מעכל פיסשמעקער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

מעכל פיסשמעקער

שליחה דורך פעדער »

ווען איך קום אריין אין מקוה זעה איך אים דארט. ווען איך קום אן צום בור שטייט ער נאכאלץ דארט. און ווען איך וויש פלינק אראפ די וואסער פון פני ידי ורגלי, נאכן ארויסקומען פון לאך, שטייט ער נאכאלץ דארט...
ווער איז דאס? פארוואס? אה.. הערט אויס וועל איך אייך זאגן...

דער איד שטייט שטענדיג ביי די טרעפן פונעם מקוה גרוב, און קראצט איבערמידליך אריין זיינע פאנגעדיגע פיס אין די שטיינערנע טרעפן, וואס פירן אראפ צום געדעכטן פישזאפט געמויזל...ער שוויצט ממש פאר אנשטרענגונג...ער קראצט א מינוט, און נאכדעם שטעלט ער זיך אפ א מינוט.. ער ווארט... זעהט אויס, כדי אז די קראץ זאל זיך איינעסן אין די אפגעשיילטע פיס זיינעם... און די ווייטאגליכע נאך-טעם זאל זיך אביסעלע בארוהיגן...

זיין נאמען איז מעכל פיסשמעקער, אייביג קראצט ער זיך.. נאך אין קעמפ אלס קינד, פלעגט ער אלס אנשטינקען די באנק, מיט זיינע פארפאנגטע פיס.. די חברים פלעגן זיך מחיה זיין זיך איינצוזאמלען אלע מיט די פענס אין די הענט, און אים אריינבלאזן אין פנים... זיי פלעגן הויעך שרייען... חזיר! חזיר! חזיר! הער דיך שוין אויף צו קראצן....

ליפא'לע האט געזאגט אז זיין טאטע האט אויך א אומווערדיגע פאנגעס פראבלעם....און זיי האבן א אויספרובירטע מיטל, פארשריבן דורך זייער היים גוי'טע, א הויכע שפריצער מיט ווייסע פאודער.. מ'עפנט אויף דעם זאק ברייט... און היידא מ'גיסט אריין... ביז א קארגע וואך האט מען גלאטע הויט ווי א בעיבי.. זאלסטו אפ' טרייען צו קיצלען מיט 17 ציצית... אדער גיין מיט באצעס אין שבעה עשר בתמוז נאכמיטאג....!! און ס'העט נאכאלץ נישט קראצן ... סאו ליפא'לע האט זיך געבעטן פון מעכל מיט א גלאנציגע טרער אין די אויגן..

פליז קאל דיין מאמע און זאג איר זי זאל עס קויפן!!! כ'געדענק שוין נישט די נאמען... אבער ס'איז א געלע באטל, און ס'האט א פיקטשער פון א פיס, מיט א רויעך ארום... עפעס אזוי... עניוועי.. ס'א מעכטיגע ספרעי...

און נישט קיין ווינדער פ"וו ליפא'לע איז געווען אזוי אויסן אז "פיס שמעקער" זאל זיך אזוינס איינהאנדלען, ווייל ער איז געשלאפן אין איין באנק בעט מיט פיס' וגומ'.... און בעצם הלילה פלעגט זיין זיסע שלאף צושטערט ווערן פון מעכל'ס אבנאטורליכע פיס-פליקערייען... מעכל האט זיך געהויבן ווי א ספוטניק, קודם פלעגט ער אריינקראצן איין פיס אין צווייטן, ווייל מיט די הענט האט ער מורא געהאט אז זיי וועלן גיין צו שארף, און גלייך ספויעלן די פיס... ער האט נישט געוואלט אז די הויט זאל זיך תיכף אויפרייסן ....ער האט עס קודם געוואלט אינדזשויען....כאטש ער האט געוואוסט אז ס'גייט עווענטועל געשעהן.

ער האט ווי נישט ווי געהאפט אז זיי וועלן זיך נישט צובליטיגן ... וואס טוה איך סך הכל?? כ'רייב סלאולי אריין די פערשט פון די לינקע פיס, אריין אין די רעכטע פלאך... סאו לכאורה גייט גארנישט געשעהן פאטאל...פיין!! ריכטיג אז ס'ווערט צוביסלעך שטערקער און שטערקער. אבער כ'ווייס ווען צו סטאפן.... איך האב די קוראזש צו זאגן 'ניין'.. ווען כ'וויל... נאר יעצט וויל איך נאך נישט....

אלזא די ערשטע פאר מינוט איז נאך דאס גענוג געווען... מיט א וויילע שפעטער האט ער אבער געפילט אזא דראנג אים אריינצוקראצן אין זיידן תרח אריין!! ווייל ס'האט אזוי געביסן און געקיצלט... אז ער האט אריינגעשייערט די פיס אין די מאטראץ, דערנאך אין די אייזערנע פרעים ארום די בעט... ווען דאס איז שוין אויך נישט געווען גענוג, זיך גענומען צו די אפענע שאפע-טיר וואס איז סטאנציאנירט געווען נעבן די בעט...

און ליפא'לע ליגט זיך נעבעך אונטן.... און קען נישט פארמאכן א אויג... ער איז וואך ווי פורים נאכמיטאג.. און די שארפע גערוך פון אויבן שניידט אים אריין אין די נאז לעכער.... אזא ריח... קען דאך אפי' א פארחלשט'ן יו"כ נאכמיטאג דערמונטערן.... די אלטע בעט נאך פון די מלחמה יארן, האט געקריצעט און געריזשעט..... געפיפן און געסקריפעט..... ס'האט אויסגעזעהן ווי ס'גייט זיך אין ליאדע מאמענט צוזאמלייגן ווי א הויפ'ן קארטן...

פון די דערנעבנדיגע בעטן האבן זיך שוין נאך אפאר קעפ אנגעהויבן ארויסשטעקן.... און שישקעראציעס האט פון דא און דארט.... מתחיל געווען צו פארנעמען דעם חלל... ס'האט אויסגעקוקט ווי נאך א מינוט און ס'וועט ווערן דא הויעך יו"ט...

מעכל האט נאר געוואלט צוענדיגן... ווייל דא איז געווען די קלימאקס.... נאך איינס ... און נאך איינס.... און יעצט די לעצטע!!!

א רייב! א רייב!! א רייב!!! א רייב!!!! א רייב!!!!!

ביז ער האט געזעהן אז דאס איז עס, א האלבע באנק זענען שוין אין די כלים... און ליפא'לעס נאז פאלט שוין אט אט אראפ....
ער לויפט אראפ פון באנק בעט... אריין צו די טוילעט'ס קארידאר... און ער שטעלט זיך אראפ ביים שוועל..
די שוועל איז געווען געמאכט פון אזא סארט גאלדענע אייזן מיט שפיצן פון די זייטן... וואס דאס האט עס געמאכט פאר א פערפעקט פלאַץ ... צו אויסקראצן א פיס.... אבער מצד שני זענען די שאנסן געווען פילפאכיג גרעסערע פאר א בלוטיגע אייטערדיגע רעאקציע פון די פיס....
אבער ווער טראכט יעצט פון דעם??? ווער האט די קאפ צו קלערן איבער די גאנצע קומענדיגע וואך וואו ער וועט קוים קענען שטעלן א טריט.... ער וועט מוזן גיין אויף די הענט... ווייל פון גיין אויף די פיס קען ער פארגעסן..

די פינגערס וועט ער ברויכן ארויף בייגן, און טרעטן נאר אויף די אינעווייניגסטע טייל פון די פיס פלאכן... צוליב וואס ער האט דעם פינקי'ן אזוי צוריסן נעבעך אז ער בליטיגט דאך אוועק......
מעכל'ס פיס האבן זיך געריקט אויף די שוועל אהין און צוריק.... ווי א אויגנבליק!!! ממש אזוי ווי א ווינט מיהל... זזשמממ....זזששמממ...זזששמממ...זזששמממ....

מעכל האט מער נישט געקענט!!! ער האט געמוזט איינשפאנען די הענט צו דער ארבעט. מיט די לינקע האנט האט ער פעסט און שטארק צוגעהאלטן די פינקי פון די רעכטע פיס... אז ער זאל זיך נישט וואגן צו אנטלויפן.. און מיט די רעכטע האנט די איבריגע פינגערס.. און אזוי האט ער די אגודל פון די רעכטע אריינגעשמוגלט פלינקערהייט..... מיט א משוגע'נע שנעלקייט... אריין און ארויס - צווישן די צוויי לעצטע פינגערס פון די פיס... און געווענליך האט ער מקפיד געווען אז ס'זאל גיין מיט איין אטעם....

סאו וואו האב איך געהאלטן? יא! אצינד אין מקוה פלעגט ער קראצן.. אסאך מער ערוואקסענער... מער מיט פראפעסיאנאליטעט... און דערביי האט ער געקענט געשמאק פארברענגען... מיט די נטבלים אינעם בור... ער פלעגט טאקע פיהל מאל פארקלאצט ווערן פאר א מינוט, אבער דאס איז געווענליך געווען ווען ער האט משום איזה סיבה שהוא געדארפט הייבן די ספיד פון די קראַצעראַציע מעכאניזם... און א מינוט דערנאך איז אלעס צוריק געווען ווי נארמאל.

שפעטער ביים זיך אנקליידן, פלעגט ער אויך שטיין אזוי גלייכגילטיג מיט דעם דבר יום ביומו אין די הענט.. נאך דריי פערטל נאקעט... און מיט א קאלטע עזות... אין פראנט פון יעדן איינעם, האט ער געסקרעיפט זיינע צופליקטע פיס אין די שטעכעדיגע קארפעט אויף די מקוה באלאטעס!!

אזא מין געמיינער יונג... כ'מיין וואו איז דאס געהערט געווארן?? און ער האט נאך איינגעטיילט טוירנס... געשערט שיפט'ס... יעצט די רעכטע ... און יעצט די לינקע... עטליכע מינוט פאר ביידע.... און נאכדעם צוריק צו די רעכטע, ער מוז דאך נאך איבערלאזן איין פיס צו גיין אפאר טריט. און שפעטער ווען ער טוט אן די זאקן ממשיך זיין מיט די זאקן אפצופשימבערן דאס ביסל הענגעדיגע טויטע הויט וואס איז נאך געבליבן דא דארט אויף די פיס פלאכן.

גייט איך צו אים צו... און כ'זאג אים אז כ'האב געהערט עטליכע עצות דערקעגן..
עפעס א בליטש פאטענט... מיט אנאנדערע ארגענאו מיטל... איך זאג אים ביי די וועי, צו גיין פאר די צווייטע.. ס'איז בדוק ומנוסה....!! עניועי.. כ'האב אים איידל געזאגט אז ס'פאסט נישט זיך צו קראצן אין א מקוה... אויב עפעס, זאל ער עס מאכן אין ביהמ"ד.. אדער אין קאווע שטוב – וואו ס'איז דא כאטשיג א קאווע גערוך צו ערזעצן די דאזיגע פאר'סמ'טע לופט...

אבער הערטס נאר וואס דער עז פנים ענטפערט מיר!
נא ס'גוט... כ'קראץ עס נישט געווענליך... נאר פשוט יעצט, אין מקוה, ווייסטאך... ס'איז הייסע טעג... דער עולם שמועסט....

יא יא יא!! זיין באבנ'ס גוי'טע זאל ער גיין פארקויפן תורות לאקשן!!! ער קראצט ווייל ער קען זיך נישט איינהאלטן!!! פשוט און גראד.... זיין פיס קוקט אים אויס ווי א שטומפיג שטיקל האלץ... ווייל ער האט נישט קיין כח המעצר.... דעטס איט.... דאט!!!
זאל ער זיך איינהאלטן פאר צוויי וואכן... קויפן לעדערנע שיך!! עס אויסטוהן אינדערהיים, בכל עת מצוא... אפטריקענען גוט די רגלים נאכן מקוה!!... טוישן זאקן יעדן טאג!! און אפ' פעמיים ביום.... זאגן שיר השירים פערציג טעג.... האבן א כח המעצר.... זאגן לא מיט אן אלף.... וועט עם אים שוין גארנישט קראצן.... ער העט אפ' נישט האבן קיין צייט צו קראצן... קראצן קומט פון ליידיגגיין...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פעדער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ענטפער צו פעדער

שליחה דורך berlbalaguleh »

דיין פונקטליכער באריכט איז גאנץ דיסגאסטינג "דיסקאסטינג" קרי, ס'איז מיר נאר א חידוש וויאזוי די אלע זכרונות פון די בחור'שע יארן אין קעמפ זענען דיר אדורכגעפלויגן אין די פאר מינוט וואס דו ביסט געשטאנען און זיך פארמוח'ט אויף דעם קראצער. יעדענספאל, א פשוט'ע עצה וואס איז בדוק ומנוסה פאר עמיצן וואס ליידט אויף פיס קראצעניש רח"ל. נעמען יעדן טאג א שויער און גוט אפווישן די פיס נאכדעם. אויך. דר. שאלל'ס אדער עממענס פאודער העלפט. און שטייצעך, טוישן די זאקן א יעדן טאג, נישט נאר משבת לשבת.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

by the way a good antidote for fungus is to soak your feet in water with a small amount of sodium hypochlorite [the equivalent of 2 large capsules] for 20 minutes every day, in about 2 months you will have results. you feet will also not smell.
טראכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך טראכט »

פעדער, דו האסט מיר ארויפגעברענגט די פאריעריגע טשולענט, איך האב זיך עטליכע מאל צוגעשטאפט דאס נאז מיט קראפט נישט צו שפירן דאס גערוך וואס דער האט ארויסגעלאזט, און נאכן לייענען די ארטיקל האב איך גוט באטראכט ס'פיס זיכער צו מאכן אז עס איז נישט געשעדיגט געווארן בשעת יענעמס פיס האט געקראצט שטערקער און שטערקער,
פארשפארט