האב איך טאקע צוגעלייגט:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:(אפשר יא? אויב אזוי האב איך גארנישט געזאגט).
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו פרעגסט "פארוואס זענען דא שוועריקייטן?" פרעג איך "פארוואס נישט?". א קשיא דארף זיין געבויעט אויף עפעס א הנחת יסוד, קענסט נישט סתם אזו פרעגן "פארוואס קענען מענטשן נישט פליען"? (אפשר יא? אויב אזוי האב איך גארנישט געזאגט).

אויב איר האלט אז די וועלט האט נישט קיין תכלית זייט איר גערעכט. אבער אויב סאיז דא עפעס א ציהל אין לעבען ווערט דאך שווער פארוואס די בריאה איז אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז סאיז דא אסאך שטערונגען צוצוקומען צו עפעס ממשות
אגב ניוטאן האט געפרעגט פארוואס פאלט נישט די לבנה אראפ און פון די נארישע קשיא איז ארויסגעקומען גראוויטי
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גדליה האט געשריבן:אבער אויב סאיז דא עפעס א ציהל אין לעבען ווערט דאך שווער פארוואס די בריאה איז אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז סאיז דא אסאך שטערונגען צוצוקומען צו עפעס ממשות.

וואס האט איינס מיט'ן צווייטן?

אגב, ניוטאנ'ס קשיא איז נישט געווען סתם אין די וועלט אריין, די קשיא איז געווען פארוואס א שטיין פאלט יא אראפ און די לבנה נישט. ווען אלעס וואלט געשוועבט אין די לופט, וואלט עס טאקע געווען א נארישע קשיא.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ווייל אויב סאיז דא א ציהל איז דא איינער וואס האט אויסגעשטעלט די ציהל נו וואס באשאפט ער דערינען זאכן וואס שטערען זיין ציהל
וועלכע קאר מעקעניק גייט בכוונה אריינלייגען זאכען וואס שטערען די פונקציעס פון די מאשין
יעצט ביי א מענטש מאכט זיך טעותים, אבער ביי א איבערנאטורליכע כח איז דאך נישטא אזא זאך
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:אבער אויב סאיז דא עפעס א ציהל אין לעבען ווערט דאך שווער פארוואס די בריאה איז אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז סאיז דא אסאך שטערונגען צוצוקומען צו עפעס ממשות.

וואס האט איינס מיט'ן צווייטן?

אגב, ניוטאנ'ס קשיא איז נישט געווען סתם אין די וועלט אריין, די קשיא איז געווען פארוואס א שטיין פאלט יא אראפ און די לבנה נישט. ווען אלעס וואלט געשוועבט אין די לופט, וואלט עס טאקע געווען א נארישע קשיא.

ווען אלס וואלט געשוועבט אין די לופט ווי מהאט געמיינט פאר ניוטאן (תולה ארץ על בלימה) וואלט אויכעט שווער געווען פארוואס אלעס שוועבט (אוודאי מיר ווייסען די תירוץ, במאמר פיו של הקב"ה, באוועגלאזע באוועגער בנוסח אריסטוטל)
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך מיין איך הייב אן צו כאפן די קשיא. די קשיא איז געבויעט אויף דריי הנחות:
א. די בריאה האט א ציל.
ב. איך ווייס וואס די ציל איז.
ג. איך זע ווי ס'גייט אויפ'ן פארקערטן ריכטונג.
איז ממה נפשך, אויב קאממאן סענס מיינט עפעס ביי דיר, על כרחך איז איינס פון די צוויי ערשטע הנחות פאלש.
אויב נישט, איז נישט שייך צו פרעגן קיין קשיות וואס זענען געבויעט אויף קאממאן סענס, אין כאן לא קשיא ולא תירוץ, הכל הבל הבלים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

הרב גדליה: כ'האב זייער הנאה פון די וועג ווי אזוי דו ברענגסט ארויס די קשיא. אבער אן אריינגיין אין א טיפע שמועס פינקטלעך איבער פרטיות פון יסורים וואס יעדער וועט מודה זיין אז ס'איז ענדלויז און קיינער האט נישט א תירץ דערויף איבער די דעטאלן.

אבער אויפן עצם געדאנק פון יסורים איז דא מערערע תירוצים, (מיר געפעלט נישט קיין איין ווייל סוכ"ס יסורים טוט וויי און מ'זוכט נישט קיין עקסקיוזעז דערויף) אבער למען השמועס, וואס כ'האב געזעהן און געהערט מפי ספרים וסופרים איז אזוי בקיצור נמרץ.

ווען אדם הראשון (מיט אלע נשמות וואס זענען נכלל אין אדם הראשון) האט אפגעמאכט צו עסן פונעם עץ הדעת און ער האט בוחר געווען צו זיין א בוחר, דאן איז ער געפאלן אין מדרגה צו די נידריגסטע וואס איז שייך, כדי ארויף צו קריכן צום העכסטן וואסי שייך און אזוי ארום צו באקומען דעם מערסטן שכר וואסי שייך. אבער בחדא מחתא האט ער אויך גענומען אויף זיך יסורים וואסי איין פעקעדזש מיט שכר, אויב קריכט ארויף באקומט מען שכר אויב פאלט באקומט מען יסורים כדי צוריק ארויף צו שטיפן דעם מענטש ס'קען זיין אז דאס עצם פאלן איז א חלק פון יסורים און דאס ארויפגיין איז א חלק פונעם שכר, אבער דאס איז אמאל זיכער אז דער גרעסטער שטיפער אויף ארויף איז יסורים (באשעפער אינז האבן שוין געהאט איבער גענוג דערפון אינז ברויכן נישט מער) אבער עכ"פ ס'קען זיין אז דאס איז דער געדאנק דערפון.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך מיין איך הייב אן צו כאפן די קשיא. די קשיא איז געבויעט אויף דריי הנחות:
א. די בריאה האט א ציל.
ב. איך ווייס וואס די ציל איז.
ג. איך זע ווי ס'גייט אויפ'ן פארקערטן ריכטונג.
איז ממה נפשך, אויב קאממאן סענס מיינט עפעס ביי דיר, על כרחך איז איינס פון די צוויי ערשטע הנחות פאלש.
אויב נישט, איז נישט שייך צו פרעגן קיין קשיות וואס זענען געבויעט אויף קאממאן סענס, אין כאן לא קשיא ולא תירוץ, הכל הבל הבלים.

איך חאפ נישט די ממה נפשך
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

אף אני אענה חלקי:

אמאל מאכט זיך אז מען דרייוט א לענגערע שטרעקע אינמיטן די נאכט, אליינס, און מען הייבט אן ביסלעכוייז צו דרימלען.
די קאר ריקט זיך נענטער צום עק פינעם ראוד און איז און א סכנה אינגאצן אראפצופאלן און צישמעטערט ווערן.

מיטאמאל שפירט מען אז די קאר ווייברעיט ווילדערהייט און מען געט זיך א כאפ אויף ווי פון א בייזן חלום.

וואס איז געשען?

די הייוועי האט און די זייט ספעציעל געבויטע קליינע באמפס, אז טאמער פארקריכט מען, זאל מען זיך כאפן געשווינד און צוריק גיין אויפן דרך ווי מען דארף גיין, און אנקומען בשלום.

א מענטש האט א תכלית און א ציל וואס ער דארף אויף דער וועלט עקאמפלישן.נישט יעדער האט דעם זעלבן ציל. ניין, נישט יעדער איז דא מיטן תכלית צו זיין א דיין און טון וואוילע שידוכים וכו. סארי, יעדער איז דא צו ערפילן א געוויסע שליחות.

פון וואנעט ווייסט איך מיין שליחות, מען האט מיר נישט געגעבן קיין הענדבאוק?

עס קימען טשעלענדשעס אזוי ווי די קריצן ביים ראוד, און מען דארף זיך לאזן פירן צום ריכטיגן תכלית.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך מיין איך הייב אן צו כאפן די קשיא. די קשיא איז געבויעט אויף דריי הנחות:
א. די בריאה האט א ציל.
ב. איך ווייס וואס די ציל איז.
ג. איך זע ווי ס'גייט אויפ'ן פארקערטן ריכטונג.
איז ממה נפשך, אויב קאממאן סענס מיינט עפעס ביי דיר, על כרחך איז איינס פון די צוויי ערשטע הנחות פאלש.
אויב נישט, איז נישט שייך צו פרעגן קיין קשיות וואס זענען געבויעט אויף קאממאן סענס, אין כאן לא קשיא ולא תירוץ, הכל הבל הבלים.

די בריאה קען האבן א ציל.
איך קען אויך וויסען וואס איז דער ציל.
איך קען אויך וויסען אז סדא איינער וואס האט געמאכט דעם ציל.
איך קען אויך פארשטיין וואו אזוי דאס העלפט דער ציל.
אבער וואס מיין קליין שכל פארשטייט נישט פארוואס מיז די ציל זיין דוקא זיין אויף אזא אופן אין נישט אנדערש.
קימט קאמען סענס און זאגט מיר אז מיין שכל איז באגרעניצט, און מיז נישט דאס פארשטיין.

אז איך ווייס אז איך בין א נברא, זאגט מיר קאמען סענס אז מיין שכל איז סך הכול א "קאנסטראקט" , א געוויסע program און זעט זאכן נאר וואו אזוי די programmer האט דאס געמאכט און וואס איך זעה מיז בכלל נישט זיין וואס ס'איז. ס'קען מיר אויסקיקען שלעכט ווייל אזוי זאגט מיין software אבער דאס איז בכלל נישט דאס וואס ס'איז.

אבער רביה"ק דו ביסט גערעכט, די קשיא וואס עגבערד די מענטשהייט "פארוואס געשעט שלעכטס צי גיטע מענטשען" איז נאר שווער אויב איך האב די הנחה אז יש מנהיג לבירה.
די סיבה פארוואס דער נישט גלויביגער פרעגט אויך די קשיא שטילערהייט, פארוואס ער ווערט ציטרייסעלט ווען ס'קימט א צאנאמי, איז ווייל טיף אין די סייקי פין דער מענטש (זאגט אים אויך קאמען סענס) אז יש מנהיג לבירה.
אינסטינקלי, ערווארט דער מענטש ס'זאל זיין סדר און די בריאה, זאכן זאלן מאכן סענס. גאנץ סייענס איז געבויט אויף די הנחה.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

הקטן האט געשריבן:קימט קאמען סענס און זאגט מיר אז מיין שכל איז באגרעניצט, און מיז נישט דאס פארשטיין.

אז איך ווייס אז איך בין א נברא, זאגט מיר קאמען סענס אז מיין שכל איז סך הכול א "קאנסטראקט"

הוא אשר דברנו, די זעלבע חשבון איז אויך גילטיג ביים אוועקשטעלן די ערשטע צוויי הנחות, ביזט דאך מודה אז דו פארשטייסט נישט אלעס.

"איש בער לא ידע, וכסיל לא יבין את זאת", דעם 'זאת' פארשטייט ער נישט, כאילו ביז דא איז אלץ פארשטאנדיג..
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מיין קאמען סענס זאגט נישט אויב איך פארשטיי נישט אלעס מיז זיין אז איך פארשטיי גארנישט.
דיין קאמען סענס זאגט יא אזוי?

למשל, אויב זאל איך פארשטיין אז די סיבה פארוואס מען לייגט אריין gas אין א קאר איז כדי דאס זאל קענען פארן אבער איך וועל נישט פארשטיין גענוי וואו אזוי א קאמבאסטשען ענג'ען, א מאטאר, ארבעט זאגט דאס אז איך פארשטיי גארנישט? מיר קענען אפילה שווער זיין אויב מען לייגט אריין gas ווערט דאך די קאר מער שווער, נאך אלץ קען מיין קאמען סענס שלום מאכן מיט דו הנחה אז דער מעקעניק האט געמאכט אז די קאר זאל ווערן געטריבען דארך gas.


בדוו אויב זאל איך אנעמען אז ס'איז נישט דא קיין מנהיג לבירה, נישטא דא קיין סדר, איז פארוואס זאל נישט זיין יסורים? זאגט מיין קאמען סענס אז אויך קאמען סענס מיינט גארנישט!
קאמען סענס, האט נאר א ווערט ווען ס'איז דא א קנאנסטראקטער צי די "קאנסטראקט", נישט אויב דאס איז א "רענדעם" אנלויפעניש
דאס אז דו האסט די אינסיטקט צי ניצען קאמען-סענס ווייזט אויך אז אינעטלי ערווארט דער מענטש סדר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

הקטן האט געשריבן:מיין קאמען סענס זאגט נישט אויב איך פארשטיי נישט אלעס מיז זיין אז איך פארשטיי גארנישט.
דיין קאמען סענס זאגט יא אזוי?
אוודאי אזוי. הוכיח סופו על תחילתו.

עכ"פ, איך ווייס נישט וואס די תכלית פון די בריאה איז, איך ווייס ניטאמאל צו ס'האט בכלל א תכלית, ממילא איז מיר גארנישט שווער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

איך וואלט אויך נישט געוויסט צי ס'האט א תכלית צי נישט, ווען נישט גאט זאגט דאס צי זיינע נביאים אין תנ"ך.

ס'איז אויך אינטערעסאנט צי באמערקען אז טוף אין די סייקי פין מענטש זיכט ער תכלית
“To Live, To Love, To Learn, To Leave a Legacy
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך דארף דאנקען גאט אז ער האט מיר נישט אויסגעזאגט די תכלית פון די בריאה, אזוי האב איך נישט קיין קשיות.

שלא עשני Evangelical.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:הרב גדליה: כ'האב זייער הנאה פון די וועג ווי אזוי דו ברענגסט ארויס די קשיא. אבער אן אריינגיין אין א טיפע שמועס פינקטלעך איבער פרטיות פון יסורים וואס יעדער וועט מודה זיין אז ס'איז ענדלויז און קיינער האט נישט א תירץ דערויף איבער די דעטאלן.

אבער אויפן עצם געדאנק פון יסורים איז דא מערערע תירוצים, (מיר געפעלט נישט קיין איין ווייל סוכ"ס יסורים טוט וויי און מ'זוכט נישט קיין עקסקיוזעז דערויף) אבער למען השמועס, וואס כ'האב געזעהן און געהערט מפי ספרים וסופרים איז אזוי בקיצור נמרץ.

ווען אדם הראשון (מיט אלע נשמות וואס זענען נכלל אין אדם הראשון) האט אפגעמאכט צו עסן פונעם עץ הדעת און ער האט בוחר געווען צו זיין א בוחר, דאן איז ער געפאלן אין מדרגה צו די נידריגסטע וואס איז שייך, כדי ארויף צו קריכן צום העכסטן וואסי שייך און אזוי ארום צו באקומען דעם מערסטן שכר וואסי שייך. אבער בחדא מחתא האט ער אויך גענומען אויף זיך יסורים וואסי איין פעקעדזש מיט שכר, אויב קריכט ארויף באקומט מען שכר אויב פאלט באקומט מען יסורים כדי צוריק ארויף צו שטיפן דעם מענטש ס'קען זיין אז דאס עצם פאלן איז א חלק פון יסורים און דאס ארויפגיין איז א חלק פונעם שכר, אבער דאס איז אמאל זיכער אז דער גרעסטער שטיפער אויף ארויף איז יסורים (באשעפער אינז האבן שוין געהאט איבער גענוג דערפון אינז ברויכן נישט מער) אבער עכ"פ ס'קען זיין אז דאס איז דער געדאנק דערפון.

עס איז דא א קלאסישער דעבאטע, וואס איז דא מער אויף די וועלט, טוב אדער רע? וואס איז איבערוויגענד, די גוטס אדער שלעכטס?

וויפיל מענטשן וואלטן מסכים געווען צו באקומען 5 ביליאן דאלער אבער בתנאי אז מען ווערט בלינד?

די תורה פון אדם הראשון איז שיין פאר א שלש סעודות תורה, אבער בארואיגט נישט דעם מענטש אויף קיין שום פאל. וואס האט א מענטש פון די גוטס אויב ער האט אזויפיל שלעכטס? דאס איז טאקע די טערעפי פון אפטימיסטישע מענטשן, און מענטשן מיט א עין טובה, זיך צו אויסלערנען צו קוקן מער אויף אויף די גוטס, ווייל מיר זענען דאך טאקע באשאנקן מיט אזויפיל גוטס. און קיינער וועט נישט האבן קיין טענות פארוואס עס קומט זיך אים אזויפיל גוטס (ווייל עס קומט דאך אים..) אבער שלעכטס וועט אייביג ארויסשטארן, אפילו עס איז לאמיר זאגן ווייניגער.

מיר זוכן תירוצים וואס קענען אונז בארואיגן. ואם תמצא לומר אז וויבאלד אדם הראשון האט געזינידיגט דערפאר איז דא די סיסטעם פון יסורים, איז דאך דאס די קשיא, פארוואס? פארוואס האט דאס ג-ט געמאכט אדער צוגעפירט מיט די סדר?

פארוואס האט ג-ט געמאכט אז חיות פארציקן זיך איינער דעם צווייטן צו באקומען עסן? עס טוט דאך מורא'דיג וויי. איך גלייב אז ג-ט איז א א-ל רחום וחנון, אבער עס איז כמעט אוממעגליך דאס צו זען דורך יסורים.
פארשפארט