פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

berlbalaguleh האט געשריבן:
והאיש משה האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
א יעדער קען אנשעטללן א פנים של הדר אין פאבליק. אבער וויאזוי מ'פיהרט זיך אויף אין די אייגענע שטוב. צו די אייגענע בני משפחה. דארט ווייזט זיך ארויס דער אמת'ער פרצוף און כאראקטער פון א מענטש...!

איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט פנים של הדר?? כאילו ר' ליבוש שטעלט ארויס א פנים של הדר אז ער איז א מתמיד און א עובד און פחד'יגע יר''ש, און פון דערהיים הערט מען גאר אז ער ליינט צייטנונגען און לעקט אייזקרים און איז א קל ער קומט אהיים און לאכט פון די גאנצע מעשה?
סך הכל זאגט די רב הצעיר אז ער איז אומגעדולדיג און א קיצוני און צובראכען ווי א שארבן אז ער איז דורךגעפאלן מיט די קינדער.
ליהוי ידוע אז און אט די נושאים שטעלט די פאטער בפירוש נישט אהן קיין פנים של הדר!, דהיינו ער מאכטס זיך נישט קיין געדולדיגער מענטש אינדרויסען און אינדערהיים אנגעצויגען, אדרבא ער ווייזט פאר יעדעם איינעם אז ער האט נישט קיין געדולד און איז פארנומען מיט וויכטיגערעס, וכן כל הטענות אינם חידושים (חדשים) אפי' צווישן זיינע נאנטע חסידים.
און דאס אז מ'קען אים פארקויפן לאקשען איז דאך פשוט ער איז דאך ארומגענומען מיט מענטשן, ער ליינט נישט קיין נייעס נאר וואס מ'פארקויפט אים, דאס איז אן אלטער פראבלעם וואס נעמען ארום פארמאכטע מנהיגים ואין כאן מקומו להאריך.

און ער איז ידוע אלס קיצוני אא"וו.

און דאס וואס ער זאגט אז ער איז מקנא מענטשן מיט גוטע קינדער, איז אויך אזאך וואס ער באהאלט נישט.... ער זאגט עס גאנץ קלאר (איך האב מיטגעהאלטן ערשט האנטיג)
ס'איז גראדע זייער ווייטאגליך וואס ער שרייבט און ווי אזוי ער לייגט עס אראפ, און מ'קען פון דעם אפלערנען פארוואס ער איז אזוי דורך געפאלען מיט די קינדער, אבער נישט מער פון דעם, נישט ער איז א שקרן חלילה וואס שטעלט אהן א פנים של הדר.

והאיש משה: מיט די מערסטע זאכן ביסטו גערעכט. אבער מיט די באהויפטונג אז ער שטעלט אן א פנים של הדר ווען ס'קומט צו געבן עצות אין חינוך פאר מענטשן וואס קומען צו איהם מיט א פראבלעם. דארט איז די נפקא מינה. ווייל דאס איז דאך איינס פון די טענות פון זיין זוהן. אז ער פאר פרעמדע מענטשן געט ער עצות וואס זענען זייער שטארק טאלעראנט. אבער ער ווייזט נישט ארויס דעם זעלבן מאס פון טאלעראנץ ווען ס'קומט צו דעם חינוך פון זיין אייגענעם זוהן...!

דאס אז ער ליינט נישט קיין צייטונגען. נאר ער הערט איבער פון אינפארמאטארן איז געווען א פראבלעם ביי א גרויסן צדיק ומנהיג מפורסם. ווייל אויסער דעם המודיע האט ער נישט געליינט קיין שום צייטונגען. און זיינע 2 הויפט גבאים ר' יאסל אשכנזי און ר' עזריאל גליק האבן איהם פארקויפט א סאך לאקשן. ספעציעל אויף די עלטערע יארן. און לויט דעם האט ער קובע געווען זייער א גרויסן חלק פון זיין שיטה ווען ס'איז געקומען צו א פראקטישן פועל יוצא...!

למשל ווען ס'איז געקומען צו די אינעווייניגסטע פאליטיק פון מדינת ישראל איז ער געווען זייער גוט אינפארמירט. אזוי ווייט אז ס'איז אמאל געקומען צו איהם א רב פון ארץ ישראל וועלכער איז געווען זייער שטארק פרא-אגודה. אבער האטציך פארקויפט אלס קנאי. און אנהענגער פונ'ם רעבין'ס שיטה. ווען ער איז אריינגעקומען צו האדמו"ר מ'סאטמאר זצוק"ל און ר'האט איהם אראפגעלייגט וואספארא קנאי ער איז. האט איהם דער סאטמאר'ע רב ארויסגענומען א קאפי פונ'ם המודיע. וואס ער האט געהאלטן אין א פיילינג קעבינעט אין זיין ספרים צימער. און ר'האט איהם געוויזן א פיקטשער מיט אן ארטיקל וואו דער רב האלט א דרשה אין יום העצמאות ביי אן אגודה פארזאמלונג. דער רב איז ארויסגעגאנגען בבושת פנים...!

אבער ווען ס'איז געקומען צו וועלטס פאליטיק האט ער באקומען זיין אינפארמאציע פון זיינע גבאים. און זיי האבן איהם איינגערעדט וואס זיי האבן געוואלט. קורץ פאר די זעקס טאג מלחמה. ווען דער עגיפטישער פרעזידענט נאססער האט געבלאקט די איזראעלי שיפן פון אדורכפארן דעם גאלף פון אקאבא, וואס געט א צוטריט צו דרום ארץ ישראל. ווי אשדוד און אילת. און נאכדעם האט נאסער ארויסגעווארפן די יו.ען. טרופן פן מדבר סיני. און ער האט אריינגעשיקט א גרויסע ארמיי פון זיינע סאלדאטן. און ער האט געהאלטן אין איין סטראשען אז ער וועט אינוואדירן ארץ ישראל. האט דער סאטמאר'ע רבי געזאגט אז ס'איז נישט געווען קיין שום סכנה פאר די איינוואוינערס פון ארץ ישראל. נאר אז די ציונים האבן זיך גערייצט מיט די עגיפטישע מיליטער. און אנגעהויבן א מלחמה...!

בערל בעל עגלה: כנראה איז אין דיין וועגעלע נישט פארהאנען קיין ג.פ.ס. ווייל דו ביזט מיאוס פארפארן פון די נושא, און נאך מיטגעשלעפט דערעוילם אויף דיין וואגען, כ'האב מורא געהאט אז דאס וועט געשעהן ווען איך וועל דערמאנען די נושא אז פארמאכטע מנהיגים קענען האבען ווייניג דרויסענדיגע אינפורמעישען, דערפאר האב איך געשריבן ואין כאן מקומו להאריך.
רבותי! דא איז די נושא רב הצעיר, דער וואס וויל דן זיין וועגען רבי'ס אדער סאטמאר רב צו ער האט יא אדער נישט געוויסט וואס טוט זיך ארויס פון זיינע ד' אמות און פון וואנעט זיין\זייערע אינפורמצי'ה איז געקומען זאל מוחל זיין און עפענען א נייע אשכול (אויב ס'איז נאך נישט פארהאנען)

ועל של עתה באתי, כ'פיל נישט אויב איינער געבט א עצה פאר יענעם, און ער וועט נכשל און דעם, אז ס'קומט אים די טיטל "שטעלט אהן א פנים של הדר וכו'" סך הכל זאגט ער די אמת פאר יענעם און קאן זייער זיין אז ער שטייט נעבעך נישט ביי די נסיון, מיין גאנצע שרייבן צו דיר איז נאר געווען וועגען די טיטל הנ"ל.
אודה ולא בוש איך קען ר' ליבוש נישט פערזענליך, און נאך אין לעבן נישט געמאכט קיין נסיעה צו אים, דאהי האב איך אים שוין געזעהן, אפי' נישט געגבן קיין קוויטל, אויף אן אמת ער ציהט מיר נישט, אבער לויט וואס כ'הער פון קרובים און נאנטע וואס מאכן נסיעות, פארשטיי איך אז נישט דאס איז זיין חולשה ער ליידט כלל נישט פון די נושא וואס רופט זיך "אנשטעלען א פנים"

און אז מ'רעדט שוין יא וויל איך צולייגן א ווארט צום רב הצעיר: איך פארשטיי זייער דיין ווייטאג וועגען דיין טאטע'ן... אבער זיי איהם דן און טראכט פון וואספארא שטוב ער קומט, דוכט זיך אז ביי זיינע עלטערן איז געווען נעבעך א שווערע שטוב פון כמה זייטען וואס מסתמא ווייסטו בעסער פון אונז אלע, זיי דיר מחזק ווי די ביזט און פראביר ס'זאל נישט גיין צו די דורות הבאים הצלחה און דיין וועג.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

והאיש משה: פרוביר נישט צו זיין קיוט און שרייב פאעטיש. כאילו אז..."מיין וועגעלע איז פארפארן ווייל איך האב נישט קיין ג.פ.ס."...אז מ'רעדט פון א מנהיג (ר' לייביש'ל) וואס ליינט נישט קיין צייטונגען און ער באקומט זיינע וועלטליכע נייעס פן אינפארמאטארן איז עס יא אין פלאץ צו דערמאנען א צווייטן מנהיג וועלכער האט געטון די זעלבע...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אקעי, סא אין המודיע איז נישט געשטאנען דאס וועגען די סכנה פין פאר די זעקס טאג מלחמה? מען האט געקענט איינרעדן לאקשען וועגן ברך אדער וועגן אנדערע רבי'ס פארשטיי איך, ווייל אין צייטונג שטייט עס נישט, מען קען יעדן איינרעדן לאקשען, דער גרעסטער חכם איז נישט באשיצט פון דעם.

הגם אין דער מעשה מיט ר' לייבוש און דער בעלזער, איז נישט דער עוולה אז ער האט געגלייבט פין א פאבריצירער אהן פרעגן אנדערע, ווייל האמת יורה דרכו, אז ר' לייבוש האט געגלייבט ווייל ער האט געוואלט גלייבן. און דאס איז די עוולה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:פ.י.ג.ד.מ.פ.ב.מ.ד.פ.ק.ר.ת.ג.א.ד.ש.פ.א.פ.א.ת....!.(ווער ס'איז אינטרעסירט. אדער שטארק נייגעריג. קען איך מפענח זיין די זיסע און לעכטיגע ראשי תיבות. אין אישי.

כ'בין זייער נייגעריג אויף די סודות וואס זענען דא באהאלטן.

די ערשטע צוויי אותיות מיין איך אז איך האב אויסגעפיגערט. ס'איז אפשר ענגליש?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שמעון וואלף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:פ.י.ג.ד.מ.פ.ב.מ.ד.פ.ק.ר.ת.ג.א.ד.ש.פ.א.פ.א.ת....!.(ווער ס'איז אינטרעסירט. אדער שטארק נייגעריג. קען איך מפענח זיין די זיסע און לעכטיגע ראשי תיבות. אין אישי.

כ'בין זייער נייגעריג אויף די סודות וואס זענען דא באהאלטן.

די ערשטע צוויי אותיות מיין איך אז איך האב אויסגעפיגערט. ס'איז אפשר ענגליש?

ג.ד.מ.פ. קלינגט עפעס אויך. אבער מיין מאמע פלעג אונז זאגען ווען מ'האט עס געהערט אין די פראדזשעקט עלעוועיטארס אז ס'נישט ענגליש און זי ווייסט נישט וואס עס מיינט...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

דער רב הצעיר איז קענעהארע א קלוג יונגעל מיט א גוט קעפעל און א גאלדענע שפראך
הלוואי אויף אלע יודן אזעלכע קינדער
רעב לייביש מעג זיך האלטן שטאלץ מיט אים, פון די איינציגסטע נערמאלע קינדער ביי אים...
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף און וואלווי: ס'איז א געמיש פון ענגליש און אידיש. א חלק איז אפילו א פראגע. מתי...ווען?. אבער דער סך הכל איז אז ס'איז נישט קיין לשונות וועלכע קענען עולה זיין על שולחן מלכים...הלוואי וואלט איך עס געקענט ארויסשרייבן אינגאנצן. אן ראשי תיבות...אבער דער עולם וועט נאך מיינען אז בערל בעל עגלה איז עפעס א שחור פון הארלעם וועלכער האטציך אויסגעלערנט צו שרייבן אידיש און ענגליש...און ער שרייבט דא אויף קאווע שטיבל...!...לאל...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וואלווי האט געשריבן:ג.ד.מ.פ. קלינגט עפעס אויך. אבער מיין מאמע פלעג אונז זאגען ווען מ'האט עס געהערט אין די פראדזשעקט עלעוועיטארס אז ס'נישט ענגליש און זי ווייסט נישט וואס עס מיינט...

אז מ'רעדט שוין. ווען איך האב דאס ערשטע מאל געהערט דאס ווארט, האב איך מיך גוט דערשראקן, כ'האב שוין געמיינט אז די סוד איז ארויסגערינען... כ'האב שוין געמיינט אז מארגן וועלן זיין פאשקעווילן אין די גאסן... שפעטער האב איך אויסגעפינען אז ס'נאר א סלענג, האב איך מיך בארואיגט...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

גדליה האט געשריבן:דער רב הצעיר איז קענעהארע א קלוג יונגעל מיט א גוט קעפעל און א גאלדענע שפראך
הלוואי אויף אלע יודן אזעלכע קינדער
רעב לייביש מעג זיך האלטן שטאלץ מיט אים, פון די איינציגסטע נערמאלע קינדער ביי אים...
יא יא. נעביך אז ער איז אריין געפאלען אין זיין נייעם לעבן. ער וואלט געקענט באשיינען די אידענטום מיט זיין טאלאנטן, יעצט האט ער עס (צייטווייליג) אפגעלאזט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: ווען ער וועט (אי"ה) צוריקקומען. וועט ער אנפיהרן מיט אדמורו"ת ביתר שאת וביתר עוז. ער וועט אפילו קענען געבן עצות און הדרכה און פארפיהרן א שמועס מיט זיין עולם אין אזעלכע סאבדזשעקטס וואס א תמימות'דיגער אדמו"ר, וועלכער איז נישט געווען אינדרויסן ווייסט נישט. למשל, אין ספארטס. אדער האדעווען בעלי חי. און דער עולם (גולם) וועטציך וואונדערן פון וואו די רבי איז באקאנט אין אט די אלע עניינים...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'האב איין שבת פארברענגט מיט יהודה שטיינהארטר, ער איז געווען דער וואס האט אכטונג געגעבן אויפן פיקח שלום'ל לייזער, און ער האט אים אפגעהאלטן פון דאס טון, ער רעדט נישט קיין סאך אביר צווישן די שורות האט מען געקענט ארויסהערן אז דער שלום איז קיין גרויסער חכם נישט, ער האט נישט פארלאזט רעליגיע פון שכל נאר פון תאוות און ער איז יעצט אנגעווייטאגט אויף זיין מאמען מרת שלאמצע (ווי מען רופט איר אין אנטווערפן שלמה צבי) ווייל זי האט אים נישט געהאלטן ביים שפייזן פון ווען ער האט געדראפט יהודה שטיינהארטער, זיינע געשרייבעכצער זענען שטירן אפפאל וואס דארפן קיינעם נישט עגבערן.

וואס איך האלט אויף ר' לייבוש איז א צווייטע נושא, ווי באקאנט האט ער אפגעהאלטן ר' מעכל לעבאוויטש פון זען זיינע קינדער וכו' אבער אזויווי איינער האט פריער ערקלערט נעמט אן או טי די קיינמאל נישט אחריות אויף זיינע שריט.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

שטיינהארטער פארענטפערט שוין אלע קשיות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:דער רב הצעיר איז קענעהארע א קלוג יונגעל מיט א גוט קעפעל און א גאלדענע שפראך
הלוואי אויף אלע יודן אזעלכע קינדער
רעב לייביש מעג זיך האלטן שטאלץ מיט אים, פון די איינציגסטע נערמאלע קינדער ביי אים...
יא יא. נעביך אז ער איז אריין געפאלען אין זיין נייעם לעבן. ער וואלט געקענט באשיינען די אידענטום מיט זיין טאלאנטן, יעצט האט ער עס (צייטווייליג) אפגעלאזט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואס הייסט ״ער ואלט געקענט״?
ער האלט דאך אינמיטען באשיינען
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
אדמור מקרייניץ זצל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:30 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך אדמור מקרייניץ זצל »

הער איך זאגן אז ר שולי בן ר עליש ענגלאנדער איז געוועהן אין אר"י יעצט ביים חתונה פין זיין מחותן דושינסקי האט אנגעטראפן דעם רב הצעיר און ער האט אים געזאגט אז ער דארף וויכטיג געלט האט ער אים געגעבן 200$
אויב איז עס אמת איז עס א שרעקליכע עוולה מיטן געבן אזוי ווייניג
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדמו"ר מ'קרייניץ זצ"ל: דער טאטע ר' אליש שליט"א עמו"ש האט נאכנישט צוטיילט די ירושה...!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער

שליחה דורך יהודי פשוט »

אדמור מקרייניץ זצל האט געשריבן:הער איך זאגן אז ר שולי בן ר עליש ענגלאנדער איז געוועהן אין אר"י יעצט ביים חתונה פין זיין מחותן דושינסקי האט אנגעטראפן דעם רב הצעיר און ער האט אים געזאגט אז ער דארף וויכטיג געלט האט ער אים געגעבן 200$
אויב איז עס אמת איז עס א שרעקליכע עוולה מיטן געבן אזוי ווייניג
איך האלט אז ס'איז אן עוולה אז ער האט איהם אזויפיל יא געגעבן, פאר מיר האט ער געגעבן נאך ווייניגער! וואס בין איך ווייניגער ווי שלום לייזער? ווייל איך לייג תפילין יעדן טאג און איך היט שבת קודש קומט זיך מיר ווייניגער ווי איהם ???
איך בין א נער און איך גלייב!!!
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אישתישבי האט געשריבן:שטיינהארטער פארענטפערט שוין אלע קשיות.

גראדע איז יודא א חכם מחוכם, גאר א געריבענער און טויגליכער. זיין אינטערגעציפקייט איז אים א גרויסער חיסרון, אסאך פון זיינע קליענטן לאזן אים אפ, ביים זען זיין פאלשקייט און געריבנקייט אויפן פנים. מיט דעם אלעם האט ער שוין אויפגעטון א געוואלד.
אדמור מקרייניץ זצל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:30 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך אדמור מקרייניץ זצל »

יהודי פשוט האט געשריבן:
אדמור מקרייניץ זצל האט געשריבן:הער איך זאגן אז ר שולי בן ר עליש ענגלאנדער איז געוועהן אין אר"י יעצט ביים חתונה פין זיין מחותן דושינסקי האט אנגעטראפן דעם רב הצעיר און ער האט אים געזאגט אז ער דארף וויכטיג געלט האט ער אים געגעבן 200$
אויב איז עס אמת איז עס א שרעקליכע עוולה מיטן געבן אזוי ווייניג
איך האלט אז ס'איז אן עוולה אז ער האט איהם אזויפיל יא געגעבן, פאר מיר האט ער געגעבן נאך ווייניגער! וואס בין איך ווייניגער ווי שלום לייזער? ווייל איך לייג תפילין יעדן טאג און איך היט שבת קודש קומט זיך מיר ווייניגער ווי איהם ???

עליש ענגלאנדער צוזאמען מיט אסאך אנדערע גבירים גיסן אריין שווערע טויזנטערס צי ר לייבוש חודשליך
ער האט נישט קיין ישבה קטנה, ישיבה גדולה, תלמוד תורה, מיידל סקול.
די איינציגסטע מוסד וואס ער האט איז א כולל וואס אויף דעם מאכט מען אויך דינערס מיט פרנס ליום און לחודש.
בקיצור די גאנצע געלט גייט צי בית כ"ק מרן שליט"א
דאס מיינט אז ביז א האלבע יאר צוריק האט די רב הצעיר באקומען פין ר עליש א דירה מיט א אויסגעצאלטע בודזשעט.
נו וואס איז יעצט געשעהן?????
מודים-דרבנן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 15, 2018 12:54 pm
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שומו שמים!

שליחה דורך מודים-דרבנן »

מודים-דרבנן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 15, 2018 12:54 pm
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

בושה וחרפה!

שליחה דורך מודים-דרבנן »

הסערה באנטווערפן
אתמול שבת קודש פרשת בשלח, נכנסתי לביתי שבאנטוורפן - בלגיה, באופן כשר וחוקי.
כידוע לכם אני בנו של רבי לייבוש הקורא לעצמו האדמו"ר מפשעווארסק, אחת הדמויות המפורסמות והנערצות בעולם החסידי.
הזדעזעתי שאבא שלי ועושי דברו הזעיקו אישית את המשטרה בעיצומו של שבת קודש והעלילו עלי עלילת דם, העידו עדות שקר עלי, ואבא שלי הפעיל לחץ על המשטרה שיעצרו אותי בבית מאסר.
אחרי כמה שעות בחקירה, שחררו אותי חופשי, אחרי שגם המשטרה הבינה שזה דיווח כוזב, ונכנסתי לבית שלי בצורה חוקית לחלוטין.
נשגב מבינתי איך אדמו"ר הרואה את עצמו כמלאך וצדיק, ימסור עדות שקר לערכאות של גוים בעיצומו של שבת, בהתנהגות עבריינית ואגרסיבית נגד בנו כאחרון הקרימינלים.
כמובן שיש הרבה מה לספר, כל השתלשלות האירועים, אמשיך לעדכן.
אדמור מקרייניץ זצל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:30 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך אדמור מקרייניץ זצל »

סרייסט דאס הארץ צי זעהן ווי ווייט א רעביש קינד קען אנקומען
שומו שמים!!!
מזעד דאך קלאר אז ער האט נישט געענדיגט חומש רש"י די וואך
אזא גראבע טעות צי מאכן
חיים יואל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 5:23 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך חיים יואל »

מודים-דרבנן האט געשריבן:הסערה באנטווערפן
אתמול שבת קודש פרשת בשלח, נכנסתי לביתי שבאנטוורפן - בלגיה, באופן כשר וחוקי.
כידוע לכם אני בנו של רבי לייבוש הקורא לעצמו האדמו"ר מפשעווארסק, אחת הדמויות המפורסמות והנערצות בעולם החסידי.
הזדעזעתי שאבא שלי ועושי דברו הזעיקו אישית את המשטרה בעיצומו של שבת קודש והעלילו עלי עלילת דם, העידו עדות שקר עלי, ואבא שלי הפעיל לחץ על המשטרה שיעצרו אותי בבית מאסר.
אחרי כמה שעות בחקירה, שחררו אותי חופשי, אחרי שגם המשטרה הבינה שזה דיווח כוזב, ונכנסתי לבית שלי בצורה חוקית לחלוטין.
נשגב מבינתי איך אדמו"ר הרואה את עצמו כמלאך וצדיק, ימסור עדות שקר לערכאות של גוים בעיצומו של שבת, בהתנהגות עבריינית ואגרסיבית נגד בנו כאחרון הקרימינלים.
כמובן שיש הרבה מה לספר, כל השתלשלות האירועים, אמשיך לעדכן.

שבת קודש פרשת בשלח?!

האדמו"ר מפשעווארסק איז דאך נישט אין בעלגיע, ער איז אויף אפרוה אין חלאנדודנא..
פארשפארט