הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

מחשבה, השקפה ועיון
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

פרייוויליג האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:אז דו זאגסט מיר אז אין א געוויסע צייט גייט מען פארשטיין דאס קען איך הערען. אויב למשל איהר זאגט מיר אז אין צען יאר וועט נתגלה ווערען פארוואס מיין צאן טוהט יעצט וויי, דעמאלץ וועל איך ווארטען אביסעלע.
אבער צו זאגען אז נאכ'ן שטארבען גייט קומען די הסבר איז פשוט נישט געענטפערט די פראגע ווייל נאכ'ן שטארבען גייט מיך שוין גארנישט אינטרעסירען.

גלייבן אדער נישט גלייבן נעמען נישט אוועק די יסורים, קומט אויס אז מיר בלייבן מיט צוויי אפציעס. אדער אנגיין מיטן לעבן צוזאמען מיט די שוועריקייט, און זיך אויפעסן אויף די תעלומה פון פרעניות. אדער אנגיין מיטן לעבן אבער במחשבה אז עס מוז זיין אז יש דברים בגוי, על אף איך קען דאס נישט משיג זיין אויף קיין שום פאל, אבער די סייקי בארואיגט זיך אביסל אז עס נישט קיין הפקר וועלט.

וועלכע אפציע וואלסטו גענומען?

איך בין מסכים מיט אייך אז סהאט נישט קיין זין זיך אויפצועסען. לך אכול בשמחה לחמך ושתה בלב טוב יינך כי זה כל האדם. רוב מענטשען האט גענוג אויף וואס צו דאנקען און זיך צו פרייען און הנאה האבען פון די קורצע צייט וואס מיר זענען דא. א שאד צו פאקוסירען אויף די שלעכטס
און אויב די דירעקטאר פון די פלעי האט דווקא א משונהדיגע הנאה פון מיין צאן ווייטיג, פארגין איך עס עם
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בכלל נישט! דער דירעקטאר פונעם פלעי זאגט קלאר אז אים זעלבסט טוט עס אויך וויי, בכל צרתם לו צר, בזמן שאדם מישראל בצער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי וכו'.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שמעקעדיג האט געשריבן:בכלל נישט! דער דירעקטאר פונעם פלעי זאגט קלאר אז אים זעלבסט טוט עס אויך וויי, בכל צרתם לו צר, בזמן שאדם מישראל בצער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי וכו'.

פונקט ווי דער חדר רבי.

גלייב מיר ס'טוט מיר אסאך מער וויי...

אויב אזוי הער אויף פראסקענען!
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

במחילת כבודכם, מהאט דא געמאכט א קאריקעטשור פון ג-ט
ביי איינעם איז ער א מאווי דיירעקטאר, ביי א צווייטען איז ער א גרויזאמע דיקטאטאר. ביי א דריטען איז ער סתם א צערודערטער.
ווי איז ונבנתה העיר?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

שליחה דורך יהודי פשוט »

א איד ברויך דאך אלץ צו ווארפן זיינע צוויי צענט, וועל איך אויך פרובירן.

בנוגע די גמרא אז די מלאכים האבן געפרעגט זו תורה וזו שכרה, און כביכול האט גע'ענפערט אז אויב זיי בלייבן נישט שטיל איז ער מחזיר די וועלט לתוהו ובוהו, ס'איז באמת שווער צו פארשטיין וואספארא סארט געשעפט איז דאס, מ'געט א פרעג דעם באלעבאס א שאלה, סטראשעט ער אז מ'פארמאכט ס'גאנץ געשעפט?! דאס איז דאך נישט קיין נארמאלע געשעפט...

אזוי אויך איז דא א גמרא איבער רבי אלעזר בן פדת וואס האט נעבעך געליטן ציפקע צרות, אויף אזוי ווייט אז נאך הקזת דם האט ער נישט געהאט וואס צו נעמען אין מויל אריין און ער האט גע'חלש'ט, האט ער גע'חלומ'ט ווי ער פרעגט פונעם אויבערשטן, ווילאנג נאך ער גייט זיך אזוי מוטשענען, האט איהם דער אויבערשטער געזאגט אז אויב דו ווילסט מאך איך יעצט פריש איבער די גאנצע וועלט און ס'קען זיין אז ס'וועט דיר געלונגען אז דו וועסט געבוירן ווערן אין א גוטע מזל, ס'איז אויך עפעס אזא פלא, ר' אלעזר האט נישט קיין געלט, זאל איהם דער אויבערשטער געבן געלט און שוין... וואס איז דער איבער מאכן די וועלט ווייל איינער האט נישט קיין געלט?! און אפילו מיט'ן איבער מאכן די וועלט באקומט ער נישט קיין גערענטי אז ס'העט געלונגען...

אלא מאי, די ענטפער אויף די אלע זאכן איז אזוי ווי דער אויבערשטער אליינס האט אזוי שיין און זיס געענפערט פאר איוב:

א  וַיַּעַן ה' אֶת אִיּוֹב, מנהסערה (מִן הַסְּעָרָה); וַיֹּאמַר.
ב  מִי זֶה, מַחְשִׁיךְ עֵצָה בְמִלִּין בְּלִי-דָעַת.
ג  אֱזָר-נָא כְגֶבֶר חֲלָצֶיךָ; וְאֶשְׁאָלְךָ, וְהוֹדִיעֵנִי.
ד  אֵיפֹה הָיִיתָ, בְּיָסְדִי-אָרֶץ; הַגֵּד, אִם-יָדַעְתָּ בִינָה.

דאס זענען די ערשטע פיר פסוקים וואס ווערן נאכגעפאלגט מיט א לאנגע רייע פון שאלות וואס דער אויבערשטער פרעגט צוריק פון איוב, נאך אלע טענות וואס איוב האט אויפ'ן אויבערשטן.

די ערשטע שאלה מיט וואס כביכול הייבט אן איז: וואו ביסטו געוועהן ווען איך האב געגרינדעט די וועלט???

אין אנדערע ווערטער, ס'נישט מעגליך צו פארשטיין וואס קומט פאר אויף די וועלט אויב דו האסט נישט מיטגעהאלטן פון אנהייב, ס'נישט שייך מסביר צו זיין פארוואס דער אדער יענער האט יסורים ווייל ס'פעלט דיר דעם יסדי ארץ, דו ביסט נישט דארט געוועהן און דו האסט עס נישט מיט געהאלטן פון דעמאלטס ביז יעצט.

ווען די מלאכים האבן געפרעגט אזא גוטע שאלה פון זו תורה וזו שכרה, האט דער באשעפער זיי געזאגט: איך האב א תירוץ אבער עטס קענטס עס נאר פארשטיין אויב עטס האלטסט מיט די וועלט פון אנהייב, איז ממילא וועל איך צוריק קערן די וועלט צו תוהו ובוהו און דאן וועל איך ענק קענען ווייזן.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שמעקעדיג האט געשריבן:בכלל נישט! דער דירעקטאר פונעם פלעי זאגט קלאר אז אים זעלבסט טוט עס אויך וויי, בכל צרתם לו צר, בזמן שאדם מישראל בצער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי וכו'.

אין אנדערע ווערטער, גאט איז נישט קיין כל יכול, כ'הער וואס דו זאגסט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

גדליה האט געשריבן:במחילת כבודכם, מהאט דא געמאכט א קאריקעטשור פון ג-ט
ביי איינעם איז ער א מאווי דיירעקטאר, ביי א צווייטען איז ער א גרויזאמע דיקטאטאר. ביי א דריטען איז ער סתם א צערודערטער.
ווי איז ונבנתה העיר?

באראיג דיך, דו האסט דאס שלעכט גענימען, ביזט גערעכט האסט נישט פארשטאנען
איך זאג אז דו ביסט דער קאריקעטשור:
כ-prop ביד הדיירעקטאר
כ-emoji ביד הפראגרעמער ברצותו לייגט ער א סמייל וברצותו א frown פארשטייט זיך מיט artificial consciousness קענסט טרייען צי לויפן אויף קאנעדע.

און יעדען פאל, ס'קיקט מיר אויס אז א טייל דא ליידען מער פין "ייסורי מצפון" וואו פין "צאן ווייטאג"
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

שמעקעדיג האט געשריבן:בכלל נישט! דער דירעקטאר פונעם פלעי זאגט קלאר אז אים זעלבסט טוט עס אויך וויי, בכל צרתם לו צר, בזמן שאדם מישראל בצער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי וכו'.

פארשטייט זיך אז דאס איז נישט כפשוטו, עס איז אוממעגליך אז הקב"ה זאל ליידן פונקט ווי אונז. דער בכל צרתם לו צר איז בלויז מצייר צו זיין אז אלעס האט א חשבון, און יבא יומו וואס מ'וועט דאס פארשטיין.

יהודי פשוט האט געשריבן:א איד ברויך דאך אלץ צו ווארפן זיינע צוויי צענט, וועל איך אויך פרובירן.

בנוגע די גמרא אז די מלאכים האבן געפרעגט זו תורה וזו שכרה, און כביכול האט גע'ענפערט אז אויב זיי בלייבן נישט שטיל איז ער מחזיר די וועלט לתוהו ובוהו, ס'איז באמת שווער צו פארשטיין וואספארא סארט געשעפט איז דאס, מ'געט א פרעג דעם באלעבאס א שאלה, סטראשעט ער אז מ'פארמאכט ס'גאנץ געשעפט?! דאס איז דאך נישט קיין נארמאלע געשעפט...

אזוי אויך איז דא א גמרא איבער רבי אלעזר בן פדת וואס האט נעבעך געליטן ציפקע צרות, אויף אזוי ווייט אז נאך הקזת דם האט ער נישט געהאט וואס צו נעמען אין מויל אריין און ער האט גע'חלש'ט, האט ער גע'חלומ'ט ווי ער פרעגט פונעם אויבערשטן, ווילאנג נאך ער גייט זיך אזוי מוטשענען, האט איהם דער אויבערשטער געזאגט אז אויב דו ווילסט מאך איך יעצט פריש איבער די גאנצע וועלט און ס'קען זיין אז ס'וועט דיר געלונגען אז דו וועסט געבוירן ווערן אין א גוטע מזל, ס'איז אויך עפעס אזא פלא, ר' אלעזר האט נישט קיין געלט, זאל איהם דער אויבערשטער געבן געלט און שוין... וואס איז דער איבער מאכן די וועלט ווייל איינער האט נישט קיין געלט?! און אפילו מיט'ן איבער מאכן די וועלט באקומט ער נישט קיין גערענטי אז ס'העט געלונגען...

אלא מאי, די ענטפער אויף די אלע זאכן איז אזוי ווי דער אויבערשטער אליינס האט אזוי שיין און זיס געענפערט פאר איוב:

א  וַיַּעַן ה' אֶת אִיּוֹב, מנהסערה (מִן הַסְּעָרָה); וַיֹּאמַר.
ב  מִי זֶה, מַחְשִׁיךְ עֵצָה בְמִלִּין בְּלִי-דָעַת.
ג  אֱזָר-נָא כְגֶבֶר חֲלָצֶיךָ; וְאֶשְׁאָלְךָ, וְהוֹדִיעֵנִי.
ד  אֵיפֹה הָיִיתָ, בְּיָסְדִי-אָרֶץ; הַגֵּד, אִם-יָדַעְתָּ בִינָה.

דאס זענען די ערשטע פיר פסוקים וואס ווערן נאכגעפאלגט מיט א לאנגע רייע פון שאלות וואס דער אויבערשטער פרעגט צוריק פון איוב, נאך אלע טענות וואס איוב האט אויפ'ן אויבערשטן.

די ערשטע שאלה מיט וואס כביכול הייבט אן איז: וואו ביסטו געוועהן ווען איך האב געגרינדעט די וועלט???

אין אנדערע ווערטער, ס'נישט מעגליך צו פארשטיין וואס קומט פאר אויף די וועלט אויב דו האסט נישט מיטגעהאלטן פון אנהייב, ס'נישט שייך מסביר צו זיין פארוואס דער אדער יענער האט יסורים ווייל ס'פעלט דיר דעם יסדי ארץ, דו ביסט נישט דארט געוועהן און דו האסט עס נישט מיט געהאלטן פון דעמאלטס ביז יעצט.

ווען די מלאכים האבן געפרעגט אזא גוטע שאלה פון זו תורה וזו שכרה, האט דער באשעפער זיי געזאגט: איך האב א תירוץ אבער עטס קענטס עס נאר פארשטיין אויב עטס האלטסט מיט די וועלט פון אנהייב, איז ממילא וועל איך צוריקקערן די וועלט צו תוהו ובוהו און דאן וועל איך ענק קענען ווייזן.

האבן מיר נאך אן ענטפער פארוואס מיר קענען נישט פארשטיין. קודם א יישר כח, עס איז א שיינער תגובה. אבער די פונדאמענטאלע קשיא איז למה? פארוואס אזא סארט סיסטעם? דאס קומט שוין נאך די הנחה אז מיר קענען דאס נישט פארשטיין. פאר מענטשן קרוצי חומר, וואס האבן שכל, אפילו ער זאל האבן אן איי-קיו פון איבער 300 וועט ער נישט קענען מאכן סענס פון דעם. נישטא קיין שום ראציאנאלע סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט באשאפן א מענטש מיט די סיסטעם אז ער זאל ליידן ציפקע שוועריקייטן לאורך ימי חייו, און פאר טייל מענטשן יסורים נוראים ל"ע. רבוש"ע עד מתי?

איך מיין אז די תעלומה איז גרעסער פון ידיעה ובחירה, און גרעסער פון אמונה.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

פרייוויליג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:בכלל נישט! דער דירעקטאר פונעם פלעי זאגט קלאר אז אים זעלבסט טוט עס אויך וויי, בכל צרתם לו צר, בזמן שאדם מישראל בצער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי וכו'.

פארשטייט זיך אז דאס איז נישט כפשוטו, עס איז אוממעגליך אז הקב"ה זאל ליידן פונקט ווי אונז. דער בכל צרתם לו צר איז בלויז מצייר צו זיין אז אלעס האט א חשבון, און יבא יומו וואס מ'וועט דאס פארשטיין.

דו האלסט און איין אויפקימען מיט strawman פשטים, און דערנאך, דאס נישט פארשטיין אזוי גוט,ממילא איז דאך שווער, זייער שווער!
ס'איז טרענספערענט פאר די באזעצענע ליינער.

סביב רשעים יתהלכון, איז דאך שווער, וואו גייען זיי?
זיי גייען און סירקולס, אמאל מיט איין ניק און אמאל מיט די אנדערע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פרייוויליג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:בכלל נישט! דער דירעקטאר פונעם פלעי זאגט קלאר אז אים זעלבסט טוט עס אויך וויי, בכל צרתם לו צר, בזמן שאדם מישראל בצער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי וכו'.

פארשטייט זיך אז דאס איז נישט כפשוטו, עס איז אוממעגליך אז הקב"ה זאל ליידן פונקט ווי אונז. דער בכל צרתם לו צר איז בלויז מצייר צו זיין אז אלעס האט א חשבון, און יבא יומו וואס מ'וועט דאס פארשטיין.

מ'קען אסאך ארומרעדן אין די עומק הפשט פון די מימרא, וואס איז דאס קודשא בריך הוא, וואס איז דאס שכינתיה, וועם ס'טוט יא וויי און וועמען נישט, וואס דאס מיינט צער כלפי די שכינה הקדושה, וכו' וכו'. בכל אופן, די וועג וויאזוי מאנכע פארשטייען די מימרא איז ריין נאנסענס, ווער רעדט נאך ווען ס'דארף צו פארענטפערן אונזער קשיא דא.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

הקטן האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:בכלל נישט! דער דירעקטאר פונעם פלעי זאגט קלאר אז אים זעלבסט טוט עס אויך וויי, בכל צרתם לו צר, בזמן שאדם מישראל בצער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי וכו'.

פארשטייט זיך אז דאס איז נישט כפשוטו, עס איז אוממעגליך אז הקב"ה זאל ליידן פונקט ווי אונז. דער בכל צרתם לו צר איז בלויז מצייר צו זיין אז אלעס האט א חשבון, און יבא יומו וואס מ'וועט דאס פארשטיין.

דו האלסט און איין אויפקימען מיט strawman פשטים, און דערנאך, דאס נישט פארשטיין אזוי גוט,ממילא איז דאך שווער, זייער שווער!
ס'איז טרענספערענט פאר די באזעצענע ליינער.

שטרוימאן אויסדריק איז נישט אין פלאץ.

איך בין באמת וויליג צו הערן, געב מיר א בעסערע פשט פאר בכל צרתם לו צר. איך מיין אז עס האט נישט קיין פשוט'ע פשט, נאר אויב דו קומסט מיט ווערטער ווי שכינתא בגילותא, צער השכינה וכו' ווערטער וואס מיר קענען נאך מאמבלען אבער מיר פארשטייען דאס נישט.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

דו שאלה וואס מיר פרעגן איז פארוואס קימט יסירום אויף גיטע אדער אויף סתם מענטשען, טייל פארשטייען נישט טייל פארשטייען אביסל און טיין זאגן אז די פרעמיס פין די קשאי איז א נארישע

איך זעה בכלל נישט וואו אזוי "בכל צרתם לו צר" מאכט עפעס גרינגער אדער מער שווער, זאג כפשיטו זאג נישט כפשיטו, סך הכול געמאלן וואסער
דיין פשט פין "דער בכל צרתם לו צר איז בלויז מצייר צו זיין אז אלעס האט א חשבון" האסטו ארויסגענימען פין דיין בויך, און די ווייסט דאס, הוי סטראמען פשטים
איז דאך שווער, זייער שווער...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

הקטן האט געשריבן:דו האלסט און איין אויפקימען מיט strawman פשטים, און דערנאך, דאס נישט פארשטיין אזוי גוט,ממילא איז דאך שווער, זייער שווער!

איך ווייס נישט ווער איז די שטרוי און ווער איז די מאן, אבער די רמב"ם זאגט שוין אז די אלע מאמרים וואס זענען מייחס געפילן צו גאט זענען נאר משלים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

הקטן האט געשריבן:איך זעה בכלל נישט וואו אזוי "בכל צרתם לו צר" מאכט עפעס גרינגער

שטייען מיר דאך אלע אויף איין פעידש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:דו האלסט און איין אויפקימען מיט strawman פשטים, און דערנאך, דאס נישט פארשטיין אזוי גוט,ממילא איז דאך שווער, זייער שווער!

איך ווייס נישט ווער איז די שטרוי און ווער איז די מאן, אבער די רמב"ם זאגט שוין אז די אלע מאמרים וואס זענען מייחס געפילן צו גאט זענען נאר משלים.

אין די רמב"ם זאגט אז די משל און דעם בכל צרתם לו צר איז מצייר צו זיין אז אלעס האט א חשבון?!?
איז דאך שווער... זייער שווער...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:איך זעה בכלל נישט וואו אזוי "בכל צרתם לו צר" מאכט עפעס גרינגער

שטייען מיר דאך אלע (אויסער שמעקעדיג) אויף איין פעידש.

:?: :?: :?:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הקטן דו קומסט אריין זייער נישט קלאר.

איך טענה שוין לאנג אז דער עיקר פראבלעם פון אונזער דרך האידישקייט און יחס פון אונז צום באשעפער (ד"ה ווי אזוי מען לערנט אונז) איז עפעס וואס איז זיך כסדר סותר,
דהיינו, היינט זאגסטו מיר אז דער רבש"ע איז מיסודו א גוטער, נאר יעדע עונש קומט צוליב אן עבירה, און אז דו ליידסט איז עס נאר פאר דיין טובה כדי זאלסט נתעורר ווערן און תשובה טאן;
אבער מארגן ווען מען טוט תשובה און די יסורים/עונש פארבלייבט, אדער א אומשולדיגער צדיק/בעבי ליידט, זאגט מען אז מען קען נישט פארשטיין דעם באשעפער...
אויב קען מען אים נישט פארשטיין, פארוואס האסטו נעכטן געזאגט אז סך הכל איז דער עונש ווי א פעטשל פון א טאטע וואס וויל מעורר זיין דאס קינד וזהו?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואלווי האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:בכלל נישט! דער דירעקטאר פונעם פלעי זאגט קלאר אז אים זעלבסט טוט עס אויך וויי, בכל צרתם לו צר, בזמן שאדם מישראל בצער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי וכו'.

פונקט ווי דער חדר רבי.
גלייב מיר ס'טוט מיר אסאך מער וויי...

אויב אזוי הער אויף פראסקענען!

סאך מער ווי דער רבי אין חדר!!
דער רבי שלאגט נאר ווער עס איז שלעכט.... ווידעראום דער באשעפער, איז "את אשר יאהב ה' יוכיח"....
איך בין שוין אינגאנצן צומישט...... :shock: ;)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מיט אזעלעכע פריינט ווער דארף שונאים.

אמאל פלעגט מען זאגען, אפי' שפיי אויף מיר, אבער קוק מיך חאטש אן. אבער ואחרי ככלות הכל ענדערש האב מיך נישט ליב און קוק ניטאמאל אויף מיין זייט.

ווי אזוי האט יענער געזאגט..
So much for being the chosen nation. It's about time to give someone else a chance...
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

וואלווי האט געשריבן:So much for being the chosen nation. It's about time to give someone else a chance...

איין זאך וואס דער בעל המאמר האט ריכטיג אויפגעפאסט, ס'איז דא איינער וואס האט אינז בוחרגעווען
זייער שווער צוציקיקען וואו אזוי דער איד מאכט דארך דעם גלות און אננעמען אז דאס איז רענדעם.
פארשטייסט יא פארשטייסט נישט, אבער ס'דא דא איינער וואס איז in-charged
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

הקטן האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:So much for being the chosen nation. It's about time to give someone else a chance...

איין זאך וואס דער בעל המאמר האט ריכטיג אויפגעפאסט, ס'איז דא איינער וואס האט אינז בוחרגעווען
זייער שווער צוציקיקען וואו אזוי דער איד מאכט דארך דעם גלות און אננעמען אז דאס איז רענדעם.
פארשטייסט יא פארשטייסט נישט, אבער ס'דא דא איינער וואס איז אינדשארט.

ווייטער א ליידיגער ענטפער.

אמאל איז געווען אן עקסעפטעד מהלך אין דער וועלט אז might makes right. מיט דעם גאנג האבן די קאלאניסטן באראבעווט און געמארדעט מיליאנע אמעריקענע-אינדיענס.

אזא פנים טראגט די יש מנהיג לבירה לאגיק.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

וואלווי איך האב שוין געזאט וואס איך האב ציזאגן אין פריערדיגע תגבות, ומשם תדרשנו
טיי האבן פארשטאנען אין הנאה געהאט, טייל נישט
יעצט האב איך פשוט רעגירט צי דיין מאמר וואס ברענגט ארויס דעם לאגיק פין יש מנהיג לבירה, וואו דו ריפסט דאס

פארשפארט