berlbalaguleh האט געשריבן:והאיש משה האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:
א יעדער קען אנשעטללן א פנים של הדר אין פאבליק. אבער וויאזוי מ'פיהרט זיך אויף אין די אייגענע שטוב. צו די אייגענע בני משפחה. דארט ווייזט זיך ארויס דער אמת'ער פרצוף און כאראקטער פון א מענטש...!
איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט פנים של הדר?? כאילו ר' ליבוש שטעלט ארויס א פנים של הדר אז ער איז א מתמיד און א עובד און פחד'יגע יר''ש, און פון דערהיים הערט מען גאר אז ער ליינט צייטנונגען און לעקט אייזקרים און איז א קל ער קומט אהיים און לאכט פון די גאנצע מעשה?
סך הכל זאגט די רב הצעיר אז ער איז אומגעדולדיג און א קיצוני און צובראכען ווי א שארבן אז ער איז דורךגעפאלן מיט די קינדער.
ליהוי ידוע אז און אט די נושאים שטעלט די פאטער בפירוש נישט אהן קיין פנים של הדר!, דהיינו ער מאכטס זיך נישט קיין געדולדיגער מענטש אינדרויסען און אינדערהיים אנגעצויגען, אדרבא ער ווייזט פאר יעדעם איינעם אז ער האט נישט קיין געדולד און איז פארנומען מיט וויכטיגערעס, וכן כל הטענות אינם חידושים (חדשים) אפי' צווישן זיינע נאנטע חסידים.
און דאס אז מ'קען אים פארקויפן לאקשען איז דאך פשוט ער איז דאך ארומגענומען מיט מענטשן, ער ליינט נישט קיין נייעס נאר וואס מ'פארקויפט אים, דאס איז אן אלטער פראבלעם וואס נעמען ארום פארמאכטע מנהיגים ואין כאן מקומו להאריך.
און ער איז ידוע אלס קיצוני אא"וו.
און דאס וואס ער זאגט אז ער איז מקנא מענטשן מיט גוטע קינדער, איז אויך אזאך וואס ער באהאלט נישט.... ער זאגט עס גאנץ קלאר (איך האב מיטגעהאלטן ערשט האנטיג)
ס'איז גראדע זייער ווייטאגליך וואס ער שרייבט און ווי אזוי ער לייגט עס אראפ, און מ'קען פון דעם אפלערנען פארוואס ער איז אזוי דורך געפאלען מיט די קינדער, אבער נישט מער פון דעם, נישט ער איז א שקרן חלילה וואס שטעלט אהן א פנים של הדר.
והאיש משה: מיט די מערסטע זאכן ביסטו גערעכט. אבער מיט די באהויפטונג אז ער שטעלט אן א פנים של הדר ווען ס'קומט צו געבן עצות אין חינוך פאר מענטשן וואס קומען צו איהם מיט א פראבלעם. דארט איז די נפקא מינה. ווייל דאס איז דאך איינס פון די טענות פון זיין זוהן. אז ער פאר פרעמדע מענטשן געט ער עצות וואס זענען זייער שטארק טאלעראנט. אבער ער ווייזט נישט ארויס דעם זעלבן מאס פון טאלעראנץ ווען ס'קומט צו דעם חינוך פון זיין אייגענעם זוהן...!
דאס אז ער ליינט נישט קיין צייטונגען. נאר ער הערט איבער פון אינפארמאטארן איז געווען א פראבלעם ביי א גרויסן צדיק ומנהיג מפורסם. ווייל אויסער דעם המודיע האט ער נישט געליינט קיין שום צייטונגען. און זיינע 2 הויפט גבאים ר' יאסל אשכנזי און ר' עזריאל גליק האבן איהם פארקויפט א סאך לאקשן. ספעציעל אויף די עלטערע יארן. און לויט דעם האט ער קובע געווען זייער א גרויסן חלק פון זיין שיטה ווען ס'איז געקומען צו א פראקטישן פועל יוצא...!
למשל ווען ס'איז געקומען צו די אינעווייניגסטע פאליטיק פון מדינת ישראל איז ער געווען זייער גוט אינפארמירט. אזוי ווייט אז ס'איז אמאל געקומען צו איהם א רב פון ארץ ישראל וועלכער איז געווען זייער שטארק פרא-אגודה. אבער האטציך פארקויפט אלס קנאי. און אנהענגער פונ'ם רעבין'ס שיטה. ווען ער איז אריינגעקומען צו האדמו"ר מ'סאטמאר זצוק"ל און ר'האט איהם אראפגעלייגט וואספארא קנאי ער איז. האט איהם דער סאטמאר'ע רב ארויסגענומען א קאפי פונ'ם המודיע. וואס ער האט געהאלטן אין א פיילינג קעבינעט אין זיין ספרים צימער. און ר'האט איהם געוויזן א פיקטשער מיט אן ארטיקל וואו דער רב האלט א דרשה אין יום העצמאות ביי אן אגודה פארזאמלונג. דער רב איז ארויסגעגאנגען בבושת פנים...!
אבער ווען ס'איז געקומען צו וועלטס פאליטיק האט ער באקומען זיין אינפארמאציע פון זיינע גבאים. און זיי האבן איהם איינגערעדט וואס זיי האבן געוואלט. קורץ פאר די זעקס טאג מלחמה. ווען דער עגיפטישער פרעזידענט נאססער האט געבלאקט די איזראעלי שיפן פון אדורכפארן דעם גאלף פון אקאבא, וואס געט א צוטריט צו דרום ארץ ישראל. ווי אשדוד און אילת. און נאכדעם האט נאסער ארויסגעווארפן די יו.ען. טרופן פן מדבר סיני. און ער האט אריינגעשיקט א גרויסע ארמיי פון זיינע סאלדאטן. און ער האט געהאלטן אין איין סטראשען אז ער וועט אינוואדירן ארץ ישראל. האט דער סאטמאר'ע רבי געזאגט אז ס'איז נישט געווען קיין שום סכנה פאר די איינוואוינערס פון ארץ ישראל. נאר אז די ציונים האבן זיך גערייצט מיט די עגיפטישע מיליטער. און אנגעהויבן א מלחמה...!
בערל בעל עגלה: כנראה איז אין דיין וועגעלע נישט פארהאנען קיין ג.פ.ס. ווייל דו ביזט מיאוס פארפארן פון די נושא, און נאך מיטגעשלעפט דערעוילם אויף דיין וואגען, כ'האב מורא געהאט אז דאס וועט געשעהן ווען איך וועל דערמאנען די נושא אז פארמאכטע מנהיגים קענען האבען ווייניג דרויסענדיגע אינפורמעישען, דערפאר האב איך געשריבן ואין כאן מקומו להאריך.
רבותי! דא איז די נושא רב הצעיר, דער וואס וויל דן זיין וועגען רבי'ס אדער סאטמאר רב צו ער האט יא אדער נישט געוויסט וואס טוט זיך ארויס פון זיינע ד' אמות און פון וואנעט זיין\זייערע אינפורמצי'ה איז געקומען זאל מוחל זיין און עפענען א נייע אשכול (אויב ס'איז נאך נישט פארהאנען)
ועל של עתה באתי, כ'פיל נישט אויב איינער געבט א עצה פאר יענעם, און ער וועט נכשל און דעם, אז ס'קומט אים די טיטל "שטעלט אהן א פנים של הדר וכו'" סך הכל זאגט ער די אמת פאר יענעם און קאן זייער זיין אז ער שטייט נעבעך נישט ביי די נסיון, מיין גאנצע שרייבן צו דיר איז נאר געווען וועגען די טיטל הנ"ל.
אודה ולא בוש איך קען ר' ליבוש נישט פערזענליך, און נאך אין לעבן נישט געמאכט קיין נסיעה צו אים, דאהי האב איך אים שוין געזעהן, אפי' נישט געגבן קיין קוויטל, אויף אן אמת ער ציהט מיר נישט, אבער לויט וואס כ'הער פון קרובים און נאנטע וואס מאכן נסיעות, פארשטיי איך אז נישט דאס איז זיין חולשה ער ליידט כלל נישט פון די נושא וואס רופט זיך "אנשטעלען א פנים"
און אז מ'רעדט שוין יא וויל איך צולייגן א ווארט צום רב הצעיר: איך פארשטיי זייער דיין ווייטאג וועגען דיין טאטע'ן... אבער זיי איהם דן און טראכט פון וואספארא שטוב ער קומט, דוכט זיך אז ביי זיינע עלטערן איז געווען נעבעך א שווערע שטוב פון כמה זייטען וואס מסתמא ווייסטו בעסער פון אונז אלע, זיי דיר מחזק ווי די ביזט און פראביר ס'זאל נישט גיין צו די דורות הבאים הצלחה און דיין וועג.