ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ונבנתה העיר האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:ווען איינער האט עם געפרעגט צו ער האט נישט מורה פון די עונשים אוףי יענע וועלט האט ער געגעבען א זאג, "די רגע מ'קומט ארויף אויף יענע וועלט באגעגענט מען זיך מיט א גרויסע סיין 'color war'!"

ס'גייט שוין אן אפאר יאר.

יישר כחכם, ר׳ פרחיה זלע״ה וואלט געווען שטאלץ פון אזאלעכע דיבורים.
אגב ר׳ ונבנתה, איהר האט דאך געהאט א שטיקעל שייכות מיט ר׳ פרחיה, אפשר קענט איר אויפטרעטען אין דערציילען אביסעל וועגען דעם אדם גדול, ווי אזוי איר האט זיך באקענט מיט איהם וכו׳.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

יין שרף האט געשריבן:דאך ידוע ער'ז אלץ געווען א פורץ גדר..

דערמאנסט מיך ווי ר׳ פרחיה פלעגט אלץ טייטשען
פרח פורץ גדר ואין מוחין בידו,
א קליין עקשנות׳דיג בלומעלע קען דורכברעכען א ריזיגע מויער פון גרויע שטאל אין ציגעל
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

זיינע חסידים פלעגען זאגען, פרח כשושנה, און די מתנגדים פרח תפרח הצרעת, אז ר' פרחי' איז א שטיק צרעת.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

שר וגדול נפל בישראל! הוי מי יתן לנו תמורתו!

איך האב געהאט די זכיה זיך צו דרייען ביים גרויסן נפטר זצוק"ל, נאך אין די גוטע יארן איידער די סטראוק ל"ע, ווען דער קדוש וטהור רבן פרחיה האט נאך געפייערט מיט זיינע קאצקע-סטיל דיבורים, בהלו נרו עלי ראשי. אין די זעלבע צייטן וואס געוויסע האבן אפגעלאכט אדער אוועקגעמאכט דעם גרויסן צדיק, האב איך ב"ה זוכה געווען צו שעפן פון אים מלוא חפניים גדלות ומעיינות החכמה, אזש בבחינת אלישע שנטל פי שניים איז מיר אנטפלעקט געווארן פון הימל גרויסע אורות איבער געוויסע הבחנות וואס מרן רבינו זי"ע האט מחדש געווען, ווי איר קענט זיך אליינס איבערצייגן ביי די געציילטע ביישפילן ווי שבת וואס איז אויסגעפאלן אום דינסטאג, און די ניינטע טאג חנוכה.

ועתה אהה על נפשנו! מיר האבן פארלוירן אונזער גייסטרייכער אוצר וואס האט אנפלעקט רזי התורה וחכמה נסתרה, א פארצייטישע דמות דיוקן פון א צדיק תמים געמישט מיט הימלישע חכמה און פקחות, וואס האט דערהויבן דעם גאנצן אטמאספערע פון אידן אין שול ביז אידן אין קאווע שטיבל וואס זענען נתעלה געווארן דורך זיינע הייליגע רייד.

ולא חס קוב"ה על עדרי צאן, און רבינו הכ"מ איז נסתלק געווארן אין בליענדן יוגענד ווען ער האט נאך געהאט אזויפיל אויפצוטון און משמיע זיין הגיגיו וחכמתו חכמת אלוקות פארן המון עם. אוי, שבר על שבר הושברנו!

אבער ב"ה שלא השבית לנו גואל, און דער רבי זי"ע האט איבערגעלאזט חתנו כבנו, האי חכימאה דיהודאי וגאון ומקובל ופילוסוף האלקי רבינו פתחיה שליט"א, וואס איז באשטימט געווארן ע"פ צוואת הנפטר הדגול למלאות מקומו ביתר שאת ותפארת, עדי נזכה לביאת משיח צדקנו בב"א.
מזל טוב! מזל טוב!

----
מיר האבן אויך ערהאלטן א לענגערן צוואה פון רבינו פרחיה זי"ע געווידמעט צום גאנצן קהל אנ"ש, און אי"ה אין א קומענדיגע געלעגענהייט וועלן מיר דאס אויספירליך באשרייבן.

אצינד ווען די בלוט איז נאך ווארעם און די פלייש איז נאכנישט פארשטינקען קענען מיר נישט צוזאמנעמען די מחשבות צו דערציילן ערשטהאנטיגע מעשיות וואס מיר האבן געהאט די זכיה זעלבסט מיטצולעבן ביים רבי'ן זי"ע, אבער פטור בלא כלום א"א, דערפאר וועלן מיר דערציילן כאטש איין עובדא ועל הכלל כולו יצא:

נאך מיט א צוויי-צענדליג יאר צוריק, ווען עס האבן נאך געיאוועט מתנגדים אויפן רבי'ן נאך זיין שטארקע יסוד איבער שבת ביום שלישי, האט דער רבי ר' פרחיה זיך אויסגעדרוקט: "זיי זאגן אז עס איז דער שבת וואס טוט זיי וויי, אבער דער אמת איז אז עס איז די [שבת'דיגע] טשולענט וואס ברענט אין זייער מאגן...", ודפח"ח.

ווען די גדולי חסידים זענען אריין צום איידעם רבינו פתחיה שליט"א, האט ער מפרש געווען די הייליגע רייד פונעם גרויסן שווער, ווי פאלגענד: די גאנצע געדאנק פון שמירת שבת איז צו דערהייבן די ששת ימי המעשה צום קדושת השבת, און וויבאלד ס'איז תלוי בקדושה איז דאך קיין נפ"מ אויב ס'געפאלט אויס אין זיבעטן אדער אום דינסטאג, ופשוט הוא. ווידער די וואס דינגען זיך אויפן הייליגן שווער, איז עס ווייל די טשולענט רעדט פון זיי, כלומר, טשולענט אום דינסטאג איז גארנישט קיין מציאה, נאר אום שבת דייקא איז דא א געשמאק אריינצורוקן א פיינעם טשולענט.

גראדע האב איך זעלבסט מפרש געווען די ווערטער פונעם רבי'ן ר' פרחיה אנדערש ווי דער איידעם האט עס מפרש געווען, ולענ"ד כוונתו הקדושה צו זאגן אז די גאנצע געדאנק פון א טשולענט איז מערב צו זיין אלערליי סוגים ומינים ממינים שונים, וכמאמר העולם "ער האט געמאכט א טשולענט פון...", און פאר די בקיאים אין די קליינע אותיות איז דאך ידוע אז דאס באדייט דאך קליפת נוגה שהוא עירוב טוב ברע, וואס ווען עס קומט שבת איז מען מברר די טוב פון רע און קליפת נוגה ווערט נתבטל, ווידער די אידן וואס זענען זיך מתנגד צו די הייליגע ווערטער פונעם רבי'ן זצ"ל זענען אריינגעטון אין טשולענט, רצ"ל אז זיי זענען אלץ פארקראכן אין קליפת נוגה. (וכדברי המהריי"צ על גדול אמריקאי אחד, שתיארו במכתב ידוע בתואר ק"ן = ק'ליפת נ'וגה, וכבוד אלקים הסתר דבר.)

און אז מ'רעדט שוין פון טשולענט מוז מען אויספירן מיטן גרויסן עבודה וואס דער רבי ר' פרחיה פלעגט אריינלייגן אין די אכילת הטשולענט, אזש ער פלעגט זיך אויסדרוקן דערוועגן כהאי לישנא: ווען איך וועל ארויפקומען צום בי"ד של מעלה און מ'וועט מיך פרעגן קבעת עיתים בתורה? וועל איך זיי ענטפערן: קבעתי עיתים בטשולענט הרבה (כלומר, ליל שישי, ליל שבת, שבת בבוקר בקידושא רבא, ואח"כ בסעודתא דצפרא דשבתא, ושוב פעם ביום ראשון), און מי נדחה בפני מי?! געוויס האט טשולענט א דין קדימה, והא ראיה, אז שבת עסט מען טשולענט אנשטאט לערנען תורה! און דער רבי זי"ע פלעגט אויספירן מיט א זיגרייכע שמייכל: "וזו תשובה מנצחת לכל המשטינים ומקטרגים".

זיעועכי"א.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ארי נוהם,
איך באדאנק זיך פאר אייערע ווארעמע דיבורים און זכרונות פון ר' פרחיה, אבער איך בין שטארק ברוגז הלמאי איהר מישט זיך אריין אין די מחלוקת וועגען די ממלא מקום
(גראדע איך האלט אויך פרעזענדליך מיט'ן איידעם אבער איך פארשטיי נישט פארוואס איהר קענט נישט כאטשיג דערמאנען אז מ'האט אויך אויפגענומען ר' זרחיה בנו חביבו)
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ארי נוהם האט געשריבן:און די פלייש איז נאכנישט פארשטינקען

זעהט אויס דו האסט זיך נאר באקענט מיט עם סוף ימיו. אין די אינגע יארן פלעגט מען אים רח"ל נאכשרייען אין די גאסן פרחיה חז*ר... אבער סוף ימיו איז ער שוין געווארן א קדוש..
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

יין שרף האט געשריבן:

כ'ווייס נישט צי ס'איז אמת
אפילו אויב יא טאר מען נישט רעדען אויף א שוכן עפר
(איך פראביר צו רעדען שיין מיט אייך אבער איהר פארשטייט אז גענוג וואס כל ימיו האט איר עם מצער געווען, לאזט אייך שוין אפ פון א עהרליכע איד)

גדליה האט געשריבן:ארי נוהם,

איינער פרעגט מיך אין אישי וואס איז שייך צו ממלא מקום זיין, ר' פרחיה איז דאך געווען אינו מן המדה, ער האט אינגאנצען נישט פארנומען קיין ארט אויף די גשמיות'דיגע וועלטעל, ער עקזיסטירט דאך נאר אין אונזער מחשבה.
האבעך עם געענטפערט אז טאקע פארדעם דארף מען א ממלא מקום!

(ביטע רעדען בדרך כבוד אין נישט אריינפירען אין צימעס)

גדליה האט געשריבן:

געשריבן פארן באגראבן, און כמנהג גוברין יהודאין איז אן ענין צו דעמאנען אלע גוטע מעשיות דאן.

געוואונדערט פארוואס די דריטע זוהן האט שוין ממלא מקום געווען בחייו, ער האט דאך נישט תופס מקום געוועזן...

#צימעסאלערט
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

כדי שלמה אסף פון שנת תשפ"ץ זאל נישט קומען אין בויען גאנצע מגדלים הפורחים באויר באזירט אויף די שמועות פורחות ווילעך קלארשטעלען אז דאס קומט אלץ פון די מתנגדים וואס האבען תולה געווען בוקי סרוקי באותו צדיק.
פין דא אין ווייטער קענט איר אליינס אפמאכען אויב ווילט איר זיך געפינען אין שלמה אסף'ס ביכעל זאלט איר דא נאכדערציילען נערישע בלבולים פון די מתנגדים
אז איהר ווילט אייערע סיפורים זאלען עס מאכען אין די אפיציעלע שבחי ר' פרחיה זאלט איר בעסער פארציילען מעשיות וואס וואלטן געקענט זיין אמת. נישט אזוינע טפשות וואס פאסטען אפשר פאר היינטיגע אדמורים
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ר' פרחי' האט געהאט א זוהן א משומד, אדער איז ער ארויסגעשפרונגען פין א פענסטער שמחת תורה?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

כ'האב אליינס געהערט פון ר' פרחיה הכ"מ אז ער איז שוין דער 21טער דור פון צדיקים וקדושים וואס האבן קיינמאל נישט פוגם געווען. פארשטייט זיך אז דער סטר"א האט עס נישט געקענט סובל זיין און זיי האבן אים כסדר אונטערגעלייגט שטיקלעך. איינמאל, אינמיטן זיין שינת צהרים האט ער זיך דערוועקט און ס'געווען ותשב באיתן קשתו, ס'שוין געווען כלות ממש אבער ער האט זיך שנעל אראפגעווארפן אויף דר'ערד און ויפוזו זרועי ידיו, די צען נעגל זענען געווארן כמעין המתגבר, עטליכע עקרות וואס זענען פונקט געווען אין קוויטל שטוב זענען גלייך נתפקד געווארן, ויהי לנס עצום.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אין זיינע אינגע יארן איז זיין עבודה געווען אויף גאר אן אנדערע בחינה. אין די ווערצהייזער פלעגט מען זיך ווערטלן, עורבא פרח, פרחיה איז יענער פויגל. אין יענע יארן פלעגט ר' פרחיה זאגן אן אנדערע מענה בדין. "ווען מ'וועט מיר פרעגן נשאת ונתת באמונה וועל איך זאגן 'שפילן קארטן ביי מיר איז דאך תדיר, מאידך גיסא ארבייטן שווער פאר פרנסה ביי מיר איז אינו תדיר, און תדיר ואינו תדיר, איז דאך זיכער תדיר קודם!' "

ביי די לויה האט אויך מספיד געווען זיין אייניקל אויף וועם מ'איז מרנן אז ער איז ראו לאותו אצטלא. האט ער געזאגט כדרכו אין אומפארשטענדליכע קורצע פראזן. "וכלכל אתכם בדין, ויודע מספר כלכם בדין. לכאורה וואס איז די שייכות? נארוואסדען. אז מ'קען ציילן קארטלעך, איז דא אויף וואס שבת צו מאכן."
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום יואליש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

מרגליה בפומיה פון ר' פרחיה "כ'בין געווארן א ת" ח אים ניטל!"

אויבנאויף האט מען געמיינט אז ער זאגט בדחנות. אבער ביי די שבעה האט א אינגע ת"ח געמאכט דעם חשבון אז אויב זאל מען צוזאמרעכענען די שעות פון אלע שיטות פון ניטל אין איין יאר, און צוזאמרעכענען אלע יארן פון ר' פרחיה מיום שעמד על דעתו ביז יעמען שווערן טאג ווען ער איז אוועקגעפאלן, וועט מען טרעפן געניג שעות פאר א גאנצע מחזור אין דף היומי! והוא פלאי.

שפעטער האט מען אויך געטראפן אז די אלע יארן וואס ר' פרחיה איז געווען מוטל בנורסינ"ג הא"ם איז זיך מצרף צו פונקט געניג שעות צו ענדיגן תלמוד ירושלמי - כאטשיג אלס הצנע לכת האט מען אים בלויז געזעהן שפילן ראמי.
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

Re: ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס

שליחה דורך קטלא קניא »

כשעלה ר' פרחיה למרום והתיצב לפני הבי"ד של מעלה ושאלו אותו, נשאת ונתת באמונה, ענה ואמר במתק לשונו כשחיוך בחסד עליון נסוך על שפתיו, נסעתי במטוס פרטי
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

הערליכע מעשיות ר׳ יואליש, ר׳ קטלא.
אגב אז מרעדט פון ניטל
ר׳ פרחיה האט געהאט א אינטערסאנטע מנהג אז אויף יעדע עבירה האט ער געהאט א ניטל, פונקט ווי ביטול תורה
למשל די ערשטע אין פעברואר האט מען געמעגט עובר זיין אויף לשון הרע
די ערשטע אין מערץ האט מען געמעגט רעדען עברית און זיין א ציוני
וכו׳ וכו׳
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גדליה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

גדליה האט געשריבן:הערליכע מעשיות ר׳ יואליש.
אגב אז מרעדט פון ניטל
ר׳ פרחיה האט געהאט א אינטערסאנטע מנהג אז אויף יעדע עבירה האט ער געהאט א ניטל, פונקט ווי ביטול תורה
למשל די ערשטע אין פעברואר האט מען געמעגט עובר זיין אויף לשון הרע
די ערשטע אין מערץ האט מען געמעגט רעדען עברית און זיין א ציוני
וכו׳ וכו׳

געמעגט? געמיזט!
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ס׳איז געווען איין מתנגד וואס פלעגט נישט רעדען עברית די ערשטע אויף די זעקסטע אין מערץ, ער האט געזאגט, איך וויל זעהן די גיהנם פאר נישט רעדען עברית
האט ר׳ פרחיה געענטפערט, צו ס׳דא גיהנם פאר נישט רעדן עברית - ווייס איך נישט, אבער פאר אפלאכען פון עברית איז זיכער דא גיהנם!
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

אבער אזוי בדרך כלל איז ער געווען א גרויס קנאי כידוע, ער האט זייער שטארק געהאלטן פונעם רבין ז"ל.
אין זיין אייוועלט אשכול וואס האט שוין געהאלטן ביי איבער 60 בלעטער האט איינער ארויפגעברענגט ספיקות איבער זיין קנאות און דאס גאנצע אשכול איז פארשוואונדן געווארן. ויהי לפלא.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

Re: ר' פרחיה זלע

שליחה דורך קטלא קניא »

מיר קומען יעצט פון דער שבעה וואס איז ממש א זעלטענער קידוש השם אז אלע ברודערס זיצן צוזאמען תחת קורת גג אחד. די יודעי דבר זאגן אז זייט יעקב אבינו האט געבענטשט די שבטים האט מען נאך נישט געזען צוזאמען אזויפיל ברודער. מען זעט בחוש אז ת"ח מרבים שלום בעולם טאקע פארדעם ווייל וכל בניך לימודי ה'.

באלד נאך מיר זענען אנגעקומען איז אריין געקומען דער משב"ק וואס וויילט שוין אויפן פעלד א פאר טעג זייט סתימת הגולל. ס'האט אנגעכאפט דעם עולם א שרעקליכער ציטער מעין דער חרדה גדולה וואס האט אנגעכאפט יצחק אבינו בשעה שבא עשו מן השדה.

נאך דערציילן די מורא'דיגע זאכן וואס מען האט געזען ביים טהרה און וואס ער האט געהערט אויפן פעלד פון די רוחות המספרות זו עם זו איבער דער גדלות פון ר' פרחיה, האבן מיר אים איבערגעפרעגט וועגן דער עובדא אויפן פליגער.

ומעשה שהיה כך היה.

סאיז געווען א לענגערער תקופה וואס ס'האט אויסגעזען כביכול א קטנות דמוחין ביי ר' פרחיה. פארשטייט זיך ס'איז נאר לשבר את האוזן ואין לנו עסק בנסתרות, נאר אין יענער תקופה האט מען ממש נישט געזען קיין שום עבודה ביי ר' פרחיה ואיזהו עבודה שבלב זו תפילה. מיר רעדן דא נישט פון מחליף את הזמנים ווי ס'איז ביי אנדערע צדיקים, נאר גארנישט ממש. קיין דבר שבקדושה איז נישט דורך ר' פרחיה'ס מויל חודשים און אפשר יארן לאנג. אז מ'האט נישט געזען תורה ביי ר' פרחיה איז נישט געווען אזא חידוש, ווייל דאס איז געווען גאנץ אן אפטער זאך. די גדולי החסידים האבן עס מסביר געווען אז דאס איז ווייל ביי ר' פרחיה איז געווען א בחינה פון פסקו זוהמתן פון פאר קבלת התורה, אבער תפילה וכדומה איז שוין יא געווען א חידוש.

מען האט זיך באהאלטן אונטערן טיש, דורכגעקוקט דער שליסל לאך, געשטאנען הינטערן פענצטער, אבער נישט קיין טלית, נישט קיין תפילין, נישט קיין ברכות, נישט קריאת שמע, שמונה עשרה, גארנישט. נישט אין די וואכן, נישט שבת, נישט יום טוב, נישט ברכות התורה און נישט המפיל. מען האט אפילו אריינגעשיקט די רביצן צו פארשטיין פשר הדבר ואין פותר אותם.

נאך זיך דורכרעדן מיט זקני החסידים וואס זענען נאך געווען ביים זיידן דער מיטלער ר' פרחיה, נמנו וגמרו אז דער רבי זאל פארן זיך אויסלופטערן אין די שווייצער בערג און פארשטייט זיך נאך זיך משתטח זיין אויף קברי אבות און איינרייסן ביי די זיידעס ובעד עמך רחמים שאלי. אזוי האט מען געהאפט וועט אפשר ווערן נאכאמאל ותצלח עליו רוח אלקים.

וכך הוה מען האט געפאקט די פעק, באשטעלט דער פליגער בראש וראשונה כנהוג אצל תלמידי בעל שם. להוריד בריחים נמנה בינימו און אויך די שכינה במקלה ובתרמילה איז מיט געגאנגען מיט ר' פרחיה'ן אויף אפצורעכטן גלות.

פון דער גילוי השכינה און דער קול רעש גדול האבן מיר שוין דערמאנט און נאך דעם בארימטן דאווענען האט ר' פרחיה געבעטן געבן לחיים מיט א רונדעכיגן לעקעך און א געלע ליקער וואס צדיקים האבן געזאגט איז מרומז אין דער צנון וחזרת פון רבינו הקדוש.

וכטוב לב המלך מאן מלכי רבנן ביינה של תורה, ווען ר' פרחיה איז געזיצן מיט א הימעלישן געזיכט, די עטרה אויף דער פלייצע, השמש יצא על הארץ און מיט בלויז דער יארמולקע צנוף על ראשו האט דער זון געבליטשקעט אויפן מצח הקודש און העכער.

בהאי שעתא האט זיך געוואגט צו פרעגן ביי ר' פרחיה, ר' משה 'קינד', וואס פלעגט כסדר אריינגיין צו ר' פרחיה'ן לפני ולפנים אפילו בשעת הסתר און ער האט מיט א תמימות געקענט פרעגן ר' פרחיה'ן וואס די מלאכי השרת וואלטן געכאפט א ציטער. ר' פרחיה האט אויך מיט אים ליב געהאט צו שמועסן און ער האט געהאט ביי ר' פרחיה'ן א באזונדערע חן. ר' משה קינד האט דאן געפרעגט וואס דא גייט פאר און צוגעלייגט, 'רבי, אז ס'איז הימעלישע זאכן זענען מיר דאך יעצט אין הימל.'

ר' פרחיה האט זיך צושמייכלט און געזאגט אז
ס'איז א דבר פשוט. ס'איז אראפגעקומען אויפן וועלט א שרעקליכער קליפה מיטן נאמען "ווייפיי" וואס איז מרומז אין וו"י לן דמיתנן וואס איז א חלק פון דער נחש הקדמוני ועל זה נגזרה מיתה לעולם.

ר' פרחיה האט ממשיך געווען אז ער פארשטייט נישט דער כוח פון דער קליפה און וויאזוי ס'איז יונק פון דער צד הקדושה. ער האט זיך אבער אונטערגענומען אז ווען און וואו ער וועט שפירן דער טומאה וועט ער חלילה נישט ארויסזאגן א דבר שבקדושה און ער וועט זיך פירן דערמיט ווי מבואות המטונפות. פארשטייט זיך אז מחמת דעם איז קיין דבר שבקדושה לא נמצא בשפתיו.

האט ר' פרחיה אויסגעפירט אז יעצט צום ערשטן מאל אזוי ווי דער פליגער האט זיך געהויבן האט ער געשפירט דער זיו השכינה אן קיין שום מסך המבדיל און ס'איז געווען ביי אים ממש א התפשטות הגשמיות כאילו היום נתנו.

ר' פרחיה האט מיט דעם געטייטשט ויוצא אותו החוצה ביי אברהם אבינו און אויך כצאתי מן העיר אפרוש את כפי ווי רש"י זאגט און דאס אלעס איז מעשה אבות סימן לבנים און א הכנה פאר די עקבתא דמשיחא וואס מיר געפונען זיך היינט בעווה"ר.

ר' פרחיה האט געגעבן נאך א טרונק און זיך אונטערגעברומט א לחן קודש.

דער משב"ק האט צוגעענדיגט אז דער עולם האט דעמאלט געזען ממש עין בעין באספקלריא המאירה דער אתפשטותא דמשה ביי ר' פרחיה'ן. און אויך אז בדקו ומצאו אז סאיז געעוען א ווייפיי סיגנאל ממש בביתו נאוה קודש מיט פיר שטרייכן און מען האט יענעם אויסגעטיילט צרות ביז מ'איז אים פטור געווארן און סאיז באלד מקויים געווארן והשב שכינתך וסדר העבודה. ויהי לנס.

זכותו יגן עלינו ועכי"א
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קטלא קניא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

Re: ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס

שליחה דורך קטלא קניא »

גדליה האט געשריבן:אגב ר׳ קטלא וואסי פשט אז מ׳האט באערדיגט ר׳ פרחיה׳ן ביים גדר פון בית החיים? על פי צוואתו צי וואס?

כאטש ס'איז נאך נישט פערציג טעג פון דעם יום המר והנמהר און לכאורה איז נאך נישט געווען בכדי שיעשה פאר תעניתים שיגלי לן טעמא דבקבורת גדרי, אעפ"כ האב איך קרעדיט מיט תעניתים וואס איך האב דא אויסגעלייזט. די סיבה איז משום פורץ גדר ישכנו נחש, ותולעת מעין נחש ששניהם הולכים על גחונם, ולרמז שאע"פ שפרץ גדר לא ישלטו בו רמה ותולעה
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

גראדע די מעשה מיט די ווייפיי איז געווען אביסל אנדערש ווי באריכטעט אויפן האטליין. ר' פרחיה האט באצאלט עקסטער צו האבן ווייפיי אויך אויפן פליגער, אבער כדרך כל האירליינס האט די ווייפיי זיך נישט קענעקטעד, ומזה יצא העגל הלזו..
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
פארשפארט