וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

א דעמאגאג גייט אויך?

Rabbi Teitlebaum
Sanz court
Monroe NY 10950
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

שליחה דורך קטלא קניא »

ער האט עס שוין באקומען. פארוואס דען מיינט איר האט ער געמאכט אזוינע געוואלדעס?
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

ס'איז שוין אריינגעקומען עטליכע אימעילס און אויך צוויי רעקוועסטס דא אויף קאווע שטיבל. ברענגט אריין די אורות. נעמט די פערד צום וואסער און האף אז ער וועט טרינקען. שיקט אריין אייערע אדרעסן צו מיין אנאנימע אימעיל.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

שליחה דורך קטלא קניא »

וועם האט איר היינט נאמינירט? אייערע זינ'ס מלמדים און מנהלים זענען אובדי עצות. שיקט זיי אריין אויף חנוכה אידייען צו באלייכטן דער וועלט.

עולם, עס קאסט אייך גארניטש און איר וועט איינפלאנצן אידייען אין זייער קאפ וואס וועלן ביי זיי בלייבן אויף אייביג. זה נהנה וזה לא חסר אויף איבערצודרייען רבבות אינם נהנים ורבבות חסירים.

שיקט א נאמען פון א חינוך טוער מיט אן אדערס צו anongreen@gmail.com און [tag]יאסל ראקאווער[/tag] וועט אים (אדער איר) אריינשיקן א ותינוק לכבוד חנוכה. איר קענט דא מודיע זיין וועם איר האט נאמינירט און זייער שטעלע און מוסד (פארשטייט זיך נישט אן אדרעס).

די סיסטעם איז בראוק, טוט דער מינימום מתקן צו זיין.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

שליחה דורך קטלא קניא »

שאו מרום עיניכם!

גיט נאר א קוק וואו מען האט געשטעלט דאס ותינוק'ל? שאו שערים ראשיכם והנשאו פתחי עולם. לאמיר אויפרייסן די טויערן און זאלן אלע קומען.

אין די וואכעדיגע סדרה שטייט סיי אל תחטאו בילד און אויך אבל אשמים אנחנו. די צוויי זענען הא בהא תליא. אז מען זונדיגט מיט אונזערע קינדער זענען מיר דערין שולדיג. חנוכה איז אבער נישט א צייט פון מוסר נאר פון פרייד און ליכטיגקייט. פון אינטעליגענץ און עפנטליכקייט. אויסשליסן אנדערע און פסל'ן און פארבאטן וואס ס'געפעלט נישט איז געווען דער דרך פון די מתיוונים.

די סמיכות פון די מימרות פון ר' תנחום איז באקאנט. ערשט זאגט די גמרא בשם ר' תנחום אז נר חנוכה שהניחה למעלה מעשרים אמה פסולה כסוכה וכמבוי. דאס מיינט אז נר חנוכה וואס איז חכמה ובינה ווי מיר האבן פריער דערמאנט, דאס טאר מען נישט שטעלן צו הויך. ללמדך אז עס ליגט ביי יעדן אין די הענט און מען דארף נאר דערצו דערלאנגן. און אז מען דערלאנגט קומט מען אן און מען זעט אז ס'איז גארנישט אזוי הויך. און ווען ס'איז צו הויך איז פסולה כסוכה וואס ס'שטייט ביי דעם למען ידעו דורותיכם. דער ציל איז לנו ולבנינו עד עולם און דאס מוז זיין פאר יעדער אנצוקומען ווייל לא בשמים הוא.

דערנאך ברענגט די גמרא דער צווייטער מימרא פון ר' תנחום, והבור רק אין בו מים ממשמע שנא' והבור רק איני יודע שאין בו מים אלא מה ת"ל אין בו מים מים אין בו אבל נחשים ועקרבים יש בו. די מימרא איז אין א שטארקער קאנטראסט מיט דער ערשטער. די ערשטע מימרא רעדט פון הייך און די צווייטע פון גריבער און נידעריקייט. די ערשטע מימרא פסל'ט צו הויך, קומט דערנאך די צווייטע מימרא און פסל'ט אויך נידעריגקייט און פלאטשיקייט. ווייל אז דער בור איז לער פון א לעבנסמיטל ווי וואסער, איז עס נישט א נוטראלער מצב נאר בעל כורחך כאפן זיך אריין שלענג און עגדישן. יום תעזבני, יומים אעזבך. מיט נישט לערנען פעלט נישט נאר דאס וואס מען האט נישט געלערנט נאר מען דארף זיך אויך פארמעסטן מיט די שלענג וואס פילן אן דער הוילקייט און ליידיקייט. ר' תנחום זאגט, כאפ וואס ס'איז דא ווייל ס'איז אלעס צו דערגרייכן, און אז מען זוכט נישט צו דערלאנגן איז דער דעפיציט פיל גרעסער ווי בלויז דאס וואס מען האט נישט דערוועגט צו נעמען.

און באלד דערנאך אין דער גמרא איז דא נאך איין מימרא: אמר רבה בנר חנוכה מצוה להניחה בטפח הסמוכה לפתח. חכמת התורה וואס איז מרומז אין די חנוכה ליכט שטעלט מען נישט אין אן אינערליכער שטוב און מען שטעלט עס אויך נישט ביי א וואנט. פארקערט ס'איז גאר א מצווה עס צו שטעלן דייקא לעבן דער טיר און לעבן עפנטליכקייט. תורה ווען עס איז ווי עס דארף צו זיין, פארלעשט עס זיך נישט פון דערויסנדיקע ווינטן נאר עס ווארפט א ליכטיגקייט און שיין אויף אלעס ארום. נר לרגלי דבריך ואור לנתיבתי, תורה שליסט זיך נישט איין נאר ס'פארט אויף די שטראזן און באלייכט דעם וועג פאר וואנדערער.

עולם, לאמיר אויפלייכטן דער וועלט אנגעהויבן ביי אונזערע אייגענע. לאמיר שיינען אין אלע שפארעס. ותינוק ללמדו ספר למנצח בנגינות ולהגות באמרי שפר בכל פינות ומחנות.

א פרייליכן חנוכה!
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

שליחה דורך קטלא קניא »

אז מארגן אינדערפרי קומט איר אן אין שול און איר זעט צוויי מלמדים מיט זויערע פנימ'ער ווי דער שר המשקים און דער שר האופים זאלט איר לויפן זיי פותר חלום זיין. ביידע האבן זיי באקומען א ותינוק'ל אויפן פאסט און ביידע זענען נעבעך דערשראקן איבער וואס זיי האבן אנדעקט און צוטומעלט וואס ווייטער צו טון. איז זאגט זיי אזוי: טאמער נעמט איר טרויבן געשוואלן מיט אוצרות אין איר גיט א קוועטש וועט פון זיי פליסן רייכער וויין און איר וועט האבן א קיום בבית המלך, אבער טאמער נעמט איר אייערע אוצרות און איר שטעלט זיך אוועק ווי א נאר און לאזט אנדערע זאלן עס פארלענדן וועט זיין א ביטערער סוף‎
בייגעלייגטע פיילס
2018-12-06.png
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

שליחה דורך קטלא קניא »

היינט איז ממש א צודרייטער טאג. הלל אינדערפרי מיט קריאת התורה, דערנאך לויפן, קויפן חלות און דאונאטס און געדענקן וואס מען האט אנגעזאגט וויפל דזעם און וועלכער דזעם, וויפל קאסטערד און וויפל קליינע און וויפל גרויסע, וויפל פארווע און און וויפל מילכיגע און אז די מילכיגע זאלן חלילה אפילו נישט שמייכלען צו די פארווע. דערנאך זיך שערן נאך ווארטן ווען מ'זיצט אויף שפילקעס ווייל עפעס א היימישער 'גוי' דארף זיין בארד פיר עקעדיג און זיין גענאק רינדעכיג. און מ'דארף דאך לויפן אין מקווה אויך וואו ס'איז א פארקער סכנת נפשות און בלי שום גוזמא באמפער טו באמפער. און אוי וויי וואס וועט זיין מיט אריינכאפן א פריער מנחה ווי ערב יום כיפור און ערב תשעה באב? רבונו של עולם מען דארף דאך צוגרייטן די ליכט אויך. געוואלד מ'האלט שוין ביי זעקס און ערשט איז דער תרומת הדשן פון די נעכטיגע פינף און דא שפריצט אייל אויפן פרישן ווייסן העמד און אש אויפן פרישער געשליפענער פאדלעגע, והבעלהבית'טע צועקת, און דער זייגער לויפט, און מ'דארף נאך אנשטעלן דער וואסער און אונווארעמען די לאטקעס און און און און...

און אויף להכעיס האט מען דאס אלעס צוגעשטעלט פונקט אויף דער קורצטער פרייטיג און דער פריערסטער שבת. פרשת חוקת וואלט עפעס אזוי שלעכט געווען? אבער ניין, דווקא ווען די שקיעה איז כמעט צען מינוט נאך חצות דעמאלסט האט מען דאס אלעס אריינגעריקט. און דערנאך שטעלן זיי אן א פאר קעלבענע אויגן און מאכן זיך תמ'וואטע און פרעגן, מאי חנוכה? זיי ווייסן גארנישט וואס דאס איז. קומט צו מיר אהיים און גיט א לעק אביסל קרעם און לאזט איבער א פינגער סימן אויפן פרישער געוואשענער פריזידער וועט איר שוין האבן צו הערן, מאי חנוכה.

ווען א גוי זאל דאס ערפינדן וואלט מען ביי זיין נאמען געקלאפט ווי ביי המן אבער מיר זאגן אשרי העם שככה לו און קבעום בהלל והודיה.

יעצט נעמט אריין א טיפן אטעם און פארגעסט נישט א ותינוק סיי פאר זיך און אויך צו נאמינירן איינס פארן מחנך. ערשט דעמאלט וועט איר ריכטיג פארשטיין מאי חנוכה, און וואס דאס הייסט כשנכנסו יוונים להיכל, און וואס איז טייטש וטמאו כל השמנים, און סארא פנים ס'האט חתום בחותמו של כהן גדול אז ס'ברענט קוים אויף א טאג. מאכט נאר אויף א ותינוק, פארגעסט פון אלעס און אייערע אויגן וועלן ווערן אויפגעלאכטן.

א גוטן שבת און חודש און א פרייליכן חנוכה!
בייגעלייגטע פיילס
2018-12-06.png
2018-12-06.png (118.38 KiB) געזען געווארן 2927 מאל
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור

שליחה דורך או אינו »

די מצב כהיום פארלאנגט איר זאלט דאס פארשפרייטען אומזיסט. דאס איז ווי לופט צים אטעמען.
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

שליחה דורך קטלא קניא »

או אינו האט געשריבן:די מצב כהיום פארלאנגט איר זאלט דאס פארשפרייטען אומזיסט. דאס איז ווי לופט צים אטעמען.


איך בין מיט אייך אינגאנצן מסכים און אז איינער וויל זיך אנטארגן מפיץ צו זיין בחנם קען ער עס האבן במחיר הקרן. אין צוגאב צו די הוצאות דארף מען אויך א מיטל וויאזי עס צו פארשפרייטן אויף א גרויסער פארנעם. פאסט איז צו טייער און ווי איר פארשטייט אליין וועלן עס היימישע געשעפטן נישט אריין נעמען.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

שליחה דורך קטלא קניא »

צום זיבעטער ליכטל הקם לנו רועים שבעה.

נאמינירט א מחנך, מלמד, מנהל, במקום, משגיח, מגיד שיעור, שואל ומשיב, נושא ונותן און וואס זאל נאר זיין. זאלן זיך ביי זיי אויפוועקן אזויפיל קשיות ווי זיי האבן געזאגט פאר זייערע תלמידים תירוצים אויפן בית יוספ'ס קשיא.

די תירוצים דא קומען נישט אזוי לייכט אבער אף על פי כן, כבתה זקוק לה. לאמיר זיך ווידער אנצינדן והיה בית יעקב אש ובית יוסף להבה.
בייגעלייגטע פיילס
2018-12-06.png
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור

שליחה דורך או אינו »

קטלא קניא האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:די מצב כהיום פארלאנגט איר זאלט דאס פארשפרייטען אומזיסט. דאס איז ווי לופט צים אטעמען.


איך בין מיט אייך אינגאנצן מסכים און אז איינער וויל זיך אנטארגן מפיץ צו זיין בחנם קען ער עס האבן במחיר הקרן. אין צוגאב צו די הוצאות דארף מען אויך א מיטל וויאזי עס צו פארשפרייטן אויף א גרויסער פארנעם. פאסט איז צו טייער און ווי איר פארשטייט אליין וועלן עס היימישע געשעפטן נישט אריין נעמען.
זענען פארהאן דיגיטל קאפיס ? אויב קאסט איז הפצה איז דאס די מהלך.
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

שליחה דורך קטלא קניא »

או אינו האט געשריבן:
קטלא קניא האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:די מצב כהיום פארלאנגט איר זאלט דאס פארשפרייטען אומזיסט. דאס איז ווי לופט צים אטעמען.


איך בין מיט אייך אינגאנצן מסכים און אז איינער וויל זיך אנטארגן מפיץ צו זיין בחנם קען ער עס האבן במחיר הקרן. אין צוגאב צו די הוצאות דארף מען אויך א מיטל וויאזי עס צו פארשפרייטן אויף א גרויסער פארנעם. פאסט איז צו טייער און ווי איר פארשטייט אליין וועלן עס היימישע געשעפטן נישט אריין נעמען.
זענען פארהאן דיגיטל קאפיס ? אויב קאסט איז הפצה איז דאס די מהלך.


מיין זארג איז אז דיגיטאל לייענט מען נישט, מען בליקט נאר. אויך איז א פיזישער בוך נייטיג פאר אונזער עולם פאר שבת און יו"ט ווען ס'איז דא מער צייט. איך זאג נישט איך בין גערעכט נאר דאס זענען מיינע חששות און געפילן.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור

שליחה דורך או אינו »

אייער געפיל דערציילט עפעס מער ווי דא געשריבען. 40% וועט דאס לייענען אויף די כלי. 30% וועט פרינטען ואין כאן אלא חששא בעלמא. אויב איז געלט וואס פארנעמט פלאץ פארשטיי איך דעם נסיון אבער ווי מעג מען מפקיר זיין דורות עד כי יבא אליהו?
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

או אינו האט געשריבן:אייער געפיל דערציילט עפעס מער ווי דא געשריבען. 40% וועט דאס לייענען אויף די כלי. 30% וועט פרינטען ואין כאן אלא חששא בעלמא. אויב איז געלט וואס פארנעמט פלאץ פארשטיי איך דעם נסיון אבער ווי מעג מען מפקיר זיין דורות עד כי יבא אליהו?
מיינסט אודאי 4% מיט 3%.
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור

שליחה דורך או אינו »

מהיכי תיתי? גדר אין משומר אין די אנדערע רודפים בלאקירען נישט pdf
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

או אינו האט געשריבן:מהיכי תיתי? גדר אין משומר אין די אנדערע רודפים בלאקירען נישט pdf
וועלכער ציוויליזירטע באשעפענעיש האט א פאוקעס ספען פון איבער דריי מינוט אויפן כלי?

ארויספרינטען אזא בוך איז א כאזעריי. נישט קיין בוך און נישט קיין גיליון.
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור

שליחה דורך או אינו »

מהיכי תיתי
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

או אינו האט געשריבן:מהיכי תיתי
פונעם כלי זעלבסט.
גוגל וויפול די עוורעדש אטענטשן ספען איז אויפן כלי.
זיי גיבן דיר ווינציגער ווי צוועלף סעקונדען.
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור

שליחה דורך או אינו »

מיט דעם אלעם ביזטי אויפען כלי 5 שעה א טאג. דאס זיסקייט פינעם תינוק וועט אייך האלטען געשפאנט מיטן ותינוק
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

או אינו האט געשריבן:מיט דעם אלעם ביזטי אויפען כלי 5 שעה א טאג. דאס זיסקייט פינעם תינוק וועט אייך האלטען געשפאנט מיטן ותינוק
פיר שעה מיט א דריי פערטל איז סאושעל מידיע מיט ביזנעס טשאט, די איבעריגע פופצן מינוט איז שנעלע סקראולס פון ידיעה'לעך.
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

שליחה דורך קטלא קניא »

פתח לנו שער בעת נעילת שער. ר' [tag]יאסל ראקאווער[/tag] רעדט שוין גאנץ חנוכה צו אונזערע מחנכים (גארנישט מזוייף וד"ל) אבער יעדער גוטער זאך מוז האבן א סוף. חנוכה קומט שוין אויך באלד צו אן ענדע.

מ'האט שוין געפאנטשקעט און געלאטקעט, געדריידלט און געקארטנט, גע'הלל'ט און גע'ולזבח השלמימ'ט ועדיין לא נושענו. קינדער וועם דער חדר האט אהיימגעשיקט פרי אבער די עלטערן האבן מיט זיי נישט וואס צו טון האבן נישט אויפגעהערט קלאפן אויף די טירן. קינדער הצריכים לאמם האבן זיך געדרייט אויף די גאסן ביי נאכט אונטער דער איבערזוכט פון א קינד אפשר מיט א יאר עלטער. מען שיקט קינדער צאמנעמען געלט אן א חשבון און אן א צוועק, אדער פונקט אויפן אופן ווי זיי וועלן אי"ה צאמנעמען אין יארן ארום פאר הכנסת כלה. צו דעם צילט דאך אונזער חינוך סיסטעם איז פארוואס טאקע נישט? און אז א קינד וועט פארלוירן ווערן האבן מיר דאך דערצו שומרים. כאטש אויף עפעס טויג אונזער סיסטעם. והראיה אז בלויז גמרא קעפ מיט זייערע קריטישע טראכטן זענען מקדים רפואה למכה פון אהערשטעלן אן ארגאניזאציע צו זוכן פארלוירענע קינדער און כדי ס'זאל האבן א קיום מוז דאך דערצו אמאל א קינד נעלם ווערן.

ווייטער די עלטערן זיי האבן געפארטיט כאשר צוה ה' את משה. בקר שנים, אילים חמשה, עתודים חמשה, כבשים בני שנה חמשה און וויפל נעגל ס'זענען דא אויפן דאך אזויפל נעכט איז מען געווען אויפן וואך.

געזונטערהייט, אבער וואס איז מיט די קינדער? וויאזוי קענען מיר פארבעסערן אונזער סיסטעם אז אונזער גאנצער צוגאנג צו קינדער איז אזוי פרימיטיוו? די פאר שעה וואס זיי באקומען פריי, נישט קעמפ, נישט נסיעות, נישט ל"ג בעומר פייער, נישט שול, נישט מתמידים, נישט פסח רוימען, נישט משלוח מנות. גארנישט אויסער אביסל פרייע צייט צו פארברענגן און באלד שיקט מען זיי ארויס אדער זיי אנטלויפן אליין. אז דאס איז אונזער אייגענער מהלך פארוואס זאלן די מוסדות טון עפעס בעסער? פארקערט מען דארף זיי מכיר טובה זיין אז זיי האלטן די קינדער רוב צייט. און איבער לערנען? וויפל דארף מען שוין קענען אויף צו קלאפן אויף טירן? חשבון זיכער נישט ווייל קיין שום בת קול קומט נישט שרייען ואת האלף.

שוין גענוג. אפשר איז ביי מיר פאוסט-חנוכה בלוז, נאר, עולם, שיקט אריין צו א מחנך א קונטרס ווייל עס איז כלו כל הקיצין און עס האט נישט קיין שום זינען. צי מיין תקנה איז א גוטע קען מען דעבאטירן אבער די פראבלעמען שטיין אונז פאר די אויגן. ס'איז נישט אז מען זעט נישט נאר מען דרייט זיך דערפון אוועק. שיקט עס אריין צו א מחנך און לאז ער נישט חלומ'ן אז מיר ווייסן נישט וואס דא טוט זיך. כאטש א התחלה וועט עס זיין ואי אתה בן חורין להפטר הימנה.

א פרייליכן זאת חנוכה אויף דאס ביסל וואס איז נאך געבליבן.
בייגעלייגטע פיילס
2018-12-06.png
2018-12-06.png (118.38 KiB) געזען געווארן 2670 מאל
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ׳גייט נאך געלט אויסצוהאלטן די שומרים ארגאניזאציע. וואס פארשטייט מען נישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט