רבי פרחיה'ס קשיא

מחשבה, השקפה ועיון
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: רבי פרחיה'ס קשיא

שליחה דורך גראף »

ב' תירוצים בילדבילד

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

הכונו! מארגען נאכט!
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

יעצט זאגט מיר איינער א געוואלדיגע תירוץ אויף רבי פרחיה'ס קשיא.
נעמליך די יוונים האבען דאך געוואלט אויסרייסען מקוה און דערמיט חרוב מאכען פריה ורביה.
אויב אזוי איז דאך פשוט אז די ניין טעג איז קעגען ניין חדשים וד"ל
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ונתנהתוקף האט געשריבן:!!!!אלערט!!!!

די קשיא איז דורך א גלגול פין אנהייב אשכול ביז אהער, אנהייב איז די קשיא געוועהן פארוואס מען צינד ניין טעג, און דערנאך האט איינער במזיד משנה געוועהן, און איינגערעדט דער עולם אז דער קשיא איז פארוואס מען צינד נישט ניין טעג.

יש ויש
אין טייל מקומות האט מען נישט געצינדען די ניינטע טאג, האט מען ביי זיי געמוזט פרעגען פארוואס מצינדט נישט
סאיז געווען מקומות ווי מהאט יא געצינדען האט מען געפרעגט פארוואס מצינדט יא.
אבער פון קשיות האט זיך נאך קיינער נישט ארויסגעדרייט, אפילו ג-ט אליין
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ונתנהתוקף האט געשריבן:הרב שפיגעל זאגט אז די מתיוונים האבן געטראגן ווייטער מיט די עירוב אין ירושלים, אפילו נאך "ופרצו חומות מגדלי", און ירושלים איז געווארען א רשות הרבים.

לפי דבריו הקדושים, איז פארענטפערט פארוואס מען צינד למטה מעשרה, ווייל א מחיצה איז צען טפחים, און די מחיצה איז דאך צושטערט געווארען.

ולפי זה איז פארענטפערט פארוואס מען מאכט ניין טעג חנוכה, א זכר צו די צושטערטע מחיצה פין ירושלים. ודוק.

ונתנה תוקף: איך האב דעם שבת נאכמיטאג נאך די סעודה געכאפט א שמועס מיט הרב נפתלי שפיגל שליט"א. (ער האלט שוין נאכ'ן קאורט.) און כ'האב איהם געזאגט אז כ'האב געליינט אין ..."דער בלאט"...אז די פארשאלטענע ארכיאלאגן האבן געגראבן ארום ירושלים. און זיי האבן געטראפן אונטער ערדישע ווייערס פון 2,000 יאר צוריק. איז דאך א ראיה אז די שקצים האבן שוין געמאכט אן עירוב פאר 2,000 יאר צוריק. נאך אין די צייטן פון בית המקדש. קורץ פאר'ן חורבן. האט ער מיר געענטפערט אז ער האט באקומען די לעצטע נייעס פון כיכר השבת. און דארט איז געשטאנען אז מ'האט געגראבן ארום תל אביב. צו אויסגעפינען וויאזוי די אידן האבן דארט געלעבט פאר צוויי טויזנט יאר צוריק. און מ'האט גארנישט געטראפן. פרעג איך איהם. נו, וואס איז די ראיה. האט ער געענטפערט ברוב חכמתו. אז ס'איז שוין געווען א ווייערלעס עירוב אין יענע צייטן...!
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ווארט נאר ווארט ביז דער ליאזנער וועט ענטדעקען אברהם אבינו נס עירוב
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גדליה: ער וועט עס האבן אפגעקויפט פון א בעדואינער פאסטוך וועלכער האטציך געדרייט אין אור כשדים. אינטרעסאנט. אז דער זעלבער פאסטוך האט געטראפן אין געצעלט פון אברהם אבינו א בילד פונ'ם חפץ חיים. און ס'האט טאקע געשטימט מיט די בילד וואס דער ליאזנער רבי שליט"א טענה'ט איז די ריכטיגע בילד. ווייל די פארגרייזטע בילד מיט די גאר איידעלע צורה, וואס די וועלט האלט איז פון חפץ חיים. האט גאר באלאנגט פאר דעם בוטשער פון די שטאט ראדין.

אויך איז דא א בילד פון דעם מעזריטשער מגיד. וואס דער (הייליגער) ליאזנא רבי שליט"א טענה'ט אז ס'באלאנגט גאר פאר דעם בעל עגלה פון דעם שטעטל מעזריטש...(בערל בעל עגלה דער ערשטער.) דעם היינטיגן בערל בעל עגלה'ס עלטער עלטער עלטער (14 דורות ארויף. למעלה בקודש) זיידע. זכותו יגון עלינו...!
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

כלל ישראל גרייט זיך צו די געוואלדיגן טאג פון די ניינטע טאג חנוכה וואס ווערט גערופן אין ספרים "זה חנוכה"
די טעם דערפון שטייט אין די ספרים אז כידוע האט חנוכה ארגינעל געברויכט זיין צוועלעף טעג און מהאט אראבגעשניטען ביז ניין. ז"ה איז טאקע עולה בגימטריה צוועלעף,כידוע.
מבעט די עולם זאל אראפלייגען די מנהגים וואס מפירט זיך ביי זיי אינדערהיים אין דעם ניינטען טאג זה חנוכה.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

רבי פרחיהו'ס קשיא

שליחה דורך נקודת-אמת »

שייך בעצם לאשכול של כ"ק מרן הגה"ק ממילק-שעייק שליט"א
אבער אויב [tag]גדליה[/tag] בעט אזוי שיין וועט מען דאס לייגן אויך דא

כ"ק אדמו"ר שליט"א יש לו מנהגים רבים על יום תשיעי של חנוכה מהם מנהגי אביו זיע"א ומאבות אבותיו שושילתא דדהבא עד מרן הסבא קדישא ממילק-שעייק זכיסויגנעלינו
ומהם כמה מנהגים שנתגלו לרבינו שליט"א בעצמו אם בחלום הלילה אם בהקיץ ולא נוכל לפורטם כי רבים הם וזה יצא ראשונה:

א. בכל לילות החנוכה אחר הדלקת נרות המנורה, מינה רבינו שליח מיוחד שימנה את ראשי עם קודש המתאספים במעמד הנשגב, באם היו נאספים רבים יתר על חמשת אלפים, אמר רבינו תורה בפלפול כדרך אבותיו בקודש, אם לא היו הנאספים רבים עד כדי כך, היה נוטל ספר אחד מני שלשת הספרים שלא זעו מעל שולחנו וקורא מתוכו ומאליף לאנוש בינה, ברם, בליל ט' היה מנהגו בקודש שלא לשלוח אותו שליח המיוחד כי אפי' ימעטו הקהל הקפיד לומר ד"ת בפלפול וסברא ישרה,
זקני החסידים העידו כי על אף מנהג זה, מימיהם לא נמצא ששהו בליל ט' דחנוכה קהל פחות מכפליים מספר הנמנה למעלה, אך שלא ישתכח המנהג הבאנוהו בכתובים ראשונה.

ב. אותו שליח מיוחד הנ"ל הוא גם היה ממונה למען ידעו ויראו דור אחרון אש להבת שלהבת שבוער רבינו בעת ההדלקה, והיה כלי מיוחד לכך (קעמער"ע בלע"ז), ומלבדו בל יהין איש ח"ו לעשות פסל וכל תמונה ופיקטשע"ר מפני הקודש, וכל איש ואשה שעברו על תקנה הנ"ל כמה וכמה קולמוסין (וקעמער"ע'ס) נשתברו ע"י חסידי קמאי ובלבד שלא לחרוג ממנהג זה, ברם בליל ט' דחנוכה שכידוע אין לחיצונים ולסטרא-אחרא שליטה בו כלל (מחמת שבכל שאר ימים טובים של ישראל המה מנסים ליטול מקדושת החג של ישראל, משא"כ יום זה שנתקן אחר שבטל יצרא דע"ז לא שלטו ביה בההוא ליליא ויומא), הורה רבינו שכל מי שיש תח"י מאשי"ן כזה העושה פיקטשערס יביאהו אל הקודש ובכל עת וזמן יתפוס בהכלי עוד ועוד פיקטשערס למען יעמדו לימים רבים, (מלבד בשעת אמירת הפלפול שאז נאסר מכל וכל עניין הבילדער והרעקארדינג'ס כבכל ימות השנה וד"ל).

ג. בכל לילות החנוכה (באם היו אנשים בקהל כמספר הנ"ל) היה רבינו מפלפל בסוגיא ד'כבתה' ובתוך כך היה מתרץ בחדא מחתא תירוץ מחודש על קושיית הבית-יוסף, מגדולי הלמדנים היו מתאספים מרחוק ומקרוב והיו מתפעלים בכל לילה ולילה מדבריו המחודשים, ויש שאמרו כי כל אדמו"רי שלשולתא קדישא לא זכו לחידושים כאלה, מלבד בליל ט' שאז היה מקדים ונותן שיחת קודש ואח"כ היה משלב ענייני המוסר שדיבר עם סוגיא ד'כבתה' והיה שוזר הדברים עם קושיית ר' פרחי' הידועה ומתרץ בכל שנה באופן מחודש, בשאר הלילות לא עסק רבינו בקושיית ר' פרחי' אלא בקושיית הב"י וכנ"ל.
(במאמר המוסגר נוסיף שהקפיד רבינו לכנות את ר' פרחי' בשמו המלא רַבֵּינוּ פְּרַחְיָהוּ ולא רֶ'-פְּרַחְיֶה כפי שאומרים ההמון, והסביר בזה רזין דרזין ואכמ"ל)

ד. בליל ט' דחנוכה הביאו לפניו מאכל מיוחד הנקרא 'ניינעריל' הרומז על נר התשיעי שהוא למעלה מעלה מדרך הטבע, והוא מין קאשע טגונה בשמן זית זך מעורב בפאמ"ש (הלא הוא משקה הנעשה מיין קוניא"ק וביע"ר המשמשים בערבוביא) אצל כ"ק אדמו"ר זצ"ל היו מוסיפים בהבלילה גם קארטאפ"ל וזקני החסידים העידו ש'אזוי האט דאס נאך געהאט עפעס א יודישער טעם' אבל רבינו שליט"א בירר מקור המנהג מאיזה כתבי ידות עתיקים ונתברר לו כי טעם שהכניסו אבותיו (אמותיו) את הקארטאפ"ל היה מצד יניקת החיצונים, אך כאמור בלילה זה שלמעלה מעלה מן הטבע אין לחוש כלל ולכן הכינו המאכל מקאש"ע בלבד, על אף עבודת האכילה המפורסמת של רבינו אילו חכו לא יכל לסבול טעמו של ה'ניינעריל' והיה טועם קמעא ומיד משלחו להיושבים ראשונה לאכול שיירי קודש, (בשנה השנית להנהגתו מנהג זה, ציוה על הרבנית לבל תכין יתר על שיעור ג' זיתים גדולים מחמת איסורא ד'בל-תשחית')

ה. שאר מאכלי החג נוהג רבינו כבשאר כל הלילות ולא שינה בסדר המאכלים, אך היה ניכר עליו כי לילה זה הוא החשובה ביותר וראו על מאור פניו ותשוקתו בעבודת האכילה ואכל גוזמאות מה שאין גוף בן-אדם יכול להכיל כלל, יש שאמרו כי בליל זה היה אוכל שיעור כנגד כל הלילות כולם, ויש שאמרו שנהג כן בכדי לבטל טעם ה'ניינעריל' הנ"ל.

ו. גם בעת אמירת המזמורים היה מוסיף ט' בתים מן פייט 'תשעיא-אפי' שחיבר הסב"ק ממילק-שעייק זיעועכי"א פניו להבים וכל כולו אומר שבח והודאה להשי"ת על נס שמונת הימים ועל הנר התשיעי שנתקן להאיר לנו חשכת הגלות בב"א

ז. מנהג שריפת הפתילות קיים בליל תשיעי של חנוכה, דלא כשאר מקומות שנוהגים לשורפן ביום שלאחריו הלא הוא יום תשיעי דחנוכה.

ח. כמו כן קיבל את הקהל הדוש עם פיתקאות באותו הלילה והיום כפי שנוהג בשאר יומין קדישין החלים בימים המותרים בעשיית מלאכה, והשווה את יום ט' דחנוכה ליום ג' באייר
(כן הוסיף וביאר שאלו הג' ימים שנתבטלו מחג החנוכה כמתיקו את גזירת ה' אייר)

ט. מנהג הדריידל קיים כבכל הלילות, אך שינה משמעות האותיות והפכן, ומחק האות נ' מן הדריידעל שלו, (ולכן בכל שנה קונה דריידל חדש שיש בו אות נ', ובתשיעי בחנוכה מוחקו.)
מסופר כי כ"ק אדמו"ר זצ"ל בשנתו האחרונה, ציוה בעת השולה"ט אחר מנהג ה'דריידל' דט' דחנוכה להביא לפניו החץ והקשת, ויהי לפלא.

ווער ס'קען די זקני החסידים וואס געדענקען נאך פרטי מנהגים זאל זיך ביטע ווענדן צו הנהלת מכון גנזי רבותינו.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

חידושים נפלאים!!!
ווען קימט די רבי אריין?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

אגב די סוד וואס נקודת אמת האט מרמז געווען צו רופען רבינו פרחיה איז גאנץ פשוט
נעמליך די אותיות "בינו" וואס מלייגט צו צום ר' באטרעפט במספר קטן גענוי ניין. אויפן האר.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נקודת אמת: פון דיין גאנצן פילפול איז מיר די בעסטע געפאללן ..."כי כל אדמור"י שילשולתא קדישא...!
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

האב איך געפרעגט די קשיא פון מיין ארבעה בנים פארוואס מאכט מען ניין טעג חנוכה?
דער שאינו יודע לשאול האט נישט פארשטאנען וואס איך וויל, ער פרעגט מיר, פארוואס פרעגן ? און אז עס וועט זיך ארויסשטעלן אז דאס איז יא א גוטע קשיא וועט זיך עפעס טוישן לכבוד דעם? בקור, ובחום, באש, ובמים, וועלן מיר ממילא צינדען ניין טעג, מסורה איז מסורה און א שאד די צייט.
מיין קליינער תם האט מיר צוריקגעפרעגט, איך פארשטיי נישט מען מאכט דאך נאר אכט טעג? זאג איך אים גוט געזאגט דער תירוץ ווערט שוין געברענגט אינעם ריטב"א
מיין קליינע רשע האט מיר געפרעגט, זאג נאר טאטע אלעס ביז דא פארשטייסטו, נאר די ניינטע טאג חנוכה לאזט דיר נישט מנוחה? זאג איך אים פיין געפרעגט, ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא, ביסטו א רעכטער איד! חלילה נישט ענטפערן, נאר צוריקפרעגן מיט א צווייטע פראגע.
מיין חכם ווידער האט אריין געפילפלט תירוצים ע"פ פשט רמז דרוש סוד אזאנס אז עס גערינען שווייס, און דער פנים זיינס האט געלאכטען.... און גיי פארשטיי פארוואס ער הייסט נאך דער חכם.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

בנוגע וואס מיר משפחת פרענקלין פיהרן זיך "זה חנוכה" איז אזוי. מיר צינדען נישט קיין לעכט ווייל עס איז נישט קיין פלאטץ אויפן מנורה פאר ניין לעכטעלעך אבער מיר מאכן קידוש אויף דאנאטס אין די סוכה אפלו ווען ס'רענגט מיט א צוגעמאכטע שלאק. פרעגטס נישט קיין קשיות, דער בעלזער רב האט געזאגט ווער עס פרעגט איז אן אפיקורס.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

בענדזשאמין איך האב אזוי געלאכט מיין גאנצע מנורה איז אראפגעפאלן, ניין הערליכע לעכט פארלאשען
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: רבי פרחיה'ס קשיא

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

צינדענדיג דעם ניינטן ליכטל איז מיר איינגעפאלן א גאר איינפאכע אבער שטארקע תירוץ אויף דעם באקאנטע ר' פרחיה'ס קושיא, (אגב, ביי אונזער קרייז האט מען גערופן 'פרחיה' פרעכיע, זקני חסידים וואס געדענקן נאך דעם פריערדיגן מיטעלן אלטער רעבע, געבן איבער אז דאס איז נוטריקון 'פרעג יא' צו ווייזן א חביבות פאר ר' פרעכיע וואס האט אויפגעפלאכטן די אידישע געמיינדע מיט זיינע הערליכע קושיות ואיבעיות.) מיר ווייסן דאך אז פורים איז געווען די גזרה מפני שנהנו מסעודתו של אותו רשע, אבער חנוכה איז געווען פארקערט, אליפורנו האט נהנה געווען מסעודתו של אותה צדיקה וואס האט אים מעלה געווען צו די הויכע ספערן און מפריש געווען תרומה פון אים, ממילא פאר א זכר צו דעם גרויסן נס אז ס'איז געווען ממש ונהפוך היא, מאכט מען נאך א טאג לזכר קדשה.

אן אנדערע טעם האב איך געהערט בשם ר' אבימלך דער חצרונער רב, אז מפני שינוי וסת שהוא תחילת חולי מעיים כמבואר בחז"ל הוסיפו יום אחד מדעתם כדי להוציא מלבם של צדיקים רפש וטיט, און מ'האט געמאכט אן אסמכתא דערצו, והיה ביום התשיעי 'והכינו' את אשר יביאו. ודפח"ח.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

הערטס א פחד'יגע מעשה. מיין שוואגער, גראדע א כולל יונגערמאן א שטיקל בן תורה נאכדערצו, ער האלט זיך אבער א גאנצער אויפגעקלערטער, ער זאגט כסדר נאך פון מאמענט און ווייסעך וואס נאך, צרות האמיר מיט׳ן. היינט ביים סעודת זה חנוכה האט ער ווי זיין שטייגער פארפירט און געהאקט אויפן טיש אז יעדער ווייסט אז די גאנצע קשיא הייבט זיך נישט אן ווייל די ניין טעג חנוכה האבן זיך אליין אנטוויקלט במשך הדורות עפעס האט ער גאשאסן פענסי ווערטער עוואלאשען מיט נאך פערל ווערטער. ער האט זיך געטענהט אז לויטן מהר"ל איז דער נס נישט געווען קיין נס איך גלייב נישט אז ער האט אליין פארשטאנען וואס ער זאגט. מיין יונגל האט אים אונטערגעשטופט שומרים קארטלעך איינס נאכן צווייטן סאיז געווען א פחד נורא.


אפדעיט: מה עשה הקב"ה. ער האט ב"ה אלעס צוריקגעצויגן. איך וועל נישט אריינגיין אין די פרטים וואס האט זיך אפגעשפילט אינצווישן. וישמעו רחוקים וייראו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיימון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מיימון האט געשריבן:הערטס א פחד'יגע מעשה. מיין שוואגער, גראדע א כולל יונגערמאן א שטיקל בן תורה נאכדערצו, ער האלט זיך אבער א גאנצער אויפגעקלערטער, ער זאגט כסדר נאך פון מאמענט און ווייסעך וואס נאך, צרות האמיר מיט׳ן. היינט ביים סעודת זה חנוכה האט ער ווי זיין שטייגער פארפירט און געהאקט אויפן טיש אז יעדער ווייסט אז די גאנצע קשיא הייבט זיך נישט אן ווייל די ניין טעג חנוכה האבן זיך אליין אנטוויקלט במשך הדורות עפעס האט ער גאשאסן פענסי ווערטער עוואלאשען מיט נאך פערל ווערטער. ער האט זיך געטענהט אז לויטן מהר"ל איז דער נס נישט געווען קיין נס איך גלייב נישט אז ער האט אליין פארשטאנען וואס ער זאגט. מיין יונגל האט אים אונטערגעשטופט שומרים קארטלעך איינס נאכן צווייטן סאיז געווען א פחד נורא.


אפדעיט: מה עשה הקב"ה. ער האט ב"ה אלעס צוריקגעצויגן. איך וועל נישט אריינגיין אין די פרטים וואס האט זיך אפגעשפילט אינצווישן. וישמעו רחוקים וייראו.


סאו, מיימון איז דער קאווע שטיבל שוואגער פון אייוועלט...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:תן לחכם ויחכם עוד.

ער האט געקענט אראפ ברענגן די משנה אין עבודה זרה און די גמרא דערויף, אבער דאס וואלט שוין געשמעקט פון סקאלארשיפ, און יענער שרייבער ווייסט נישט דערפון
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

וואס איז די באדייט פון נס חנוכה? אז מ'האט באנייט דעם בית המקדש, (דער רבי רבי הערש מיילך זי''ע שרייבט אין זיינע עסייען אויף זאת חנוכה, אז דער חנוכת הבית פונעם צווייטן בית המקדש וואס איז געפראוועט געווארן אין גלארייכע טעג פון שרייבערישער עזרא מיט גרויס פאראדע, אינעם תשרי מאנאט, איז נישט געווען קיין ווירקליכער חנוכת הבית, ווארום דאס אידיש פאלק איז נאך געווען אונטערגעווארפן אונטער די קעניגרייכן פון איראן און פון אינדיע. דער ווירקליכער חנוכת הבית פונעם צווייטן בית המקדש איז ערשט געווען מיט צוויי הונדרעט יאר שפעטער ביים נס חנוכה, וואס דאן האבן די העלדישע מאטירער, די אומפארגעסליכע מכבייער אונז גענצליך באפרייט פונעם יאך פון נישט היימישע קעניגרייכן, און אונז גלייכצייטיג פארוואנדלט פאר א זעלבסטשטענדיג פאלק מיט אונטערנאצינאלע אנערקענונג, יהודה האט דאן באקומען איר אייגענע אטונאמיע. זאת חנוכה! דאס איז דער ריכטיגער חנוכת הבית! ענדיגט רבי הערש מיילך צו זיינע פערל רייד) קומט דאך אויס אז חנוכה איז די פארקערטע פון די ניין טעג, וואס דאן איז געווען דער חורבן פונעם בית המקדש. דערפאר פירן זיך די מסורבלים בבשר הקודש אין חנוכה, זיך צו פאשן דעם גוף מיט שטאקעס פלייש פון אלערליי סארטן, מתקן צו זיין די ניין טעג אין וועלכע ס'איז פארבאטן זיך צו פלעגן דעם גוף מיט פלייש. קומט דאך אויס אז חנוכה איז גאר ניין טעג, קעגן די ניין טריבע טעג אין אב, אין וועלכע ס'איז פארבאטן צו עסן פלייש.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:בנוגע וואס מיר משפחת פרענקלין פיהרן זיך "זה חנוכה" איז אזוי. מיר צינדען נישט קיין לעכט ווייל עס איז נישט קיין פלאטץ אויפן מנורה פאר ניין לעכטעלעך אבער מיר מאכן קידוש אויף דאנאטס אין די סוכה אפלו ווען ס'רענגט מיט א צוגעמאכטע שלאק. פרעגטס נישט קיין קשיות, דער בעלזער רב האט געזאגט ווער עס פרעגט איז אן אפיקורס.

נאך א מזל כ'באלאנג נישט צו משפחת פרענקלין, כ'קען מיך נישט פארשטעלן צו זיצן אין די סוכה אין פראסטיגע חנוכה קעלטן, נאר פון עס ליינען גייט אדורך א קעלט אין מיינע ביינער, כ'גיי שוין אנהייצן מיין אויטא אויפן העכסטן
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

גראדע האב איך נעכטן געהערט א ווארט וואס זאגט אז דאס ניינטע טאג איז טאקע אסאך העכער ווי די אכט טעג חנוכה.

והנה הביאור לפניכם:

די חשמונאים מיט אלע יודען האבן אנגעקומען אין בית המקדש וכו' וכו'
ביז זיי האבן געטראפן א קליינעם פך שמן וואס ס'איז גענוג געוועהן בלויז פאר איין טאג,
און ס'געדוירט נאך זיבן טעג ביז ס'וועט זיין בנמצא שמן טהור, איז געשעהן א נס און ס'האט געברענט אכט טעג.
כו"כ שיטות פארהאן וואס איז פונקט געוועהן די נס אויב דער פך האט זיך איבער געפולט אדער די בזיכים אא"וו.

זאגט דער הייליגער ר' אברהם'לע סטריקעווער זיע"א:

דער אויבערשטער האט געקענט ממשיך זיין איבער-צו-פוהלן דאס פך-שמן אדער די בזיכי המנורה וכדו'
און ממשיך זיין מיט'ן נס השמן, אבער, ס'איז אנגעקומען דאס ניינטען טאג, און דער נס האט זיך געענדיגט,
דאס מיינט אז דער אויבעשטער האט מיט דעם מודיע געוועהן פאר די יודען:
"בני חביבי, נוח לי שמן זית זך מיגיעתכם, יתר על שמן של נס שלי".
און דאס איז אפילו א גרעסערע התגלות ווי דעם נס השמן אליינס.

עכד"ק ודפח"ח
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נקודת-אמת, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
פארשפארט