די סיבה פון אנטיסעמיטיזם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מייסטנס מוסלמענער זענען נישט פארגלייבט אין מוחמד, ספעציעל נישט די וואס וואוינען דא אין ניו יארק, עטליכע מוסלמענער האבן מיר שוין געזאגט אז זיי גלייבן נישט אין מוחמד, היינט איז שוין דא ביי זיי באוועגונגען ווי פוטסטעפס וכדו'.

זיי רצח'ענען צוליב די זעלבע סיבה וואס ביי היימישע אידן האט מען ליב זאפטיגע גאסיפ אויף יענעם, נאכדערצו ווען עס איז לשם שמים, זיי הארגענען און זיי זאגן אז זיי טוען עס לשם שמים.

מדינת ישראל היינטיגע צייטן איז א מוז, מען קען שוין נישט אן דעם, כופרים, ציונים, רשעים, אלעס פיין און וואויל, בדרך הטבע קען נישט קיינער זען אז אידן זאלן בלייבן לעבן אן דעם.

אין די אויגן פון יעדן גוי איז עס זעלבסטפארשטענדליך אז פונקט ווי דער פראנצויז האט א לאנד האט דער איד אויך א לאנד, עס איז ממש א קליינע פראצענט וואס האלטן קעגן די מדינה זעלבסט, און דאס זעלבע פארשטייען זיי אז מיט א הייס בלוטיגער אראבער קען מען זיך נישט זעצן צום טיש און פאר די וואס האבן עס נישט געוואלט פארשטיין האט חוסיין אובמה'ס געפלאפטע דיעל געפראווט דעם פונקט.

אונז אידן קענען דעבאטירן איבער די מדינה און איבער איר שטאנדהאפטיגקייט, אבער אינעם גוי'ס אויגן איז עס פיין אקעי און נישט מדינת ישראל ברענגט אנטיסעמיטיזם.

אנטיסעמיטיזם ברענגט אט די פאקט אז ריעל איסטעיט און אלע ביזנעסער ווערן געפירט ביי אידן, פון די צען גרעסטע מיליאנערן אין אמעריקע זענען פיר אידן, אידן האבן טייערע קארס און ריזיגע הייזער און קאלעקטן רענט פון די ארטיסטן...

שטעלט אייך פאר ווען די טשייניז חברה וואלטן ווען ארומגעפארן אין ברוקלין מיט סובארבאנס מיט היי ביעמס און וואלטן געגרינדעט שומרים און הצלה איבעראל וואו זיי באזעצן זיך, וואלט עס אייך נישט געבאדערט? טינק אבאוט איט...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

האסט א שפיץ אז אונזער אויפרייסערישקייט איז גורם אסאך שנאה, אבער דאס איז בעיקר לאקאל. שווער צו גלייבן אז דער גוי אין וויאמינג האט פיינט כלל ישראל וועגן שומרים מיט סובורבענס.

דאס וואס דו שרייבסט אז רוב גויים פארשטיין מדינת ישראל און האבן אונז נישט פיינט וועגן דעם, איז ליידער נישט ריכטיג. איך האב מורא דו לעבסט אין א באבל.
איך לייען אסאך ניייעסלעך וועגן מדינת ישראל אין די מידיא וועלכע ערלויבט די ליינער צו שרייבן קאמענטס. איך וואלט געזאגט אז 60-70% פון די גויים האלטן אז מדינת ישראל איז נישט גערעכט און זענען רוצחים, און נעמען זיך ענדערש אן פאר די פאלעסטינער רוצחים.
אז דו ווילסט קען איך דיר געבן אפאר לינקס (סיי פארגאנגענע נייעס צי צוקונפטיגע) וואו איך בין דיר מכבד צו ליינען די קאמענטארן. כ'זאג דיר אז ס'איז נישט געזונט פאר'ן הארץ דאס צו ליינען.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די סיבה פארוואס דער גוי אין וויאמינג האט רונז פיינט איז ווייל לערי עליסאן און סאריס זענען אידן און זענען פרא אימיגראנטן וכו'

גראדע הערט ער פון זיין שוואגערס איידעם וואס איז געווען אין מאנהעטן אז די אידן האבן זיך אויפגעבויעט דארטן און עס רעגט אים אויף.

איך האב שוין געליינט די קאמענטס אויף די אלע וועבסייטס און זיי זענען מערסטנס פון אייראפעאישע אראבער וועלכע זענען אויך אומגעווינטשענע געסט אין אייראפע און פון א קליינטשיקע צאל ראסיסטן, פרעג יעדן רעכטדענקנדער גוי וועט ער דיר פרעגן פארוואס סאטמאר האלט פארקערט.

נטרונא און נטורי חרתא זענען גארביזש, זיי מעסן אפ די מיינדס פון די נארמאלע גוים, איך וואלט געטוישט דעם קעפל פונעם אשכול צו די סיבה פון אנטיסעמיטיזם - נטורי חרתא און נטרונא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א. דאס האט גארנישט מיט אנטיסעמיטיזם צוטאן, די חברה פון וועמען דו רעדסט שלאגן זיך צווישן זיך אויך.

ב. ארויסווייזן פריינדשאפט איז נישט קיין סתירה צו סופרעמיזם, מ'קען זיין זייער פריינדליך צום גוי (ס'דאך א חילול השם...), און נאכאלץ זאגן פאר די קינדער "די שמוציגע גוים".

רביה"ק זי"ע: נישט אייביג איז עס דער איד וואס ווייזט ארויס דעם נישט ריכטיגן פנים אדער צוגאנג צו די טונקל הויטיגע אפריקאנער אמעריקאנער אינדיווידועללן. א סאך מאל איז עס זייער אייגענער קאמפלעקס וואס שטערט צו האבן א נארמאלע רילעישאנשיפ. למשל. איך האב, מיט א סאך יארן צוריק געארבעט אין קאנסטראקשן צוזאמען מיט עטליכע גויים. ובתוכם א שחור. ווען ס'איז געקומען לאנטש טיים איז די גאנצע חבריא (קדישא?) געגאנגען צו א באר. וגם אני בתוכם. די גויים האבן געארדערט ביר. און איך האב גענומען סתם א דרינק. ווען דער שחור האט מיר געאפפערט ביר, האביך איהם אפגעזאגט בדרך כבוד. מיט דעם פשוט'ן טעם אז איך ווילל נישט טרינקען אלקאהאל אינמיטן די ארבעט. האט ער זיך אינגאנצן באליידיגט. (אדער האט ער זיך געמאכט.)...זאגנדיג אז איך ווילל נישט טרינקען מיט איהם ווייל ער איז א שחור...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שטייט אין די הייליגע גמרא אין מסכת שבת דף פט. אזוי: רב חסדא ורבה ברי' דרב הונא דאמרי תרווייהו מאי הר סיני הר שירדה שנאה לעכו"ם עליו:

און די סיבה איז פשוט, אז דו טראכסט אז די גוי איז שמוציג און אומווערדיג, אויטאמאטיש טראכט די גוי אז דו ביזט שמוציג און אומווערדיג, כמים פנים לפנים כן לב האדם לאדם. און איינער וואס זוכט זיך אנדערע תירוצים פאר אנטיסעמיטיזם, איז א כופר אין די הייליגע דברי חז"ל, און האט נישט וואס צו זוכן דא אין שטיבל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: איך וועלל דיר נאר פארציילן א קליינע מעשה'לע וואס דער גרויסער שרייבער חיים גראדע פארציילט...!

ווען ס'האטציך שוין אנגעהויבן די עכט אנטיסעמיטישע צייטן אין פאר מלחמה'דיגן פוילן. (דאס האט גארנישט צו טון מיט דעם פאקט אז די דייטשע נאציס האבן אינוואדירט פוילן אין יאר 1939) זענען געווען אידן האלב פרייע פויגלען, וועלכע האבן ביז דאמאלס געהאט א גאר נאנטן שייכות מיט די גויים. איינער אזא פארשוין איז געווען וועם מ'האט גערופן ..."דער סאלדאט מיט איין פוס"...ער איז געווען א וועטעראן פון די ערשטע וועלט מלחמה וואו ער האט פארלוירן א פוס. ער האט אבער ארומגעוואנדערט איבער א גרויסן טייל פון פוילן. סיי צווישן אידן און סיי צווישן גויים. ווען ער איז געקומען צווישן גויים האט איהם נישט געשטערט אז דאס עסן איז נישט כשר. אבער ווען ער האט שוין דערשפירט די שטארקע שנאה פון די גוי'אישע באפעלקערונג צו די אידן, האט ער זיך איינגעצויגן. און זיך געסעטלט און באזעצט אין די אידישע געגנט פון ווילנא (דאמאלס א טייל פון פוילן). איז אבער געווען דארט אן אנדער סארט כאראקטער, וועם מ'האט גערופן דער איד'ל מיט'ן פידל. ער האט נאכאלץ ארומגעוואנדערט צווישן די גויים און זיי אונטערגעהאלטן מיט זיין פידעלע. ער פלעגט גיין צו די גוי'אישע פריצים און שפילן ביי זייערע הוליאנקעס. און ווען ער האט באקומען א שטיק ברויט מיט חזיר איז ער געווען גליקליך...! איין טאג האבן די גויים פון א געוויסן שטעטל גערופן די ראשי הקהילה און געזאגט אז זיי זאללן קומען אפנעמען זייער טויטן זשיד...די גויים האבן איהם געהרג'עט. כאטש ער איז געווען אויסגעקאכט מיט זיי. און קיינער האט נישט גערופן פאליציי. און קיינער האט נישט געמאכט קיין שום אויספארשונג. איבער ווער ס'האט איהם געהרג'עט...! עד כאן סיפור המעשה...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אט דא זאגט ער קלאר ארויס וואס דער מצב איז געווען אין דייטשלאנד אין יענע תקופה. אז די מציאות איז געווען אז דער המון עם האט אקטיוו געמאכט היטלער'ס כאראקטער. ד.מ. אז דער המון עם אין דייטשלאנד האט אקטיוו מיטגעהאלטן די אלע העצערייען אקעגן די אידן...!

דאס קומט אונז צו לערנען נישט אזוי ווי א סאך סאטמאר-ערצויגענע מענטשן וועלכע וועללן פארענטפערן דעם דייטשן המון. און אייביג בלעימען די אידן. קרי די..."ציונים"...! זיי באשולדיגן די..."ציונים".. אין האלקאוסט. אבער דאס דייטשע פאלק איז גוט. און זיי וועללן ענדערש פארן מיט די דייטשע עירליין לופטהאנזא ווי מיט אל על. ס'נישט אז פארן מיט אל על איז אזא גרויסע מציאה. איך האב אזא פאנטאזיע אז ווען איינער פון די גאר גרויסע און חשוב'ע רבנים ואדמורים וועלכער האט זייער ליעב געהאט צו פארן מיט לופטהאנזא האט ציך אויפגעוועקט פון זיין נאכמיטאג דרימל, האט איהם די דייטשקע. די פלייט אטענדאנט געזאגט...."הערר ראבינער. וויר זינט אנגעקאממען נאך אוישוויץ"...!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: די סיבה פון אנטיסעמיטיזם

שליחה דורך מי אני »

לגבי אן אפהאנדלונג איבער די סיבה פאר אנטיסעמיטיזם וואלט איך רעקאמענדירט דעם ביך Why the Jews דורך הרב יוסף טעלושקין (און דענניס פרעגער). ער רעדט דארט אויך ארום בנוגע אנטיסעמיטיזם ווס. אנטי-ציוניזים (פון די אוה״ע).


Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

די טענה אז ציונות ברענגט אנטיסעמיטיזם איז טפשוטתדיג ביז גאר, פונקט קאפויער, אנטיסעמיטיזם האט געברענגט ציונות. די גאנצע עצם רעיון הציונות האט זיך אנגעפאנגען אלץ אן ענטפער צו אנטיסעמיטיזם, כידוע.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: איך וועלל דיר נאר פארציילן א קליינע מעשה'לע וואס דער גרויסער שרייבער חיים גראדע פארציילט...!

ווען ס'האטציך שוין אנגעהויבן די עכט אנטיסעמיטישע צייטן אין פאר מלחמה'דיגן פוילן. (דאס האט גארנישט צו טון מיט דעם פאקט אז די דייטשע נאציס האבן אינוואדירט פוילן אין יאר 1939) זענען געווען אידן האלב פרייע פויגלען, וועלכע האבן ביז דאמאלס געהאט א גאר נאנטן שייכות מיט די גויים. איינער אזא פארשוין איז געווען וועם מ'האט גערופן ..."דער סאלדאט מיט איין פוס"...ער איז געווען א וועטעראן פון די ערשטע וועלט מלחמה וואו ער האט פארלוירן א פוס. ער האט אבער ארומגעוואנדערט איבער א גרויסן טייל פון פוילן. סיי צווישן אידן און סיי צווישן גויים. ווען ער איז געקומען צווישן גויים האט איהם נישט געשטערט אז דאס עסן איז נישט כשר. אבער ווען ער האט שוין דערשפירט די שטארקע שנאה פון די גוי'אישע באפעלקערונג צו די אידן, האט ער זיך איינגעצויגן. און זיך געסעטלט און באזעצט אין די אידישע געגנט פון ווילנא (דאמאלס א טייל פון פוילן). איז אבער געווען דארט אן אנדער סארט כאראקטער, וועם מ'האט גערופן דער איד'ל מיט'ן פידל. ער האט נאכאלץ ארומגעוואנדערט צווישן די גויים און זיי אונטערגעהאלטן מיט זיין פידעלע. ער פלעגט גיין צו די גוי'אישע פריצים און שפילן ביי זייערע הוליאנקעס. און ווען ער האט באקומען א שטיק ברויט מיט חזיר איז ער געווען גליקליך...! איין טאג האבן די גויים פון א געוויסן שטעטל גערופן די ראשי הקהילה און געזאגט אז זיי זאללן קומען אפנעמען זייער טויטן זשיד...די גויים האבן איהם געהרג'עט. כאטש ער איז געווען אויסגעקאכט מיט זיי. און קיינער האט נישט גערופן פאליציי. און קיינער האט נישט געמאכט קיין שום אויספארשונג. איבער ווער ס'האט איהם געהרג'עט...! עד כאן סיפור המעשה...!


יודל מיטען פידל איז א מאווי פין פאר די קריג געכאפט אין ווארשע. מען קען עס לכאורה זעהן אויף יוטוב.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קדש הילולים האט געשריבן:אפשר זאגסטו מיר פון ווי דו נעמסט אז דו אראבער האבן סתם אזוי פיינט יודן, און נישט דו מדינה איז דו גורם פון דו פיינטשאפט?
האסט אפשר באווייזן דערויף? דו ווייסט אפשר דו מצב מיט דו אראבער בעפאר דו מדינה?

עיין באגרת תימן לרמב"ם לקראת סופו וז"ל: "ואתם אחינו ידוע לכם שהקדוש ברוך הוא הפילנו במהמרות עונותינו בתוך אומה זו שהיא אומת ישמעאל שרעתם חזקה עלינו והם מתחכמים להרע ולמאוס אותנו כמו שגזר עלינו יתברך "ואויבינו פלילים" ושלא תעמוד על ישראל אומה יותר אויבת ממנה ולא אומה שהרעה בתכלית הרעה לדלדל אותנו ולהקטין אותנו ולמאוס אותנו כמוהם שאפילו דוד המלך עליו השלום כשראה ברוח הקודש כל הצרות העתידות לישראל התחיל לצעוק ולקונן בלשון האומה מרעת בני ישמעאל ואמר (תהלים ק"כ ה') "אויה לי כי גרתי משך שכנתי עם אהלי קדר" וראו איך זכר קדר משאר בני ישמעאל לפי שהמשוגע [מוחאמד] הוא מבני קדר כמו שהוא מפורסם מיחוסו ועוד דניאל לא ספר קטנותינו ודלדולנו אלא במלכות ישמעאל שתכנע במהרה שכן אמר (דניאל ח' י') "ותפל ארצה מן הצבא ומן הכוכבים ותרמס" ואנחנו בעודנו סובלים שעבודם וכזביהם ושקרותם למעלה מיכולתנו שאין ביכולת האדם כח לסבול ויהי כמו שאמר דוד ויהי כמו שאמר דוד עליו השלום (תהלים ל"ח י"ח) "ואני כחרש לא אשמע וכאלם לא יפתח פיו" וכמו שהוכיחונו רבותינו לשאת כזבי ישמעאל ושקרו ולשתוק ממנו וסמכו זה לפסוק שכתוב בשם בניו "ומשמע ודומה ומשא" שמע דום ושא וכבר הסכמנו כולנו גדולים וקטנים לסבול שעבודם שכן אמר ישעיהו עליו השלום (ישעיה ג' ו') "גוי נתתי למכים ולחיי למורטים פני לא הסתרתי מכלימות ורוק". ועם כל זה לא נוכל להנצל מרב רעתם ופחזותם בכל זמן וכל זמן שאנו רודפים שלומם הם רודפים אחרינו בחרום ובמלחמה כמו שאמר דוד המלך עליו השלום (תהלים ק"כ ז') "אני שלום וכי אדבר המה למלחמה".

עיין גם בספר צחיח אל-בוכארי וז"ל:
Abu Huraira reported Allah's Messenger (may peace be upon him) as saying: The last day would not come unless the Muslims will fight against the Jews and the Muslims would kill them until the Jews would hide themselves behind a stone or a tree and a stone or a tree would say: Muslim, or the servant of Allah, there is a Jew behind me come and kill him - Sahih Muslim Book 041, Number 6985
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: די סיבה פון אנטיסעמיטיזם

שליחה דורך אונטער חכם »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די טענה אז ציונות ברענגט אנטיסעמיטיזם איז טפשוטתדיג ביז גאר, פונקט קאפויער, אנטיסעמיטיזם האט געברענגט ציונות. די גאנצע עצם רעיון הציונות האט זיך אנגעפאנגען אלץ אן ענטפער צו אנטיסעמיטיזם, כידוע.
איך זעה נישט די טענה דא , איה"נ , אנטיסעמיטיזם האט געברענגט ציונות, אבער אנשטאט צו העלפן האט עס בלויז ערגער געמאכט.

Sent from my AQT80 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איינמאל דו ביזט מודה אז אנטיסעמיטיזם איז שוין געווען געפערליך פאר די ציונים אויך, איז שוין נישט דא קיין שום וועג אויפצואווייזן אדער אפצופרעגן די נארישע טענה. ס'בכלל נישט נוגע צו ציונות האט בעסער געמאכט צו ערגער געמאכט, אונז ווילן דאך וואוסן די שורש דערפון.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

אנטיסמטיזם איז אין נאטור. דאס קען מען נישט היילן דאס קען מען נאר מענעדשן. אונזער פליכט איז צו עס האלטן אין די ראמען אז סזאל נישט ברענגען קען בייזע קאנצקווענצן.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

https://youtu.be/-F3c7ppcfHw

איזרעאל איז זיכער א שעדליכע צוגאב וואס איז מעורר די אנטיסמטיזם. סעט זיין סאך געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון זיי.
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

שליחה דורך זאפטיג »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:אפשר זאגסטו מיר פון ווי דו נעמסט אז דו אראבער האבן סתם אזוי פיינט יודן, און נישט דו מדינה איז דו גורם פון דו פיינטשאפט?
האסט אפשר באווייזן דערויף? דו ווייסט אפשר דו מצב מיט דו אראבער בעפאר דו מדינה?

עיין באגרת תימן לרמב"ם לקראת סופו וז"ל: "ואתם אחינו ידוע לכם שהקדוש ברוך הוא הפילנו במהמרות עונותינו בתוך אומה זו שהיא אומת ישמעאל שרעתם חזקה עלינו והם מתחכמים להרע ולמאוס אותנו כמו שגזר עלינו יתברך "ואויבינו פלילים" ושלא תעמוד על ישראל אומה יותר אויבת ממנה ולא אומה שהרעה בתכלית הרעה לדלדל אותנו ולהקטין אותנו ולמאוס אותנו כמוהם שאפילו דוד המלך עליו השלום כשראה ברוח הקודש כל הצרות העתידות לישראל התחיל לצעוק ולקונן בלשון האומה מרעת בני ישמעאל ואמר (תהלים ק"כ ה') "אויה לי כי גרתי משך שכנתי עם אהלי קדר" וראו איך זכר קדר משאר בני ישמעאל לפי שהמשוגע [מוחאמד] הוא מבני קדר כמו שהוא מפורסם מיחוסו ועוד דניאל לא ספר קטנותינו ודלדולנו אלא במלכות ישמעאל שתכנע במהרה שכן אמר (דניאל ח' י') "ותפל ארצה מן הצבא ומן הכוכבים ותרמס" ואנחנו בעודנו סובלים שעבודם וכזביהם ושקרותם למעלה מיכולתנו שאין ביכולת האדם כח לסבול ויהי כמו שאמר דוד ויהי כמו שאמר דוד עליו השלום (תהלים ל"ח י"ח) "ואני כחרש לא אשמע וכאלם לא יפתח פיו" וכמו שהוכיחונו רבותינו לשאת כזבי ישמעאל ושקרו ולשתוק ממנו וסמכו זה לפסוק שכתוב בשם בניו "ומשמע ודומה ומשא" שמע דום ושא וכבר הסכמנו כולנו גדולים וקטנים לסבול שעבודם שכן אמר ישעיהו עליו השלום (ישעיה ג' ו') "גוי נתתי למכים ולחיי למורטים פני לא הסתרתי מכלימות ורוק". ועם כל זה לא נוכל להנצל מרב רעתם ופחזותם בכל זמן וכל זמן שאנו רודפים שלומם הם רודפים אחרינו בחרום ובמלחמה כמו שאמר דוד המלך עליו השלום (תהלים ק"כ ז') "אני שלום וכי אדבר המה למלחמה".

עיין גם בספר צחיח אל-בוכארי וז"ל:
Abu Huraira reported Allah's Messenger (may peace be upon him) as saying: The last day would not come unless the Muslims will fight against the Jews and the Muslims would kill them until the Jews would hide themselves behind a stone or a tree and a stone or a tree would say: Muslim, or the servant of Allah, there is a Jew behind me come and kill him - Sahih Muslim Book 041, Number 6985


עי' גם בספר עץ הדעת טוב מר' חיים וויטאל פירוש על תהילים על הפסוק בקום עלינו אדם שהכוונה פרא אדם ישמעאל לפני ביאת המשיח שזה יה הגלות כי קשה ע''ש לשונו
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

שליחה דורך זאפטיג »

גאלד האט געשריבן:https://youtu.be/-F3c7ppcfHw

איזרעאל איז זיכער א שעדליכע צוגאב וואס איז מעורר די אנטיסמטיזם. סעט זיין סאך געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון זיי.


זיי זענען נישט א חלק פון כלל ישראל?
איבאנקא טראמפ איז יא א חלק פון כלל ישראל?
אפשר וועט זיין געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון סאקמער
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סדרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: דיסריספעקטפול
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

זאפטיג האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:https://youtu.be/-F3c7ppcfHw

איזרעאל איז זיכער א שעדליכע צוגאב וואס איז מעורר די אנטיסמטיזם. סעט זיין סאך געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון זיי.




זיי זענען נישט א חלק פון כלל ישראל?
איבאנקא טראמפ איז יא א חלק פון כלל ישראל?
אפשר וועט זיין געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון סאקמער


כאדאך נישט גיזאגט איזראליס. ליידער איז געווארן אזוי אז איזרעאל איז געווארן דער אידישער פראיעקט. דער גאנצער עם ישראל בכל כדור העולם איז ציגיטשעפעט צו איזראעל. יעדע משוגעת זייערע דארף איך פארענטפערן.
למה??
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

It's all in you head

האק דיך ארויס פון קאפ אז דו דארפסט זיי פארענטפערן, ווילאנג זיי האבן דיך נישט אויפגענומען אלץ ווארטזאגער האסטו גארנישט מיט זיי, דו דארפסט קיינעם נישט פארענטפערן נאר זיך אליינס.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די טענה אז ציונות ברענגט אנטיסעמיטיזם איז טפשוטתדיג ביז גאר, פונקט קאפויער, אנטיסעמיטיזם האט געברענגט ציונות. די גאנצע עצם רעיון הציונות האט זיך אנגעפאנגען אלץ אן ענטפער צו אנטיסעמיטיזם, כידוע.

און הרב סענדער דייטש זכותו יגון עלינו, אלס שרייבער און פראפאגאנדיסט האט ארויסגעלייגט אלערלי שקרים און בילבולים, וואס האט נאכמער צובלאזן די פלאמען פון שנאה. אין די מערסטע טייל שנאת חינם. וואס דער נאאיווער און אומוויסנדער המון האט אויפגעכאפט. ר' סענדער'ס מזל איז געווען אז אין יענע צייט איז נאכנישט געווען אזא געבענטשטע זאך ווי דער אינטערנעט. וואס מיט איין דריק אויף א קנעפל וואלט מען געקענט אויסגעפונען איבער אלע זיינע שקרים און בילבולים וואס ער האט געניצט פאר זיין אגענדא...!

מ'קען נאך מיינען אז איך בין א סימפאטיקער פון די (אמאליגע) ציונים. בכלל נישט. ס'איז דא גענוג אמת'ע טענות וואס מ'האט צו זיי. אבער די נקודה דא איז. אז ער האטציך נישט צוריקגעהאלטן פון ניצן אפענע שקרים און בילבולים...!

און דאס וואס סאטמאר היינט אלס קהילה איז אבסעסס'ד מיט ..."ציונות"... דאס איז סתם א שטות און א צייט פארברענג. אדער א דיווערסיע. וואס מ'נוצט פאר א תירוץ כדי נישט צו דארפן באהאנדלען די אקטועלע פראבלעמען פון חינוך וכדומה. זיי שמייסן א געפגר'טן פערד, אזוי צו זאגן...! ווייל אין די היינטיגע צייטן איז שוין מער נישטא קיין ציונים. ארץ ישראל איז איינגעטיילט אין 2 חלקים. אידן און גויים. פונקט אזוי ווי אין א יעדן אנדער'ן לאנד זענען דא אידן און, להבדיל, גוים. און קיין איין ערליכן איד אינטרעסירט נישט וואס די גויים טוען. אויב זיי פארן אום שבת מיט די קארס אדער נישט. די זעלבע מציאות (רעאליטעט) איז אין ארץ ישראל...!

איך וועלל נאר ברענגען א קליינעם משל. איבער ר' סענדער'ס שיטה. וואס איך רוף אן דעמאגאגיש'קייט. ס'איז דא דער בארימטער מימרא וואס איינער פון די ציוניס'טישע פיהרערס אין ארץ ישראל האט געזאגט ווען ער האט זיך אפגעזאגט פון העלפן ראטעווען אידן פון די נאציס. ..."רק בדם תהיה לנו הארץ"...! ס'איז אמת אז איינער פון די ציוניסט'ישע פיהרערס האט עס געזאגט. אבער אין אנ'אנדערע צייט און קאנטעקסט. ווען ביי די ערשטע וועלט מלחמה האט ענגלאנד אגיטירט אז די אידן וועלכע האבן דאן געוואוינט אין ארץ ישראל זאללן אריינגיין דינען אין בריטישן מיליטער אקעגן די טערקן. האט איינער פון די ציוניסט'ישע פיהרערס צוגערעדט זיינע חברים מיט דעם סלאגאן..."רק בדם תהיה לנו הארץ"...מיינענדיג צו זאגן אז אויב די אידן וועללן נישט אריינגיין אין די מלחמה העלפן פאר ענגלאנד. מיט וואספארא טענה וועללן זיי קענען קומען צו האבן די הערשאפט איבער ארץ ישראל...!

אין די היינטיגע צייטן ווען ס'איז דא גוגל און אינטערנעט וואלט ער נישט געקענט פארציילן אזא גראבן ליגנט, און בילבול...! ווייל מ'וואלט אויפגעדעקט זיין שקר און שווינדל אין א מינוט...!
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

שליחה דורך זאפטיג »

דאכצעך מעך אז רביה''ק האט געשוואירען אז עס וואלט געדארפט זיין ביאת המשיח נאר די ציוניסטן האבן אפגעהאלטן. ניין?
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
פארשפארט