רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:למעשה, איז זיין תמימות'דיג א גוטע זאך, אדער נישט?
כאילו עס איז דא א ברירה אין דעם
איך בין נישט זיכער אז איך פארשטיי וואס דו ווילסט ארויסברענגען.
א מענטש וואס איז א תמים, ער איז געבוירן געווארען א תמים און טאמער ער וועט עפעס הערן אז די פשטות איז נישט אזוי פשוט וועט ער ווערן נערוועז און אריבער גיין א קאפוויי, וועט נארמאלעהייט האבן תמימות'דיגע קינדער. אים דארף מען דאס נישט הייסן טון, ווייל עס קומט אזוי ממילא.
א 'נישט תמים' האט מעגליך א ברירה, אדער קען ער מיינען ער האט א ברירה, אבער באמת האט ער דאס נישט. זיין קינדער וועלן זען וואס ער איז אויפ'ן אמת און זיי וועלן אדער אויך זיין בלאפערס ווי אים, וואס שפילען תאמעוואטע און גלויבן גארנישט, אדער וועלן זיי זיין אמת'דיג און נישט שפילען תאמעוואטע. תמימים וועלן זיי אבער נישט זיין.
איך האב טאקע מערערע מאל מעורר געווען אין שטיבל אז עס איז בכלל נישט קיין אויסוואל צו דער מענטש צו זיין אן אנדערע סארט מענטש. דער וואס באמערקט וואס עס פעלט אים אין לעבן, קען עס נישט 'נישט באמערקן'. אזעלכע אויגען האט ער און טאמער עס טוט אים וויי, איז עס זינלאז אים צו מאנן 'ווער האט דיר געבעטן דאס צו באמערקן?' הייסן א מענטש בלייבן תמימות'דיג איז אזוי ווי הייסן א מענטש נישט זען וואס שטייט אים פאר די אויגען.