ויגש: איז בנימין געוועהן א 'קטן' אדער ערוואקסען?
ויגש: איז בנימין געוועהן א 'קטן' אדער ערוואקסען?
אלעס אין אנפאנג פרשה דרייט זיך ארום יוסף פארלאנגען אז די שבטים זאלען ברענגען בנימין. בנימין ווער גערופן בן זיקינים קטן, הנער, אחיכם הקטן, וכו'
אבער בנימין איז לויטן חשבון שוין געוועהן א גוטע 24 יאהר אלט. א געהעריגע ערוואקסענע מענטש לכל דבר. בפרט אמאליגע צייטן וואס ביי די 14 15 האט מען שוין געהייסן צו זיין א אדאלט.
איז וואס איז פשט פון די גאנצע מעשה אז בנימין איז געוועהן אונטער די רשות פון יעקב און מ'רופט אים מיט אלע לשונות ווי ער איז ממש א קליינ'טשיגס??

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
ער איז געווען א יתום אויך און מן הסתם דיירעקט געהאדעוועט געווארן ביים טאטעענס געצעלט.
בכלל שטייט דאך קלאר אז יעקב האט געציטערט מיט עם נאך דעם וואס די מאמע איז שוין גישטארבן, און די איינציגסטע ברודער איז אויך נעלם געווארען, ביידע קינדער פון זיין באליבסטע רעביצין.
בכלל שטייט דאך קלאר אז יעקב האט געציטערט מיט עם נאך דעם וואס די מאמע איז שוין גישטארבן, און די איינציגסטע ברודער איז אויך נעלם געווארען, ביידע קינדער פון זיין באליבסטע רעביצין.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
פארמעקט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גדליה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
מדי דברו בו, סווערט איבער דערציילט אז יוסף האט זיך קודם אנטפלעקט צו בנימין און שמעון און זיי געבעטן נישט צו דערציילן פאר די ברידער. ווען יוסף האט זיך אננטפלעקט פאר די ברידער, האט ער געפרעגט העוד אבי חי? דארף מען פארשטיין פארוואס האט ער זיי געפרעגט, זיי האבן דאך אים קלאר געזאגט כי איך אעלה אל אבי, האט ער דאך געוויסט אז ער לעבט. זאגט דער כלי יקר, אז יוסף האט מורא געהאט אז זיי האבן געזאגט ליגענט אז זייער טאטע לעבט, כדי ער זאל רחמנות האבן אויף זייער אלטן טאטן, אבער באמת לעבט ער שוין נישט, דערפאר האט ער איבערגעפרעגט העוד אבי חי.
דאס שטימט אבער נישט מיט די נאראטיוו אז יוסף האט זיך קודם אנטפלעקט פאר שמעון און יוסף, ווייל אויב יא, וואלט ער זיי זיכער געפרעגט מה שלום של אבא, און זיי וואלטן אים זיכער געזאגט. דאן פארוואס איבערפרעגן, די תורה שרייבט דאס נישט אבי אין דער וועלט אריין.
שטימט נישט די כלי יקר.

- נקודת-אמת
- היימישער באניצער
- הודעות: 489
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 373 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל
פרייוויליג האט געשריבן:דאס שטימט אבער נישט מיט די נאראטיוו אז יוסף האט זיך קודם אנטפלעקט פאר שמעון און יוסף, ווייל אויב יא, וואלט ער זיי זיכער געפרעגט מה שלום של אבא, און זיי וואלטן אים זיכער געזאגט. דאן פארוואס איבערפרעגן, די תורה שרייבט דאס נישט אבי אין דער וועלט אריין.
די קשיא איז בעצם נאך שווערער, וויבאלד יוסף האט דאך געפרעגט 'השלום אביכם הזקן אשר אמרתם העודנו חי' (ביי פרשת מקץ)
און דערנאך האט ער באהאלטן די בעכער'ל ביי בנימין'ן'ס טאשקע, און 'טרם הרחיקו' האט מען זיי באלד געכאפט און צוריק געברענגט,
איז וואו קומט אריין, נאך-א-מאהל איבער-צו-פרעגן ווען ער ווייסט קלאהר אז זיי האבן נישט באזוכט דעם טאט'ן אין-צווישען, אתמהה.
נאר וואס דען, איז פארהאן א טייערע ווארט, וואס איז אויך מסביר כמין חומר די באקאנטע מדרש רבה בפרשתן:
"ר' אלעזר בן עזריה אמר אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה ומה יוסף הצדיק שהוא ב"ו כשהוכיח את אחיו לא יכלו לעמוד בתוכחתו
הקדוש ברוך הוא שהוא דיין ובעל דין ויושב על כסא דין ודן כל אחד ואחד עאכ"ו שאין כל ב"ו יכולים לעמוד לפניו"
אז נאך וואס יהודה האט געטענה'ט מיט א פעסטקייט אז ''והיה כראותו כי אין הנער ומת"
האט יוסף געזאגט מיט א תוכחה: "אני יוסף אחיכם אשר מכרתם אותי מצרימה, העוד אבי חי"
כלומר, ווען אייך האבן מיר פארקויפט פאר די ישמעאלים, וואו איז דענטסמאהל געוועזן די דאגה פון 'כראותו כי אין הנער ומת' הא?!
און אויף דעם 'ולא יכלו אחיו לענות אותו'.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"קוואלווי האט געשריבן:ער איז געווען א יתום אויך און מן הסתם דיירעקט געהאדעוועט געווארן ביים טאטעענס געצעלט.
בכלל שטייט דאך קלאר אז יעקב האט געציטערט מיט עם נאך דעם וואס די מאמע איז שוין גישטארבן, און די איינציגסטע ברודער איז אויך נעלם געווארען, ביידע קינדער פון זיין באליבסטע רעביצין.
א 24 יעריגע מענטש הייסט נישט א "יתום". זייט ווען איז א טאטע אין קאנטראל פון א 24 יעריגע מענטש?? נאך דערצו אמאליגע צייטן וואס דאס איז געוועהן מער ווייניגער מידלעידזש און ביי די 24 האט מען שוין געהאלטען טיף אינמיטען פירן א אייגענע משפחה און אייגענע פרנסה
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
חתם סופר האט געשריבן:אלעס אין אנפאנג פרשה דרייט זיך ארום יוסף פארלאנגען אז די שבטים זאלען ברענגען בנימין. בנימין ווער גערופן בן זיקינים קטן, הנער, אחיכם הקטן, וכו'
אבער בנימין איז לויטן חשבון שוין געוועהן א גוטע 24 יאהר אלט. א געהעריגע ערוואקסענע מענטש לכל דבר. בפרט אמאליגע צייטן וואס ביי די 14 15 האט מען שוין געהייסן צו זיין א אדאלט.
איז וואס איז פשט פון די גאנצע מעשה אז בנימין איז געוועהן אונטער די רשות פון יעקב און מ'רופט אים מיט אלע לשונות ווי ער איז ממש א קליינ'טשיגס??
אגב, כ'מיין אז די האסט א טעות אין דער טייטש פון הקטן. קטן מיינט נישט קליין דא, נאר יוגסטער, פונקט אזוי ווי אח הגדול מיינט נישט גרויס נאר עלטסטער. מילא איז א שאד זיך צו טענה'ן מצד דער age, נאר ענדערש זען צו פארשטיין פארוואס מ'האט עם אזוי געהיטן ווי א בן זקונים, א לעצט פארבליבענער צוויגל, א קינד וואס איז אויפגעוואקסען דוקא ביים טאטן אן א מאמע, וכו' וכו'...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
חתם סופר האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:ער איז געווען א יתום אויך און מן הסתם דיירעקט געהאדעוועט געווארן ביים טאטעענס געצעלט.
בכלל שטייט דאך קלאר אז יעקב האט געציטערט מיט עם נאך דעם וואס די מאמע איז שוין גישטארבן, און די איינציגסטע ברודער איז אויך נעלם געווארען, ביידע קינדער פון זיין באליבסטע רעביצין.
א 24 יעריגע מענטש הייסט נישט א "יתום". זייט ווען איז א טאטע אין קאנטראל פון א 24 יעריגע מענטש?? נאך דערצו אמאליגע צייטן וואס דאס איז געוועהן מער ווייניגער מידלעידזש און ביי די 24 האט מען שוין געהאלטען טיף אינמיטען פירן א אייגענע משפחה און אייגענע פרנסה
חת"ם סופר: איך פרעג נישט אפ דיין טענה בכלליות. אבער דאס וואס דו זאגסט אז אין יענע צייטן האט מען שוין ביי די 24 געהאט חתונה געהאט און געפיהרט אן אייגענע ווירטשאפט איז נישט ריכטיג. יצחק האט חתונה געהאט ביי די פערציג יאר. און יעקב אבינו ביי די אכציג...!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
געטראפען אינטערסאנטע אנאליז אויף דעם פון א קריסטליכע וועבסייט געבויט נאר פון די פסוקים.
http://jesusalive.cc/ques367.htm
http://jesusalive.cc/ques367.htm
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
איך האף אז מיין מהלך איז אויסגעהאלטן און אז נישט וועלן די שלומי אמוני חברי הפארום זיכער מיך פארעכטן און שטעלן במעגלי צדק.
די מעשות פון די סדרות קען מען פארשטיין אויף פארשידענע אופנים. יעדער האט זיך אירע קשיות און תירוצים להפליא. נאר אין מקרא יוצא מידי פשוטו און צו פארשטיין די מעשה אויפן פשוט'סטן אופן און בפרט די געפילן וואס דער פסוק ברענגט בפירוש ארויס אדער צווישן די שורות איז דער פשוט פשט וויאזוי מען פארשטייט עס דער בעסטער אפילו אז דער כראנאלאגיע קלאפט נישט.
לענינינו, די מעשה מיט בנימין קלאפט אום בעסטן אז ער איז געווען א אינגל אדער א בחור'ל א צענערלינג, און מען האט אים צוגענומען פון זיין פאטער. ואביו אהבו ווייל קיין פרוי האט ער נישט געהאט און קינדער אויך נישט וואס זאלן בלייבן יתומים און פארדעם איז דער באציונג צו אים ווי צו אי יונג קינד וכו' וכו'. דער זעלבער איז ביי עקידת יצחק, אז מען רעכנט עס אויס כראנאלאגיש איז יצחק אפשר געווען זיבן און דרייסיג אבער עס וועט נישט קלאפן מיט דער גאנצער מעשה, די געפילן, דער 'קיוטקייט' פון זיין שאלה ואיה השה לעולה און אזוי ווייטער. דער זעלבער דער עלטער פון רבקה ביים שידוך פון יצחק אדער דער עלטער פון יעקב ווען ער האט אפגעקוילערט דער שטיין און געקושט רחל. פשוט פשט פון דער מעשה איז אז ער איז געווען א יונגערמאן וואס האט זיך פארליבט און מסכים געווען צו ארבעטן זיבן יאר פאר איר און דערנאך זיך אועק געשטעלט א פרנסה. די פשטים פון שם ועבר זענען פיין און וואויל כדי די הונדערט דרייסיג יאר בעמדו לפני פרעה זאל פיין קלאפן אבער די מעשה אליינס ווערט אזוי אפגע'שחט'ן. כנלע"ד.
די מעשות פון די סדרות קען מען פארשטיין אויף פארשידענע אופנים. יעדער האט זיך אירע קשיות און תירוצים להפליא. נאר אין מקרא יוצא מידי פשוטו און צו פארשטיין די מעשה אויפן פשוט'סטן אופן און בפרט די געפילן וואס דער פסוק ברענגט בפירוש ארויס אדער צווישן די שורות איז דער פשוט פשט וויאזוי מען פארשטייט עס דער בעסטער אפילו אז דער כראנאלאגיע קלאפט נישט.
לענינינו, די מעשה מיט בנימין קלאפט אום בעסטן אז ער איז געווען א אינגל אדער א בחור'ל א צענערלינג, און מען האט אים צוגענומען פון זיין פאטער. ואביו אהבו ווייל קיין פרוי האט ער נישט געהאט און קינדער אויך נישט וואס זאלן בלייבן יתומים און פארדעם איז דער באציונג צו אים ווי צו אי יונג קינד וכו' וכו'. דער זעלבער איז ביי עקידת יצחק, אז מען רעכנט עס אויס כראנאלאגיש איז יצחק אפשר געווען זיבן און דרייסיג אבער עס וועט נישט קלאפן מיט דער גאנצער מעשה, די געפילן, דער 'קיוטקייט' פון זיין שאלה ואיה השה לעולה און אזוי ווייטער. דער זעלבער דער עלטער פון רבקה ביים שידוך פון יצחק אדער דער עלטער פון יעקב ווען ער האט אפגעקוילערט דער שטיין און געקושט רחל. פשוט פשט פון דער מעשה איז אז ער איז געווען א יונגערמאן וואס האט זיך פארליבט און מסכים געווען צו ארבעטן זיבן יאר פאר איר און דערנאך זיך אועק געשטעלט א פרנסה. די פשטים פון שם ועבר זענען פיין און וואויל כדי די הונדערט דרייסיג יאר בעמדו לפני פרעה זאל פיין קלאפן אבער די מעשה אליינס ווערט אזוי אפגע'שחט'ן. כנלע"ד.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
ביסט גערעכט און לויט קיין שום פשט קלאפט נישט אלעס גלייך. אנדערע זענען אינטערסירט מיישב צו זיין יעדער עלטער און אלע כראנאלאגיעס אז דער טעקסט זאל קלאפן אויף א מאטאמאטישן אופן און איגנארירן די מעשה אליין. איך בין אינטערעסירט אין דער מעשה און די קושיות וועט תשבי פארענטפערן. די עקדה האט נישט קיין זינען סיידן אז יצחק איז געווען א יונג קינד. אלקים יחנך בני זאגט מען פאר א קינד. בלויז א ראמאנטישער יונגערמאן ארבעט פערצן יאר פאר א פרוי. איי לפי דעם קלאפן נישט אנדערע פסוקים? ביסט גערעכט און לויט אנדערע פשטים קלאפט אויך נישט אלעס, און מיר קענען זיך אין דעם נישט העלפן.