ווי זוי צו באקומען עטענטשען אין וויליאמסבורג

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

ווי זוי צו באקומען עטענטשען אין וויליאמסבורג

שליחה דורך גדליה »

כידוע דרייען זיך היינט ארום שווערע הונדרעטער - אפשר טויזענטער מענטשן - אין היימישע געגענטער וואס שפירען זיך אויסגעשלאסען און ארויסגעפאלען פון די סאסייעטי. א יונגערמאן קען הארעווען לאנגע יארען אין כולל אין זיך פארהערען יורה דעה חלק ב׳ און הלכות שבת אין וואס נישט, אבער קיינער קוקט נישט אויף עם.
א איד קען ליינען אינטערסאנטע חכמות אין נייעס און זיין א בקי דערינען, אבער אויב ווילער זיך נישט צונאר מאכען אויף קול מבשר, וועט עם קיינער נישט אנקוקען.
א יוד קען האבען א געזונטע חוש אין ארט אין מעלעריי, אבער היות ער שעמט זיך זיך צו דערקלערען אלץ א מעלער בלייבט זיינע טאלאנטען שימלען
א יונגערמאן קען זיין א געזונטע בקי אין מוזיק אין נגינה און האבען אפילו א שיינע שטימע, אבער היות זיין טאטע איז דער צריסקער רבי וועט ער קיינמאל נישט קענען נוצען די טאלנטען

ווילען מיר דא עפענען א אשכול וואס זאל מסביר זיין ווי אזוי מ׳קען באקומען אביסעלע עטענטשען אין וויליאמסבורג.
ס׳איז דא צוויי מהלכים אין מיר וועלען זיי רופען ראבינאוויטש א׳ און ראבינאוויטש ב׳.
ראבינאוויטש א׳ מהלך: איהר ברויכט זיך אריינלייגען אין ריעל עסטעיט, באשווינדלען אפאר יודן צו גויים, אין נאכדעם וואס איר פליפט עטליכע הייזער אין דערקלערט זיך אלץ גביר, וועט יעדער רעדען פון אייך אין אייך מקנא זיין אין גליסטען צו לעקען די הארטע הויט פון אייער פיס אין מקוה.
ראבינאוויטש ב׳ מהלך: דערקלערט אייך אלץ א גרויסע בעל מוחה אין א מענטש וואס פראטעקט די גאנצע יהדות החרדית פין אונטערגיין, לויפט ארום צו רבנים אינטערשרייבען קול קורא׳ס, האלט שטורעמישע דרשות איבער אלע געפארן וואס לאקערען אויף יודישע קינדער און קראכט אומגעלונגענע וויצען וואס וואלטן פארשעמט יאנקעל מיללער כדי די ״מוסר״ זאל האבען א השפעה. דאס וועט אייך גאראנטירען אסאך אטענשאן אין טויזענט קעפיגע הספדים לאחר מאה ועשרים

די דריטע מהלך ווערט גערופען די טייטעלבוים מהלך אבער דאס איז נישט נוגע פאר רוב מענטשען. די מהלך איז אז מ׳פראבירט צו ווערען געבוירען ביי איינער וואס איז א גרויסע רבי, אין טאמער דאס געלונגט קענט איהר זיין די גרעסטע אידיאט אבער מ׳וועט רעדען פון אייער פקחות א גאנצע טאג.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ראבינאוויץ מהלך נומער 3.

מ'נוצט די אייגענע סקילס און מ'שטעלט אוועק אן ערליכע פרנסה פון אוצרות התורה
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: ווי זוי צו באקומען עטענטשען אין וויליאמסבורג

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

גדלי' ביזט א זיסקייט. ביטע זיי מסביר ווי אזוי
"די מהלך איז אז מ׳פראבירט צו ווערען געבוירען ביי איינער וואס איז א גרויסע רבי" דו קענסט נאכאמאל געבוירן ווערן און ווי אזוי פרובירט מען??
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:גדלי' ביזט א זיסקייט. ביטע זיי מסביר ווי אזוי
"די מהלך איז אז מ׳פראבירט צו ווערען געבוירען ביי איינער וואס איז א גרויסע רבי" דו קענסט נאכאמאל געבוירן ווערן און ווי אזוי פרובירט מען??

פארדעם האב איך געשריבען אז סאיז נישט נוגע פאר רוב מענטשען
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: ווי זוי צו באקומען עטענטשען אין וויליאמסבורג

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:גדלי' ביזט א זיסקייט. ביטע זיי מסביר ווי אזוי
"די מהלך איז אז מ׳פראבירט צו ווערען געבוירען ביי איינער וואס איז א גרויסע רבי" דו קענסט נאכאמאל געבוירן ווערן און ווי אזוי פרובירט מען??
וואס הייסט?
גאנץ פשוט, ס'דעך באקאנט דעם מאמר חז"ל מה זרעו בחיים אף הוא בחיים, נו, יעצט דארפט איר נאר דעם רעביצינ'ס אדרעס.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: ווי זוי צו באקומען עטענטשען אין וויליאמסבורג

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

חסיד פון ליטא האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:גדלי' ביזט א זיסקייט. ביטע זיי מסביר ווי אזוי
"די מהלך איז אז מ׳פראבירט צו ווערען געבוירען ביי איינער וואס איז א גרויסע רבי" דו קענסט נאכאמאל געבוירן ווערן און ווי אזוי פרובירט מען??
וואס הייסט?
גאנץ פשוט, ס'דעך באקאנט דעם מאמר חז"ל מה זרעו בחיים אף הוא בחיים, נו, יעצט דארפט איר נאר דעם רעביצינ'ס אדרעס.
לייק לייק[emoji23][emoji23]
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: ווי זוי צו באקומען עטענטשען אין וויליאמסבורג

שליחה דורך פליקער »

איך וואלט געזאגט אז דער מעילער האט אויך ביידע ראבינאוויטש אפציע'ס, אדער גייט ער מאלן פלעינער פאר ראבינאוויטש א. אדער מאלן די שומרים קארד'ס פאר ראבינאוויטש ב פראקציע
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:גדלי' ביזט א זיסקייט. ביטע זיי מסביר ווי אזוי
"די מהלך איז אז מ׳פראבירט צו ווערען געבוירען ביי איינער וואס איז א גרויסע רבי" דו קענסט נאכאמאל געבוירן ווערן און ווי אזוי פרובירט מען??

טוה געניג עבירות אין דעם יעצטיגע גלגול אז ס'זאל געלונגען אין די קומענדיגע גלגול

אבער ווער זאגט אז דו וועסט אנקומען צו א רבי'ן. אפשר וועט מען דיך פון הימל איינטיילן צו א רוסישן שוסטער וועלכער האט א קליינעם סטאר אויף מארסי עוו...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

berlbalaguleh האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:גדלי' ביזט א זיסקייט. ביטע זיי מסביר ווי אזוי
"די מהלך איז אז מ׳פראבירט צו ווערען געבוירען ביי איינער וואס איז א גרויסע רבי" דו קענסט נאכאמאל געבוירן ווערן און ווי אזוי פרובירט מען??

טוה געניג עבירות אין דעם יעצטיגע גלגול אז ס'זאל געלונגען אין די קומענדיגע גלגול

אבער ווער זאגט אז דו וועסט אנקומען צו א רבי'ן. אפשר וועט מען דיך פון הימל איינטיילן צו א רוסישן שוסטער וועלכער האט א קליינעם סטאר אויף מארסי עוו...!


ער וועט מיט נעמען פונקטליכע אינסטראקשען'ס ווי פאלגענד:

אזוי ווי מ'קומט ארויף אויבען אין הימעל בעט מען פאר די גרויסע בילדינג דיירעקטארי און מ'זוכט אויף די אינווענטארי סטאק רום עריע. אנקומענדיג אין יענע עריע, זיך אויף די לאנג טערם האלדינג עריע, אבער זיי זייער פארזיכטיג, ביז די קומסט אן צו א צימער וואס האט נשמות מיט זיידענע ביצים און גאלדענע לעפלעך אין מויל. שעם דיך נישט, גיי אריין, טרעף א קאמפארטמענט, מאך דיך באקוועם, באמת באקוועם, ווייל די גייסט דארט זיין געפארקט פאר פיר הונדערט יאר! ווייל אונז אלע ווייסען פון קינדווייז אן אז די אמת'ע צדיקים קלעטערען ארום און ברענגען אראפ אויף די וועלט דייקא דערהויבענע נשמות וואס זענען נישט געווען בעולם השפל כארבע מאות שנה.

האב געדולד און געדענק אז סוף הכבוד לבא. די וועסט זוכה זיין בהאי עלמא אז מלאכתך נעשית ע"י אחרים, דורך דיינע חברים וואס האבן זיך געאיילט און נישט אכט געגעבן און גענומען די ערשטע פלייט אראפ אהער, מגולגל ווערענדיג אין די קוען וואס גייען דיך נאכטאנצען.

אז מ'וויל העלפט דער באשעפער..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ענק פארגעסן אלע אז מען קומט צוריק און מען ווערט מגולגל און פיש.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דאס איז שוין דריטן גילגול. צוערשט ווערט ער מגולגל אין א קינד פון א רעבי'ן. נאכדעים ווערט ער א צדיק. און ערשט נאכדעים ווערט ער מגולגל אין א פיש. נאר אויב ער קומט אן קיין סקווירא. נעמט ער זיך רעדן אין פיש סטאר...!

איך האב געקענט דעם סקווירא'ער גילגול. ער פלעגט טאקע א סאך פארן צום אלטן סקווערער רבי'ן זצוק"ל...ער. (דער גילגול) האט געוואוינט אין מאנטרעאל. און געדאוונט אין בעלזא שטיבל...! ער איז געווען א טעקסי דרייווער. וויאזוי ער האט געהייסן וועל איך נישט זאגן...!
פארשפארט