גדליה האט געשריבן:אז דו זאגסט מיר אז אין א געוויסע צייט גייט מען פארשטיין דאס קען איך הערען. אויב למשל איהר זאגט מיר אז אין צען יאר וועט נתגלה ווערען פארוואס מיין צאן טוהט יעצט וויי, דעמאלץ וועל איך ווארטען אביסעלע. אבער צו זאגען אז נאכ'ן שטארבען גייט קומען די הסבר איז פשוט נישט געענטפערט די פראגע ווייל נאכ'ן שטארבען גייט מיך שוין גארנישט אינטרעסירען.
גלייבן אדער נישט גלייבן נעמען נישט אוועק די יסורים, קומט אויס אז מיר בלייבן מיט צוויי אפציעס. אדער אנגיין מיטן לעבן צוזאמען מיט די שוועריקייט, און זיך אויפעסן אויף די תעלומה פון פרעניות. אדער אנגיין מיטן לעבן אבער במחשבה אז עס מוז זיין אז יש דברים בגוי, על אף איך קען דאס נישט משיג זיין אויף קיין שום פאל, אבער די סייקי בארואיגט זיך אביסל אז עס נישט קיין הפקר וועלט.
וועלכע אפציע וואלסטו גענומען?
איך בין מסכים מיט אייך אז סהאט נישט קיין זין זיך אויפצועסען. לך אכול בשמחה לחמך ושתה בלב טוב יינך כי זה כל האדם. רוב מענטשען האט גענוג אויף וואס צו דאנקען און זיך צו פרייען און הנאה האבען פון די קורצע צייט וואס מיר זענען דא. א שאד צו פאקוסירען אויף די שלעכטס און אויב די דירעקטאר פון די פלעי האט דווקא א משונהדיגע הנאה פון מיין צאן ווייטיג, פארגין איך עס עם
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
בכלל נישט! דער דירעקטאר פונעם פלעי זאגט קלאר אז אים זעלבסט טוט עס אויך וויי, בכל צרתם לו צר, בזמן שאדם מישראל בצער שכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי וכו'.
א איד ברויך דאך אלץ צו ווארפן זיינע צוויי צענט, וועל איך אויך פרובירן.
בנוגע די גמרא אז די מלאכים האבן געפרעגט זו תורה וזו שכרה, און כביכול האט גע'ענפערט אז אויב זיי בלייבן נישט שטיל איז ער מחזיר די וועלט לתוהו ובוהו, ס'איז באמת שווער צו פארשטיין וואספארא סארט געשעפט איז דאס, מ'געט א פרעג דעם באלעבאס א שאלה, סטראשעט ער אז מ'פארמאכט ס'גאנץ געשעפט?! דאס איז דאך נישט קיין נארמאלע געשעפט...
אזוי אויך איז דא א גמרא איבער רבי אלעזר בן פדת וואס האט נעבעך געליטן ציפקע צרות, אויף אזוי ווייט אז נאך הקזת דם האט ער נישט געהאט וואס צו נעמען אין מויל אריין און ער האט גע'חלש'ט, האט ער גע'חלומ'ט ווי ער פרעגט פונעם אויבערשטן, ווילאנג נאך ער גייט זיך אזוי מוטשענען, האט איהם דער אויבערשטער געזאגט אז אויב דו ווילסט מאך איך יעצט פריש איבער די גאנצע וועלט און ס'קען זיין אז ס'וועט דיר געלונגען אז דו וועסט געבוירן ווערן אין א גוטע מזל, ס'איז אויך עפעס אזא פלא, ר' אלעזר האט נישט קיין געלט, זאל איהם דער אויבערשטער געבן געלט און שוין... וואס איז דער איבער מאכן די וועלט ווייל איינער האט נישט קיין געלט?! און אפילו מיט'ן איבער מאכן די וועלט באקומט ער נישט קיין גערענטי אז ס'העט געלונגען...
אלא מאי, די ענטפער אויף די אלע זאכן איז אזוי ווי דער אויבערשטער אליינס האט אזוי שיין און זיס געענפערט פאר איוב:
דאס זענען די ערשטע פיר פסוקים וואס ווערן נאכגעפאלגט מיט א לאנגע רייע פון שאלות וואס דער אויבערשטער פרעגט צוריק פון איוב, נאך אלע טענות וואס איוב האט אויפ'ן אויבערשטן.
די ערשטע שאלה מיט וואס כביכול הייבט אן איז: וואו ביסטו געוועהן ווען איך האב געגרינדעט די וועלט???
אין אנדערע ווערטער, ס'נישט מעגליך צו פארשטיין וואס קומט פאר אויף די וועלט אויב דו האסט נישט מיטגעהאלטן פון אנהייב, ס'נישט שייך מסביר צו זיין פארוואס דער אדער יענער האט יסורים ווייל ס'פעלט דיר דעם יסדי ארץ, דו ביסט נישט דארט געוועהן און דו האסט עס נישט מיט געהאלטן פון דעמאלטס ביז יעצט.
ווען די מלאכים האבן געפרעגט אזא גוטע שאלה פון זו תורה וזו שכרה, האט דער באשעפער זיי געזאגט: איך האב א תירוץ אבער עטס קענטס עס נאר פארשטיין אויב עטס האלטסט מיט די וועלט פון אנהייב, איז ממילא וועל איך צוריק קערן די וועלט צו תוהו ובוהו און דאן וועל איך ענק קענען ווייזן.
יהודי פשוט האט געשריבן:א איד ברויך דאך אלץ צו ווארפן זיינע צוויי צענט, וועל איך אויך פרובירן.
בנוגע די גמרא אז די מלאכים האבן געפרעגט זו תורה וזו שכרה, און כביכול האט גע'ענפערט אז אויב זיי בלייבן נישט שטיל איז ער מחזיר די וועלט לתוהו ובוהו, ס'איז באמת שווער צו פארשטיין וואספארא סארט געשעפט איז דאס, מ'געט א פרעג דעם באלעבאס א שאלה, סטראשעט ער אז מ'פארמאכט ס'גאנץ געשעפט?! דאס איז דאך נישט קיין נארמאלע געשעפט...
אזוי אויך איז דא א גמרא איבער רבי אלעזר בן פדת וואס האט נעבעך געליטן ציפקע צרות, אויף אזוי ווייט אז נאך הקזת דם האט ער נישט געהאט וואס צו נעמען אין מויל אריין און ער האט גע'חלש'ט, האט ער גע'חלומ'ט ווי ער פרעגט פונעם אויבערשטן, ווילאנג נאך ער גייט זיך אזוי מוטשענען, האט איהם דער אויבערשטער געזאגט אז אויב דו ווילסט מאך איך יעצט פריש איבער די גאנצע וועלט און ס'קען זיין אז ס'וועט דיר געלונגען אז דו וועסט געבוירן ווערן אין א גוטע מזל, ס'איז אויך עפעס אזא פלא, ר' אלעזר האט נישט קיין געלט, זאל איהם דער אויבערשטער געבן געלט און שוין... וואס איז דער איבער מאכן די וועלט ווייל איינער האט נישט קיין געלט?! און אפילו מיט'ן איבער מאכן די וועלט באקומט ער נישט קיין גערענטי אז ס'העט געלונגען...
אלא מאי, די ענטפער אויף די אלע זאכן איז אזוי ווי דער אויבערשטער אליינס האט אזוי שיין און זיס געענפערט פאר איוב:
דאס זענען די ערשטע פיר פסוקים וואס ווערן נאכגעפאלגט מיט א לאנגע רייע פון שאלות וואס דער אויבערשטער פרעגט צוריק פון איוב, נאך אלע טענות וואס איוב האט אויפ'ן אויבערשטן.
די ערשטע שאלה מיט וואס כביכול הייבט אן איז: וואו ביסטו געוועהן ווען איך האב געגרינדעט די וועלט???
אין אנדערע ווערטער, ס'נישט מעגליך צו פארשטיין וואס קומט פאר אויף די וועלט אויב דו האסט נישט מיטגעהאלטן פון אנהייב, ס'נישט שייך מסביר צו זיין פארוואס דער אדער יענער האט יסורים ווייל ס'פעלט דיר דעם יסדי ארץ, דו ביסט נישט דארט געוועהן און דו האסט עס נישט מיט געהאלטן פון דעמאלטס ביז יעצט.
ווען די מלאכים האבן געפרעגט אזא גוטע שאלה פון זו תורה וזו שכרה, האט דער באשעפער זיי געזאגט: איך האב א תירוץ אבער עטס קענטס עס נאר פארשטיין אויב עטס האלטסט מיט די וועלט פון אנהייב, איז ממילא וועל איך צוריקקערן די וועלט צו תוהו ובוהו און דאן וועל איך ענק קענען ווייזן.
האבן מיר נאך אן ענטפער פארוואס מיר קענען נישט פארשטיין. קודם א יישר כח, עס איז א שיינער תגובה. אבער די פונדאמענטאלע קשיא איז למה? פארוואס אזא סארט סיסטעם? דאס קומט שוין נאך די הנחה אז מיר קענען דאס נישט פארשטיין. פאר מענטשן קרוצי חומר, וואס האבן שכל, אפילו ער זאל האבן אן איי-קיו פון איבער 300 וועט ער נישט קענען מאכן סענס פון דעם. נישטא קיין שום ראציאנאלע סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט באשאפן א מענטש מיט די סיסטעם אז ער זאל ליידן ציפקע שוועריקייטן לאורך ימי חייו, און פאר טייל מענטשן יסורים נוראים ל"ע. רבוש"ע עד מתי?
איך מיין אז די תעלומה איז גרעסער פון ידיעה ובחירה, און גרעסער פון אמונה.
דו שאלה וואס מיר פרעגן איז פארוואס קימט יסירום אויף גיטע אדער אויף סתם מענטשען, טייל פארשטייען נישט טייל פארשטייען אביסל און טיין זאגן אז די פרעמיס פין די קשאי איז א נארישע
איך זעה בכלל נישט וואו אזוי "בכל צרתם לו צר" מאכט עפעס גרינגער אדער מער שווער, זאג כפשיטו זאג נישט כפשיטו, סך הכול געמאלן וואסער דיין פשט פין "דער בכל צרתם לו צר איז בלויז מצייר צו זיין אז אלעס האט א חשבון" האסטו ארויסגענימען פין דיין בויך, און די ווייסט דאס, הוי סטראמען פשטים איז דאך שווער, זייער שווער...!
סאך מער ווי דער רבי אין חדר!! דער רבי שלאגט נאר ווער עס איז שלעכט.... ווידעראום דער באשעפער, איז "את אשר יאהב ה' יוכיח".... איך בין שוין אינגאנצן צומישט......
וואלווי איך האב שוין געזאט וואס איך האב ציזאגן אין פריערדיגע תגבות, ומשם תדרשנו טיי האבן פארשטאנען אין הנאה געהאט, טייל נישט יעצט האב איך פשוט רעגירט צי דיין מאמר וואס ברענגט ארויס דעם לאגיק פין יש מנהיג לבירה, וואו דו ריפסט דאס
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers