א פאלאץ בויט זיך אין וויליאמסבורג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

איך האב א ביטערע נסיון צו ווערען אן עושר
ב"ה דערווייל ביניך עס בייגעשטאנען
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

און ראבינאוויטש'ס שקאצעריי גייט פיל ווייטער ווי בלויז שינדען די הויט פון די קויפער, יעדער וואס איז אינוואלווד אין זיינע עסקים ווערט אפגעשינדן, אבער אין כאן מקומו, און מיין טענה איז אפילו אויב וואלט ער עס ווען נישט געטוהן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שמערל האט געשריבן:ובכן? דאס אז עס איז א שווערע נסיון צו זיין א עושר, נעמט אוועק די רעכט פון ארעמעלייט צו פארפירן?
מעגסט פארפירן וויפיל דו ווילסט, אבער אן אידיאט ביזטו.

שמערל האט געשריבן:ברויך א ריכטער זיך אויך פרעגן פאר ער פאראורטיילט בערני מעידאף, צו ער וואלט עס דען נישט אליין געטוהן?

א ריכטער קומט בכלל נישט אריין דא, ער דארף ערפילן די תפקיד אויף וואס מ'האט איהם געשטעלט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

די הויפט טענה איז אז ער בויט פאר יודען און שלעפט ארויס שווערע געלטער פון עולם און בויט זיך א פאלאץ צווישן די יודען פון וועם ער שלעפט ארויס געלט
סוי וואס ווילסטו? ער זאל בויען פאר גוים און פון זיי שלעפן געלט? וועט מען שרייען פארוואס ער בויט פאר ארטיסטען
ממה נפשך איז ער אין פעקל
מדארף קענען פארגינען
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

שמערל האט געשריבן:און ראבינאוויטש'ס שקאצעריי גייט פיל ווייטער ווי בלויז שינדען די הויט פון די קויפער, יעדער וואס איז אינוואלווד אין זיינע עסקים ווערט אפגעשינדן, אבער אין כאן מקומו, און מיין טענה איז אפילו אויב וואלט ער עס ווען נישט געטוהן.

אוודאי איז כאן מקומו. דערציילט וואס איהר ווייסט
סאך אינטערסאנטער ווי דיסקאסירען די נסיון העושר
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

שמערל האט געשריבן:ובכן? דאס אז עס איז א שווערע נסיון צו זיין א עושר, נעמט אוועק די רעכט פון ארעמעלייט צו פארפירן?

ברויך א ריכטער זיך אויך פרעגן פאר ער פאראורטיילט בערני מעידאף, צו ער וואלט עס דען נישט אליין געטוהן?

איך בין מסכים מיט דיר. אבער ווען מאהאקט אויף א יחיד און בשעת מעשה האלט מען פאר דו אויגן אז איך וואלט מסתם געטון דאס זעלבע, האקט זוך עס אנדערשט.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:ובכן? דאס אז עס איז א שווערע נסיון צו זיין א עושר, נעמט אוועק די רעכט פון ארעמעלייט צו פארפירן?
מעגסט פארפירן וויפיל דו ווילסט, אבער אן אידיאט ביזטו.
נישט שיין סתם מיך צו באטיטלן אזוי.
שמערל האט געשריבן:ברויך א ריכטער זיך אויך פרעגן פאר ער פאראורטיילט בערני מעידאף, צו ער וואלט עס דען נישט אליין געטוהן?

א ריכטער קומט בכלל נישט אריין דא, ער דארף ערפילן די תפקיד אויף וואס מ'האט איהם געשטעלט.
דאכט זיך אז דער נמשל פארשטייסטו איא? פעלט דאך נישט אויס דער משל זאל ממש שטימען.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

גדליה האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:און ראבינאוויטש'ס שקאצעריי גייט פיל ווייטער ווי בלויז שינדען די הויט פון די קויפער, יעדער וואס איז אינוואלווד אין זיינע עסקים ווערט אפגעשינדן, אבער אין כאן מקומו, און מיין טענה איז אפילו אויב וואלט ער עס ווען נישט געטוהן.

אוודאי איז כאן מקומו. דערציילט וואס איהר ווייסט
סאך אינטערסאנטער ווי דיסקאסירען די נסיון העושר

שרייבן פאשקעווילן איז נישט פון מיינע באשעפטיגונגען, ווי אויך נישט צוצוטרעפן וואס א צוויי ווערטערדיגע תגובה'לה ברויך צו מיינען, ענדערש ממשיך זיין ליינען א ביכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שמערל האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:ברויך א ריכטער זיך אויך פרעגן פאר ער פאראורטיילט בערני מעידאף, צו ער וואלט עס דען נישט אליין געטוהן?

א ריכטער קומט בכלל נישט אריין דא, ער דארף ערפילן די תפקיד אויף וואס מ'האט איהם געשטעלט.
דאכט זיך אז דער נמשל פארשטייסטו איא? פעלט דאך נישט אויס דער משל זאל ממש שטימען.
ס'פעלט יא אויס. וועם מ'דארף יא נעמען אויפ'ן צימבל, זענען די מענטשן פונעם לאנד. און איך האלט טאקע, אז א לאנד פון מעידאפס, האבן נישט וואס איינצוזעצן בערני מעידאף.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

איז דא איינער דא וואס באשעפטיגט זיך מיט שרייבען פאשקעווילן? אויב יא קומט ארויף מיט אינפארמאציע
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קרעקער האט געשריבן:די הויפט טענה איז אז ער בויט פאר יודען און שלעפט ארויס שווערע געלטער פון עולם און בויט זיך א פאלאץ צווישן די יודען פון וועם ער שלעפט ארויס געלט
סוי וואס ווילסטו? ער זאל בויען פאר גוים און פון זיי שלעפן געלט? וועט מען שרייען פארוואס ער בויט פאר ארטיסטען
ממה נפשך איז ער אין פעקל
מדארף קענען פארגינען

קרעקער: יא. איך האב טאקע שטארק רחמנות אויף דעים מר. מארקאוויטש. איך וועלל רעדן צו תומכי שבת אז זיי זאללן זעהן צו ערלעדיגן עפעס א בכבוד'יגן פעקל פאר איהם און זיין משפחה. לכבוד שבת...!

ומעשה שהיה. ווען איך בין געווען א יונגערמאן גלייך נאך מיין חתונה האביך וואלונטירט פאר תומכי שבת. ביי רוב פלעצער האט מען אראפגעלייגט דאס פעקל און אפגעצויגן. ס'זענען אבער געווען עטליכע בעסערע מענטשן, וועלכע האבן פארלאנגט אז דער דעליווערי בוי זאלל עס אריינטראגן אין די אפארטמענט. ביי איינעם אזא קאסטומער האביך געזעהן ווי ער וואוינט אין א לוקסוס'דיגע דירה. מיט א שענדעליער און טייערע קארפעטס/ראגס. ווען כ'האב געפרעגט דעם אנפיהרער פון די מוסד. האט ער מיר געענטפערט אז..."מ'קען נישט עסן די שיינע קארפעטס און שענדעליער"...! און ער איז גערעכט געווען.

לענייננו. איך פארגין איהם די שיינע דירה מיט די אלע לוק-סוס...! נאר כ'פארשטיי אויך דעם עולם וואס איז אויפגערעגט אויף דעם מצב...!
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: א פאלאץ בויט זיך אין וויליאמסבורג

שליחה דורך נעגעל וואסער »

די פויבסט האט היינט גערעדט און זיין קראצמעך רעדע דערוועגן:

He continued: "Let us ask ourselves: Do I really need all these material objects and complicated recipes for living? Can I manage without all these unnecessary extras and live a life of greater simplicity?

"For many people, life's meaning is found in possessing, in having an excess of material objects. An insatiable greed marks all human history, even today, when, paradoxically, a few dine luxuriantly while all too many go without the daily bread needed to survive."
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

נעגעל וואסער האט געשריבן:די פויבסט האט היינט גערעדט און זיין קראצמעך רעדע דערוועגן:

פוי

איך פארשטיי נישט וואספארא טענות מ'האט, ער איז בארעכטיגט צו טון מיט זיין געלט וואס ער וויל, אבער א שוטה איז ער. וואס פעלט אויס אויסצושטעכן די אויגן פאר אנדערע בפרט ווען פולע וויליאמסבורגע איינוואינער האבן טענות אז ער האט זיי אפגעריפט (צו ס'איז אמת ווייס איך נישט) אבער דאס איז זיכער אז זיי קוקן מיט א שלעכט אויג.
איך האף אז ער האט געגאסן בליי קעגן עין הרע. איינער האט די נאמבער?
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: א פאלאץ בויט זיך אין וויליאמסבורג

שליחה דורך גראף »

נעגעל וואסער האט געשריבן:די פויבסט האט היינט גערעדט און זיין קראצמעך רעדע דערוועגן:

He continued: "Let us ask ourselves: Do I really need all these material objects and complicated recipes for living? Can I manage without all these unnecessary extras and live a life of greater simplicity?

"For many people, life's meaning is found in possessing, in having an excess of material objects. An insatiable greed marks all human history, even today, when, paradoxically, a few dine luxuriantly while all too many go without the daily bread needed to survive."
אפשר קען דער פויבסט טאקע אן הייבן מיט זיין קאטוילישע איפעריע. דער וואטיקאן פארמאגט שווערע ביליאנען און מער אין קעש, נכסים, ריעל עסטעיט וכו'. נאר פון עטליכע מאלערייען וואס דער פויפסט וואלט געקענט פארקויפען קען ער שפייזן גאנצע מדינות אין אפריקע. נאר ענדרעש שנארען געלט פון ארימע מעקסיקאנער אין קלויסטער פאר די שמייליגע און הייסען יענעם זאל געבן פון זיך.
טיפיקעל לינקע סאציעליסט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

שמעון וואלף האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואספארא טענות מ'האט, ער איז בארעכטיגט צו טון מיט זיין געלט וואס ער וויל, אבער א שוטה איז ער. וואס פעלט אויס אויסצושטעכן די אויגן פאר אנדערע בפרט ווען פולע וויליאמסבורגע איינוואינער האבן טענות אז ער האט זיי אפגעריפט (צו ס'איז אמת ווייס איך נישט) אבער דאס איז זיכער אז זיי קוקן מיט א שלעכט אויג.
איך האף אז ער האט געגאסן בליי קעגן עין הרע. איינער האט די נאמבער?

שמעון וואלף זאגט זייער גוט, ויש להוסיף. ווילסט לעבן ווי א פריץ? גייט מיך נישט אן. אבער פארוואס דארף דער אינדרויסן אויסקוקן אזוי מלכות'דיג, שלאפסטו דען אויפן גאס? סתם אויסצושטעכן אויגן פון אנדערע? קיין טענות האב איך נישט, אבער קיין שכל האט ער אויך נישט.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: א פאלאץ בויט זיך אין וויליאמסבורג

שליחה דורך אונטער חכם »

שמערל האט געשריבן:איך קען און איך האב טענות אויף יעדע וואס איך האלט אז ער שינדט פון מיר געלט, און אויב האלט איינער אין אפריקע אז איך האב אים עפעס געגנב'ט זאל ער מיר אודאי אנמערקן דערויף.
די מענטשן אין אפריקע ווייסן נישט גענוג צו קענען האבן טענות, אבער אסאך עקספערטן האלטן אז די סיבה פארוואס דו קענסט קויפן סטעיק איז דורך אומ'יושר'דיגע טאקטיקן וואס דיין רעגירונג האט גענוצט, און נוצט נאך אלס קעגן ארימע לענדער, סאך ערגער ווי די זאכן וואס ראבינאוויטש טוט.

אשע"כ וואלט לכאורה געווען יושר אז דו זאלסט אראפנעמען א גרויס חלק פון דיין אינקאם און עס אריבערשיקן צו די פון וועמען די געלט קומט .
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

אדרבה פארציילט מיר מער וועגן די עקספערטן, ווי ווייט איך ווייס שפענדט מיין לאנד מיט אונזער טעקס געלט די מערסטע געלט פאר די ארימע אפריקאנע לענדער זיי צו העלפן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואספארא טענות מ'האט, ער איז בארעכטיגט צו טון מיט זיין געלט וואס ער וויל, אבער א שוטה איז ער. וואס פעלט אויס אויסצושטעכן די אויגן פאר אנדערע בפרט ווען פולע וויליאמסבורגע איינוואינער האבן טענות אז ער האט זיי אפגעריפט (צו ס'איז אמת ווייס איך נישט) אבער דאס איז זיכער אז זיי קוקן מיט א שלעכט אויג.
איך האף אז ער האט געגאסן בליי קעגן עין הרע. איינער האט די נאמבער?

ער האט ב"ה גענוג געלט צו קויפן א יערליכע סובסקריפשאן ביי עיני הישועה און ביי כולל חצות. אפילו ביי תהילים כולל אויך...!
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

באנדע אומפארגינער.
עטץ קענסט קראכן, בשעת די זיכסט פארקינג מיטן אלטע קאקע קרייסלער, פאהרט ער אריין כדרך המלך אין זיין דרייוועי מיטן קעניגליכן לעקסעס.

בשעת די שלעפסט זיך ארויף צום זיבטן שטאק די שמאלער פארשטינקענע האלוועי, אין הערסט קולות ביי יעדער שטאק פון א צווייטע פאמיליע, שפאצירט ער אריין ערשטע פלאהר נאכן קוועטשן די דיזיטל קאמבינאצע צו א הערליכע פאלאץ.
בשעת די זעהט אכט קינדער קוויטשענען אויפן ערד אין נישטא קיין זכר פון נאכטמאל, קומט ער אריין צו שטילע קינדער שפילן מיט טויס, אין נאכמאל צו גיגריייט ווי א גראף מיט גאלדענע דישיס.
בשעת די גריסט דיין 300 פונטיגע ווייב וואס שוויצט ווי טשיינע גויטע נאכן דיפאזיטען 800 פלעשער, גריסט ער זיין מאדעל מיטן שייטל וואס ווארפט בליצן פאר יופי.

יא דאס איז לעבן, נישט ווייל ער טוט מצוות אדער די עבירות, נאר פשוט, סתם אזוי דיין לעבן סאקט באליס אין זיין לעבן קנאקט סטראבעריס.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

יעקב מענטש האט געשריבן:נאך א אספעקט וואס ליגט אין פארשפרייטן די בילדער, אז דאס איז א סתירה צו די אלטע טענה אז זיין אומגעלערענט/נישט קענען ענגליש/וכו' איז א שטער צו פרנסה. דער איד מיט זיין שותף זייענדיג ישראלים קענען ווארשיינליך נישט דאס וואס א סאטמערע גראדואנט מיט א לאנגע היסטאריע פון עפל-טיטשער-ווארפעריי קען.

אגב, רוב פון זיין עשירות קומט נישט פון קיין היימישע אידן, ער זייגט 'בעיקר' פון גוים.

אשאד די קנאה שנאה ותחרות וואס ווערט דא דיסקוסירט.

ער האט אבער אנגעהויבן ביי אידן. זיין ערשטע געלט איז געקומען פון אביגדור יאקאבאביטש...

האלטס און איין איבערזאגן עפעל-טישטער ווארפעריי... וכו׳. סאיז זייער נעריש אזוי צורעדן כהאב דיר שוין אפאר מאל געוואלט שרייבן א לאנגע תגובה איבער די ענין אבער כוועל עס מאכן זייער בקיצור מיט א משל.

וואס דארף א לאנד האבן כדאי צו געווינען א מלחמה??? געווער??? שטארקע מיליטער???

די תירוץ איז: מ׳דארף האבן סיי די בעסטע מיליטערלייט, סיי די בעסטע שפיאנאזש, סיי געלט, די בעסטע נייעסטע טעכנאלאגיע, א גיטע פלאן און סטראטעגיע און הערשט דאן דארף מען גרויסע הצלחה אז אלעס זאל מיט שפילן און סזאל זיין א שיינע וועטער וכו׳ וכו׳

אמעריקע, וואס האט שוין די שטערקסטע געווער און טעכנאלגיע און די שטערקסטע, רייכעסטע מיליטער אויפן כדור הארץ האט נאכאלץ פארלוירן די מלחמה אין וויעטנאם און אפגאניסטאן, און נאך אפאר...

די נמשל איז זייער פשוט:
וואס דארף מען האבן צו מאכן פרנסה?

א פלאן אליינס איז נישט גענוג. מקען האבן די בעסטע סטראטעגיע און אפילו א אינוועסטאר און נאכאלץ נישט מאכן קיין געלט....

עדזשיוקעישאן איז נאר ״איינע״ פון די מיטלען. מקען עס איבערהיפן. למשל ר׳ יצחק ראבינאוויטש און זיין וויזניצער שותף דשונסקי קענען נישט קיין ענגליש און קיין קאמפיוטערס אלזא האבן זיי אויפגענומען ארבייטארער וואס זענען געלערנטע מענטשען וואס זאלן זיי פירן די ביכער און טוהן אלע זאכן וואס זיי קענען נישט- און אמאל קען עס ארבעטן. אפילו ר׳ הערשל שרייבער קען נישט ספעלן אבער ער האט געדינגען מענשטען וואס זאלן ספעלן אנשטאט אים און מלאכתו נעשה ע״י אחרים.

וואס דו כאפסט נישט: עדזשיוקעישאן איז נאר ״איינע פון די מיטלען״ צו מאכן פרנסה-ס׳קען נאר העלפן...ס׳ מיינט אבער נישט אז אויב מהאט א דעגרי איז מען עפעס גאראנטירט פונקט ווי מאיז נישט גאראנטירט אז די שטערקסטע מילטער אויף די וועלט גייט געווינען די מלחמה...
יעדער ווייסט גאנץ גוט אז סאיז דא געוויסע פעלער ווי ס׳האט זיך אויסגעארבעט. אבער לכתחילה גיין ארויסשיקן אונזערע קינדער אן די מינדעסטע עדזשיוקעישאן איז פונקט ווי ארויסשיקן אונזער מילטער אן קיין סטראטעגיע- סקען פונקט געלונגען, אבער סאיז נישט קיין גוטע עצה און נישט אויסגעהאלטן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אישתישבי האט געשריבן:גיבט אייך די הענט מיט שבת אחים און די רוסישע קאמאניסטען. ער האט דיר עפעס צוגענומען? ארבעט אליין, און מאך געלט, און האב נישט אזוי מורא פין פארדינען דורך דעם וואס א צווייטע נעמט ארויס א מארטגעדזש.

אנגעזעצטע פוילע נעבעך'ס, וואס יעדער גביר איז זיי שולדיג.

רעב איד, יעדער מיט א טראפ שכל, וואס האט געלערנט אביסל היסטאריע ווייסט גאנץ גוט אז דאס וואס דו ווילסט דא זאגן איז סתם ״בלבול המוחות״ אויף א ביליגע פארנעם צו פארגלייכן די היינטיגע ״דעמקראטישע סאציאליסטן״ א שטייגער ווי קאנאדא, עסטרייך, און בעלגיע צו די אמאליגע קאמוניסטן. רופסט מיך נאך א קאמוניסט!!???

מיין מאמע און איר גאנצער משפחה איז אויפגעוואקסן אין חוסט אוקריינא וואס איז דעמאלטס געוווהן אינטער די קאמוניסטישע הערשאפט, מיין מאמע איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל ביי די זעכצן. זיי האבן זיך אסאך צאמגעליטן פון די קאמוניסטן. מיין מאמעס ברודער ע״ה האבן די קאמוניסטן געהארגט. (אין זיינע צוואנציגער יאהרן האט מען געמאכט א בלבול קעגן אים און מהאט אים איינגעשפארט אין א שווערע רוסישע תפיסה ווי ער האט ליידער זיך אנגעשטעקט מיט א וויירוס, און קיין אנטיביוטיק האבן זיי נישט צוגעשטעלט, די וויירוס האט זיך פארשפרייט און איז געגעאנגען צו די הארץ. ער האט זינט דאן געליטן אויף די הארץ ביז די 36 יאהר אלט ווען ער איז אוועק אין סנהדרי׳-ירושלים איבערלאזענדיג א שטוב מיט יתומים רח״ל)

קומסט מיר צוגלייכן צו די קאמוניסטן???

און בכלל זייט ווען האבן די היינטיגע סאציאליסטן א פראבלעם מיט אזעלכע מענטשען ווי ראבינאוויטש און דשונסקי??? ס׳פעלט רייכע לייט און מערב-אייראפע??? אין אוסטראליע? אין קאנאדא??? דו פארשטייסט בכלל וואס די היינטיגע סאציאליסטישע שיטה איז??? איך קען דיר כמעט צוזאגן אז דו אליינס ביסט אויך א סאציאליסט... דו ווייסט נאר נישט וואס זייער שיטה איז.די יסוד פון זייער שיטה איז אז מ׳זאל נישט איבערגעבן די מאכט נאר פאר די רייכע און פאר די קאראפערעישאונס, און אז די גאווערמענט זאל זיך רעכענען מיט יעדע די בירגער ווי זיי וואלטן באלאנגט צו איין גרויסע פאמילע... און נישט אז די גאווערמענט זאל מאכן אלע געזעצן לטובת אפאר יחידים- רייכע און עליטע... דו רעדסט גרויס, אבער דו האסט ניטאמאל ארויס די אל״ף בי״ת פון די אלע שיטות...

און אבי געשאסן א לאטקע אז איך בין גאר א קאמוניסט!!! וואס נאך בין איך ??? אפשר א ״רוסישער שפיאן״ אזויווי טראמפ???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים האט צוגעטראפן א גמרא. (מס' קידושין) אדער פארקערט. די גמ' זאגט אז.."אין עניות מן האומנות. ולא עשירות מן האומנות...(דעם חלק ווייס איך נישט אויב ער גלייבט אין דעם)...אלא יתפלל למי שהעושר שלו...ס'העלפט נישט קיין דעגרי. ווער ס'האט פויערישן, קו'אישן שכל. און ר'האט מזל. איז מצליח. און ווער ס'איז א שלימזל. וועט אים נישט העלפן 100 דעגריעס אויכעט נישט...!

איך קען א איד וואס איז אזוי אינטעלליגענט און געלערנט. אז ער רופט אן ..."שעירס"...טשעירס... און ער איז א מולטי-מיליאנער...!

מ'דערציילט א מעשה. אז א איד האט אמאל געוואלט ווערן שמש אין א שול. האט איהם דער ראש הקהל געפרעגט אויב ער קען אונטערשרייבן זיין נאמען. האט ער געזאגט אז ניין. האט מען איהם נישט אויפגענומען. מיט די טענה אז א משמש דארף קענען סיינען אויף דעליוועריס...!

לימים האט ער אנגעהויבן האנדלען און ער האט שטארק מצליח געווען. ר'איז געווארן א גרויסער עושר. און ער האט געקויפט א באנק. וואס טוט מען אבער מיט רעדן ענגליש. און סיינען דעם נאמען...?! האט ער געדינגען א מענעדזשער וואס האט ערלעדיגט די אלע זאכן. איין טאג איז דער מענעדזשער נישט אריינגעקומען צו די ארבעט. און מ'האט געדארפט סיינען עפעס א דאקומענט. זענען די ארבעטער בלית ברירה אריין צו איהם אין אפיס. און געבעטן אז ער זאלל סיינען דעם צעטל. רופט זיך אן דער בעה"ב..."ווען איך קען סיינען מיין נאמען וואלט איך דאך געווארן שמש אין שול"...!
פארשפארט