ליידט איר אויף קנאה? קנאה בויעט אויף די וועלט...

מחשבה, השקפה ועיון
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

ליידט איר אויף קנאה? קנאה בויעט אויף די וועלט...

שליחה דורך והאיש משה »

ווער ליידט דען נישט אויף די ביטערע קרענק פון קנאה??? ערבים לנו דברי הרמח"ל במסילת ישרים, ס'איז דא מענטשן וואס ווערן ממש קראנק און מלא צער ווען זיי זעהען גוטס ביי א חבר, און אלע זיינע הנאות קענען אים נישט גענוג מהנה זיין... אבער אפי' די אנדערע מענטשן וואס ברענט נישט ביי זיי די מדה אזוי שטארק, שרייבט ער אף על פי כן ירגישו בעצמם איזה צער, ולפחות יתקרר רוחם בראותם אחד עולה איזה מעלה יתירה עפעס אזא קעלט לויפט אדורך, אזא מין סקרוך אין די ביינער, ווי איינער זאגט, wow וואו בין איך אין די בילד??? פארוואס האט ער עס געמאכט? ס'פשט, מיר טוען דאך מ'שטיינס געזאגט ביידע די זעלבע זאך אויף פרנסה און ביי אים איז בומינג, ביי מיר איז פרוץ מרובה על העומד מ'ענדיגט נישט דרייען, ווען על איך מיר שוין דערזעהן מיט א פאר איבעריגע טאלער אין טאש? ווייטער ווי האט ער זוכה געווען צו אזא אשת חיל מלא תוכן חיות מיט א חן דקדושה מיט א געשמאק צו די שלש אלה אשר יעשה לה, און ביי מיר איז נעבעך א זעקל פלייש און ביין קוים וואס ס'לעבט, ווער רעדט נאך פון ס'ביסעלע שקר החן? וואס בין איך דען ווייניגער ווי אים...? קוק נאר זיינער קינדער, ווי סאלדאטן גייען זיי און קומען פון די מוסדות/דאווענען/מידות/חן/בא'טעמ'ט, און וואס דען נישט??? בין איך דען א שוואכערע אפיציר אשר יוציאם ואשר יביאם??

מהות הקנאה:
ווען א מענטש זעט אז יענער האט עפעס וואס ער האט נישט, ברענגט עס אים א געוואלדיגע רצון צו האבן, און כל זמן ער האט עס נישט, קען עס צוברענגען גאר נעגאטיווע געפילן פון יענעם אונטערברענגען אא"וו.

חסרון הקנאה
הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, אזוי זענען מיר צוגעוואוינט פון אלס קינד צו זאגן יעדע וואך שבת אין די הייסע זומערדיגע שבתים, און ווען דען נישט? אין א יעדע געלעגנהייט זאגט מען דעם סלאגאן, ווען מען זעט א קינד אוועקכאפן אדער באוויינען זיין ברודער'ס/שוועסטערס טוי אדער קענדי, שרייט מען אים אהן הקנאה וכו', ווען מען זעט א שיינע יוד אין ביהמ"ד זידט מען ארויס צווישן די ציין הכבוד מוציא וכו'. לאמיר באטראכטן מיט א נענטערן בליק אט די מדה מגונה, וואס איז גורם אזויפיל צער פאר מענטשן, ווייל אז מ'טראכט אריין די צער פון קנאה איז דאך אין לשער, ווי זאגט די חכם ורקב עצמות קנאה, ס'ברענט דאך אויס אלע ביינער, ווי שטייט נאר אין פסוק, ומבשרי אחזה, אוטש ס'ציפט ס'ברענט, איז לאמיר פראבירן מטכס עצה זיין ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה מיט אט די פעין פון קנאה...

מעלות הקנאה
ווי פעינפול קנאה זאל נאר נישט זיין, איז אין קנאה דא א געוואלדיגע תועלת, ווען נישט די מדת הקנאה וואלטן מיר דאך נישט געארבעט און נישט געבויט א וועלט, ווי איז נאר די שרייעדיגע ווערטער פונם מסילת ישרים (פרק י"א בפרטי מדת הנקיות) ולולי זה כבר היה האדם מתרצה לאכול מה שיוכל, ללבוש מה שיכסה ערותו, ולשכון בבית שתסתירהו מן הפגעים, והיתה פרנסתו קלה עליו, ולא היה צריך להעשיר כלל, אלא שבלתי ראות עצמו שפל ופחות מרעיו, מכניס עצמו בעבי הקורה הזאת, ואין קץ לכל עמלו. עכ"ל.
קומט אויס אז בעצם ווי שלעכט קנאה זאל נאר נישט זיין, איז גאר דא אין דעם א געוואלדיגע תועלת, און דאס בויעט גאר די וועלט, און די גאנצע מאטעוואציע וואס מיר האבן צו ארבעטן/קויפן/פארקויפן/מאכן שיין/און נאך שענער, נעמט זיך גאר פון די ביטערע מדה פון קנאה. (חז"ל רופן דאס קנאת סופרים תרבה חכמה, לדרכנו איז עס א משל: דהיינו קנאה איז מרבה יעדער זאך, עם הארצים מיינען קנאה אויף תורה מעג מען אנדערע זאכען זיינען אסור, מיר זאגן פאזיטיווע קנאה מעג מען נאך מער מוז, נעגאטיווע איז אסור)

די וועג צו זוכן עצות קעגן קנאה
אבער פאר מ'זוכט א עצה, די טבע איז אז א מענטש ליידט פון עפעס טראכט ער לאמיר שוין איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערן דערפון, ווער האט כח צו אזא פעגעריי, ארויס דערמיט און פארטיג, כ'קען נישט מער טראכטען מחשבות פון קנאה... ווער רעדט נאך פילן אין הארץ און צוזעהן ווי יענעם גייט גוט און גלאט, וביתי איז נעבעך אויסגעזעקלט ריק, איז אדער זאל יענער גיין שוין אין די אדמה, אדער זאל איך פטור ווערן פון די געפילן פון קנאה, אבער אזוי ווי מיר שמועסן איז נישט אזוי פאסיג צו טראכטן אזוי, ווייל אז יענער וועט גיין אין דער ערד אדער דו וועסט מאיזה סיבה שוין נישט פילן קנאה וועסטו גיין שלאפן א שינת קבע, ס'וועט דיר פעלן שטיקער פונם מאטאר וואס טרייבט דיר צו טוהן עפעס...
על כן דארף מען זוכן אזא סארט עצה וואס וועט אונז נישט מסרס זיין... נאר האלטן די גוטע און פאזיטיווע חלק פון קנאה דהיינו די מאטאוועישן וכו', און אויסרייסן די נעגאטיווע געפילן דערפון אז מ'זאל נישט ליידן און לעבן אין צער. דאס לעבן איז גענוג קורץ און ס'איז א שאד דאס צו פארפאטשקען מיט הארץ עסענישן און ווייטאגן.

עצת רשעים
כ'ווייס נישט פון וואנעט און פארוואס, אבער ס'ליגט מיר אין קאפ א עצה וואס משגיחים און בעלי דרשנים באנוצן זיך (כ'האף זיי מיינען עס נישט אמת'דיג, און זאגן עס נאר צו פארענטפערן א מדרש פליאה אדער אריינצוטייטשן א פסוק ווייל ערגער ווי די ואני איז עס נישט...) ס'גייט בערך אזוי, מורי ורבותי ס'נישט דא וואס צו מקנא זיין ביי יענעם!! מיינסט טאקע אז ביי יענעם לאכט זיך?? ווי זאגט זיך נאר די שפריך ווארט "ביי דיר דאכט זיך אז ביי יענעם לאכט זיך", דו מיינסט אז יענער האט געלט? א פייג, חובות איבערן קאפ! און אפי' אז יא, ליידט ער פון די קינדער/ווייב/שכן/ שוויגער/זיידע/באבע, קיינעם גייט נישט גוט אויף די וועלט!! און אויב זעהסטו אז יא מיינסטו נאר אזוי, ס'זיכער אז ער האט עפעס א פעקל וכו', און ווען משיח וועט קומען, האט שוין געזאגט דער אלטער פון קעלם (אדער ווייס איך ווער) אז יעדער וועט זיך צוריקנעמען זיין פעקל, אויב אזוי מה לך ולצרה הזאת, האלט דיין פעקל און ווייס אז ביי קיינעם גייט אויך נישט גוט! און לאדיך נישט נארן פון דעם יצר הרע וואס רעדט דיר איין אז יענעם גייט גוט....

מורי ורבותי, כ'האב פאר ענק שלעכטע נייעס, ס'איז דא מענטשן וואס גייט גוט אין לעבן!!! ס'וועט ענק גארנישט העלפן! סאו חוץ וואס די גערעדעכץ איז שקר און נאריש, ברענגט עס צו גארנישט צו, ווייל אין די זעלבע צייט וואס מ'דערשטיקט די קנאה געפילן הרג'ט מען די פאזיטיווע חלקים פון קנאה.

עצת חכמי המוסר
אין די ספרי מוסר פון רבותינו הראשונים והאחרונים, איז די עצה בערך אזוי: ווען א מענטש זאל גלייבן און לעבן אז אלעס איז באשערט ואין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו אפי' כמלוא נימא, אידאך די גאנצע ענין של קנאה נישט שייך, ווייל וואס יענער האט קענסטו נישט האבן און ער האט עס פון דיר נישט צוגענומען און אזוי ווייטער, מחשבות פון אמונה און בטחון רייניגען די הארץ פון געפילן פון קנאה.
וואס טוט זיך אבער מיט א מענטש וואס איז מאמין ואינו מאמין [אדער ח"ו...]? דארף ער זיך נעבעך פלאגן א גאנץ לעבן מיט געפילן פון קנאה? אדער איז פאר אים אויך דא אן עצה?

עצה פאר פשוט'ע יודן
זייער א פשוט'ע עצה איז זיך גוט דורכטראכטן און גוט פארשטיין אז נעגאטיווע קנאה אז יענער זאל גיין אין דער ערד, ברענגט צו גארנישט... סארי ס'ברענגט יא - ס'לייגט מיר אריין דער ערד. "ופתה תמית קנאה" (איוב ה, ב) - מאה מיתות ולא קנאה אחת, דער מסילת ישרים זאגט אזוי זיס אויף נעגאטיווע קנאה וז"ל: הקנאה גם היא אינה אלא חסרון ידיעה וסכלות, כי אין המקנא מרויח כלום לעצמו!!! וגם לא מפסיד למי שהוא מתקנא בו!!! אינו אלא מפסיד לעצמו!!!

כלל היוצא, ווען א מענטש זעט יענעם גייט גוט וכו', כל זמן ער איז ביזי אויף צו בויען אז ער זאל נישט בלייבן הינטערשטעליג און א מעקעלע איז נאטינג ראנג, אדרבא דאס בויעט די וועלט, דאס רופט זיך פאזיטיווע קנאה. אבער ברגע ער קריכט אריבער דאס דינע ווענטל און הייבט זיך אהן צו עסן דאס געזונט וכו', אופס stop! טראכט וואס האב איך פון די מחשבות, ס'טוט נאר מיר אפ, ס'מאכט מיר נאר קלענער און קלענער!!

ס'וועט זיין א גרויסע שמחה אז דערעוילעם וועט ביישטייערן עצות און וועגן ווי אזוי זיך צו העלפן, פון אייגענע ערפארונג, אדער מפי ספרים וסופרים.
הצלחה רבה...
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: לייד איר אויף קנאה? קנאה בויעט אויף די וועלט...

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

קנאה איז גאר א שטארקע זאך, ס'בויעט די וועלט ווי דו שרייבסט, און ס'איז אויך גורם אז מענטשן זאלן האבן גאול'ס אין לעבן, וואס האלט אפ מענטשן פון דעפרעסיע.
אודאי איז עס א מדה וואס דארף זיין באלאנסירט, קנאה וואס ברענגט נישט לידי מעשה ברענגט דעפרעסיע.
מיין עצה איז, באלד נאכדעם וואס די קנאה איז אריין אין מח, זאל מען טראכטן פון עפעס א מעשה וואס מען גייט טוהן וואס וועט מיר נענטער ברענגן צום עצם שהתקנא עליה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קנאה בויט אויף די וועלט, אבער ס'ברענגט אונטער דער מענטש וואס האט עס. איך האב גראדע הנאה, אז ס'דא משוגעים וואס זענען גרייט מקריב צו זיין זייער לעבן פאר מיין טובה. אבער ווען יעדער זאל ווען האבן קנאה, וואלט קיינער גארנישט געהאט דערפון.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

מ'זאגט די הייליגע טעג מיט געוויין די תפילה פון רבי אמנון פון מאגענצא: מִי בַמַּיִם, וּמִי בָאֵשׁ. מִי בַחֶרֶב, וּמִי בַחַיָּה... דאס איז איין שלעכטע זאך, אדער א צווייטע שלעכטע זאך.
דאן זאגט מען מִי יִחְיֶה וּמִי יָמוּת. מִי יֵעָנִי וּמִי יֵעָשֵׁר, אדער א גוטע זאך אדער א אנגעבליכער שלעכטע זאך...

האט איינער אמאל געזאגט מִי יֵעָנִי וּמִי יֵעָשֵׁר זענען ביידע גוטע זאכן: און ער האט דאס עקלערט מיט א ווירקליכע געשיכטע.
זיצט א קיפקע אין די מקוה, און מ'שמיעסט געשמאק ארום די פרישע נייעסליך פון די אידישע גאס. מיטאמאל רופט זיך עמיצער אן: ענק האבן געהערט? משה נחום האט לעצטענס אנגעהויבן שארן גאלד, ער איז מצליח אויף א מאסנשאבליכער פארנעם. א טויט שטילקייט האט מיטאמאל באהערשט דאס ארט, די קופקע באטייליגטע זענען אלע מיטאמאל געווארן צינגלאז, ס'האט אויסגעזען ווי א מאסיווע באמבע האט אקורשט עקספלאדירט דארט אויפן ארט... מיטאמאל רופט זיך עמיצער אן: אזוי? וואס קען מען טאן עס אפצושטעלן? אזוי ברחל בתך הנקטה, אן קיין טראפ זעלבסט ווירדע.
האב איך שוין פארשטאנען ווי אזוי מִי יֵעָנִי (דער חבר) וּמִי יֵעָשֵׁר (דער איך) זענען ביידע גוטע זאכן (פאר מיר.)

ווען אימער מ'וויל העצן אויף עמיצן מאכט מען ערשט א הקדמה...משה נחום? ער שארט גאלד....און דאן איז מען ממשיך מיט די העציעריי... זיין הצלחה איז מיין חורבן, זיין חורבן איז מיין הצלחה...

איין עצה: דער הייליגער חובת הלבבות...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קנאה בויט אויף די וועלט, אבער ס'ברענגט אונטער דער מענטש וואס האט עס. איך האב גראדע הנאה, אז ס'דא משוגעים וואס זענען גרייט מקריב צו זיין זייער לעבן פאר מיין טובה. אבער ווען יעדער זאל ווען האבן קנאה, וואלט קיינער גארנישט געהאט דערפון.


לאו דוקא. דאס רעדט מען דאך דא, מיט א ריכטיגע באלאנס קאן מען בויען א וועלט מיט זיך אינאיינעם!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום והאיש משה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יא באלאנס, נישט באלאנס, קנאה בלייבט קנאה. ורקב עצמות קנאה, מיינט מען באלאנסירטע קנאה אויך (וואסאימער ס'דארף צו מיינען).
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל

שליחה דורך קומזיץ »

קנאה אויף א מעלה אדער חכמה וואס יענער פארמאגט קען בויען א מענטש אנציקומען ווייטער צו דערגרייכן די מעלה ווייל עס געפעלט עם די מעלה אדער ער וויל וויסן די חכמה
, אבער זיך צוציגלייכן צו א צוויטען און מקנא זיין די "מענטש," איז א זאך וואס ענדיגט זיך נישט און ברענגט פראבלעמען.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

לויט דעם קען מען זאגן פשט, קנאת סופרים - קנאה פון קלוגע מענטשן (ליין: קלוגע קנאה), תרבה חכמה. דאס מיינט מען לאפוקי טיפשות'דיגע קנאה, וואס דאס איז מוציא את האדם מן העולם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

זאגט מיר א חבר ס'איז לייכטער צו ארבעטן שווער כדי צו האבן מיליאנען- ווי ארבעטן אויף קנאה...
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

איז האבן מיליאנען אן ענעקדאד פאר קנאה?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

והאיש משה האט געשריבן:עצת רשעים
כ'ווייס נישט פון וואנעט און פארוואס, אבער ס'ליגט מיר אין קאפ א עצה וואס משגיחים און בעלי דרשנים באנוצן זיך (כ'האף זיי מיינען עס נישט אמת'דיג, און זאגן עס נאר צו פארענטפערן א מדרש פליאה אדער אריינצוטייטשן א פסוק ווייל ערגער ווי די ואני איז עס נישט...) ס'גייט בערך אזוי, מורי ורבותי ס'נישט דא וואס צו מקנא זיין ביי יענעם!! מיינסט טאקע אז ביי יענעם לאכט זיך?? ווי זאגט זיך נאר די שפריך ווארט "ביי דיר דאכט זיך אז ביי יענעם לאכט זיך", דו מיינסט אז יענער האט געלט? א פייג, חובות איבערן קאפ! און אפי' אז יא, ליידט ער פון די קינדער/ווייב/שכן/ שוויגער/זיידע/באבע, קיינעם גייט נישט גוט אויף די וועלט!! און אויב זעהסטו אז יא מיינסטו נאר אזוי, ס'זיכער אז ער האט עפעס א פעקל וכו', און ווען משיח וועט קומען, האט שוין געזאגט דער אלטער פון קעלם (אדער ווייס איך ווער) אז יעדער וועט זיך צוריקנעמען זיין פעקל, אויב אזוי מה לך ולצרה הזאת, האלט דיין פעקל און ווייס אז ביי קיינעם גייט אויך נישט גוט! און לאדיך נישט נארן פון דעם יצר הרע וואס רעדט דיר איין אז יענעם גייט גוט....

מורי ורבותי, כ'האב פאר ענק שלעכטע נייעס, ס'איז דא מענטשן וואס גייט גוט אין לעבן!!! ס'וועט ענק גארנישט העלפן! סאו חוץ וואס די גערעדעכץ איז שקר און נאריש, ברענגט עס צו גארנישט צו, ווייל אין די זעלבע צייט וואס מ'דערשטיקט די קנאה געפילן הרג'ט מען די פאזיטיווע חלקים פון קנאה.

כמיין סליגט יא אן אמת דערין. רוב מאל ווען מאיז איינעם מקנא אויף א געוויסע פרט נעמט נישט אריין אין חשבון דו גאנצע בילד וואס דו געוויסע גוטע זאך ברענגט מיט זוך.
איך זאג נישט אז סאיז נישט וואס צי מקנא זיין , איך זאג סאיז ווייניגער גוט ווי דו מיינסט.
לדוגמא אסאך געלט, יא סאיז אסאך בעסער יא צי האבן ווי נישט, אבער ווען בוסטון יענעם מקנא נעם אריין אין חשבון , רוב עשירים ווייסן נישט ווער איז באמת זייער פריינד, מענשטען לעקן זוך צי עם, און אינטער ריקען בארעדט מען עם.
דיין נאנטע האבן אויף דיר טענות דו געבסט זיי נישט געניג , בשעת דו האלסט אז דו געבסט צי סאך.
לאמיר נעמען א שיינע וויייב , וויפיל מער איז דו טשענס אז אז א פרעמדע מאנספערזאן זאל פראבירן הנאה האבן פון איר.
אזוי איז יעדע מעלה קומט מיט א פרייז , לייג דיך אריין אינגאנצען אינעם מצב וועט דו קנאה דראפן.
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

נעוואדע ליגט אן אמת דערין, אז מענטשן זיינען צומאל מקנא א מענטש וואס אויף אן אמת איז כלל נישטא וואס אים צו מקנא זיין, אבער מיין שמועס איז לגבי עצות אויף קנאה... מיר דוכט זיך אז אלס אן עצה, זיך צו העלפן מיט די נעגאטיווע הרגשים פון קנאה, איז דאס נישט קיין סעלושען וכנזכר לעיל, און נישט אזוי ארבעט מען מיט זיך אויף קנאה...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אייגענטליך איז דען דא אן אונטערשיד צווישן קנאה און גליסטן?
קנאה ברענגט צו גליסטן?
קנאה באדייט אז יענער זאל נישט האבן, אפגעזען צו איך האב יא אדער נישט, און גליסטן באדייט אז יענער זאל געזונטערהייט האבן, אבער איך וויל דאס זעלביגע?
וואס איז די גענויע דעפיניציע פון די צוויי מאראלישע-פעלערן קנאה און גליסטן?

ווי עס שיינט איז דאס גליסטן וואס יענער פארמאגט, גאר שטארק אראפ-געקוקט אין די אויגן פון ג-ט. זאגאר צווישן זייינע צען געבאטן וואס ער האט געפונען פאר וויכטיג פערזענליך איבערצוגעבן פאר דאס אידיש פאלק אין סיני, האט ער געפונען פאר וויכטיג אריין צו לייגן דאס הארבער זינט פון גליסטן דעם נאכבארס נאבעל-אויסקוקנדע ווייבל און זיין אויג-אויסרייסערישער כאטקע.
ס'איז א גרויס וואונדער פארוואס ג-ט, געבענשט זאל זיין זיין הייליגטום, האט אריינגעשטעלט דאס פארבאט צו גליסטן אין די זעלבע קאטאגאריע ווי גלויבן אין זיין עקזיסטענץ און אין זיין איינציקייט, און דער פארבאט צו שווערן פאלטש אין זיין הייליג נאמען, און צו זיין פארפליכטעט הייליג צו האלטן דעם שבת און צו באעהרען די עלטערן. אן צו דער פארבאט פון מארדן, און פארגעוואלדיגען א פארהייראט ווייבל, און צו פארכאפן מענטשען. זאכן וואס זענען אייגענליך די גרונד-פרינציפן און הויפט-ווירדן פונעם אידישן פאלק.
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

2838B34C-045B-4DF6-B460-C07896B95330.jpeg

במשנתו של ראבּערט מענדעוויל.
והאיש משה האט געשריבן:זאגט מיר א חבר ס'איז לייכטער צו ארבעטן שווער כדי צו האבן מיליאנען- ווי ארבעטן אויף קנאה...

דאס איז ענליך צום באקאנטן ווערטל(?) ביי שלום בית:
״איין איים סארי איז ווערט א מיליאן דאלאר. עס זענען אבער דא מענטשן וואס ׳עלען ענדערש צאלן א מיליאן דאלאר ווי זאגן איים סארי.״
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

Throughout the years I realized that the reason people
suffer from jealousy more than any other middah is because people think its an immature feeling to have.

If people would allow themselves to feel jealous and to accept that yes I am jealous and Im normal and human then they would not be so afraid of this feeling and aderabe it would help them do something constructive with the feeling.

But, unfortunately, because jealousy is programmed as a bad immature and evil thing people bottle it up, talk themselves into believing that meh... I'm not really jealous blablabla and thats precisely the reason that they don't utilize it.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אין ניטשע׳ס ווערטער לערענט מען אריין אז די אונטערליגענדע פסיכאלאגיע וואס האט געפירט צו דאס אויפשטייג פון גלייכבארעכטיגונג און יוסטיץ איז מכח די עמאשען פון קנאה [פון די וואס האבן נישט וכו׳ צו די וואס יא].

***

פילאזאפן מאכן א חילוק צווישן קנאה וואו מ'וויל נישט אז יענער זאל פארלירן די זאך וכו' [Benign Envy], וואס דאס קען זיין גוט, און קנאה וואו מ'וויל (דייקא) אז יענער זאל פארלירן די זאך וכו' [Insidious Envy], וואס דאס איז שלעכט.

***

ולגבי דעם, און יעדע אזא סארט עמאשען, איז דא א חילוק צווישן דאס פיטינגנעס דערפון און דאס דעזיירעביליטי. פיטינגנעס באדייט צו ס'מאכט סענס [אין דעם קאנטעקסט] אז דו זאלסט דאס פילן (צי אקביעקטיוו צי סאביעקטיוו [וואָרענט]), און דעזיירעביליטי איז צו ס'לוינט זיך דיר אז דו זאלסט דאס פילן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דער בריטישער שרייבער ארטור עוועלין וואָהּ האט געשריבן:
Humility is not a virtue propitious to the artist. It is often pride, emulation, avarice, malice - all the odious qualities - which drive a man to complete, elaborate, refine, destroy, renew his work until he has made something that gratifies his pride and envy and greed. And in doing so he enriches the world more than the generous and good, though he may lose his own soul in the process. That is the paradox of artistic achievement
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט