יאנקל האט געשריבן:שרגא,
האסט עטליכע (ניין, א סך) גאר גוטע פוינטס, אבער טייל פון די ״מעלות״ זענען נאר אמת אויב דו פארגלייכסט אונזער לעבנסשטייגער צו דער לעבנסשטייגער פון די גרועים שבאומות. נישט אין יעדער פובליק שולע האט מען מורא פאר מעסערס און ביקסן; גלייב מיר - עס זענען פאראן הונדערטער פובליק שולעס וואו אזא פחד איז בכלל נישט עולה על הדעת. דאס זעלבע מיט עטליכע אנדערע נקודות וואס דו האסט ארויסגעברענגט.טעלעפאן האט געשריבן:איך וויל נאר ארויסברענגען א גוטע חלק פונעם סיסטעם וואס דאס איז טאקע א רעזולטאט פונעם עצם סיסטעם און דאס איז די (כמעט) איינציגסטע גוטע זאך וואס איך נעם ארויס פון אונזער סיסטעם. דאס איז דער פאקט אז א יונגערמאן מיט טאלאנט אין סיי וואספארא נושא, וועט זיך קענען ערווארבן א שיינע פרנסה וכדו׳ אנעם דארפן האבן א ״דעגרי״ און זיך גיין לערנען. דער סיסטעם גיבט א שאנס פאר סיי וועמען.
דאס איז פאקטיש פון די גרעסטע חסרונות אין דעם סיסטעם. מענטשן מיט טאלאנט קענען מאכן פרנסה? ריעלי?! וויפיל קען א גוטער אקטיאר פארדינען אין אונזער געזעלשאפט? א שרייבער? א מעלער? א מענטש מיט נטיה צו וויסנשאפט? א מענטש מיט פארשטאנד צו דאקטאריי? א רעדנער?
דאס אז מ׳קען מאכן פרנסה אן האבן א דעגרי איז א באזונדערער חורבן, און דערפאר האבן מיר א.ג. ״טעראפיסטן״ אשר לא קראו ולא שנו, און בלית ברירה צאלט מען זיי הויט-שינדנדיגע פרייזן פון $200 א שעה ויותר.
רוב זאכן וואס איך האב דערמאנט זענען לאו דוקא אין פארגלייך צו די גרועים שבאומות, נאר אפילו צו די מיטלקלאסיגע שבאומות. ביקסן איז אפשר נישט עולה על הדעת אין אסאך שולעס, אבער געשלעגן וואס ענדיגן זיך מיט וואונדן זענען נישט אזוי זעלטן, בשעת ביי אונז איז דאס ניטאמאל איין עפיזאד אין צען יאר. און חברותא געשלעגן איז זיכער א מכה און איז כמעט א טייל פונעם טינעידזש לעבן.
לגבי פרנסה, ביסטו קלאר גערעכט אז עס איז מער חסרון ווי מעלה. אפילו עס זענען דא מענטשן וואס אין די גרויסע וועלט וואלטן זיי מסתמא געווען פארלוירן און וואלטן נישט אנגעקומען צו א העכערע דזשאב פון 10 דאלאר א שעה, ווידער ביי אונז קענען זיי אריין אין ביזנעס און זיך נאך ארויפדראפן דעם לייטער ביז הויך, זענען אבער זיכער דא מער וואס וואלטן באקומען א דעגרי און אנגעקומען פיל העכער ווי זיי קענען אנקומען מיט אונזער סיסטעם. (לעצטע וואך האט מיר פונקט דערציילט א יונגאטש וואס האט געענדיגט לערנען מאטעמאטיק אז ער האט אנגעהויבן א דזשאב ביי ווערייזאן אלס א סטאטיסטיקעל דעיטע אנאליזירער פאר 57,000 א יאר. ער איז נאך צוואנציג יאר אלט. דאס האבן מיר נישט. מיר קענען נאר האבן מזל...)