שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:באנדע אומפארגינער.
עטץ קענסט קראכן, בשעת די זיכסט פארקינג מיטן אלטע קאקע קרייסלער, פאהרט ער אריין כדרך המלך אין זיין דרייוועי מיטן קעניגליכן לעקסעס.
בשעת די שלעפסט זיך ארויף צום זיבטן שטאק די שמאלער פארשטינקענע האלוועי, אין הערסט קולות ביי יעדער שטאק פון א צווייטע פאמיליע, שפאצירט ער אריין ערשטע פלאהר נאכן קוועטשן די דיזיטל קאמבינאצע צו א הערליכע פאלאץ.
בשעת די זעהט אכט קינדער קוויטשענען אויפן ערד אין נישטא קיין זכר פון נאכטמאל, קומט ער אריין צו שטילע קינדער שפילן מיט טויס, אין נאכמאל צו גיגריייט ווי א גראף מיט גאלדענע דישיס.
בשעת די גריסט דיין 300 פונטיגע ווייב וואס שוויצט ווי טשיינע גויטע נאכן דיפאזיטען 800 פלעשער, גריסט ער זיין מאדעל מיטן שייטל וואס ווארפט בליצן פאר יופי.
יא דאס איז לעבן, נישט ווייל ער טוט מצוות אדער די עבירות, נאר פשוט, סתם אזוי דיין לעבן סאקט באליס אין זיין לעבן קנאקט סטראבעריס.
בשעת איך האב פארדינט יעדען דאלער ביושר אן קיין שום דריידלעך לעבט ראבינאוויטש פון דאס בלוט פון ארעמעלייט
בשעת איך קום אהיים אין א רואיגע באטעמטע דירה וואס שפיגלט און גלאנצט דורך מיין געטרייע אשת חיל ווערט מר. ראבינאוויטש ענטפאנגען אין זיין ריזיגע פאלאץ דורך א באנדע יוצר משרתיו
בשעת אויף מיין טיש ווארט א פיינע פרישע הייסע נאכטמאל געמאכט דורך מיין ווייב קומט אריין א פרעמדע קעכער און סארווירט מאלצייט פאר די הויכגעשעצטע ירושלימ'ער ראבינאוויטש
בשעת מיינע קינדערלעך ווארפען זיך ארויף אויף מיך יעדע נאכט ווי נאר איך טרעט איבער די שוועל, זענען מר. ראבינאוויטש'ס קינדער אויסגעשפרייט אין אלע פיר עקען פון די פאלאץ, איינגעזינקען אין זייער אייפעד צו וואס
בשעת איך האב צענדליגע גיטע פריינט וואס וואלטען זיך מקריב געווען פאר מיך בעת צר, איז ראבינאוויטש נישט זיכער מיט קיין איין חבר ווייל יעדע וויל נאר זיין געלט
בשעת מיינע שכנים לעבען זיך רואיג מיט מיך אין פרייען זיך מיט מיט מיינע שמחות, טוט ראבינאוויטש וואוינען ארום שכנים וואס ווילען אים אויפעסען לעבעדיגערהייט
בשעת ראבינאוויטשעס הויז שטעכט אויס די אויגען פין אידען וואס האבען נישט קיין ברויט צו שטעלען אויפ'ן טיש אין צאלען עם יעדע חודש טויזענטער דאלארען, טוהט מיין דירה נישט וויי קיין שום יוד
בשעת איך בין נישט שולדיג קיין פרוטה פאר א מענטש האט ראבינאוויטש אנגעזעצט אין באשווינדעלט א שיינע פאר אידען (אויב די שמועות זענען אמת)
און בשעת איך לעב זיך ב"ה פיין בשלום מיט מיינע צוגעקומענע קינדער אין איך שעפ הויפנס נחת פין מיינע אייניקלעך.... שוין וואס דארף מען רעדען