די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

אלטער איד, הער מיך גוט אויס...

דו האסט ארויפגעלייגט א שטיקל פון א בריוו, וועלנדיג מאכן דערמיט זייער א שלעכטע אימעידזש אויף די קהילה. דו האסט געזען דער גאנצער בריוו, אבער דו האסט אויסגעקליבן ארויפצולייגן נאר א שטיקל בריוו. שטימט? - פארוואס האסטו דאס געטאן? - וואס האט דיר געבאדערט ארויפצוברענגען די גאנצע בריוו? - איך מיין אז איך ווייס פארוואס, און יעדער קען זיך אליין פארשטעלן.

בין איך געקומען, און איך האב ארויפגעלייגט די גאנצע בריוו, כמו שהיא, אז יעדער זאל דאס קענען זען, מען זאל נישט דארפן צוקומען צו דיין מוח שווענקונג, אז מען זאל דארפן עסן נאר דאס וואס דו פיטערסט דעם עולם. אדרבה! - בואו ונווכחה, לאמיר זען דעם פולן בריוו. און טאקע, אין די פאר טעג זינט איך האב ארויפגעשטעלט דעם בריוו, איז דאס שוין דאונלוידעט געווארן דא אויף קאווע שטיבל צווישן צוויי און דריי הונדערט מאל, דאס מיינט אז אזויפיל מענטשן האבן געליינט דאס וואס דו האסט נישט געוואלט אז מען זאל ליינען. בנוסף צו דעם איז דאס פארשפרייט געווארן און געשערט געווארן און צענדליגע צו גאר הונדערטע וואצעפס, טוויטער וכל שם וחניכא דאית להו. על אפך וחמתך, בשעת דו האסט נאר געוואלט ארויפלייגן איין געוויסע שטיקל, בכדי צו מאכן א שלעכטן אימעידזש אויף די קהילה.

יעצט, קום נישט מיט קיין מעשיות, קאלט, תורה שבעל פה און אלע זאכן וואס חזר'ן זיך דא איבער מיליאן מאל. איך רעד יעצט בלויז פונעם בריוו. זייטס א גיבור, האלטס אייך צום נושא. לערנטס ענק אויס פון מיר... איר וועט זען אז איך פאר קיינמאל נישט אוועק פון נושא, איך ענטפער אויף וואס מען פרעגט מיר און איך פארדריי נישט פונעם שמועס. איך רעד יעצט בלויז פונעם בריוו, די אנדערע זאכן האט מען שוין איבערגעקייעט מיליאן מאל, און נישט דאס איז די נושא דא.

די נושא איז די בריוו, און נאר די בריוו. יא, דער דאזיגער בריוו וואס אלטער איד האט "נישט" געוואלט אז ענק זאלן עס זען, און דער עולם דאונלאודט עס, מען שערט עס, מען באטראכט עס און מען טרינקט עס מיט דארשט... הא אלטער? - געפעלט דיר?!

און אז מען רעדט שוין, א ווארט פון ר' יואל ראטה אויף דעם גאנצן ענין.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

איך האב נישט געליינט די גאנצע בריוו די שטיקל וואס איך האב געזען איז געווען just געניג.
מיין נישט אז די וואס האבן יא געליינט די גאנצע בריוו שרייבן יעצט אויס checks

מיין קאמף האט אסך מער דאנלאדס וואו די בריוו, איז וואס?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נאכ'ן ליינען די גאנצע בריוו, בין איך גענצליך איבערגעצייגט אז די שרייבער\ין איז פונקט אזוי פאררוקט ווי פאר דעם, און מ'דארף צוריק פאראייניגן די קינדער מיט זייער מאמען, אזוי ווי אלע קינדער וואס באלאנגן מיט זייער מאמע. די בריוו האט נישט געוויזען אז עפעס איז דא אויסנאמליך אז די קינדער דארפן דוקא זיין מיט א צווייטען, און ביזדערווייל איז די חזקה אין איר פלאץ.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

הקטן האט געשריבן:איך האב נישט געליינט די גאנצע בריוו די שטיקל וואס איך האב געזען איז געווען just געניג.
מיין נישט אז די וואס האבן יא געליינט די גאנצע בריוו שרייבן יעצט אויס checks

מיין קאמף האט אסך מער דאנלאדס וואו די בריוו, איז וואס?


הקטן, איך האב שוין לאנג גע'טענה'עט אז דו דארפסט זיין זייער א קלוגע מענטש, און ווי מער איך ליין וואס דו שרייבסט, איבערצייג איך זיך אלס מער און מער.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ער האט ארויפגלייגט די חלק וואס מאכט די פוינט זייער קלאר, און נישט געוואלט העלפען פארשפרייטן די פאלשע פ"ר

געשריבן פשוט כדי זיך צי האלט נאר צים בריוו
זייטס א גיבור, האלטס אייך צום נושא.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

ווייסטו וואס? - בלייב גערעכט!
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]חכמת שלמה[/tag] א פשוט'ע שאלה
וואס איז פשט אז די ביסט ביזי דא שרייבן אויף העלבראנץ "תמ"ל" אבער מ'זעהט דאס נישט ביי קיינעם פון די לב טהורניקס? איז דאס נישט קיין ראי' אז די דרייסט סתם א קאפ?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי: איך האב ארויס גע טאאנט די גאנצע סומאטאכע פון לב טהור. ווען מ'וועט ארעסטירן מאיר ראזנער מיט זיין ווייב. און זיי שטעללן צו א משפט, ביטע רופטץ מיך צוריק...!
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

חתם סופר האט געשריבן:[tag]חכמת שלמה[/tag] א פשוט'ע שאלה
וואס איז פשט אז די ביסט ביזי דא שרייבן אויף העלבראנץ "תמ"ל" אבער מ'זעהט דאס נישט ביי קיינעם פון די לב טהורניקס? איז דאס נישט קיין ראי' אז די דרייסט סתם א קאפ?

כ'האב עס יא געזען אין אנדערע מקורות. מעגליך אז אלעס שרייבט חכמת שלמה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ברענג אהער
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך אלטער_איד »

חכמת שלמה
קודם וועגן דעם בריעוו
איך האב גראדע נישט געהאט געזעהן די גאנצע בריעוו פאר איך האב עס דא ארויפגעלייגט, אזוי ווי איך האב דיר שוין גענטפערט אין פריוואט, איך בין נישט פון די עסקנים וואס האנדלן פערזענדליך די טעלער קעיס, אבער איך ארבעט מיט זיי און טראסט זיי אז זיי מאכן א גאר גוטע ארבעט, און וועלן מצליח זיין.
איך האב אדורכגעליינט דעם בריעוו, און דרך אגב האבן די עסקנים נאר באקומען א בלעק ענד ווייט קאפי פון די בריעוו, און די האסט דא ארויף געלייגט די ארגענעלע. אבער איך האב נאר געזען דארט וואס איך האב שוין געזעהן אין אנדערע בריעווען פון קעיסעס וואס איך בין פארמישט מיט לב טאכעס. עס זאגט בכלל נישט גארנישט מער ווי א בריעוו וואס מאיר יששכרס ווייב אדער אן אנדערע פרוי האט געשריבן אדער פארגעשריבן.. איך זעה נישט בכלל פון דארט ווייניגער רשעות פון וואס מען קען שרייבן גאנצע טעג..
ר' יואל ראטה זאגט עפעס וואס אנדערע רבנים ווי הרב ר' יוחנן וואזנער האט אלס געזאגט, אז מען האט געגעבן (20-30 יאר צוריק) מכות אויך ביי אונז, אבער פאקט איז אז ביי די גאנצע וועלט ביס פערציק יאר צוריק און שפעיטער איז דאס אויך געווען נארמאל. און טאקע פאר דעם זענט איהר נאך נישט קיין קאלט.. און אז מען רעדט פון ר' יואל ראטה, עס זענען דא וואס זאגען אז ער איז אויך קרוב צו א קאלט מיטן בריענוואשען, אבער איך האלט נישט אז ער איז אזוי שלעכט, ער טוט לכאורה גוט אויף מיט די בחורים וואס קענען ניצן זיין הילף, אבער מיט זיין מהלך המחשבה, קען מען פארשטיין אז ער פילט אנגעליטן פון די מעינסטרים מוסדות.. און ווייטער ער רעדט ווי איינער וואס איז נישט צופיל באהאווענט וואס עס גייט פאר אין לב טאכעס, פארדעם מאכט ער עס אוועק..
און עטס זענטס נישט קיין קאלט וועגן די מלקות, נאר וועגן די אנדערע פאקטן וואס זענען מער יעצט באקאנט אדער געווארען וועריפייט, וואס דאס מאכט ענק פאר א עכטע קולט, און אפילו הרב ר' יוחנן מיט די פאקטען וואס ער ווייסט פון יעצט נעמט מער נישט ענקער זייט, און דאס איז אן עקסטערע שמיעס.
איך האב פריער מיטגעהאלטן א שמיעס פון 2 מיידלעך וואס זענען ארויס פון די "קאלט" וואס האבן זיך צוזאמענגעטראפן נאך 6 יאר. און לאכענדיג פון זייערע צרות ב"ה האבן זיי אדורך געשמיעסט היבש פון די רשעות וואס מען מאכט מיט. די מיידעל וואס איז שוין ארויס 6 יאר צוריק האט נישט מיטגענאכט א קליין טייל פון די רשעות וואס מען מאכט מיט זייט דער ממזר און צידרייטער נחמן האט איבערגענומען דעם קאלט, אפילו די וואס האבן זיך נאך געשווירען ביים אלטען פירער שלמה, זוכען שוין צו אנטלויפען.
אפאר אנקעדאטען וואס איך האב זיי געהערט לאכען.
איין מאל זענען 2 מיידלעך געקומען צו א משפחה עפעס בעטן, און מען האט נישט געפענט די טיר, האבן זיי אריינגעבליקט אין יענעמס שלאף צימער ווואס איז דאך פון פלעסטיק טארפס, פיל מיט לעכער ( דא ליגט אויך די נידריגקייט פון זיי, פון איין זייט לייגט מען פרויען אנגעטון שווארץ ווי מיסלעמענער אדער נאנעס, און פון די אנדערע זייט האלטען קינד און קייט מיט אלעס וואס טוט זיך ביי די עלטערן אדער אנדערע אין בעדרום) האבן זיי געזעהן ווי יענע פרוי שלאפט ל"ע אן שטרימפ, מען דארף דאך שלאפן מיט 2 פאר טייטץ. גלייך זענען זיי געלאפען צו די רעבעצין, וואס האט גערופן נחמן, און ער האט אויסגעפרעגט די מיידלעך, און אריבערגערופן יענע פרוי און איהר אויסגעשייגץ'ט, מען האט איהר נעבעך געגעבן א תיקון, מען האט איהר אוועק גענומען די קינדער פאר א חודש.... ל"ע
זיי האבן פארציילט ווי אזוי נחמן רעדט צו די מיידלעך, ער רופט זיי ביי די נאמען, ער רעדט מיט זיי אליין פאר שעות, ער קוקט זיי אין פנים, טאקע באדעקט אבער פון נאנט קען מען דורך זעהן.
למעשה חכמת שלמה די בעטסט אז מען זאל זיך האלטן צו די פוינט און נאר ענטפערען אויף די בריעוו.. דער בריעוו זאגט נאר ברעין וואש, און נאך אמאל ברעין וואש.
איך בעהט דיך אויך האלט זיך צו די פוינט און פארענטפער די זאכן וואס מען האט דיך געפרעגט. און די ווייסט אז איך ווייס אלעס וואס גייט פאר דארט, און איך ווייס עס ערשטע האנט.
-פארוואס איז מען נישט גורס גמרא רש"י און רוב תורה שבעל פה?
- פארוואס ווען די גאנצע אידישע וועלט זעהט איין אז מען קען נישט ניצען קארפעל פאנישמענט צו מחנך זיין קינדער און כ"ש ערגערע רשעות ווי איך וועל ווייטער אויסרעכענען, איז דאס ענקען מעין וועיג פון מחנך זיין?
- וואס איז פשט פון געבן 40 טאג תענית דיבור פאר קינדער, און ווען מען רעדט אויס הייבט זיך די 40 טעג נאכאמאל אן און עס קען גיין פאר חדשים
וואס איז די רשעות פון אוועקנעמען קינדער פון די עלטערן פאר לענגערע צייטען?
וואס איז די רשעות אז אויב א קינד פארבלאנדזשעט אביסעל ווייטער פון זיין הויז נעמט אים וויינגארטן א וועק צו זיך.?
וואס איז די רשעות פון עבן פאר קינדער צו פאסטען איינמאל א וואך?
דאס איז שוין חוץ פון די רשעות פון גארנישט לאזען עסען.
וואס איז דע רשעות וואס מען האט געטוען מיט דעם יתום אלימלך פון 2 וואכן שלאפן אין די פריזער?
וואס איז די רשעות פון דאמפען קינדער וואס שרעקען זיך נישט פון ענקען וועג פון חינוך, יא פשוט אועקשיקען קינדער פון די עלטער פאר אייביג, ווי איבערלאזן אין א האטעל אין די סיטי ווי א נארמאלער מענטש שלאפט נישט אן דינגען סעקיארעטי, אדער פון פשוט איבערלאזען אין ערעפארט אין א פרעמד לאנד.?
וואס איז די רשעות פון געבן גלות פאר קינדער צו שלאפען אנדערע פלעצער יעדע וואך?
די פאקטען מיט די רשעות איז שוין געשריבען געווארען מערערע מאל, און די רשעות וואס גייט פאר ביי די טעלער קעיס איז נישט צו באגרייפען, און די ווייסט אויך אז איך ווייס אסאך מער פון וואס איך שרייב, ווייל עס איז נאך נישט די ריכטיגע צייט אלעס ארויסצוגעבן יעצט.
און דרך אגב האט מען מיך שטארק געבעטן אז איך זאל דא נישט שרייבן, נאר אז די פאלגסט נישט און שרייבסט קען איך מיך אויך נישט איינהאלטען...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלטער איד, וועגן וואס דו האסט געשריבן איבער יואל ראטה וויל איך נאר אקיינווארפן צוויי שורות איבער דעם פערזאן.

יואלי ראטה איז א נארישער מענטש, אנגעהויבן האט ער ריכטיג אבער היינטיגע צייטן רעדט ער צאם חריין מיט טשאלנט, אין יעדע נושא האט ער ליב אריינצורעדן און צו מישן דעם טאפ מיט זיין אומגעבעטענע חוות דעת.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אזוי ווי אומעטום, האט זיך די גוי'שע השפעה אריין גערוקט. היינט זעט זיך אן ביי די גוי'ישע פאליטישע אנשטאלטן א שטארקע דגש אויף whataboutism ווי יעדער וואס ווערט באשולדיגט מיט עפעס, אנשטאטס זיך צו פארטיידיגן אדער לייקענען, זאגט ער אז יענער האט עס אויך געטון.

על של עתה אנו באים. די מלקות אין לב טהור איז א פראבלעם, יא צו ניין? טאמער יא, העלפט גארנישט אז אין סאטמאר פאר פערציג יאר צוריק האט מען עס אויך געטון.

און עס איז טאקע גאנץ אנדערש. די פעשט איז היימישע חדרים איז געקומען פון א זלזול אין מענטשן ובפרט קינדער. מ'האט זיך גערעגט און מ'האט זיך נישט געהאלטען פארפליכטעט זיך איינצוהאלטען די מערדערישע תאוות, ווייל דאס איז סיי ווי א קינד. דאס האט גארנישט מיט א קולט. א קולט איז ווי מען נוצט קונצן צו שפילן מיט מענטשנ'ס קעפ אז זיי זאלן נישט טראכטן גלאט. ווען איינער זיצט און איז מחליט אז יעצט איז ראטזאם אז א קינד זאל באקומען א באשטימטע מאס מלקות, מיט א גאנצע טכס ארום און ארום, מיינט עס אז מ'זוכט דא צו שפילן מיט זייער קעפ, און מ'איז גרייט צו נוצן זייער קערפער דערפאר.

דאס איז א קולט, אדער עפעס ענליך. עכ"פ, דאס איז פילפאכיג ערגער, און דאס איז א סבה זיי צו פארמאכען. ווען עס איז בלויז שלעכטע מדות פון מענטשן, וועט פארמאכן נישט העלפן, ווייל שלעכטע מדות זענען אומעטום און אייביג. מ'דארף זיי אויסלערנען וויאזוי זיי צו באארבעטן אז מ'זאל זיך איינהאלטן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

אלטער איד, איך האב דיר אסאך צו ענטפערן, אבער ס'וועט מוזן זיין שפעטער. איך בין אביסל פארנומען אין די טעג - מ'דארף דאך עפעס אויפטאן פאר אידישקייט אויך.

אבער אויף יעצט וויל איך דיר קודם באגריסן און באדאנקען אויפן זיך האלטן צום פוינט (נישט ווי אלע אנדערע דא), און רעדן צום ענין פון וואס מען רעדט, וואס אויף דעם קומט זיך קרעדיט פארן זיין א מענטש און טון צו דער זאך.

מאידך גיסא, אויף די אנדערע שאלות וואס דו האסט מיר געפרעגט, בין איך מסופק צי איך זאל ענטפערן דא, וויבאלד איך האב שוין פריער געשמועסט אז עס איז נישט אין די אינטערעסן פון די קהילה אז איך זאל זיך טענה'ען דא, און איך האב טאקע א לאנגע צייט נישט געשריבן דא, צוליב דער סיבה. אבער אויף רוב פון די קושיות, האב איך שוין געענטפערט אין דעם אנדערן אשכול, איך האב זיך שוין צו דעם באצויגן און געענטפערט. עס קען זיין אז אין אישי וועל איך דיר קענען ענטפערן געהעריג, געוואנדן אין מיין צייט (און צי איך וועל נישט באקומען קיין דירעקטע מעלדונג, נישט צו שרייבן מיט דיר).

איך האף בקרוב צוריקצוקומען וועגן דער בריוו, און איבער די דרשה פון ר' יואל ראטה הי"ו.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
בשםואין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 19, 2013 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

שליחה דורך בשםואין »

חכמת שלמה האט געשריבן:אלטער איד, איך האב דיר אסאך צו ענטפערן, אבער ס'וועט מוזן זיין שפעטער. איך בין אביסל פארנומען אין די טעג - מ'דארף דאך עפעס אויפטאן פאר אידישקייט אויך.

אבער אויף יעצט וויל איך דיר קודם באגריסן און באדאנקען אויפן זיך האלטן צום פוינט (נישט ווי אלע אנדערע דא), און רעדן צום ענין פון וואס מען רעדט, וואס אויף דעם קומט זיך קרעדיט פארן זיין א מענטש און טון צו דער זאך.

מאידך גיסא, אויף די אנדערע שאלות וואס דו האסט מיר געפרעגט, בין איך מסופק צי איך זאל ענטפערן דא, וויבאלד איך האב שוין פריער געשמועסט אז עס איז נישט אין די אינטערעסן פון די קהילה אז איך זאל זיך טענה'ען דא, און איך האב טאקע א לאנגע צייט נישט געשריבן דא, צוליב דער סיבה. אבער אויף רוב פון די קושיות, האב איך שוין געענטפערט אין דעם אנדערן אשכול, איך האב זיך שוין צו דעם באצויגן און געענטפערט. עס קען זיין אז אין אישי וועל איך דיר קענען ענטפערן געהעריג, געוואנדן אין מיין צייט (און צי איך וועל נישט באקומען קיין דירעקטע מעלדונג, נישט צו שרייבן מיט דיר).

איך האף בקרוב צוריקצוקומען וועגן דער בריוו, און איבער די דרשה פון ר' יואל ראטה הי"ו.


א לעכערליכע ווערטער קוגל, פון די איינצענלע מאכלים וואס מ'לאזט נאך אריין אין בבל..
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אלטער_איד האט געשריבן: דא ליגט אויך די נידריגקייט פון זיי, פון איין זייט לייגט מען פרויען אנגעטון שווארץ ווי מיסלעמענער אדער נאנעס, און פון די אנדערע זייט האלטען קינד און קייט מיט אלעס וואס טוט זיך ביי די עלטערן אדער אנדערע אין בעדרום)

ס'איז נישט נידעריג. פרעמדע מעגן נישט זען, צווישן משפחה און נאנטע איז מובן אז ס'איז נישט מגרע.
אלטער_אידן האט געשריבן:זיי האבן פארציילט ווי אזוי נחמן רעדט צו די מיידלעך, ער רופט זיי ביי די נאמען, ער רעדט מיט זיי אליין פאר שעות, ער קוקט זיי אין פנים, טאקע באדעקט אבער פון נאנט קען מען דורך זעהן.
נו, ער רעדט מיט זיי פאר שעות. האט ער עפעס דען מער געטוהן?
אלטער_אידן האט געשריבן:-פארוואס איז מען נישט גורס גמרא רש"י און רוב תורה שבעל פה?
וואס האט דאס מיט אביוז צוטוהן? דו ווייסטאך פארוואס, די קריסטן אין די מיטל-אלטער האבן אויך נישט געמעגט לערנען די סקריפטשערס.
אלטער_אידן האט געשריבן:- פארוואס ווען די גאנצע אידישע וועלט זעהט איין אז מען קען נישט ניצען קארפעל פאנישמענט צו מחנך זיין קינדער און כ"ש ערגערע רשעות ווי איך וועל ווייטער אויסרעכענען, איז דאס ענקען מעין וועיג פון מחנך זיין?
וואס מאכסטו זיך טאמעוואטע? דאסי דאך לב טהור'ס עקספערימענט. אפשר איז די גאנצע וועלט זיך טועה און מען קען יא נוצן קארפערל פאנישמענט?
אלטער_אידן האט געשריבן:- וואס איז פשט פון געבן 40 טאג תענית דיבור פאר קינדער, און ווען מען רעדט אויס הייבט זיך די 40 טעג נאכאמאל אן און עס קען גיין פאר חדשים
וואס איז אזוי געפערליך צו ארבעטן אויפ'ן דיבור? תענית דיבור איז נישט עפעס וואס לב טהור האט אויפגעמאכט, ס'ווערט געברענגט אין אלע חסידישע ספרים..
אלטער_אידן האט געשריבן:וואס איז די רשעות פון אוועקנעמען קינדער פון די עלטערן פאר לענגערע צייטען?
אין דיין חסידות נעמט מען דען נישט אוועק קינדער פון עלטערן? איר טוט דאס פונקט אזוי. אה, ווייל דו ביסט מחליט וואס איז הארב גענוג צו פארדינען זיך צו האבן די קינדער אוועקגענומען?! לב טהור מעג נישט האבן זייערע אייגענע קו?
אלטער_אידן האט געשריבן:וואס איז די רשעות אז אויב א קינד פארבלאנדזשעט אביסעל ווייטער פון זיין הויז נעמט אים וויינגארטן א וועק צו זיך.?
כ'פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו זאגסט דא? וואסערע רשעות דא רעדסטו פון? עקספלעין, וואס איז די מעשה?
אלטער_אידן האט געשריבן:וואס איז די רשעות פון עבן פאר קינדער צו פאסטען איינמאל א וואך?
קיינער שטארבט נישט פון פאסטן איינמאל א וואך.
אלטער_אידן האט געשריבן:דאס איז שוין חוץ פון די רשעות פון גארנישט לאזען עסען.
איז דאס עפעס אנדערש פון די פריעדיגע? דו מיינסט הכשרים וכדומה?
אלטער_אידן האט געשריבן:וואס איז דע רשעות וואס מען האט געטוען מיט דעם יתום אלימלך פון 2 וואכן שלאפן אין די פריזער?
גארנישט וואס זיי האבן נישט געזען ביי זייערע רעבעס, די סאטמערע און די טאהשע.
אלטער_אידן האט געשריבן:וואס איז די רשעות פון דאמפען קינדער וואס שרעקען זיך נישט פון ענקען וועג פון חינוך, יא פשוט אועקשיקען קינדער פון די עלטער פאר אייביג, ווי איבערלאזן אין א האטעל אין די סיטי ווי א נארמאלער מענטש שלאפט נישט אן דינגען סעקיארעטי, אדער פון פשוט איבערלאזען אין ערעפארט אין א פרעמד לאנד.?
ווייל דעמאלטס איז א סימן אז זיי זענען שוין גענוג שטארק און אויסגעבויעט אליינס און ס'איז שוין סעיף זיי ארויסצולאזן אויף די פרייע וועלט זיי זאלן יעדן איבערצייגן וואסערע גלענצנדע עקשנות'דיגע פירות לב טהור האט ערצייגט.
אלטער_אידן האט געשריבן:וואס איז די רשעות פון געבן גלות פאר קינדער צו שלאפען אנדערע פלעצער יעדע וואך?
איר האט א טבע איבערצוחזר'ן די זעלבע נקודות נאר אין אנדערע ווערטער?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס מאכט זיך אמאל, אין זעלטענע פעלער, אז מ׳דארף אוועקנעמען קינדער פון עלטערן. עס איז אן אויסנאמליכע טריט ווען די קינדער וועלן געשעדיגט ווערן. יא, מ'ציעט צומאל די שטריק מיט'ן אוועקנעמען פון אט"ד וכדו', אבער אין פרינציפ איז עס אנגעקוקט ווי א דעספערעט טריט.

דא איז עס א לכתחילה'דיגע זאך, אז די קשר מיט די עלטערן איז נישט קביעא וקיימא, נאר ווענדט זיך אין די קאפריזען (שיטה"ק בלע"ז) פון אן עם הארץ בן עם הארץ, המכונה הלברנץ.

און אזוי אויך מיט לייגן מענטשן אין תפיסה. עס איז נישט קיין 'מהלך' אז מ'שפארט איין מענטשן אין תפיסה. צומאל איז נישט דא קיין ברירה. דא איז עס נישט קיין אויסנאם, נאר א נארמאלע מהלך פון שטראפן פאר נארמאלע זאכן.

איך ווייס נישט וועלכע חסיד'ישע ספרים דו קוקסט, אבער איינער פון זיי דערמאנט יענעם אריינלייגן אין תענית דיבור? איך מיין אז די חילוק צווישן זיך און יענעם דארף מען נישט מסביר זיין.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

טאמבעלע איז סארקאסטיש.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך אלטער_איד »

איך אויך האט געשריבן:טאמבעלע איז סארקאסטיש.

איך האב נישט געטראכט אנדערש.....
יעצט שרייען די גרים אז יעדער אנטלויפט פון בבל... איך גלייב זיי נאך נישט.... אבער עס קען זיין עטליכע זענען אנטלאפן.....
אדמור מקרייניץ זצל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:30 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך אדמור מקרייניץ זצל »

חתם סופר האט געשריבן:[tag]חכמת שלמה[/tag] א פשוט'ע שאלה
וואס איז פשט אז די ביסט ביזי דא שרייבן אויף העלבראנץ "תמ"ל" אבער מ'זעהט דאס נישט ביי קיינעם פון די לב טהורניקס? איז דאס נישט קיין ראי' אז די דרייסט סתם א קאפ?

אנטשולדיגט אבער איך בין אן עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן איך קען נישט ליינען ראשי תיבות. קען מיר איינער פליז מפענח זיין וואס דאס מיינט
תמ"ל???
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

שליחה דורך יעלה ויבא »

תמ"ל = תורתו מגן לנו
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אומבאשטעטיגטע שמועס קורסירן אז קרית לב טהור אין גואנטומאלא איז לער. ווער ווייסט צו וועלכע הרי חושך מען האט ווייטער געפירט די תינוקים שנשבו.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

לכאורה אין זומבאווה אין אפריקא, דארטן וועלן זיי האבן א פרי פעס פאר אלעס
פארשפארט