פון דעם טאג וואס גאט האט פאר'מיאוס'ט אין זיין היכל און דערווייטערט די קרבנות, האט ער באפוילן זיינע אידן צו זאגן.
נישט מיט שטורעם און נישט מיט פייער ווי אין דעם טאג וואס ער האט די תורה געגעבן האט גאט געטוישט זיין באפעל. נאר מיט א תחנונימ'דיקער שטימע, און מיט א בענקענדיק אגדה ניגונ'דל, בעט זיך גאט ביי זיינע קינדער, "אמרו לפני" - זאגט פאר מיר.
און די אידן זאגן. זיי זאגן און זאגן און הערן גאר נישט אויף צו זאגן. פון באגינען ביז אין דער נאכט אריין זאגן זיי. און ווי דאס זאגן איז פיל, תפילות, תחינות, סליחות, בקשות, און זמירות, אבי מען זאגט נאר.
אז גאט האט געהייסן איינס זאגן זיי צויי, און אז די לויים האבן אין בית המקדש געזונגען א קאפיטל לייגן זיי צו נאך איינס פון פארדעם און איינס דערנאכדעם, מיט א קדיש צום פארשלינגען.
און ווער רעדט נאך אין אזא אומגליקליכן טאג וואס מען זאגט אין אים יא צו תחנון, לייגט מען אריין נאך א קאפיטל אין דערינען, א רחמנות אויפן ארימען ארבייטער וועלכער איילט זיך פון שול ארויס, ער קען זיך פשוט נישט דערענדיגן דאס דאווענען.
אלע זאגן זיי. יונג און אלט, ארים און רייך, שטייען זיי אזוי איינגעבויגן ביים מחזור'ל און זאגן מיט פלייס די לאנגע פיוטים פון רבי אליעזר הקליר, וועלכע ציען זיך ווי א ענדלאזער ים ביז אינעם נקדישך אריין.
מען זאגט. מען זאגט. אויף יעדן טאג איז דא זיין זאגעכץ. צי זאל עס זיין חנוכה צי פורים אדער פסח שני, וועט מען דאס סידור'ל אפירנעמען און זאגן. זיבן מאל יושב בסתר, אכט מאל אנא, און ווער ווייסט וויפיל מאל מזמור לדוד.
א גאטספארכטיגער איד וועט נישט פארציכטן אויף די קרבנות, און וועט דאס אפילו אפענדיגן שוין נאכן דאווענען אויב האט זיך אן אונס פאסירט, און פון וואו נעמט מען גאר די כוחות צו מעביר זיין די סדרה שנים מקרא ואחד תרגום?
שבת צונאכטס ביים טיש וועלן וואוילע אידן נישט אויסלאזן פון די זמירות גארנישט. און מוצאי שבת זעט שוין פילייכט אויס אז מען נאר אבי עפעס צו זאגן?
און אז די אידן זאגן האבן זיי נישט קיין צייט צו טראכטן, אינזינען צו האבן דעם פירוש המילות. אבער נישט בא'דאגה'ט. מען וועט זיך אן עצה געבן. העט מען זאגן נאך א שטיקל אין וועלכן מען נעמט זיך אויס כאילו התכוונתי, ונשלמה פרים שפתינו.
און דאס זאגן נעמט נישט קיין סוף. קומט אריין א בן נח אין שול קען ער צו קיינעם קיין ווארט נישט רעדן, אלע ווייזן זיי אים מיט די האנט אויפן מויל, און צוצקענען פרום " נו, אה".
אבער אז גאט האט געהייסן זאגן זאגט מען, און וועט זיך עס דען עמיצער איינשטעלן זיין עולם הבא פאר א ספק? זאגט מען טאקע אלע ביידע נוסחאות, און עפעס וועט זיך שוין דערמיט מאכן.
איז לאמיר'זשע אלע זאגן צוזאמען, זאגטס'זשע אידן, זאגטס.
און גאט האט געהייסן זאגן
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
די זאגן אזויפיל ברענגט א געפערליכע בלבול הדעת, ביי אונז האט מען געוואוסט אז מילה בסלע משתוקא בתרין מיינט מען טאקע אזעלכע ווערטער וואס זענען טאקע ווערד א סלע... וידוע דברי הגר"א וכל רגע ורגע שהאדם חוסם פיו זוכה בשבילו לאור הגנוז שאין מלאך ובריה יכולים לשער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: און גאט האט געהייסן זאגן
און איך נעם ארויס דער פארקערטע. יעדער ר"ה טראכט איך צו זיך, אמרו לפני מלכיות כדי שתמליכוני עליכם. האקדמנו בעולות האתן בכורי פשעי? ניין, דאס זאגען איז גאר גענוג! מען דארף ממליך זיין א גרויסע בורא וואס לך דומיה תהלה, וויאזוי טוט מען דאס? וואס פארא סיגופים קענען מיר אים געבן? וויפיל ארבעט דארף מען אריין לייגן ביז עס איז שוין פערטיג? און דערווייל, חאזט זיך עס אויס מיט ממש א קלייניקייט, אמרו לפני און פערטיג. אן עקימת שפתים טוט שוין אלסדינג אויף.
זעט מען דערפון די חשיבות פון זאגען, די מויל איז א שטארקערע כח ווי די אינסטינקט זאגט אונז, שעץ עס נישט גרינג.
אין הימל וועט מען ווערן היבש צוחוש׳ט, זע׳ענדיג די כח וואס א מענטשנ׳ס מויל האט.
און עי׳ נפה"ח וועגן מחשבות. עליונים למטה ותחתונים למעלה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זעט מען דערפון די חשיבות פון זאגען, די מויל איז א שטארקערע כח ווי די אינסטינקט זאגט אונז, שעץ עס נישט גרינג.
אין הימל וועט מען ווערן היבש צוחוש׳ט, זע׳ענדיג די כח וואס א מענטשנ׳ס מויל האט.
און עי׳ נפה"ח וועגן מחשבות. עליונים למטה ותחתונים למעלה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: און גאט האט געהייסן זאגן
ווי געשריבן דא מאכט מארטין בובער זיין באקאנטע פארמולאציע אז אן ״איך״׳ס רילעישענשיפ צו עפעס קען זיין אזוי ווי א רילעישענשיפ צווישן דעם ״איך״ און א ״ דו״ [דעם מער אינטימישע און פערזענליכן רילעישענשיפ] אדער/לעומת זה א רילעישענשיפ צווישן דעם ״איך״ און אן ״עס״; די צווייטע ענטיטי קען זיין אן ״עס״ אדער א מער אינטימישע ״דו״ (די חילוק איז טאמער קוקט מען אויף דער זאך בשלימותו הגמור אדער נאר אויף אן אספעקט דערפון).
יעצט, דאס איז שייך ביי אלעס, אז עס קען זיין אן ״עס״ אדער א ״דו״ לעומת דעם ״איך״ פונ׳ם מענטש, חוץ ביי ג-ט; עס איז נישט שייך צו האבן א רילעישענשיפ צו אים, אשר בשם ״רילעישענשיפ יכונה, און עס זאל זיין אן ״איך״ צו אן ״עס״.
און ווי געשריבן דא האט ער געהאלטן אז א יעדע סארט רילעישענשיפ מיט א צווייטע ענטיטי אלס א ״דו״ [אין/מיט איר גאנצקייט], אפילו ס׳איז נישט דורך רעדן, איז אבער דאך א פארעם פון ״שפראך״. איז לפי״ז קען מען זאגן אז דאס איז די סיבה פארוואס בנוגע אונזער רילעישענשיפ מיט ג-ט איז עס מיוסד אויף רעדן/שפראך (וידועים דבריו של המו״נ בח״ג פל״ב).
יעצט, דאס איז שייך ביי אלעס, אז עס קען זיין אן ״עס״ אדער א ״דו״ לעומת דעם ״איך״ פונ׳ם מענטש, חוץ ביי ג-ט; עס איז נישט שייך צו האבן א רילעישענשיפ צו אים, אשר בשם ״רילעישענשיפ יכונה, און עס זאל זיין אן ״איך״ צו אן ״עס״.
און ווי געשריבן דא האט ער געהאלטן אז א יעדע סארט רילעישענשיפ מיט א צווייטע ענטיטי אלס א ״דו״ [אין/מיט איר גאנצקייט], אפילו ס׳איז נישט דורך רעדן, איז אבער דאך א פארעם פון ״שפראך״. איז לפי״ז קען מען זאגן אז דאס איז די סיבה פארוואס בנוגע אונזער רילעישענשיפ מיט ג-ט איז עס מיוסד אויף רעדן/שפראך (וידועים דבריו של המו״נ בח״ג פל״ב).