מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאצקע ציקער: שתי תשובות בדבר. ערשטנס איז עס זייער שטארק קאנטעידזשאס. ד.ה. ס'פארשפרייט זיך זייער גרינג און שנעלל. והשנית. הוא העיקר. אז א געוויסע פראצענט פון די קנדער און דערוואקסענע וועלכע ווערן אנגעשטעקט מיט מיעזעלס קענען אנטוויקלען גאר שעדליכע קאמפליקאציעס. אזוי ווי מח אנטצינדונג און אנדערע שטערבליכע מחלות, רח"ל...!
- נקודת-אמת
- היימישער באניצער
- הודעות: 489
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 373 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל
קען איינער ביטע ברענגען פרטים וואס פונקטליך אין מח ווערט געשעדיגט פון די וואקסין?
איך מאך נישט אוועק, פשוט מיין מאמע איז אויך פון די וואס לויפן נישט נעמען די וואקסינען,
און טאקע מיינע ברידער שוועסטער און גאר אני הקטן בעניי האבן אויך נישט באקומען די שאט'ס,
און גלייך ווען ס'האט אויסגעבראכן די פרישע מגיפה (אלול ע"ח - תשרי ע"ט) האבן אונז אלע אנגעטשעפעט געווארן איינס נאכן אנדערן,
איך האב גלייך גענומען מיינע קינדער זאלן באקומען די וואקסין און זיי זענען טאקע ב"ה נישט צו-געטשעפעט געווארן,
אבער איך האב נאר געהערט א סברא אז ס'איז אשאד צו ווערן וואקסינירט דארך א שאט, פון א מחלה וואס לייגט נישט אריין די מענטש אין א סכנה,
און, האמת יאמר, ס'איז טאקע נישט קיין סכנת חיים, מ'קען שטארבן אויך פון אמאנייע, אויב מ'באהאנדלט דאס נישט ווי ס'ברויך.
אבער וואס איך האב געליטן אין דער אנדערהאלבן וואך (פון די מיזעלס-חצבת) וואונטש איך אלע שונאי ישראל.
אויב איינער האט מעהר פרטים פונעם היזק המח שנעשה מחמת וואקסינען, עפעס א סטאדי וכדו', ביטע צו-לינקען צו, יישר כחכם

הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
זיי 'טענה'ן אז די וואקסינען מאכן אן inflammation אין די מוח, און כידוע הייבן אלע מחלות זיך אן פון אן imflammation.
למעשה וואס איך נעם ארויס פון די גאנצע סומאטוכע, אז די עיקר פראבלעם מיט די וואקסינען איז אז מ'גיבט צופיל וואקסינען אויפאמאל. ווען מ'גיבט נאר די עכט וויכטיגע שאטס, און מ'לאזט א ריוח פון אפאר וואכן בין פרשה לפרשה, האט די גוף גענוג צייט אויסצורייניגן די אלע שעדליכע זאכן וואס ליגן אין די וואקסינען.

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז אויפגעוויזען אז עס איז נישט אמת
אויב אזוי איז עס א תרי ותרי... חושש זיין דארף מען זיכער.
https://jbhandleyblog.com/home/2018/4/1 ... tional2018
קען זיין אז איר קענט זיך אויס מיט די אלע מעדיצינישע טערמינען, אבער אזויווי איך קען דאך נישט די אלע זאכן, וועל איך מיך מוזן פארלאזן אויף וואס די עקספערטן זאגן. וירא אלקים יצא את כולם, כמבואר לעיל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דיין לינק איז נישט קיין באשטעטיגטע שטודיע. עס איז א בלאג מיט לינקס צו שטודיעס וואס ווייזען אז א לינק איז מעגליך צווישן א געוויסע אויסקומפף פון אויפוועקן די אימיון סיסטעם פון די מאמע בשעת'ן שוואנגערן און אוטיזם, און אלומיניום קען אמאל געזען ווערן אין די מוחות פון מענטשן מיט אוטיזם, און וואקסינען האבען א געוויסע מאס אלומיניום.
דאס איז די ערשטע טריטן פון א וועג וואס האט א צד צו ברענגען א הו"א אז מ׳דארף ווייטער פארשן. ווייט ווייט פון באשטעטיגט.
דאס איז די ערשטע טריטן פון א וועג וואס האט א צד צו ברענגען א הו"א אז מ׳דארף ווייטער פארשן. ווייט ווייט פון באשטעטיגט.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז די ערשטע טריטן פון א וועג וואס האט א צד צו ברענגן א הו"א אז מ׳דארף ווייטער פארשן..
הוא אשר דברנו, איך קען מיך נישט גענוג אויס צו קענען ערנסט דורכטון דעם ענין, ע"כ אני נוהג כדלעיל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דאקטוירים האבן געזוכט און געזוכט און נישט געטראפן קיין לינק. וואקסינירטע קינדער, אלע אויפאמאל, האבן נישט מער אוטיזם ווי אנדערע.
יעצט קומט עפעס א פארווארפענע שטודיע, וואס דינגט זיך נישט מיט די באשטעטונג.
דאס איז נישט קיין תרי ותרי און ניטאמאל א לידת הספק.
און יענער בלאג איז א טיפישע אנטי-וואקסער, מיט באשולדיגען וואס גילטען פונקט אויף צוריק, קאנספיראסי טעאריעס און ווילדע רייצערישע סטעטימענטס.
עס האט נישט קיין זין אויפצוגעבן באשטעטיגטע מעדיצינישע שטודיעס און מסקנות פאר אזעלכע מקוה רייד.
פון מיין פאון איז מיר נישט לייכט אלס אויסצושרייבען, אבער לעצטענס האב איך געליינט און זיך מתבונן געווען אויף די נושא. אפשר מארגן.
יעצט קומט עפעס א פארווארפענע שטודיע, וואס דינגט זיך נישט מיט די באשטעטונג.
דאס איז נישט קיין תרי ותרי און ניטאמאל א לידת הספק.
און יענער בלאג איז א טיפישע אנטי-וואקסער, מיט באשולדיגען וואס גילטען פונקט אויף צוריק, קאנספיראסי טעאריעס און ווילדע רייצערישע סטעטימענטס.
עס האט נישט קיין זין אויפצוגעבן באשטעטיגטע מעדיצינישע שטודיעס און מסקנות פאר אזעלכע מקוה רייד.
פון מיין פאון איז מיר נישט לייכט אלס אויסצושרייבען, אבער לעצטענס האב איך געליינט און זיך מתבונן געווען אויף די נושא. אפשר מארגן.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
קוק אהער ר' ליטוואק. ביז היינט האב איך מיך אפגעהאלטן פון קאמענטירן אויף דעם ענין טאקע וועגן דעם, אן אנטי-וועקסער וועט בלייבן אן אנטי-וועקסער, און א פרא-וועקסער וועט בלייבן א פרא-וועקסער, איז פארוואס סתם גיסן טינט אין דער וועלט אריין? נאכדערצו ווען איך אליינס האב קיינמאל נישט דורכגעטון די נושא.
יעצט אבער איז געקומען איינער און פרעגט א 'פשוט'ע שאלה, ער וויל וויסן וואס בערך גייט דא פאר און אליינס דורכטון די נושא. האב איך איהם געגעבן א פתח פון וואו ער קען אנהייבן צו פארשן, ובזה יצאתי ידי חובתי. דרך אגב האב איך שוין צוגעלייגט די מהלך וואס קוקט מיר אויס די מערסטע צום זאך, וואס מיט דעם איז מען יוצא לכל הדעות. איך בין בכלל נישט געקומען דורכטון די נושא, און ס'אינטערעסירט מיר גאנץ ווייניג.
און אז דו רעדסט פון דאקטארים, ס'פעלן נישט קיינע דאקטוירים וואס זענען קעגן וואקסינען, Dr. Joseph Mercola און Dr. Eric Berg ווייסן געווענליך וואס זיי רעדן. יא, איך ווייס אז ווען ס'קומט צו וואקסינען רעדן זיי זייער עקסטרעם, אבער אז איינער וואס רעדט געווענליך צום זאך נעמט זיך פלוצלונג פארפירן ווי א משוגענער, ווייס איך שוין נישט ווער איז די משוגענער דא. גראדע די מהלך וואס איך האב דערמאנט איז נישט מיין אייגנס, דאס האב איך גענומען פון Dr. Rhonda Patrick, ווען ס'קומט צו וואקסינען רעדט זי די מערסטע צום זאך, עיין בדבריה ותמצא מרגוע לנפשך.
יעצט אבער איז געקומען איינער און פרעגט א 'פשוט'ע שאלה, ער וויל וויסן וואס בערך גייט דא פאר און אליינס דורכטון די נושא. האב איך איהם געגעבן א פתח פון וואו ער קען אנהייבן צו פארשן, ובזה יצאתי ידי חובתי. דרך אגב האב איך שוין צוגעלייגט די מהלך וואס קוקט מיר אויס די מערסטע צום זאך, וואס מיט דעם איז מען יוצא לכל הדעות. איך בין בכלל נישט געקומען דורכטון די נושא, און ס'אינטערעסירט מיר גאנץ ווייניג.
און אז דו רעדסט פון דאקטארים, ס'פעלן נישט קיינע דאקטוירים וואס זענען קעגן וואקסינען, Dr. Joseph Mercola און Dr. Eric Berg ווייסן געווענליך וואס זיי רעדן. יא, איך ווייס אז ווען ס'קומט צו וואקסינען רעדן זיי זייער עקסטרעם, אבער אז איינער וואס רעדט געווענליך צום זאך נעמט זיך פלוצלונג פארפירן ווי א משוגענער, ווייס איך שוין נישט ווער איז די משוגענער דא. גראדע די מהלך וואס איך האב דערמאנט איז נישט מיין אייגנס, דאס האב איך גענומען פון Dr. Rhonda Patrick, ווען ס'קומט צו וואקסינען רעדט זי די מערסטע צום זאך, עיין בדבריה ותמצא מרגוע לנפשך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אלע פון אונז ווייסען דאך אז מיר זענען נישט קיין דאקטוירים פארשערס וואס קענען אליינס נאכגייען די אלע עניינים, און מיר קענען נישט מחליט זיין לויט אונזער וויסענשאפט. מיר מוזען זיך פארלאזען אויף אנדערע און זייער מסקנות. און דער פשטות איז אז דער מעדיקאל עסטעבלישמענט, מיט די CDC און דער אלעוועלטליכע WHO, ווייסען וואס זיי רעדן און זיי האבן עס גוט נאכגעפארשט.
קומען צו גיין די אנטי-וואקסערס מיט א טענה וואס מיר קענן יא פארשטיין. זיי טענה'ן אז די אלע דאקטוירים וואס זענען פרא-וואקסינעישען און אלע פארשונגן וואס ווייזען אויף די אומשעדליכקייט פון וואקסינן און די בענעפיטן דערפון, זענען גאר אפגעצאלט פון די פארמא ביזנעס, און זיי מעגן ניטאמאל נאכגיין די אלע פראבלעמן, ווייל עס איז נישט דא קיין געלט צו פארשן די פראבלעמן און מ'ווערט באצאלט ריזיגע סומעס אין פארשידענע וועגן דאס צו לייקענן. בעיסיקעלי, די עסטעבלישמענט איז געפאנגען אין די הענט פון די גרויסע ביזנעסער.
דאס קענען מיר פארשטיין מיט אונזער שכל. כי השחד יעור עיני חכמים, און אפילו ווען די געלט איז נישט להדיא אויף צו טוישען די דעה, ווערען זיי משוחד, בלאה בלאה בלאה. מיר ווייסען נישט צו מ'צאלט טאקע געלט פאר די אלע פארשונגען און צו מען סטראשעט טאקע יעדער פארשער מיט זיין פאסטן טאמער ער קומט אויס אנדערש ווי זיי ווילען, אבער דאס איז דאך א סברא אז זיי האבען א סאך געלט און מאכט, און זיי זענען אומשטענד צו טון וואס איז מעגליך צו מאכען מער געלט. ממילא דערהערט זיך שטארק די סברא אז זיי געבען וואס פארא שוחד זיי קענען נאר ארויס צו קומען מיט א פאזיטיווע בליק אויף וואקסינען. די פרטים קען מען נישט אפפרעגן. לעומת זה, די אלע דאקטוירים וואס דינגען זיך מיט זיי פארלירען זייער פאזיציע און זייער געלט, און ממילא זענען זיי גאר די העלדן.
צו אזא סארט טענה זענען מיר אלע מבינים, און דאס גייט אריין אין מענטשנ'ס קעפ.
די פראבלעם איז, אז די טענה איז אזוי לייכט אפצווענדן אזש עס איז א פלא אויף רעכטדענקיגע מענטשן אז זיי קענען עס אפילו אננעמן אלס א הו"א. נאר דאס איז א פסיכאלאגישע זאך, און די אנטי וואקסינעישען חברה נוצען אויס א געוויסע שוואכקייט פון מענטשן זיי אפצושרעקן.
א. די גרויסע פארמא ביזנעסער האבען דאך ריזיגע סומעס געלט צו זייער הענט. זיי האבען געמאכט מיליארדן פון פארקויפען מעדיצינען מיט געשוואלענע פרייזען, און דורך שטופן וואקסינען אויף יעדער מענטש אין דער וועלט. עס וואלט געווען זייער געשמאק צו לייגען די הענט אויף א געזונטע חלק פון די געלט, ניין? מיר און דיר האבען נישט קיין וועג דערצו, אבער אנדערע האבען יא. און וויאזוי לייגט מען די הענט אויף מיליארדען דאללארען? דאס איז דורך די לעגאלע סיסטעם אין אמעריקא, וואס לאזט אדוואקאטען ברענגן משפט'ן קעגען די אלערליי קאמפאניס, און די אדוואקאטען ווערן רייך ווי קרח דערפון. ס'רוב געלט גייט צו זיי, און נאר קרשקלעך קומען אן צו דער מענטש וועמן זיי פארטרעטן (דאס הערט זיך עפעס היימיש?), און ממילא לוינט זיך די אינוועסטמענט. די אדוואקאטען דארפען אנקומען צו פארשונגען וואס ווייזען אויף זייער צד, און דעת הקהל אז די אלע דזשורי'ס זאלען זיי גלויבען. פונקט וויפיל געלט דער פארמא קאמפאני דארף אינוועסטן צו ברענגען זייער ריוח, דארפען די אדוואקאטן אינוועסטן אויפצוווייזען זייער צד. בקיצור, עס איז דא ריזיגע סומעס געלט אויפצווייזען אז וואקסינען זענען שעדליך און העלפן נישט, און א דאקטאר וואס וויל דאס פארשן, האט גענוג קוועלער פון געלט דאס אויסצוצאלען.
די אומאפרעגבארע ראיה איז באוויזען צו זיין א זייפען בלאז.
ב. יעצט זענען ביידע אייניג, די פרא און די אנטי שיטה האבנען ביידע די זעלבע געלט בענעפיט פון זייער מיינונג. עס איז אבער נישט אזוי, די געלט איז געוואויגען אויף די אנדערע זייט. די גרויסע פארמא פאבריצירערס טון פאבריצירען אנדערע זאכען אויך, און דארט מאכען זיי פיל מער געלט ווי אויף וואקסינען. ווען די אלערליי מחלות וואס פלעגן פלאגען די מענטשהייט וואלטען נאך געבוזשעוועט אין די וועלט היינט, וואלטען זיי דאך געמאכט פיל מער געלט. פון איין פאציענט מאכען זיי מער געלט ווי טויזענט וואקסינירטע מענטשען. די ציפערן וויפיל געלט זיי מאכען פון יעדער וואקסין איז גאר קליין, און זיי קענען דאך נעמען פאר זייער מעדיצינען וויפיל זיי ווילען נאר (עכ"פ ביז בערני ווערט פרעזידענט).
די אנטי-וואקסערס, לעומת זה, זוכען דאך די גאנצע ריוח פון די אלע קאמפאניס, אי פון די וואקסינען אי פון די אנדערע מעדיצינן. זיי האבען אסאך מער געלט צו מאכען פון זייער שיטה"ק, און דער וואס עס רעדט צו אים די סארט ארגומענט, דארף גיכער אננעמען אז די אנטי-וואקסערס זענען די וואס זענען משוחד.
איך מיין נישט אז יעדער מאמע מיט אן אוטיסטישען קינד און א בלאג איז משוחד פון דעם. ניין, אבער די דאקטוירים אויף וועמן זיי פארלאזען זיך, די פארשערס און עקספערט עדים אין קאורט, זיי האבען א ריזיגע קוואל פון געלט כדי איין מאל פאר אלע מאל צו קענען ברענגן א משפט קעגען די אלע קאמפאניס. נישט אנדערש ווי מ'האט געטון צו די אלע ציגארעטל קאמפאניס.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אלע פון אונז ווייסען דאך אז מיר זענען נישט קיין דאקטוירים פארשערס וואס קענען אליינס נאכגייען די אלע עניינים, און מיר קענען נישט מחליט זיין לויט אונזער וויסענשאפט. מיר מוזען זיך פארלאזען אויף אנדערע און זייער מסקנות. און דער פשטות איז אז דער מעדיקאל עסטעבלישמענט, מיט די CDC און דער אלעוועלטליכע WHO, ווייסען וואס זיי רעדן און זיי האבן עס גוט נאכגעפארשט.
קומען צו גיין די אנטי-וואקסערס מיט א טענה וואס מיר קענן יא פארשטיין. זיי טענה'ן אז די אלע דאקטוירים וואס זענען פרא-וואקסינעישען און אלע פארשונגן וואס ווייזען אויף די אומשעדליכקייט פון וואקסינן און די בענעפיטן דערפון, זענען גאר אפגעצאלט פון די פארמא ביזנעס, און זיי מעגן ניטאמאל נאכגיין די אלע פראבלעמן, ווייל עס איז נישט דא קיין געלט צו פארשן די פראבלעמן און מ'ווערט באצאלט ריזיגע סומעס אין פארשידענע וועגן דאס צו לייקענן. בעיסיקעלי, די עסטעבלישמענט איז געפאנגען אין די הענט פון די גרויסע ביזנעסער.
דאס קענען מיר פארשטיין מיט אונזער שכל. כי השחד יעור עיני חכמים, און אפילו ווען די געלט איז נישט להדיא אויף צו טוישען די דעה, ווערען זיי משוחד, בלאה בלאה בלאה. מיר ווייסען נישט צו מ'צאלט טאקע געלט פאר די אלע פארשונגען און צו מען סטראשעט טאקע יעדער פארשער מיט זיין פאסטן טאמער ער קומט אויס אנדערש ווי זיי ווילען, אבער דאס איז דאך א סברא אז זיי האבען א סאך געלט און מאכט, און זיי זענען אומשטענד צו טון וואס איז מעגליך צו מאכען מער געלט. ממילא דערהערט זיך שטארק די סברא אז זיי געבען וואס פארא שוחד זיי קענען נאר ארויס צו קומען מיט א פאזיטיווע בליק אויף וואקסינען. די פרטים קען מען נישט אפפרעגן. לעומת זה, די אלע דאקטוירים וואס דינגען זיך מיט זיי פארלירען זייער פאזיציע און זייער געלט, און ממילא זענען זיי גאר די העלדן.
צו אזא סארט טענה זענען מיר אלע מבינים, און דאס גייט אריין אין מענטשנ'ס קעפ.
די פראבלעם איז, אז די טענה איז אזוי לייכט אפצווענדן אזש עס איז א פלא אויף רעכטדענקיגע מענטשן אז זיי קענען עס אפילו אננעמן אלס א הו"א. נאר דאס איז א פסיכאלאגישע זאך, און די אנטי וואקסינעישען חברה נוצען אויס א געוויסע שוואכקייט פון מענטשן זיי אפצושרעקן.
א. די גרויסע פארמא ביזנעסער האבען דאך ריזיגע סומעס געלט צו זייער הענט. זיי האבען געמאכט מיליארדן פון פארקויפען מעדיצינען מיט געשוואלענע פרייזען, און דורך שטופן וואקסינען אויף יעדער מענטש אין דער וועלט. עס וואלט געווען זייער געשמאק צו לייגען די הענט אויף א געזונטע חלק פון די געלט, ניין? מיר און דיר האבען נישט קיין וועג דערצו, אבער אנדערע האבען יא. און וויאזוי לייגט מען די הענט אויף מיליארדען דאללארען? דאס איז דורך די לעגאלע סיסטעם אין אמעריקא, וואס לאזט אדוואקאטען ברענגן משפט'ן קעגען די אלערליי קאמפאניס, און די אדוואקאטען ווערן רייך ווי קרח דערפון. ס'רוב געלט גייט צו זיי, און נאר קרשקלעך קומען אן צו דער מענטש וועמן זיי פארטרעטן (דאס הערט זיך עפעס היימיש?), און ממילא לוינט זיך די אינוועסטמענט. די אדוואקאטען דארפען אנקומען צו פארשונגען וואס ווייזען אויף זייער צד, און דעת הקהל אז די אלע דזשורי'ס זאלען זיי גלויבען. פונקט וויפיל געלט דער פארמא קאמפאני דארף אינוועסטן צו ברענגען זייער ריוח, דארפען די אדוואקאטן אינוועסטן אויפצוווייזען זייער צד. בקיצור, עס איז דא ריזיגע סומעס געלט אויפצווייזען אז וואקסינען זענען שעדליך און העלפן נישט, און א דאקטאר וואס וויל דאס פארשן, האט גענוג קוועלער פון געלט דאס אויסצוצאלען.
די אומאפרעגבארע ראיה איז באוויזען צו זיין א זייפען בלאז.
ב. יעצט זענען ביידע אייניג, די פרא און די אנטי שיטה האבנען ביידע די זעלבע געלט בענעפיט פון זייער מיינונג. עס איז אבער נישט אזוי, די געלט איז געוואויגען אויף די אנדערע זייט. די גרויסע פארמא פאבריצירערס טון פאבריצירען אנדערע זאכען אויך, און דארט מאכען זיי פיל מער געלט ווי אויף וואקסינען. ווען די אלערליי מחלות וואס פלעגן פלאגען די מענטשהייט וואלטען נאך געבוזשעוועט אין די וועלט היינט, וואלטען זיי דאך געמאכט פיל מער געלט. פון איין פאציענט מאכען זיי מער געלט ווי טויזענט וואקסינירטע מענטשען. די ציפערן וויפיל געלט זיי מאכען פון יעדער וואקסין איז גאר קליין, און זיי קענען דאך נעמען פאר זייער מעדיצינען וויפיל זיי ווילען נאר (עכ"פ ביז בערני ווערט פרעזידענט).
די אנטי-וואקסערס, לעומת זה, זוכען דאך די גאנצע ריוח פון די אלע קאמפאניס, אי פון די וואקסינען אי פון די אנדערע מעדיצינן. זיי האבען אסאך מער געלט צו מאכען פון זייער שיטה"ק, און דער וואס עס רעדט צו אים די סארט ארגומענט, דארף גיכער אננעמען אז די אנטי-וואקסערס זענען די וואס זענען משוחד.
איך מיין נישט אז יעדער מאמע מיט אן אוטיסטישען קינד און א בלאג איז משוחד פון דעם. ניין, אבער די דאקטוירים אויף וועמן זיי פארלאזען זיך, די פארשערס און עקספערט עדים אין קאורט, זיי האבען א ריזיגע קוואל פון געלט כדי איין מאל פאר אלע מאל צו קענען ברענגן א משפט קעגען די אלע קאמפאניס. נישט אנדערש ווי מ'האט געטון צו די אלע ציגארעטל קאמפאניס.
אלעס וואלט געווען ריכטיג ווען נישט די געזעץ וואס איז דא אז מען קען נישט אנקלאגן די וואקסין פרודוצירער!! אויב אזוי איז די גאנצע פשעטל נפל בבירא
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 20
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 40 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער
איך האב זיך אביסיל אריינגעלייגט אין די נושא איך וועל פרובירן מגיב צו זיין ווען די צייט וועט מיר ערלויבען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ביסט גערעכט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 20
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 40 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
Re: מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז בכלל אויפגעוויזן געווארן אז אוטיזם איז מער אן עפעקט פן גענעטיקס. אדער סאציאלע ענווייראנמענט...! און דער רעפארט פון ענגלאנד איבער די גורם פון אוטיזם אז דאס קומט פון וואקסינען איז אויפגעוויזן געווארן אז ס'איז פאלש. די דאקטוירים וועלכע האבן געשריבן יענעם רעפארט האבן אפן געזאגט ליגנט...!
ער איז נישט געווען דער איינציגסטער. עס איז אויך דא איינער Dr. William Thompson
http://vaxxedthemovie.com/download-the- ... -thompson/
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 20
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 40 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז בכלל אויפגעוויזן געווארן אז אוטיזם איז מער אן עפעקט פן גענעטיקס. אדער סאציאלע ענווייראנמענט...!
דאס אז די CDC האט נישט געטראפען א קנעקשען פין וועקסינס צו אוטיזם איז נישט קיין גרויסע ראיה. אבער אז וועקסינס קען אויפוועקען אין די מענטש די gene וואס ברענגט אוטיזם האט די CDC נאך נישט אויגעוויזען.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 20
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 40 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
Re: מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער
כאפטס א בליק ווען די HHS האט די לעצטע מאל ריפארטאיד פאר קאנגרעס וואס זיי האבן געטון פאר וועקסין סעפטי.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 20
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 40 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער
טמיר האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אלע פון אונז ווייסען דאך אז מיר זענען נישט קיין דאקטוירים פארשערס וואס קענען אליינס נאכגייען די אלע עניינים, און מיר קענען נישט מחליט זיין לויט אונזער וויסענשאפט. מיר מוזען זיך פארלאזען אויף אנדערע און זייער מסקנות. און דער פשטות איז אז דער מעדיקאל עסטעבלישמענט, מיט די CDC און דער אלעוועלטליכע WHO, ווייסען וואס זיי רעדן און זיי האבן עס גוט נאכגעפארשט.
קומען צו גיין די אנטי-וואקסערס מיט א טענה וואס מיר קענן יא פארשטיין. זיי טענה'ן אז די אלע דאקטוירים וואס זענען פרא-וואקסינעישען און אלע פארשונגן וואס ווייזען אויף די אומשעדליכקייט פון וואקסינן און די בענעפיטן דערפון, זענען גאר אפגעצאלט פון די פארמא ביזנעס, און זיי מעגן ניטאמאל נאכגיין די אלע פראבלעמן, ווייל עס איז נישט דא קיין געלט צו פארשן די פראבלעמן און מ'ווערט באצאלט ריזיגע סומעס אין פארשידענע וועגן דאס צו לייקענן. בעיסיקעלי, די עסטעבלישמענט איז געפאנגען אין די הענט פון די גרויסע ביזנעסער.
דאס קענען מיר פארשטיין מיט אונזער שכל. כי השחד יעור עיני חכמים, און אפילו ווען די געלט איז נישט להדיא אויף צו טוישען די דעה, ווערען זיי משוחד, בלאה בלאה בלאה. מיר ווייסען נישט צו מ'צאלט טאקע געלט פאר די אלע פארשונגען און צו מען סטראשעט טאקע יעדער פארשער מיט זיין פאסטן טאמער ער קומט אויס אנדערש ווי זיי ווילען, אבער דאס איז דאך א סברא אז זיי האבען א סאך געלט און מאכט, און זיי זענען אומשטענד צו טון וואס איז מעגליך צו מאכען מער געלט. ממילא דערהערט זיך שטארק די סברא אז זיי געבען וואס פארא שוחד זיי קענען נאר ארויס צו קומען מיט א פאזיטיווע בליק אויף וואקסינען. די פרטים קען מען נישט אפפרעגן. לעומת זה, די אלע דאקטוירים וואס דינגען זיך מיט זיי פארלירען זייער פאזיציע און זייער געלט, און ממילא זענען זיי גאר די העלדן.
צו אזא סארט טענה זענען מיר אלע מבינים, און דאס גייט אריין אין מענטשנ'ס קעפ.
די פראבלעם איז, אז די טענה איז אזוי לייכט אפצווענדן אזש עס איז א פלא אויף רעכטדענקיגע מענטשן אז זיי קענען עס אפילו אננעמן אלס א הו"א. נאר דאס איז א פסיכאלאגישע זאך, און די אנטי וואקסינעישען חברה נוצען אויס א געוויסע שוואכקייט פון מענטשן זיי אפצושרעקן.
א. די גרויסע פארמא ביזנעסער האבען דאך ריזיגע סומעס געלט צו זייער הענט. זיי האבען געמאכט מיליארדן פון פארקויפען מעדיצינען מיט געשוואלענע פרייזען, און דורך שטופן וואקסינען אויף יעדער מענטש אין דער וועלט. עס וואלט געווען זייער געשמאק צו לייגען די הענט אויף א געזונטע חלק פון די געלט, ניין? מיר און דיר האבען נישט קיין וועג דערצו, אבער אנדערע האבען יא. און וויאזוי לייגט מען די הענט אויף מיליארדען דאללארען? דאס איז דורך די לעגאלע סיסטעם אין אמעריקא, וואס לאזט אדוואקאטען ברענגן משפט'ן קעגען די אלערליי קאמפאניס, און די אדוואקאטען ווערן רייך ווי קרח דערפון. ס'רוב געלט גייט צו זיי, און נאר קרשקלעך קומען אן צו דער מענטש וועמן זיי פארטרעטן (דאס הערט זיך עפעס היימיש?), און ממילא לוינט זיך די אינוועסטמענט. די אדוואקאטען דארפען אנקומען צו פארשונגען וואס ווייזען אויף זייער צד, און דעת הקהל אז די אלע דזשורי'ס זאלען זיי גלויבען. פונקט וויפיל געלט דער פארמא קאמפאני דארף אינוועסטן צו ברענגען זייער ריוח, דארפען די אדוואקאטן אינוועסטן אויפצוווייזען זייער צד. בקיצור, עס איז דא ריזיגע סומעס געלט אויפצווייזען אז וואקסינען זענען שעדליך און העלפן נישט, און א דאקטאר וואס וויל דאס פארשן, האט גענוג קוועלער פון געלט דאס אויסצוצאלען.
די אומאפרעגבארע ראיה איז באוויזען צו זיין א זייפען בלאז.
ב. יעצט זענען ביידע אייניג, די פרא און די אנטי שיטה האבנען ביידע די זעלבע געלט בענעפיט פון זייער מיינונג. עס איז אבער נישט אזוי, די געלט איז געוואויגען אויף די אנדערע זייט. די גרויסע פארמא פאבריצירערס טון פאבריצירען אנדערע זאכען אויך, און דארט מאכען זיי פיל מער געלט ווי אויף וואקסינען. ווען די אלערליי מחלות וואס פלעגן פלאגען די מענטשהייט וואלטען נאך געבוזשעוועט אין די וועלט היינט, וואלטען זיי דאך געמאכט פיל מער געלט. פון איין פאציענט מאכען זיי מער געלט ווי טויזענט וואקסינירטע מענטשען. די ציפערן וויפיל געלט זיי מאכען פון יעדער וואקסין איז גאר קליין, און זיי קענען דאך נעמען פאר זייער מעדיצינען וויפיל זיי ווילען נאר (עכ"פ ביז בערני ווערט פרעזידענט).
די אנטי-וואקסערס, לעומת זה, זוכען דאך די גאנצע ריוח פון די אלע קאמפאניס, אי פון די וואקסינען אי פון די אנדערע מעדיצינן. זיי האבען אסאך מער געלט צו מאכען פון זייער שיטה"ק, און דער וואס עס רעדט צו אים די סארט ארגומענט, דארף גיכער אננעמען אז די אנטי-וואקסערס זענען די וואס זענען משוחד.
איך מיין נישט אז יעדער מאמע מיט אן אוטיסטישען קינד און א בלאג איז משוחד פון דעם. ניין, אבער די דאקטוירים אויף וועמן זיי פארלאזען זיך, די פארשערס און עקספערט עדים אין קאורט, זיי האבען א ריזיגע קוואל פון געלט כדי איין מאל פאר אלע מאל צו קענען ברענגן א משפט קעגען די אלע קאמפאניס. נישט אנדערש ווי מ'האט געטון צו די אלע ציגארעטל קאמפאניס.
אלעס וואלט געווען ריכטיג ווען נישט די געזעץ וואס איז דא אז מען קען נישט אנקלאגן די וואקסין פרודוצירער!! אויב אזוי איז די גאנצע פשעטל נפל בבירא
נישט נאר אז מ׳קען זיי נישט קלאגען נאר די 3.7billion וואס די וועקסין קארט האט שוין באצאלט אין קאמפיסעשען פאר די וועקסין אינזערד קומט פין אינז די טעקס פעיערס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ביסט גערעכט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 20
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 40 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
Re: מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער
נייע לעקטשער פין הרב ר׳ הערשל מייזעלס אויף קול בריאים איבער די מיזעלס אויס-בראך.
718-819-3030
קודם דריקט 1 דערנאך 1150#
צו הערן די ערשטע לעקטשער איבער די מיזעלס אויס-בראך דריקט 1149#
718-819-3030
קודם דריקט 1 דערנאך 1150#
צו הערן די ערשטע לעקטשער איבער די מיזעלס אויס-בראך דריקט 1149#
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 20
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 40 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
Re: מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער
שמערל האט געשריבן:[tag]טמיר[/tag] כ'ווייס נישט ווער עס האט דיר איינגערעדט די פאלשע אינפארמאציע, אבער מ'קען סוען די וואקסין פראדוצירער פונקט ווי יעדע אנדערע פירמע אין אמעריקע.
געב א קוק די 1986 אקט.
איך וואלט געווען זייער צופרידען איוב די ווייזט מיר אויף פארקערט.