אין אנדערע אשכולות האט מען שוין דערמאנט דעם נאמען פון פרוי ווידער וואס איז א כמו דאקטער פון וויליאמסבורג וואס אסאך מענטשען שווערען זיך אין איר און אנדערע האלטען אז זי איז א סכנה פאר סאסייעטי.
איך געדענק נאך ווען מיין ווייב האט זיך אויך האלבוועיגס אריינגעלייגט ביי איר אבער ווייל איך בין סקעפטיק צו אזעלעכע שטותים און ספעציעל ווען עס קאסט קעש... האבעך זייער שנעל אראפגעשטעלט מיין פיס און נישט געלאזט גיין צו איר.
נאכדעם איז דא נאך אנדערע איינרעדענישען מיט קייטעלעך אדער וואן ברעין (עקזיסטירט נאך? זיי פלעגען עדוועטייזען אין די מעלות - א אויסגאבע ווי אלע חלומות טרעפען זייער גוט די פלאץ ויש להאריך בזה) וואס איינע פון די איז צו מיר אנגעקומען אהיים מיט א חודשלעכע קאסט פון אפאר הונדערט דאלער און נאך פאר כאב געכאפט וואס סע גייט פאר האט מיין ווייב מיט העלפ פון א קרוב זיך אויפגעסיינט צו מיין גרויס כעס. (גוגל האט מיר דעמאלטס געהאלפען ווען כאב יענעם קרוב געוויזען וואס זיי האבן צו זאגן אויף די נארישקייטען).
סע דא נאך זאכן ווי קייראפרעקטיק אבער צו דעם גיי איך עפענען א עקסטערע אשכול.
מרס ווידער און אנדערע געזונטהייט איינרעדענישען
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2999 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
מרס ווידער און אנדערע געזונטהייט איינרעדענישען
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
דער אשכול פארמאגט 173 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן