פרייוויליג האט געשריבן: פאר מענטשן קרוצי חומר, וואס האבן שכל, אפילו ער זאל האבן אן איי-קיו פון איבער 300 וועט ער נישט קענען מאכן סענס פון דעם. נישטא קיין שום ראציאנאלע סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט באשאפן א מענטש מיט די סיסטעם
האט נישט ממש מיט די שמוס, אבער ליינענדיג איז מיר שווער געווארן.
ס'איז שוין געווען ערגעץ אנדערש א שמוס אויב "ראציאנאל" איז אן
אבסעלאטער אמת אדער סך הכול איין מהלך וואס דער עמאדשי פראגראמער האט אהערגעשטעלט, איין ווערשען פין artificial intelligence און וואס מאכט סענס אין ver 1.2 מאכט בכלל נישט קיין סענס אין די updated 2.0.
איך וויל פרעגן וואו אזוי פארשטייען מיר אינזער ווערשען פין "ראציאנאל" ווען איינשטיין קימט און זאט בפשטות זיין טעאריע פין רעלעטיוו, איז פאר רוב רעצענאליע טראכטערס אדער פארשטייען זיי בכלל נישט וואס ער רעדט אדער וואס ער וויל. מיר וועלן עס אנעמען מיט אזא סארט אם קבלה היא נקבל, ביז וואו לאנג מיר וועלן עס קענען איבערווייזען אין די לעב.
יעצט אבער אז איינשטיין האט דאס געזאגט, און ער איז געווען אן ראציאנאלע קריטשער, קענען מיר אנעמען אז די טעאריע פין "רעלעטיוו" איז "ראצינאל".
וואו וואלט געווען אויב איינשטיין ווערט נישט געבוירן, וואלט "רעלעטיוו" אויך געווען "ראצינאל"?
לאמער זאגן אז איינשטיינס IQ איז געווען 300 מעג דאך אבער איינער אויך האבן 600 - וואס פאלט איין פאר די 600 IQ און מיר און איינשטיין פארשטייען דאס בכלל נישט, קען מען דאס נאך ריפן "ראצינאל" ?
אסך מאל וועט איינער מיט אביסעל מער IQ אויפקימען מיט עפעס וואס איז ממש counter-intuitive איז פארוואס זאלן מיר אננעמען אז איינשטיין האט די לעצטע ווארט?
ווייל איינשטיין איז יא געבוירן און שמיינשטיין נישט?!?