א מאראלישע דילעמא, נרדפים און נישט רודפים

מחשבה, השקפה ועיון
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

א מאראלישע דילעמא, נרדפים און נישט רודפים

שליחה דורך מיימון »

מען פארציילט אז אינמיטן פון די שרעקליכע שואה האט א איד געפרעגט זיין רבי׳ן וואו איז דער אתה בחרתנו? האט ער געזאגט דאס אז מיר זענען די געהרג׳טע און נישט די רוצחים, דאס איז דער גרעסטער אתה בחרתנו.

די מעשה איז זייער שיין און זייער ריכטיג, און טוט זייער שיין אפשפיגלען דעם מצב פון די אידן אין זייער אייביגן גלות. עס האט זיך מיר אבער אריינגעכאפט א ווערימל פון ספיקות אין הארץ, נעמליך ווער זאגט?

אפגערעדט פון וואס מען גלייבט יא אדער נישט אין עולם הבא און נצחיות, איז די פראגע בלויז איבער מאראלישקייט. עס איז א דבר פשוט פאר יעדן אז עס איז ענדערש צו זיין פון די נרדפים ווי איידער צו זיין דער שרעקליכער מענטש וואס טוט דאס צו יענעם. אבער צומאל ווען מיר קוקן צוריק אין היסטאריע ווערט אביסל ביטער אויפן הארץ ווען מיר זעען אז למעשה האבן די געוועלטיגערס און באהערשערס אפגעשניטן בעסער ווי די ערליכע גערודפטע מענטשן. וואס האבן מיר פון זיין מאראליש און ערליך ווען יענער לאכט פון אונז?

לאמיר אוועקנעמען עולם הבא, לאמיר זיך מצייר זיין אז אויף יענע וועלט וועט מען נישט שטראפן דעם נאצי ווייל ער האט בלויז אויסגעפאלגט באפעלן און איז באמת געווען משוכנע אז ער טוט א גוטע זאך לטובת המין האנושי. וואס האבן מיר דעמאלטס געהאט דערפון?

די פראגע איז נישט בלויז טעארעטיש, ווען מיר האבן פארציילט אינדערהיים אז מען האט אונז געטשעפעט אין חדר האט מען אונז ווי גוט ערצויגענע עלטערן געענטפערט מאך זיך נישט וויסנדיג וועט ער אויפהערן. צומאל אבער ווילט זיך מיר זאגן מיין זון גיב אים צוריק. אמת אז א שלעכט ווילד קינד וואקסט אויף מיט פראבלעמען, אבער א געזונטע קאנפידענץ מיט א ביסל חוצפה מאכט אים מער הנאה האבן פונעם לעבן, כאטש נישט אזוי קלאסיש ערצויגן.

דער היינטיגער בעל הילולא האט ווי א איד אנגעזאגט אז עמיצער שפייט דיך אין פנים שטרעק אים אויס דיין צווייטן באק. אבער זיינע נאכפאלגערס האבן געלאזט אנדערע דאס מקיים זיין און עס איז זיי פיין געראטן. די נעבעכדיגע אידן דארט אין שטעטל זענען נאך היינט אראפגעקוקט און די קריסטן האבן א גוט לעבן. דאס ביסל וואס דער איד איז אנערקענט איז ווייל ער האט צוריקגעפראסקעט.

עס איז דא קהילות אדער חסידות׳ן וואס זענען גערודפ׳ט אדער אראפגעקוקט. איך פלעג אייביג ווארטן אויף דעם טאג וואס צדק און יושר וועט ארויפשווימען און זיך אננעמען פאר די בא'עוולטע. למעשה גייט די וועלט אן, די גרויסע קהילות זענען זיך ווייטער משתלט און ווער עס דארף עפעס מוז עס אליין נעמען. טא פארוואס זיך מאכן?

אפילו די נאציס זענען מסתמא בעסער אפגעקומען ווי די אידן. דייטשלאנד האט זיך הערליך צוריק אויפגעבויט. רוב נאציס האבן אויסגעלעבט די יארן בכבוד און מיט רייכקייט. די אידן זענען פארוואגלט געווארן און זיך געמוטשעט מיט פאוסט טראומא וואס איז אריבער עטליכע דורות. איך וואלט נאך אלס נישט געווארן קיין נאצי, אבער טעארעטיש בין איך אביסל מסופק, אפשר דארף מען טון וואס מען קען צו ארויסנעמען וואס מער פון דער וועלט ווי איידער צו אינוועסטירן אין נאבעלע מידות וואס וועט דיר גארנישט ברענגען?

ביטע העלפט מיר ארויס.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך ווייס נישט וועגן די אנדערע נאציס, אבער היטלער אליינס האט זיך פיין אנגעליטן פון זיין מאראלישע אינסטינקט, ער שרייבט עס כמעט קלאר אין זיין בוך. ווען דו קוקסט אויף א ווידיאו ווי ער רעדט, קענסטו קלאר זען אז דער מענטש איז אינו מן היישוב. איך ווייס נישט צו וועגן זיין שווערע יוגנט, צו וועגן זיינע מאראלישע הארצעסענישן, צו ער איז סתם אזוי נישט געווען מיט אלעמען, מן הסתם א צאמשטעל פון אלע דריי. דער טענה אז ס'איז ענדערש צו זיין דער רודף ווי דער נרדף, איז טאקע נאנסענס בתפארתה. ווייל אויב וואלט איך געווען א נאצי, ווואלט איך עניטיים געקענט אראפלייגן דאס געווער, און זיך גיין לעבן א חיים טובים. אבער למעשה גערעדט, לוינט זיך נישט צו איגאנרירן די מאראלישע אינסטינקטן, פשוט פאר די הארצעסענישן וואס קומען מיט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

ווען איך גיי אריבער די טרעין סטעישאנס און איך זע מענטשן וואוינען אויפן גאס אין די קעלט, און אדורכגייענדיג די בתי מדרשים טרעף איך עס נישט, יעצט אבער, אויף א קראצמעך אינדערנאכט טוטצעך צדקה אקציעס אין אלע טשוירטשעס פאר די היימלאזע מכל מקומות שהם אפגעזען און ביי אונז יו"כ אויפדערנאכט, דערמאן איך מיר, נעמט מען צוזאם פאר'ן רעבינס מוסדות בלויז, טראכט איך צומיר אצינד, ווער ווייסט, אפשר זענען אונז די רודפים... רודפים בשב ואל תעשה; וידוע דצדקה תציל ממות.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דער אמת איז, די וועלט איז דאך א פיזישע וועלט נאך אלעמען. נו וואס ווילסטו, א פאלק וואס איז אזוי געליגן אין סייענס און ערפינדונג האט פלוצלונג גענוצט אלע זייערע ענערגיע און רעסורסן צו ערצייגן כלים אונז צו פארלענדן, ווי אזוי האסטו געוואלט מיר זאלן זיי בייקומען? מיט גמראס און פני יהושעס אין די הענט? אזויפיל יא די וואס האבן זיך אויסגעלערנט בעפאר ווי אזוי צו ליידן, מקבל זיין יסורים באהבה, האבן אויסגעהויכט זייערע נשמות אין די גאז קאמערן מיט טענץ און געזאנג אבער אהן קיין סייענס און נומערעסי, זע איך נישט קיין שאנסן - אין א מציאות'דיגע וועלט צו געווינען שונאים וואס קומען מיט כלים של ישות. (עקסקיוז די פאן) איך בין בטוח אז די אידישע לויערס, מאכערס און געזעץ געבער אין די דעקעידס בעפאר די צווייטע וועלט קריג האבן מיט זייערע כלים של דופי, אנגעטוהן אונזערע פארציע רדיפות פאר די עלטערן פון די קומענדיגע דור נאציס אזוי אז עווענטועל איז קיינער קיינעם גארנישט שולדיג געבליבן - גאט פירט זיך א וועלטל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן די אנדערע נאציס, אבער היטלער אליינס האט זיך פיין אנגעליטן פון זיין מאראלישע אינסטינקט, ער שרייבט עס כמעט קלאר אין זיין בוך. ווען דו קוקסט אויף א ווידיאו ווי ער רעדט, קענסטו קלאר זען ווי דער מענטש איז טראומאטייזד. דער טענה אז ס'איז ענדערש צו זיין דער רודף ווי דער נרדף, איז טאקע נאנסענס בתרפארתה. ווייל אויב וואלט איך געווען א נאצי, ווואלט איך עניטיים געקענט אראפלייגן דאס געווער, און זיך גיין לעבן א חיים טובים. אבער למעשה גערעדט, לוינט זיך נישט צו איגאנרירן די מאראלישע אינסטינקטן, פשוט פאר די הארצעסענישן וואס קומען מיט.

זאג מיר, וואו האסטו זיך געלערנט פיסיכילאגיש אפלערנען פענימער פון 80 יאר צוריק אויף שווארץ און ווייסע ווידיאו, אויכעט אין הכתב והמכתב? א נייע מעשה, ביסט אזוי זיכער אז אלע האבן הארץ עסענישן?

פערצופאל האב איך ערגעץ געלייענט לעצטנס איז די פריילינס וועלכע האבן געארבעט אין איינע פון היטלער'ס רעזורט ערטער האבן שפעטער געגיבן אינטערוויאוס וואו זיי האבן געזאגט אז ער איז געווען גאר א פערסנעיבל און רוהיגע מענטש און נישט געשפארט קיין קאמפלימענטן - זיך אייביג פאראינטרעסירט צו זיי ווערן שיין געטריעט און זיך שטענדיג באדאנקט. א ריעל דזשענטלמען.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

טאמבל סאס האט געשריבן:א נייע מעשה, ביסט אזוי זיכער אז אלע האבן הארץ עסענישן?

ליין איבער, כ'האב קלאר געזאגט אז איך בין נישט זיכער. אויף היטלער ווייס איך, ווייל ער שרייבט עס אין זיין בוך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:א נייע מעשה, ביסט אזוי זיכער אז אלע האבן הארץ עסענישן?

ליין איבער, כ'האב קלאר געזאגט אז איך בין נישט זיכער. אויף היטלער ווייס איך, ווייל ער שרייבט עס אין זיין בוך.

טאמבל סאס האט געשריבן:פערצופאל האב איך ערגעץ געלייענט לעצטנס איז די פריילינס וועלכע האבן געארבעט אין איינע פון היטלער'ס רעזורט ערטער האבן שפעטער געגיבן אינטערוויאוס וואו זיי האבן געזאגט אז ער איז געווען גאר א פערסנעיבל און רוהיגע מענטש און נישט געשפארט קיין קאמפלימענטן - זיך אייביג פאראינטרעסירט צו זיי ווערן שיין געטריעט און זיך שטענדיג באדאנקט. א ריעל דזשענטלמען.

פאר אייך הארן ביידע:

ס'דא א בוך פון די איינציגסטע יוגענט חבר פון היטלער וואס ברענגט ארויס די מערסטע די נאטורליכע מהות זיינע. כ'האב עס דורך געליינט, און אזוי פול קענעך זאגען אז ער שרייבט עס פון היבש א רעספעקטואל פערספעקטיוו ואעפ"כ קומט היטלער שטרק ארויס ווי א נערווען געליטענע ווילדע משוגענער וואס האט נישט סאשעלייזד מיט קיין איינעם, זיך געהאלטן פאר א געלערנטער ארטיסט, און א משוגענער כעסן.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

הנה:
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום קאצקע ציקער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן די אנדערע נאציס, אבער היטלער אליינס האט זיך פיין אנגעליטן פון זיין מאראלישע אינסטינקט, ער שרייבט עס כמעט קלאר אין זיין בוך. ווען דו קוקסט אויף א ווידיאו ווי ער רעדט, קענסטו קלאר זען אז דער מענטש איז אינו מן היישוב. איך ווייס נישט צו וועגן זיין שווערע יוגנט, צו וועגן זיינע מאראלישע הארצעסענישן, צו ער איז סתם אזוי נישט געווען מיט אלעמען, מן הסתם א צאמשטעל פון אלע דריי. דער טענה אז ס'איז ענדערש צו זיין דער רודף ווי דער נרדף, איז טאקע נאנסענס בתפארתה. ווייל אויב וואלט איך געווען א נאצי, ווואלט איך עניטיים געקענט אראפלייגן דאס געווער, און זיך גיין לעבן א חיים טובים. אבער למעשה גערעדט, לוינט זיך נישט צו איגאנרירן די מאראלישע אינסטינקטן, פשוט פאר די הארצעסענישן וואס קומען מיט.

רביה"ק זי"ע: מ'דארף דאס צוטיילן אין 2 חלקים. די נאציס אליין און זייער אויפפיהרונג איז געווען אז זיי זענען געווען די רודפים. אבער היטלער איז געקומען צום דייטשן פאלק פון אן אנדערע פאזיציע. זיין אפיעל איז געווען אז זיי זענען נרדפים. דורך די ווערסאיי טריעטי. וועלכע האט זיי שטארק געשטראפט. מיט אוועקנעמען זייערע קאלאניעס אין אפריקע. און מאכן דאס דייטשע פאלק צאלן שווערע געלטער פאר קאמפענסאציע. אלס שטראף פאר'ן אנהייבן די ערשטע וועלט מלחמה. און אויך אוועקנעמען די רהיין געגנט פאר זיי . און עס געבן פאר פראנקרייך. וואס די אלע זאכן האבן גורם געווען א שווערע אינפלאציע און א שווערן עקאנאמישן מצב. און ער האט זיי צוגעזאגט אז ער גייט פאררעכטן די אלע זאכן. ס'איז בכלל געווען אן אומזיכערע צייט אין דייטשלאנד. ווייל די קאמוניסטן האבן זיך אויך זייער געשטארקט. דאס איז לכאורה דער תירוץ פארוואס דאס דייטשע פאלק איז מיטגעגאנגען מיט אדאלף היטלער אויף אזא ברייטן פארנעם...!

דער פאקט אז דייטשלאנד האטציך זייער שיין אויפגעבויעט נאך די 2'טע וועלט מלחמה דארף אונז נישט שטערן. ווייל א יעדער איד דארף צו וויסן (די וועלכע גלייבן אין די זאכן. ש.א. עקסקלודעד.) אז ווען דער טאג פון דעם גרויסן דין וחשבון וועט קומען וועט דאס דייטשע פאלק באצאלן זייער א טייערן פרייז פאר זייערע זינד פון אמאל און פון היינט אקעגן דאס אידישע פאלק. נישט נאר איך זאג עס. נאר רעוורענד דזשאן העיגי. דער גרויסער אוהב ישראל און ציוני זאגט עס אויך. ער טענה'ט אז בבוא יום הגדול והנורא וועט דייטשלאנד אויך זיין איינע פון די פעלקער וועלכע וועללן צאללן זייער א הויכן פרייז. ווייל זיי העלפן נאך היינט אויך פאר איראן און אנדערע שונאי ישראל צו עררייכן דעם אטאם און אנדערע שעדליכע כעמיקאלע געווער. גענוצט צו ווערן (ח") אקעגן יודן...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'שטייט אז לעתיד לבוא וועט די באשעפער שטראפן אלע גוים ווייל זיי האבן געטשעפעט די אידן, האט קלויזענבורגער רב געפרעגט, מילא די גוים וואס האבן טאקע געטשעפעט אידן, אבער וואס האט די גוי פון עטיאפיע שלעכט געטון? פארדעם טאקע האט די באשעפער געמאכט די UN, די פאראייניגטע פעלקער צו רודפ'ן אידן, אזוי וועט זיך קיינער נישט קענען ארויסדרייען...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאמבל סאס האט געשריבן:דער אמת איז, די וועלט איז דאך א פיזישע וועלט נאך אלעמען. נו וואס ווילסטו, א פאלק וואס איז אזוי געליגן אין סייענס און ערפינדונג האט פלוצלונג גענוצט אלע זייערע ענערגיע און רעסורסן צו ערצייגן כלים אונז צו פארלענדן, ווי אזוי האסטו געוואלט מיר זאלן זיי בייקומען? מיט גמראס און פני יהושעס אין די הענט? אזויפיל יא די וואס האבן זיך אויסגעלערנט בעפאר ווי אזוי צו ליידן, מקבל זיין יסורים באהבה, האבן אויסגעהויכט זייערע נשמות אין די גאז קאמערן מיט טענץ און געזאנג אבער אהן קיין סייענס און נומערעסי, זע איך נישט קיין שאנסן - אין א מציאות'דיגע וועלט צו געווינען שונאים וואס קומען מיט כלים של ישות. (עקסקיוז די פאן) איך בין בטוח אז די אידישע לויערס, מאכערס און געזעץ געבער אין די דעקעידס בעפאר די צווייטע וועלט קריג האבן מיט זייערע כלים של דופי, אנגעטוהן אונזערע פארציע רדיפות פאר די עלטערן פון די קומענדיגע דור נאציס אזוי אז עווענטועל איז קיינער קיינעם גארנישט שולדיג געבליבן - גאט פירט זיך א וועלטל.

טאמבל סאס: דו האסט במחילת כבודך א ביסל א פארקרומטן קוק אויף די גאנצע היסטאריע פון די אידן ווס. די נאציס, ימ"ש. (אפשר זאלל איך אויף די אידן אויך שרייבן, ימ"ש. פשוט אלס באלאנס...?!). אויב דו וועסט דיך א ביסל אינטרעסירן אין די היסטארישע השתלשלות פון די נאצישע פארטיי בכלל, וועסטו זעהן אז פונקט דאס פארקערטע איז דער אמת. די אסימילירטע אידן אין דייטשלאנד זענען געווען זייער העפליך צו די אלגעמיינע דייטשע באפעלקערונג. און די זעלבע דייטשן וועלכע זענען געווארן געטרייע נאציס האבן זיך אויסגעדרייט אקעגן די אידן. און זיי האבן פארגעסן אלע טובות וואס די אידן האבן געטון פאר זיי. זיי האבן זיי ארויסגעהאלפן אין זייער שווערן עקאנאמישן מצב. און נאך אנדערע טובות...!

ס'וואלט כדאי געווען א דו זאלסט זעהן די מאווי וועלכע הייסט.."האלאקאוסט"...!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

מיימון האט געשריבן:לאמיר אוועקנעמען עולם הבא, לאמיר זיך מצייר זיין אז אויף יענע וועלט וועט מען נישט שטראפן דעם נאצי ווייל ער האט בלויז אויסגעפאלגט באפעלן און איז באמת געווען משוכנע אז ער טוט א גוטע זאך לטובת המין האנושי. וואס האבן מיר דעמאלטס געהאט דערפון?

אפילו די נאציס זענען מסתמא בעסער אפגעקומען ווי די אידן. דייטשלאנד האט זיך הערליך צוריק אויפגעבויט. רוב נאציס האבן אויסגעלעבט די יארן בכבוד און מיט רייכקייט. די אידן זענען פארוואגלט געווארן און זיך געמוטשעט מיט פאוסט טראומא וואס איז אריבער עטליכע דורות. איך וואלט נאך אלס נישט געווארן קיין נאצי, אבער טעארעטיש בין איך אביסל מסופק, אפשר דארף מען טון וואס מען קען צו ארויסנעמען וואס מער פון דער וועלט ווי איידער צו אינוועסטירן אין נאבעלע מידות וואס וועט דיר גארנישט ברענגען?

ביטע העלפט מיר ארויס.

דו שרייבסט: לאמיר אוועקנעמען עולם הבא, און נאכדעם שרייבסטו: לאמיר זיך מצייר זיין אז אויף יענער וועלט. האסט דאך געזאגט אוועקצונעמען עוה"ב, סא וויאזוי קענסטו זיך מצייר זיין אז אויף יענער וועלט וועט מען נישט שטראפן?

לאמיר דיך געבן מיין צוויי סענט.

דו פרעגסט עסענשעלי, צדיק ורע לו, רשע וטוב לו. דער אידעלע כאפט מכות רצח, און דער נאצי לעבט זיך שיין אויס די יארן, וויאזוי ארבעט דאס?

קיין שום ענטפער וועט דיך נישט צופירדנשטעלן אן אריינברענגן די קאמפאנענט פון "יענער וועלט". ווייל טאמער די מענטשליכער אויג פארשטייט נישט וויאזוי דער רשע האט זיך געקענט ארויסדרייען פון יוסטיץ, מוז ער ווערן בארואיגט, אז אויף יענער וועלט ווערט ער געברענגט צו יוסטיץ.

אבער לאמיר ארויסנעמען עוה"ב פאר א מאמענט, און פראבירן צו פארשטיין די קשיא. א סך אנדערע האבן דאס אנגערירט אינעם דערנעבעדיגן אשכול.

קיין עכטער ענטפער איז נישטא. אבער די בעסטע ענטפער וואס איך האב נאר אמאל געזען, איז אין די פאלגענדע קליפ פון ר' יונתן סאקס - איך האב אנגעשטעלט די ווידיאו ביי די מינוט. זייער אינטערסאנט.

ר' יונתן זאגט צווישן אנדערע: ווען איך האב אנגעהויבן צוריפלעקן אויף די האלאקאוסט, האב איך פארלוירן א צווייטער סארט faith, און דאס איז די faith אין די מענטשהייט, איך האב פארלוירן faith אין א ריינע סעקולערע ציוויליזאציע. זיינע ווערטער האט אינוואדירט מיינע געוויסנביסן אויף א שרעקליכע אופן.

איך בין אבער צוגעקומען צו די החלטה, אז אין די וועלט: Nobody gets away with anything

יעדער באצאלט א פרייז פאר זיינע מעשים. אפילו דו וועסט זען א דייטש וואס לעבט זיך אויס שיין זיינע יארן. ווייסטו נישט זיין פיזישע מצב. עס קען זיין אז זיין גאנצע גענעראציע וועט ווערן אפגעמעקט אין אפאר יאר. עס קען זיין אז שרעקליכע בייזע קאשמארן האבן אים געיאגט ביז צו זיין לעצטער אטעם. דו קענסט נישט וויסן אויב ווען היטלער איז געשטארבן, איז ער געשטארבן אין א לאנגע ברוטאלע טויט מיט יסורים נוראים. עס קען זיין אזויפיל זאכן, וואס עס איז נישט באקאנט פאר קיינעם. יעדער באצאלט א פרייז! נישט אייביג זעט מען עס גראד, נישט אייביג זעט מען עס בכלל. אבער יוסטיץ איז אזא זעלבסט-נאטורליכע פּראָקוראָר וואס נעמט עווענטועל נקמה אין יעדעם.

איך זאג דאס נישט, ווייל איך וויל מיך טרייסטן, אז שלעכטע מענטשן באקומען א שטראף. (אויך גוטע מענטשן ליידן, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון קענען זיין עדות אן א שיעור מאל באבוד רשעים) איך זאג דאס ווייל מ'זעט דאס. מ'דארף נאר לעבן גענוג לאנג צו זען אז די וועלט איז נישט קיין הפקר וועלט אין טערמס פון יוסטיץ.

די איינציגסטער ענטפער איז: Nobody gets away with anything
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

טאמבל סאס האט געשריבן:פערצופאל האב איך ערגעץ געלייענט לעצטנס איז די פריילינס וועלכע האבן געארבעט אין איינע פון היטלער'ס רעזורט ערטער האבן שפעטער געגיבן אינטערוויאוס וואו זיי האבן געזאגט אז ער איז געווען גאר א פערסנעיבל און רוהיגע מענטש און נישט געשפארט קיין קאמפלימענטן - זיך אייביג פאראינטרעסירט צו זיי ווערן שיין געטריעט און זיך שטענדיג באדאנקט. א ריעל דזשענטלמען.

https://www.haaretz.com/amp/jewish/on-h ... -1.5246661
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

טאמבל סאס האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:פערצופאל האב איך ערגעץ געלייענט לעצטנס איז די פריילינס וועלכע האבן געארבעט אין איינע פון היטלער'ס רעזורט ערטער האבן שפעטער געגיבן אינטערוויאוס וואו זיי האבן געזאגט אז ער איז געווען גאר א פערסנעיבל און רוהיגע מענטש און נישט געשפארט קיין קאמפלימענטן - זיך אייביג פאראינטרעסירט צו זיי ווערן שיין געטריעט און זיך שטענדיג באדאנקט. א ריעל דזשענטלמען.

https://www.haaretz.com/amp/jewish/on-h ... -1.5246661

סארי, אבער בעסיידס פאר איין מעיד וואס האט אביסעל הערצה צו היטלער דארט אלס א בעסערע פערזאן ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט פון וואס די האסט געשריבן אין דעם ארטיקל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

די קשיא גייט נאך פיל טיפער ווי איך האב געמיינט. בעצם רירט עס אן די גאנצע נקודה פון מאראל אן א תורה. איז דא אזא זאך? אויב יא פארוואס? פארוואס זאל איך זיך אפהאלטן פון הרגנען א מענטש ווען דאס ברענגט מיר תועלת און קיינער גייט נישט וויסן, און אויב נאר וועגן געוויסנביסן, אויב דער תועלת איז שטארקער דערפון?

מיר זענען אויסגעלערנט אז מאראלישקייט האט א חשיבות בפני עצמו אפילו ווען קיינער ווייסט נישט בלויז ווייל דאס איז ריכטיג און גוט, אבער איך קלער אז אן עפעס א עולם הבא קען דאס נישט ארבעטן.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מיימון האט געשריבן:אבער איך קלער אז אן עפעס א עולם הבא קען דאס נישט ארבעטן.

פארוואס?

עלעבארעיט פליז.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

מיימון האט געשריבן:די קשיא גייט נאך פיל טיפער ווי איך האב געמיינט. בעצם רירט עס אן די גאנצע נקודה פון מאראל אן א תורה. איז דא אזא זאך? אויב יא פארוואס? פארוואס זאל איך זיך אפהאלטן פון הרגנען א מענטש ווען דאס ברענגט מיר תועלת און קיינער גייט נישט וויסן, און אויב נאר וועגן געוויסנביסן, אויב דער תועלת איז שטארקער דערפון?

מיר זענען אויסגעלערנט אז מאראלישקייט האט א חשיבות בפני עצמו אפילו ווען קיינער ווייסט נישט בלויז ווייל דאס איז ריכטיג און גוט, אבער איך קלער אז אן עפעס א עולם הבא קען דאס נישט ארבעטן.

viewtopic.php?f=13&t=804&hilit=%D7%A0%D7%99%D7%98%D7%9C
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

הוי מתפלל בשלומה של הארצעסענישן, שאלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

א מאראלישע דילעמא, נרדפים און נישט רודפים

שליחה דורך מי אני »

מיימון האט געשריבן:די קשיא גייט נאך פיל טיפער ווי איך האב געמיינט. בעצם רירט עס אן די גאנצע נקודה פון מאראל אן א תורה. איז דא אזא זאך? אויב יא פארוואס? פארוואס זאל איך זיך אפהאלטן פון הרגנען א מענטש ווען דאס ברענגט מיר תועלת און קיינער גייט נישט וויסן, און אויב נאר וועגן געוויסנביסן, אויב דער תועלת איז שטארקער דערפון?

מיר זענען אויסגעלערנט אז מאראלישקייט האט א חשיבות בפני עצמו אפילו ווען קיינער ווייסט נישט בלויז ווייל דאס איז ריכטיג און גוט, אבער איך קלער אז אן עפעס א עולם הבא קען דאס נישט ארבעטן.

די שאלה רירט אן די דעבאטע איבער מאראל ריעליזם; צו מאראל איז א מושג וואס מ׳קען (אין א וועג) קוואנטיפיצירן במציאות ממש (איך מיין נישט מאטעריאליסטישע ״ישות״ כמובן, נאר א ״פאקט״ לכשלעצמו) אדער נישט. אויף דעם העלפט נישט קיין סאך אפילו אז מ׳נעמט אן דעם צד אין די יוטיפרא דילעממא אז ג-ט קומט פאר מאראל און ער׳ז דאס קובע. ווייל אויף דעם אליין דארף איך דאך ווייטער א הנחה אז אים דארף מען צו פאלגן. (אויף די נושא האט דוד הום געזאגט זיין באקאנטע כלל אז אן איז איז נישט מעצמו מכריח א דארף. ועיין ג״כ ערך נאטורעליסטיק פאללאסי/אפענע-ענדעד שאלה מדר. מור.)

אגב, בנוגע דאס אז אימאראלישע מעשים ברענגען א תועלת, זענען דא וואס זאגן אז פסייכאפעטי, וואס דאס קומט דאך מיט מיט אימאראלישע געפירעכצער, איז צושטאנד געקומען עוואלוציאניש דורך דעם וואס די טרעיט איז געווען פאר זיי בענעפישעל (ווען עס זענען דא גענוג אנדערע ״נארמאלע״ סאציאלע מאראלישע מענטשן (וואס איז אליין צושטאנד געקומען דורך עוואלוציע עפ״י דר. דניאל דעננעט) צו נעמען עדווענטעדזש פון).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

א מאראלישע דילעמא, נרדפים און נישט רודפים

שליחה דורך מי אני »

IMG_6601.jpg

דר. דניאל פראנק אין זיין הקדמה צום איבערזעצונג פון רבינו סעדיה גאון׳ס ספר האמונות והדעות.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

א מאראלישע דילעמא, נרדפים און נישט רודפים

שליחה דורך מי אני »

דער אמעריקאנער פילאזאף דר. יאשיה׳ רויס האט געהאלטן אז דאס וואלידיטי פאר מאראל קומט דורך ״געטריישאפט פאר געטריישאפט״. דהיינו, עס קומט אפיר ווייל מ׳האט א געפיהל פון געטריישאפט פאר א מענטש׳נס גרופע׳ס צאמארבעט און דאס וואס מאכט אז עס זאל זיך פארבעסערן. אבער די געטריישאפט, הגם עס איז באציהט זיך צו דעם מענטש׳נס פערזענליכע גרופע בפרט, דארף עס אבער זיין ״לשם געטריישאפט״ בכלליות, מיינענדיג על הכלל כולו פונעם פארבעסערונג פונעם עגרעגעיט פון אלע גרופעס. והיינו להוציא ווען געטריישאפט צו די דעסקריפטיוו מאראלן פונעם אייגענעם גרופע טוהט מאכן צושטאנד קומען אן (אומפראפארציאנאלע) אומאראלישע געפירעכץ צו אנדערע גרופעס. (איך פארשטיי אז אויף דעם אליין קען מען פרעגן ״ומאן יימר אז מען דארף און עס איז בעסער/ריכטיג צו זיין געטריי [ובפרט אויף די סארט וועג און אפטייטש?״ ואפשר איז דאס נאך א געדאנק אין ״אמונה״ וואס קען אויך מיינען ״געטריי״.)

פארשפארט