שר וגדול נפל בישראל! הוי מי יתן לנו תמורתו!
איך האב געהאט די זכיה זיך צו דרייען ביים גרויסן נפטר זצוק"ל, נאך אין די גוטע יארן איידער די סטראוק ל"ע, ווען דער קדוש וטהור רבן פרחיה האט נאך געפייערט מיט זיינע קאצקע-סטיל דיבורים, בהלו נרו עלי ראשי. אין די זעלבע צייטן וואס געוויסע האבן אפגעלאכט אדער אוועקגעמאכט דעם גרויסן צדיק, האב איך ב"ה זוכה געווען צו שעפן פון אים מלוא חפניים גדלות ומעיינות החכמה, אזש בבחינת אלישע שנטל פי שניים איז מיר אנטפלעקט געווארן פון הימל גרויסע אורות איבער געוויסע הבחנות וואס מרן רבינו זי"ע האט מחדש געווען, ווי איר קענט זיך אליינס איבערצייגן ביי די געציילטע ביישפילן ווי
שבת וואס איז אויסגעפאלן אום דינסטאג, און די
ניינטע טאג חנוכה.
ועתה אהה על נפשנו! מיר האבן פארלוירן אונזער גייסטרייכער אוצר וואס האט אנפלעקט רזי התורה וחכמה נסתרה, א פארצייטישע דמות דיוקן פון א צדיק תמים געמישט מיט הימלישע חכמה און פקחות, וואס האט דערהויבן דעם גאנצן אטמאספערע פון אידן אין שול ביז אידן אין קאווע שטיבל וואס זענען נתעלה געווארן דורך זיינע הייליגע רייד.
ולא חס קוב"ה על עדרי צאן, און רבינו הכ"מ איז נסתלק געווארן אין בליענדן יוגענד ווען ער האט נאך געהאט אזויפיל אויפצוטון און משמיע זיין הגיגיו וחכמתו חכמת אלוקות פארן המון עם. אוי, שבר על שבר הושברנו!
אבער ב"ה שלא השבית לנו גואל, און דער רבי זי"ע האט איבערגעלאזט
חתנו כבנו, האי חכימאה דיהודאי וגאון ומקובל ופילוסוף האלקי רבינו פתחיה שליט"א, וואס איז באשטימט געווארן ע"פ צוואת הנפטר הדגול למלאות מקומו ביתר שאת ותפארת, עדי נזכה לביאת משיח צדקנו בב"א.
מזל טוב! מזל טוב!
----
מיר האבן אויך ערהאלטן א לענגערן צוואה פון רבינו פרחיה זי"ע געווידמעט צום גאנצן קהל אנ"ש, און אי"ה אין א קומענדיגע געלעגענהייט וועלן מיר דאס אויספירליך באשרייבן.
אצינד ווען די בלוט איז נאך ווארעם און די פלייש איז נאכנישט פארשטינקען קענען מיר נישט צוזאמנעמען די מחשבות צו דערציילן ערשטהאנטיגע מעשיות וואס מיר האבן געהאט די זכיה זעלבסט מיטצולעבן ביים רבי'ן זי"ע, אבער פטור בלא כלום א"א, דערפאר וועלן מיר דערציילן כאטש איין עובדא ועל הכלל כולו יצא:
נאך מיט א צוויי-צענדליג יאר צוריק, ווען עס האבן נאך געיאוועט מתנגדים אויפן רבי'ן נאך זיין שטארקע יסוד איבער שבת ביום שלישי, האט דער רבי ר' פרחיה זיך אויסגעדרוקט: "זיי זאגן אז עס איז דער שבת וואס טוט זיי וויי, אבער דער אמת איז אז עס איז די [שבת'דיגע] טשולענט וואס ברענט אין זייער מאגן...", ודפח"ח.
ווען די גדולי חסידים זענען אריין צום איידעם רבינו פתחיה שליט"א, האט ער מפרש געווען די הייליגע רייד פונעם גרויסן שווער, ווי פאלגענד: די גאנצע געדאנק פון שמירת שבת איז צו דערהייבן די ששת ימי המעשה צום קדושת השבת, און וויבאלד ס'איז תלוי בקדושה איז דאך קיין נפ"מ אויב ס'געפאלט אויס אין זיבעטן אדער אום דינסטאג, ופשוט הוא. ווידער די וואס דינגען זיך אויפן הייליגן שווער, איז עס ווייל די טשולענט רעדט פון זיי, כלומר, טשולענט אום דינסטאג איז גארנישט קיין מציאה, נאר אום שבת דייקא איז דא א געשמאק אריינצורוקן א פיינעם טשולענט.
גראדע האב איך זעלבסט מפרש געווען די ווערטער פונעם רבי'ן ר' פרחיה אנדערש ווי דער איידעם האט עס מפרש געווען, ולענ"ד כוונתו הקדושה צו זאגן אז די גאנצע געדאנק פון א טשולענט איז מערב צו זיין אלערליי סוגים ומינים ממינים שונים, וכמאמר העולם "ער האט געמאכט א טשולענט פון...", און פאר די בקיאים אין די קליינע אותיות איז דאך ידוע אז דאס באדייט דאך קליפת נוגה שהוא עירוב טוב ברע, וואס ווען עס קומט שבת איז מען מברר די טוב פון רע און קליפת נוגה ווערט נתבטל, ווידער די אידן וואס זענען זיך מתנגד צו די הייליגע ווערטער פונעם רבי'ן זצ"ל זענען אריינגעטון אין טשולענט, רצ"ל אז זיי זענען אלץ פארקראכן אין קליפת נוגה. (וכדברי המהריי"צ על גדול אמריקאי אחד, שתיארו במכתב ידוע בתואר ק"ן = ק'ליפת נ'וגה, וכבוד אלקים הסתר דבר.)
און אז מ'רעדט שוין פון טשולענט מוז מען אויספירן מיטן גרויסן עבודה וואס דער רבי ר' פרחיה פלעגט אריינלייגן אין די אכילת הטשולענט, אזש ער פלעגט זיך אויסדרוקן דערוועגן כהאי לישנא: ווען איך וועל ארויפקומען צום בי"ד של מעלה און מ'וועט מיך פרעגן קבעת עיתים בתורה? וועל איך זיי ענטפערן: קבעתי עיתים בטשולענט הרבה (כלומר, ליל שישי, ליל שבת, שבת בבוקר בקידושא רבא, ואח"כ בסעודתא דצפרא דשבתא, ושוב פעם ביום ראשון), און מי נדחה בפני מי?! געוויס האט טשולענט א דין קדימה, והא ראיה, אז שבת עסט מען טשולענט אנשטאט לערנען תורה! און דער רבי זי"ע פלעגט אויספירן מיט א זיגרייכע שמייכל: "וזו תשובה מנצחת לכל המשטינים ומקטרגים".
זיעועכי"א.