גמ"ח תפארת הראש
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 13
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:28 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
גמ"ח תפארת הראש
א גוט יאר טייערע חברים וידידים, הע"י.
אזוי ווי עס זענען פארהאנען ערליכע פרויען וועלכע לאזן וואקסן די האר פון קאפ, און היות אז עס זענען דא געוויסע הלכות צניעות און הידורים אין צניעות וועלכע זענען נוגע צו א פרוי וואס טראגט די אייגענע האר, אריינגערעכענט וואס עס ווערט געשריבן אין "שבט הלוי" (ח"ה סי' קצ"ט) אז די נשים צנועות וועלכע שערן נישט זייערע האר זאלן צודעקן די קאפ מיט צוויי כיסויים כדי עס זאל נישט ארויסשטעקן, ווי די זוהר הקדוש וואונטש די פרויען וועלכע זענען מקפיד אויף דעם מיט אלע ברכות, ווילן מיר מעלדן בשער בת רבים אז מיר האבן געעפענט א גמ"ח, "תפארת הראש", וואס פארטיילט ספעציעלע גוטע CAPS וואס מען קען אנטוהן אויף די האר, און דאס פארמיידט די האר פון זיך ארויסשטעקן און עס איז אויך באטראכט ווי א דאפעלטע צודעק אויפן קאפ, כדי יוצא צו זיין אלע שיטות.
מיר האבן אוועקגעשטעלט א ספעציעלע אנאנימעס סיסטעם וויאזוי מיר וועלן אפשיקן די קעפס פאר די וואס ווילן דאס, כדי אייער נאמען און אדרעס זאל בלייבן אין געהיים אפילו פאר די הנהלת הגמ"ח.
אויב ווילט איר באקומען אזא קעפ אדער איר דארפט מער אינפא איבער אונזער גמ"ח ביטע שיקן אן אימעיל צו tiferetrosh@gmail.com

- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: גמ"ח תפארת הראש
און אויב אייער מאמע האט זיך געשוירן די האר און איהר שערט זיך נישט, דאן זאלט איהר פארשטיין אז אייער טאכטער וועט שוין בכלל נישט צודעקן די האר, ווי אויך איז גאר שטארק מעגליך אז זי וועט האבן חשק אנצוטוהן הויזן...
איך בין א נער און איך גלייב!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
יהודי פשוט האט געשריבן:און אויב אייער מאמע האט זיך געשוירן די האר און איהר שערט זיך נישט, דאן זאלט איהר פארשטיין אז אייער טאכטער וועט שוין בכלל נישט צודעקן די האר, ווי אויך איז גאר שטארק מעגליך אז זי וועט האבן חשק אנצוטוהן הויזן...
מיר עפענען א ספעציעל גמ"ח פון הויזן, פאר די פרויען וועלכע פירן זיך צו גיין מיט הויזן, חלילה נישט צוגעפאסטע, אזוי ווי אסאך אין כלל ישראל פירן זיך.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
יהודי פשוט האט געשריבן:און אויב אייער מאמע האט זיך געשוירן די האר און איהר שערט זיך נישט, דאן זאלט איהר פארשטיין אז אייער טאכטער וועט שוין בכלל נישט צודעקן די האר, ווי אויך איז גאר שטארק מעגליך אז זי וועט האבן חשק אנצוטוהן הויזן...
אויב אייער רבי איז געגאנגען סטראקעס און איהר גייט נישט, דאן זאלט איהר פארשטיין אז אייער זון וועט שוין בכלל נישט גיין קיין בעקישע, ווי אויך איז גאר שטארק מעגליך אז ער וועט האבן חשק אנצוטון א שניפסל...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
- געפינט זיך: נישט ווייט
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל
ואני און איך זיידענע יונגערמאן. כאטש אפי' איך בין זייער נתרגש פון אזא לשם שמים-דיגע גמ"ח וואס וויל מזכה זיין נשי ובנות ישראל מיט צניעות און כיסויין דקדושה. און כאטש אפי' אז מיין מאמע רחל האט נישט אזוי געטאן, נאר זי האט זיך געשוירן, עם כל זה זענט איר דא אויפצוטון פארן דור אזא וויכטיגע שריט אין עניני קדושה.
בעט איך אייך אבער איר זאלט נישט האבן קיין טענות צו מיר. ווייל אויב מיין אשת חיל תליט"א וויל נישט שערן דאס קאפצאל (אזוי האט דער רבי געזאגט אין חדר דענק איך) פארוואזשע אין די וועלט זאלעך מעך ווענדן צו א אנאנימער גמ"ח וואס דארף זיין פארהוילן פון מיר און פון דיר, און כ'דארף סייעתא דשמיא אויף יעדן טריט פון וועג ביים האנדלן מיט אנ"ש אז מיין אידענטעטעט זאל פארבלייבן א געהיימניס, אסאך אסאך לייכטער וואלט געוועזן אויב מ'שטעלט ארויס א לינק צו עמעזאן, אדער פרטים פון א קאמפאני ווי מ'קען זעך דיזן קאפ-טיכלעך איינהאנדלן, ולא תסמרנה שערות ראש מעתה ועד עולם, אמן כן יהי רצון.

בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 13
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:28 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
אברך משי האט געשריבן:ואני און איך זיידענע יונגערמאן. כאטש אפי' איך בין זייער נתרגש פון אזא לשם שמים-דיגע גמ"ח וואס וויל מזכה זיין נשי ובנות ישראל מיט צניעות און כיסויין דקדושה. און כאטש אפי' אז מיין מאמע רחל האט נישט אזוי געטאן, נאר זי האט זיך געשוירן, עם כל זה זענט איר דא אויפצוטון פארן דור אזא וויכטיגע שריט אין עניני קדושה.
בעט איך אייך אבער איר זאלט נישט האבן קיין טענות צו מיר. ווייל אויב מיין אשת חיל תליט"א וויל נישט שערן דאס קאפצאל (אזוי האט דער רבי געזאגט אין חדר דענק איך) פארוואזשע אין די וועלט זאלעך מעך ווענדן צו א אנאנימער גמ"ח וואס דארף זיין פארהוילן פון מיר און פון דיר, און כ'דארף סייעתא דשמיא אויף יעדן טריט פון וועג ביים האנדלן מיט אנ"ש אז מיין אידענטעטעט זאל פארבלייבן א געהיימניס, אסאך אסאך לייכטער וואלט געוועזן אויב מ'שטעלט ארויס א לינק צו עמעזאן, אדער פרטים פון א קאמפאני ווי מ'קען זעך דיזן קאפ-טיכלעך איינהאנדלן, ולא תסמרנה שערות ראש מעתה ועד עולם, אמן כן יהי רצון.
א. מיר האבן נישט געטראפן אין אמריקא די גוטע באקוועמע סארט, וועלכע איז די מערסטע באקוועם צו אנטוהן, און מיר ברענגען דאס ספעציעל פון אייראפא.
ב. מענטשן זענען אמאל פויל צו קויפן, און "וביותר צריך הכתוב להזהיר במקום שיש חסרון כיס", דערפאר ווילן מיר פארבירן מזכה זיין מענטשן אומזינסט.
ג. צום שלוס - די גמ"ח איז נישט געמאכט צו אריינרעדן אדער מעודד זיין סיי וואסערע הנהגה. דער גמ"ח אפעלירט צו דער וואס פירט זיך, מאיזה סיבה שיהיה, צו לאזן וואקסן זייער האר, און ווילן מהדר זיין אין זייער צניעות, און וויאזוי הגרש"ה וואזנער זצ"ל שרייבט (ח"ה ס"ס קצ"ט): "וכן נהגו צנועות כאלה שאין מגלחות שערותיהן שיהי' להם שבכה על השערות".
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: גמ"ח תפארת הראש
"דער גמ"ח אפעלירט צו דער וואס פירט זיך, מאיזה סיבה שיהיה, צו לאזן וואקסן זייער האר,"
צו לאזן וואקסן די האר ברויך מען נישט קיין שום סיבה, צו אפשערן די האר ברויך מען א סיבה
אינז זענען שוין אזוי פארדרייט, אז מ'ברויך שוין א סיבה צו זיין א נארמאלער מענטש!
צו לאזן וואקסן די האר ברויך מען נישט קיין שום סיבה, צו אפשערן די האר ברויך מען א סיבה
אינז זענען שוין אזוי פארדרייט, אז מ'ברויך שוין א סיבה צו זיין א נארמאלער מענטש!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
זעהט אויס ווי דער עולם כאפט נישט, די פרויען וואס הייבן זיך אן צו לאזן וואקסן די האר כמנהג בנות ישראל הכשרות, האבן א שטארקע פראבלעם אז א האר זאל זיך ארויסשטעקן, לאו דוקא צוליב א זוהר נאר ווייל זי ווילן זיך איינשפארן די קאפוויי פון דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר די מאמע שוויגער שכנים וכו', דערפאר איז א שטארקע הילף אזא טיכל אויפן קאפ וואס נעמט ארום אלע האר און האלט עס צוגעדריקט נאנט צום קאפ אזוי דערקענט זיך גארנישט פון דרויסן.
נאך אלע מעשות אבער וואלט געווען א שטארקע הילף אויב איז עס אוועיליבל אויף עמעזאן, מענטשן זענען גרייט צו צאלן בחפץ לב אז עס זאל אנקומען צו זיי אינדערהיים דעליווערט אויף א פראפעשענעל אופן, און אז איר ווילט דוקא קענט איר נאכאלטס האלטן אפן די גמ"ח פאר די וואס ווילן עס באקומען בחינם והכל על מקומו יבא בשלום.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
א אינטרעסאנטע בייפאל דאס, הייסט עס ווען א פרוי וואס טראגט אזא קאפל איז טייטש כאילו א עדווערטייזמענט אז יעדער וועט באלד וויסן אז זי איז פון דער "נישט אפשערן די האר קלאוב"? אדער זעהט דאס אויס ווי דער לעצטע מאדע וואס הייסט "סדאאד"?
ווייל לויט ווי איך געדענק האט פאפא אדער ווייסיך ווער גע'אסר'ט די סדאאד'ס מיטן אויסרייד אז יענץ וועט גורם זיין אז פרויען זאלן זיך לאזן וואקסן די האר.
ווייל לויט ווי איך געדענק האט פאפא אדער ווייסיך ווער גע'אסר'ט די סדאאד'ס מיטן אויסרייד אז יענץ וועט גורם זיין אז פרויען זאלן זיך לאזן וואקסן די האר.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: גמ"ח תפארת הראש
יא אין די הייליגע טאון אוו פאלם טרי איז עס ג'אסרט געווארןדולה ומשקה האט געשריבן:א אינטרעסאנטע בייפאל דאס, הייסט עס ווען א פרוי וואס טראגט אזא קאפל איז טייטש כאילו א עדווערטייזמענט אז יעדער וועט באלד וויסן אז זי איז פון דער "נישט אפשערן די האר קלאוב"? אדער זעהט דאס אויס ווי דער לעצטע מאדע וואס הייסט "סדאאד"?
ווייל לויט ווי איך געדענק האט פאפא אדער ווייסיך ווער גע'אסר'ט די סדאאד'ס מיטן אויסרייד אז יענץ וועט גורם זיין אז פרויען זאלן זיך לאזן וואקסן די האר.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 9
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 07, 2019 8:27 am
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
דולה ומשקה האט געשריבן:א אינטרעסאנטע בייפאל דאס, הייסט עס ווען א פרוי וואס טראגט אזא קאפל איז טייטש כאילו א עדווערטייזמענט אז יעדער וועט באלד וויסן אז זי איז פון דער "נישט אפשערן די האר קלאוב"? אדער זעהט דאס אויס ווי דער לעצטע מאדע וואס הייסט "סדאאד"?
ווייל לויט ווי איך געדענק האט פאפא אדער ווייסיך ווער גע'אסר'ט די סדאאד'ס מיטן אויסרייד אז יענץ וועט גורם זיין אז פרויען זאלן זיך לאזן וואקסן די האר.
This is a headcovering for under a tichel that nobody would see,