די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

שליחה דורך אלטער_איד »

*הכת לא מוותרת לנוטשים* > תוך חילול שבת: נער ונערה נחטפו לתוך רכב בחסות החשיכה | *בחדרי חרדים* >> https://goo.gl/mbmT5b

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אלטער_איד האט געשריבן:ווי זענען די רבנים? פארוואס הערט מען נישט פון זיי?
דאס איז מיין שאלה. די נייעס קוועלער גלויב איך קיינמאל. זאל איין רב קומען אין דער עפענטליך און באשטעטיגן די באשולדיגן פון די משפחה. זייער גיטין זענען פסול? מ׳שלאגט דארט טאקע? עפעס א גביית עדות פון א בעל אחריות פונדערויסען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אלטער_איד האט געשריבן:פארוואס זאגן זיי נישט עפעס פאר די עסקנים און עשירים עפעס צו טוען. דערווייל זענען נישט דא קיין גרויסע רבנים וואס בעקען די גאנצע זאך. נאר א פאר עסקנים וואס ברענען שוין באלד אויס.. פארוואס זענען די קינדער פון לב טמא ערגער ווי ילדי צרפת ילדי תימן.... א.ד.ג.

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

לייגסט אראפ פאלשע יסודות.

די רבנים זענען נישט אריינגעמישט - עטליכע רבנים זענען יא אריינגעמישט און זיי זאגן יא פאר די עסקנים וואס צו טון.

נישטא קיין גרויסע רבנים - ס'איז יא דא, צווישן זיי האדמורי"ם מסאטמאר וואס האלטן מיט יעדע אנטוויקלונג, האדמו"ר מטאהש, ראב"ד סקווירא, ועוד. (כ'ווייס נישט ביי דעם ספעציפעשן קעיס, אבער ביים רעיד אין גואנטומאלא און ביים פאריגן קידנעפפינג האבן די רבנים מיטגעהאלטן און געשטיצט יעדע ריר).

די עסקנים ברענען שוין אויס - איך ווייס נישט פארוואס דו טראכסט אזוי, ס'איז דא גענוג און נאך עסקנים, ס'איז א קעיס וואו יעדער וואס האט די מעגליכקייט וויל זיך אריינמישן.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

טוב ויפה האט געשריבן:https://www.theyeshivaworld.com/news/general/1639381/breaking-two-escapees-from-lev-tahor-kidnapped-in-catskills-on-shabbos.html
נאך אמאל א קידנעפינג דאס מאל אויף שב"ק.
#אוידירשעותנעמטנישטקייןעק


די מיידל איז חתונה געהאט, און שוואנגערט, און וויל צוריק גיין צו איר מאן, זי איז פערצען. וואס טוט מען דא?

דאס אז זיי זענען געגאנגען צו גוטעמאלא ערלויבט זיי צו טוהן וואס זיי ווילען, און זיי זענען שוין נישט קיין אידען לויט פארשידענע דעות פין רבנים (כך שמעתי מאחד מהעסקנים, אז מען קלערט פין דן זיין אז דער מיידל איז נישט קיין אשת איש בכלל), זיי לערנען שוין נישט תורה, זיי טוהן אלעס על דעת זייער מנהיג, נישט על דעת דער רבש"ע און משה רבינו, ממילא דינען זיי א צווייטער אפגאט, ושמו תמ"ל. איז יעצט די שאלה דאפעלט, וואס קען מען טוהן? און אויך וואס דארף מען טוהן, עס האט גארנישט מיט אונז! זיי זענען אמאהל געוועהן אידען, האבען זיך ל"ע געשמד'ט זאלען זיי זיך אפטוהן צו אלע רוחות וואס זיי ווילען, חתונה מאכען, גט'ן, לערנען נאר פסוקים וואס האט זייער פירוש פין זייער יאשקע, וואס האט דאס מיט אונז?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך אלטער_איד »

ערשטענס רוב זענען נישט שולדיג נאר זענען בעלי תשובה'ס א.ד.ג. און זענען אידן. און אמת עס קען זיין שאלות אויף עטליכע קדושין און גיטין, אבער אויב מען וועט עס נישט יעצט ענדיגען, וועט כלל ישראל אייביג ליידן פון זיי, וויבאלד זיי האבן קרובים וועלן די וואס אנטלויפען אלס אנקומען צו אונז. און דאן קען זיין ערענסטע שאלות וואס מען וועט אפילו נישט וויסן דערפון..

אבער פארוואס האסטו נישט רחמנות אויף די אימשילדגע קינדער און משפחת וואס ליידען זיך צוזאם און חלש'ען ארויסצוגיין פון דארט, און ווערן צובראכן און פארלוירן פון וואס לב טמא פראגראמט זיי שוין יארן, אז די וועלט דארף זיי נישט.. און יעצט ווען זיי קוקן אזוי ארויס אז די היימישע וועלט זאל עפעס טון, לאזט מען זיי אויפן וואסער...
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך אלטער_איד »

Read and judge ...
IMG-20181211-WA0002.jpeg
IMG-20181211-WA0003.jpeg
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך אלטער_איד »

Fbi raid on Rosners place in Brooklyn...

IMG-20181211-WA0006.jpeg
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

איך וויל ענק עפעס זאגן:

מען האט מיר געבעטן מער נישט צו שרייבן דא דערוועגן, און דעריבער שרייב איך טאקע נישט דא. עס איז נישט אין די אינטערעסן פון לב טהור אז איך זאל שרייבן, זיך אננעמען אדער פארלייקענען איין ווארט וואס דא שטייט. נישט פון קאווע שטיבל וועט קומען א ישועה און נישט פון קאווע שטיבל וועט קומען א צרה, ס'איז נישט מער ווערט ווי לצור על פי צלוחית... אבי געהאקט, וועגן דעם שרייב איך נישט מער דא, דערווייל.

איין זאך וואס איך קען יא נביאות זאגן:
די קינדערלעך, וועלן צום סוף בלייבן אין לב-טהור, מיט גוטנס אדער מיט בייזנס. די מיידל זעסטו דאך אליין אז זי גייט "נישט" צוריק צו די מאמע, וויפיל די עסקנים האבן געוואלט. זי שרייט חי וקים אז זי וויל צוריקגיין צו איר מאן, וועמען זי האט ליב און וויל מיט אים וואוינען... העכסטנס וועט עס נעמען אפאר יאר, אבער זי וועט צוריקגיין אהין, צו דו ווילסט אדער נישט. פאקטא, קראכן קענט עטס!

ווייטער די צוויי קינדער וואס זענען יעצט אויסגעלייזט געווארן. איר קענט זיכער זיין אז זיי בלייבן ביי אונז, אפילו חס-ושלום עס וועט חלילה געלונגען פאר די משחיתים ווידער צו לייגן א האנט אויף זיי, רח"ל היה לא תהיה, זיי שפירן זיך ווי די רוסישע קינדער אונטערן צאר, וועלכע היטן אויף תורה ומצוות באהאלטענערהייט, און זיי וועלן דאס דורכשוויצן ביזן ווערן עלטער. דאן וועלן זיי צוריקקומען און זיין די העלדן פון כלל-ישראל, און אלס מוסטער ווי אזוי א אידישער יונגל דארף זיך אויפפירן און זיך מחזק זיין אונטער די שווערסטע מצבים אין לעבן. זייער היסטאריע וועט איבערגעגעבן ווערן פון טאטע צו קינד, און פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות אין די היסטאריע פון כלל ישראל בכלל און פון חשק שלמה בבל בפרט, מיט גאלדענע אותיות. איך קען דאס גאראנטירן און זיך וועטן דערויף, אז זיי בלייבן אונזעריגע, זיי זענען יונגע העלדן, און קיין שום כח שבעולם וועט זיי נישט אוועקנעמען פון די קדושה. קראכן זאלט עטס אלע!

נאכמער; ווי מער די עסקנים פארלייגן זיך אויף זיי, פראבירן זיי אפצורייסן פונעם שורש, מאכן זיי דאס גענאר פון די עסקנים, זיי ווייזן פאר די וועלט ווי שיין און שטארק די יונגע העלדן זענען. די גרויסהאלטערישע עסקנים פארשטעקן זיך פאר בושה פאר די יונגע העלדן פון כלל-ישראל, וועלכע זענען סובל בזיונות און פיינונגונג, אבי צו בלייבן ביי זייער אידישקייט און שורשים. די רייסערישע עסקנים קענען נישט שטיין קעגן קליינע יונגע בוימעלעך וואס האלטן זיך שטאלץ און שטארק. אט דאס זענען די מוסטערן פון כלל-ישראל, ווי שיין און הערליך איז צו זען די אייביגקייט פון דעם עם הנבחר, אז יונגע קינדער זענען פעסטער ווי די ברוטאלע ליידער מזרע ישראל, וואס פייניגן זיי.

און אז מען רעדט שוין: וואו נעמט מען אזא נאצישער רשעות'דיגער הארץ, צו גיין פאטאגראפירן יונגע קינדערלעך, וועלכע שרייען בדם לבבם אז זיי ווילן נישט עסן די עסן צוליב כשרות. מען פאטאגראפירט זיי, און מען לאכט זיי אויס ברבים. מען פייניגט זיי און מען לאכט פון זייער לבוש. דאס קען יעדער הערן אויפן ווידאו... ס'געפעלט דיר נישט זייערע חומרות, דו האלסט אז זיי זענען עקסטרעם? - אקעי, אבער זיי זענען יונגע קינדער... ווי איז דאס ביסל רגש און הארץ פאר א יונג קינד וואס וויינט און טראגט א דאגה... מען האט זיי אוועקגעריסן פון די עלטערן, זיי געפינען זיך מיט פרעמדע מענטשן, און דו לאכסט פון זיי, שפעטסט פון זיי אפ ברבים, זיי פאטאגראפירנדיג זיי. דאס זעט מען ברבים...

האבן זיי נישט קיין הארץ? - מיינסט אז זיי שפירן נישט אז דו לאכסט פון זיי אפ? - דו מיינסט אז ווייל זיי גייען אנדערש אנגעטאן האבן זיי נישט קיין בלוט? - דו וואלסט געוואלט אז מען זאל דאס טון פאר דיינע קינדער? - מילא די עלטערן, אבער וואס האבן די קינדער געזינדיגט??? - שטייען א גרופע גרויסע עסקנים, קעגן עטליכע קליינע יונגלעך מיט מיידלעך, וואס כאפן נאכנישט פונקטליך וואס מען טוט דא מיט זיי, צומישט און פארלוירן... און מען שטייט און מען פארסמאקעוועט זיך אויף זייער בלוט, מען לאכט פון זיי אפן, בשעת די עסקנים לאכן זיך אונטער הויך, און שמועסן צווישן זיך "לאז אים רעדן..." - מאכנדיג א געלעכטער פון זיי... איז דאס אידישליך? - איז דאס מענטשליך? - מעג מען דאס טון? - איז דאס נישט וואס די נאצישע רשעים האבן געטאן ביים צווייטן וועלט קריג? - יעצט גייען אלע שרייען אז איך האב געזאגט אויף די עסקנים נאציס... אבער איך פרעג ערנסט, איז דאס נישט קאלטבליטיגע אכזריות און רציחה? - און מען האט נאך די דרייסט ארויסצוגעבן די ווידאו, זיך ווייזנדיג פאר די גאנצע וועלט וואס פארא העלדן זיי זענען און ווי גוט זיי קענען טרינקען בלוט פון קליינע יונגלעך מיט מיידלעך, אן דעם וואס די הארץ זאל זיי קלאפן.

זענען זיי טאקע די וואס ווילן פארזארגן די קליינע קינדער? - זענען זיי טאקע די וואס האבן נעבעך רחמנות אויף זיי און וויל זיי ארויסראטעווען פון דעם "שלעכטן קאלט"? - אזוי באהאנדלט מען קליינע קינדער? - בעלי חיים באהאנדלט מען נישט אזוי!!! - וואו איז איינער דא אויף קאווע שטיבל וואס זאל ארויסקומען מיט א קול דממה דקה אז עס איז נישט געווען ריכטיג, און די עסקנים דארפן פארשריגן ווערן פאר אזא באהאנדלונג?! - איינער, כאטש איינער... אונטער וועמענ'ס הענט לייגט מען אריין אונזערע קינדער?! - געוואלד, איך האב נישט קיין ווערטער, מיין הארץ גייט מיר אויס און קאפ שווינדלט מיר צו טראכטן דערוועגן.

הישמע כזאת?!
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

רעב חכמה איר האט א א שטיקל טעות, איר טראגט אריין ג-ט מיט זיין הייליגע תורה אין בית כסא אריין.

ענקער טמא'נער קולט האט ח''ו גארנישט צו טאן מיטן אייבישטן אדער מיט זיין הייליגער תורה. ענק זענען א באנדע טמאים וועלכע ליגן בעמקי הקליפות. ענקר פארשאלטענער פירער נתן ארז ימ''ש, וועט אי''ה אנקומען אין טורמע אינאיינעם מיט די אנדערע פארשאלטענע הענקער און סדיסטישע קינדער-פייניגער, רשע ראזנער און דער צושטרויבעלטער וויינגארטן. כלל ישראל קוקט זיך צו מיט א אומבאהאלטענע פרייד, ווי אזוי די אינסטאנצן הייבן ענדליך אן אראפצוברענגן דעם קולט מיט אירע גייסטיש-אומבאלאנסירטע פירער. און דער איייבישטער זאל העלפן אז דער פארשאלטענער קולט וואס דער חלונישע אפשטאמיגער ארז הנגדע האט אויפגעשטעלט, זאל בטל ומבוטל ווערן במהרה ממש, אן דעם וואס ס'זאל חלילה שאטן פאר קיין שום אידיש קינד.

יעדע קינד וואס מ'ראטעוועט ארויס פון די לאפעס פון די רשעים איז פדיון שביים במלוא מובן המילה....

כלל ישראל שרייט אויס צו די אלע טייערע נשמות וועלכע שמאכטן נעבאך דארט בהרי ההחושך. ארויס פון בבל....קץ בבל....
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

[tag]חכמת שלמה[/tag]

[tag]קאך_לעפל[/tag] לאמיר רעדן בנחת. נישטא קיין שום טמאה, נישטא קיין רשעים, נישטא קיין קליפות, נישטא קיין נאציס. לאמיר איבערלאזן די אויסדריקן פאר א פראטעסט אין מאה שערים. לאמיר אים אנכאפן ביים קארג און רופן ביים פשוט'ן נאמען: קולט.

לב טהור האט גענומען די חסידישע שטייגער און עס געשטיפט מיט טויזענט יאר שפעטער. ווי שוין אויסגעשמיסט דא אין דעם שטיבל כמה פעמים.

אויב איינער זאל צוקומען צו [tag]קאך_לעפל[/tag] און אים זאגן אז חסידים זענען נאציס, רשעים, זיי מאכן חתונה די קינדער ביי די 18 יאר אלט, זיי געבן זילטש עדיוקעשן. זיי צווינגן צו גיין מיט א מאדענע האר-סטייל, וואלסטו יענעם ניטאמאל אויסגעהערט, וואלסט געטראכט צו דיך, וואס ווייסט נעבעך יענער. דער זעלביגער איז אויכעט ביי די וואנזיניגער כת פון לב-טהור. קיין שום ווערטער וועט נישט קענען אויסלייזן די מוחות פונעם געפענגעניש. דו קענסט נישט אויפלעזן א כת נאר מיט געוואלד. די אלע ווערטער, בלוט, נאצי, טמא, דאס רעדט נישט צו זיי, ווייל זיי זענען פונקט אזוי געפאנגען ווי א חסיד איז געפאנגן איז זיין לעכל, זיי הערן דאס ניטאמאל. (פארשטייט זיך אז די אלגעמיינער חסיד איז א סך מער ציוויל ווי לב-טהור).

נאר מיט געוואלד, נישט מיין קיין מוחאות, נישט מיט הפגנות. נאר מיט די הילף פון די רעגירנוג קען מען חרוב מאכן די קולט. מען דארף ראטעווען די אומשולדיגע קינדער, תמומי לב. די רגע מ'נעמט צו די קינדער און די ווייבער, קען די קולט דארט פארבלייבן, וואוינען מיט העלצער, און קיינער וועט זיי נישט באדערן.

קוק למשל אן אזא חכמת שלמה, ער בלוטיגט כלומר'שט פאר די קינדער, שרייבט אזוי געפליסן ווי כאילו דאס וואלט געווען א קאמפיין צו ראטעווען א קינד פון אריינוואלפן ביי א ישמאלי. ער מיינט דאס אמת'דיג, ער גלייבט דאס מיט זיין גאנצע הארץ.

עס איז א שאנדע אז 2018 קען אזא קולט אנגיין אומגעשטערט. ב"ה די לעצטע פאר וואכן איז געשען ענדערונגען, השם יעזור אז די קינדער זאל געראטעוועט ווערן. עס גייט מיר גארנישט אן נאר די קינדער און די ווייבער.
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

פרייוויליג מיט קאך לעפל, לאמיר זיך בארואיגן. לאמיר נישט פארפארן אונזער שמועס.

איר האט אפשר וואס צו ענטפערן אויף וואס איך האב געשריבן? - אן קיין קללות און אן פארדרייען פון די שמועס. איר קענט ענטפערן אויף מיינע ווערטער, לגופו של ענין, נישט גייענדיג ארום. איר קענט?
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

חכמת שלמה
פון וועלכע קליפ רעדט איר?
אגב איר פארמאגט א פיינעם שפראך, איר וואלט געמעגט באשרייבען אויך אנדערע קאלטן...
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

חכמת שלמה האט געשריבן:פרייוויליג מיט קאך לעפל, לאמיר זיך בארואיגן. לאמיר נישט פארפארן אונזער שמועס.

איר האט אפשר וואס צו ענטפערן אויף וואס איך האב געשריבן? - אן קיין קללות און אן פארדרייען פון די שמועס. איר קענט ענטפערן אויף מיינע ווערטער, לגופו של ענין, נישט גייענדיג ארום. איר קענט?


וואס איז די פראגע בקיצור? קולט פירער האבן א שטייגער צו פרעגען לאנגע געדרייטע/פארדרייטע פראגעס,מיטן ציל צופארטושן די גלייכע מוחות פון די אלגעמיינע מענטשהייט.

אויב דער באשעפער (פון די וועלט, נישט דער ארז הנגדע) איז חלילה מיט עפעס פארמישט אין דיין קולט, שתיעקר, ותישבר, ויתמגר, במהרה. איז עטוואס שייך אריין צו גיין אין דעבאטעס.
אבער אויב דער באשעפער קומט דא אינגאנצן נישט אריין, און די רעדע איז בלויז פון א פאר פיסטע פאסקודניאקן וואס זוכן צו געוועלטיגען אויף אנדערע באשעפענישן באשאפן אין ג-ט'ס געשטאלט, פיזיש און גייסטיש, מיט שלעק, חרמות, ונזיפות, און מיט געפארפולע שעדליכע סאבסטאנצן, דאן וואס פאר א דעבאטעס איז בכלל שייך צו האבן?

לעזט אויף דעם טמא'נעם קולט, און ארויס פון בבל! אבער שוין! און הכול על מקומו יבוא בשלום.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

חכמת שלמה האט געשריבן:פרייוויליג מיט קאך לעפל, לאמיר זיך בארואיגן. לאמיר נישט פארפארן אונזער שמועס.

איר האט אפשר וואס צו ענטפערן אויף וואס איך האב געשריבן? - אן קיין קללות און אן פארדרייען פון די שמועס. איר קענט ענטפערן אויף מיינע ווערטער, לגופו של ענין, נישט גייענדיג ארום. איר קענט?

יא, אויב א 14 יעריגער מיידל ווערט מעוברת, דארף מען דעם שדכן אויפהענגן אויף דעם אייפעל טאעור. צו לאזן קליינע קינדער וואוינען און זיך האדעווען אין ביידלעך, דארף מען דעם פירער אריינלייגן אין א דיספאסעבל טוילעט און אוועקווארפן די שליסלעך.

דו ווארסט נאך אויף אן ענטפער? ווען קינדער שלאפן אויף מאטראצן וואס איז דורגעווייקט מיט יומען וועיסט? די אביוז וואס די פירער טוען צו די קינדער איז אויף בילדער און אויף ווידיאוס.

דו ביסט גאר דער וואס נעמט זיך אן פאר די קינדער?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

שכוח פרייוויליג, אבער דו האסט געענטפערט שלא מן הענין. דו האסט אפשר עפעס צו ענטפערן אויף וואס איך האב פריער געשריבן? - די קליפס וואו מען פייניגט אויס קליינע קינדער, מען שפעט פון זייערע חומרות, מען לאכט זיי אין פנים, זיי פילמענדיג. דו קענסט ענטפערן אויף דעם?

אדער קענסטו אפשר ענטפערן אויף דעם וואס איך האב געשריבן, אז עס וועט גארנישט העלפן די עסקנים, די טעלער קינדער וועלן צום סוף זיך צוריקקערן קיין לב טהור? - דאס איז א פאקט וואס יעדער נארמאלער מענטש קען פאראויס שאצן. דו קענסט עפעס ענטפערן אויף דעם, אויסער קללות?
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

חכמת שלמה האט געשריבן:שכוח פרייוויליג, אבער דו האסט געענטפערט שלא מן הענין. דו האסט אפשר עפעס צו ענטפערן אויף וואס איך האב פריער געשריבן? - די קליפס וואו מען פייניגט אויס קליינע קינדער, מען שפעט פון זייערע חומרות, מען לאכט זיי אין פנים, זיי פילמענדיג. דו קענסט ענטפערן אויף דעם?

אדער קענסטו אפשר ענטפערן אויף דעם וואס איך האב געשריבן, אז עס וועט גארנישט העלפן די עסקנים, די טעלער קינדער וועלן צום סוף זיך צוריקקערן קיין לב טהור? - דאס איז א פאקט וואס יעדער נארמאלער מענטש קען פאראויס שאצן. דו קענסט עפעס ענטפערן אויף דעם, אויסער קללות?

Two wrongs doesnt make one right, און אויב האבן זיי געטון אן עוולה, ובכן? קומט דאס דען צו צו די ענדלאזע צאל פון עוולות וואס ווערט באגאנגען דורך די כת המשוגעים של לב טהור?

און אויף די נביאה, איז נישט שייך צו פארענטפערן. איך זע יעצט פאר אז אין 15 ארום גייט רעגענען אום פסח, וואס זאל איך טון, איך זע דאס. דאס וואס דו האסט געשריבן איז א האפענונג, נישט קיין פאקט, וואס גראדע אויב ווערט לב-טהור חרב (וואס זעט אויס אימענענט), וועט דאס לכאורה נישט געשען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די פאקט איז אז די ערד איז פלאך און די קינדער פון לב טהור זענען מקיל מיט דעם אז זיי עסן נישט גענעטיש פארענדערטע מאכלים, און ב"ה אין רוב די אידישע וועלט האט מען זיך נישט דערקייקעלט ביז אזוי ווייט, און מ'איז נאך מחמיר צו עסן פון די סארט עסנווארג וואס דער אויבערשטער האט געלייגט אין זיין וועלט.

די פאקט איז אז ארז איז געווען א וויסטער ע"ה, וואס האט ממציא געווען פון ערגעץ עניינים, זיי באשטעמפלט מיט א נאמען 'חומרות' און דערמיט געבויט זיין רבי'סטיווע.

די פאקט איז אז די קינדער גייען מעגליך געראטעוועט ווערן פון די קידנעפערס און צוריקגיין צו זייער מאמע ווי זיי באלאנגען, אדער וועלן זיי נעבעך דארט בלייבן מקיים זיין דעם פסוק 'בבלה יובאו ושמה ישבו', אבער דאס איז נאר עד יום פקדי אותם. דער אויבערשטער וועט זיך דערבארעמען אויף זיי, טאמער מיר ווענדן זיך צו אים מיט אן אמת.

די פאקט איז אז דער ע"ה פון גואטאמעלע האט באוויזען פאר די וועלט די שעדליכקייט פון מאכט דורשט, ובפרט ווען עס איז נישט בארואיגט מיט די פייער פון תורה. איינער וואס קען נישט קיין תורה און וויל פארט איינטיילן דעות אויף אנדערע, איז אומשטאנד צו אלסדינג.
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

פרייוויליג, קאך לעפל און לוטוואק.

ענטפערט ביטע מיט איין ווארט, יא אדער ניין (אנדערע ערקלערונגען קענען געהאלטן ווערן פאר אנדערע תגובות - דעם קומענדיגן תגובה ענטפערט מיט איין ווארט):

איז ריכטיג די באהאנדלונג פון די עסקנים אויפן קליפ, אפצולאכן ברבים און מאכן דאס גענאר פון קליינע קינדער און דערנאך דאס ארויפשטעלן ברבים? - ענטפערט ביטע יא אדער ניין.


(אנדערע מעגן אויך ענטפערן - אבער אין איין ווארט)
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב נישט געזען קיין קליפ
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

חכמת שלמה האט געשריבן:איז ריכטיג די באהאנדלונג פון די עסקנים?
יא.
חכמת שלמה האט געשריבן:...אויפן קליפ, אפצולאכן ברבים און מאכן דאס גענאר פון קליינע קינדער און דערנאך דאס ארויפשטעלן ברבים? - ענטפערט ביטע יא אדער ניין.

מ'טאר נישט גלייבן קיין לשון הרע, מ'טאר נישט קוקן אויף 'טמא'נע קליפס.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

רבותי איך בין א אייסיס מיטגליד,
מיר זיצען דא באהאלטען אין מדבר אין סיריע און ס׳פליען באמבעס פין אלע זייטען
היינט האט מען געהאקט א רעקארד פון פיפצען קעפ, אללא אכבאר
אקעי כ׳מוז לויפען פרעפלען די מעטשעט איז שוין אנגעפילט
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אן אריינגיין אין דעם הייסן דיסקוסיע, נאך יארן שרייען אז קיינער פון די יוונים ווייסט נישט אז ער האט בכלל אינטערנעט, האט מען אים פלוצלינג 'געבעטן' אז ער זאל אויפהערן שרייבן דא...

טראג אפ באצייטנס דו שקרן.
חבדניק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 4:23 pm
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך חבדניק »

מיסטער אלטער און מיסטער חכמת, ביטע זייט פראפעשאנאל.
די קליפ פון חכמת שלמה האב איך געטראפן אויפן אייגענע האנט דא
https://bshch.blogspot.com/2018/12/blog-post_882.html
די בריוו פון אלטער קען איך נישט דן זיין גארנישט, נישט לכף זכות און נישט לכף חוב.
איך זעה נאר אז ס'איז דף ג' פון א בריוו פון איינעם צו איינעם.
איך assume אז ס'איז א בריוו געשריבן צו די חתונה געהאטע מיידל וואס איז געווען אונטער טשיילד פראטעקשן, אריין געשמאגלט? לעגאל?
איך זעה אבער פון די פאר שורות, אז מ'רעדט זאכן פון אין עוד מלבדו, פון אמונה, פון התחזקות, פון טהרה וקדושה.
איך וואלט געווען מער פון נייגעריג צו זעהן די גאנצע בריוו, אדער גאר בריוון, כדי עס צו קענען דן זיין "מיט מיין אייגענע שכל" פליז.
טאמער דארף איך זיך פארלאזן אויף אנדערע און אויף צוהאקטע שטיקער פון בריוון, און מ'האט אזוי מורא פון אפאר שורות פון א מיידל אדער פון א יינגל פון לב טהור צו חשק שלמה צו בבל ווי אזוי ס'הייסט נאר, שטייען מיר טאקע גאר צוריק געבליבן און אנגעוואנדן אויף "דעת העסקנים".
וואס איך האב יא באקומען לעצטנס פון א חבר איז א קונטרס פון די לב טהור, after all i wish יעדע אנדערע גרופע/חסידות/קהילה/קאלט צו שטיין אונטער אלע זייערע מעשים בלי יוצא מן הכלל. regardless if its right or wrong
פערסאנאלי, מיין איך אז רוב זאכן וואס זיי עקספלעינען איז אם לדין יש עליהם תשובה
אבער דאס געפעלט מיר אז זיי שטייען קלאר אונטער יעדער דיטעיל פון זייערע התנהגות, אן זיך רעכענען מיט קיין שום עסקנים, מאכערס, דעת הקהל, דאס איז some thing speciald
דא איז די לינק צו די פייל יא, זייער וויכטיגע מעלדונג פון פאראויס: read it at your own risk
טאמער האט איר מורא אז א שיינע ליין מאטריאל גייט אייך טוישן אייערע לעבנ'ס באווענגונג געצוואונגען, דאן stay away
פארשפארט