מרס ווידער און אנדערע געזונטהייט איינרעדענישען

הילף, עצות און טיפס
פארשפארט
באמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך באמת »

ידען האט געשריבן:
באמת האט געשריבן:וואס איך קען דיר זאגן ברבים איז
ר' וואלף'וויש קאפמאן פראבלעם ער האט ג'האט יסורים אין די בויך
זי האט ג'זאגט אז עפעס איז פארשטאפט
מען האט עס שוין גהאט עטליכע מאל ג'קטשעקט
ער האט עס נאכאמאל גטשעקט וכך הווא

אפענע מופת.

ממש ווי א רבי.

מע האט גטשעקט עטליכע מאל און גארנישט געטראפען. מע איז געגאנגען צו איר און זי האט געהייסען נאך אמאל טשעקען און מע האט עס געטראפען פארשטאפט.

נאך איינער איז סקעפטיקל?

וואס???
באמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך באמת »

יידל האט געשריבן:איך ווארט נאך אלץ אויף די פרטים. וואס הייסט יסורים אין בויך?
עס האט אים עפעס ג'קוועטשט וואס איז דיר אזוי שווער צו פארשטיין???
צו וועלכע דאקטוירים איז ער געגאנגען?
אלע ער איז ארימגעפארן אין די גאנצע וועלט
וואס איז געווען פארשטאפט? וכו'
ביזדערווייל בין איך נישט קיין דאקטער עפעס נעבן די לינגען
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

און וואס האט מרת ווידער געזאגט?
וויאזוי האט זי עס געוואוסט?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך באמת »

אז איך ווייס דארף מען דאך שוין נישט גיין צי איר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איך מיין צו פרעגן: האט זי געזאגט "דאס און דאס איז פארשטאפט" ווי נאר ער האט אריינגעוואקט אין שטוב? אדער האט זי אים אויסגעפרעגט איבער זיינע פראבלעמען און צו וועלכע דאקטוירם ער איז געגאנגען און דערנאך האט זי געזאגט אז לכאורה איז דאס און דאס פארשטאפט?
איך וויל פשוט פארשטיין די process.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
אזוי גאר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 12:39 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך אזוי גאר »

מרת ווידער ארבעט מיט א קייטל.
און פאר די אלע קאנספראציע לייקערס ,זי האט א הכשר פון בד"ץ ירושלים אז עס איז נישט קיין כישוף.

מיין שיטה איבער די גאנצע טעמע איז.
מענטשן פארגינען נישט ,וועט מען שטענדיג טרעפן א סיבה איר צו קריטיקירן, אבער איך וואלט איר געזאגט (זייט איך בין זיכער אז זי ליינט קאווע שטיבל. ווייל ווער ליינט דען נישט קאווע שטיבל) לאך דיך אויס פון די קריטיק, דערווייל זענען מענטשן געקומען זאגן אז בדידי הוה און קען נישט קומען אפי א דיין און זאגן עס איז דמיונות.

יעדער האט די רעכט מחולק צו זיין, אבער דאס איז מיין החלטה איבער די שמועס.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

באמת האט געשריבן:וואס איך קען דיר זאגן ברבים איז
ר' וואלף'וויש קאפמאן פראבלעם ער האט ג'האט יסורים אין די בויך
זי האט ג'זאגט אז עפעס איז פארשטאפט
מען האט עס שוין גהאט עטליכע מאל ג'קטשעקט
ער האט עס נאכאמאל גטשעקט וכך הווא


פארוואס האט ער עס געדארפט טשעקן? האט זי עס נישט געקענט אויפשטאפן אויפן פלאץ מיט אירע וואונדערליכע רפואות?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

מרס ווידער זאל זיך נישט זוימען און שוין גיין אויפפיקען איר פעקל גלאטע הונדרעד דאללער בילס אין די סומע פון 1,000,000$[url=
http://www.randi.org/site/index.php/1m-challenge.html]דא ליגט די בינטל קעש.[/url]
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

נולד מאוחר האט געשריבן:מרס ווידער זאל זיך נישט זוימען און שוין גיין אויפפיקען איר פעקל גלאטע הונדרעד דאללער בילס אין די סומע פון 1,000,000$[url=
http://www.randi.org/site/index.php/1m-challenge.html]דא ליגט די בינטל קעש.[/url]


אדער פארשטיי איך נישט וואס דארט שטייט. אדער פארשטייסטו נישט וואס זי טוט
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

דזשעמס רענדי שלינגט אראפ אין איין שאס א גאנצע פלעשעל רעמעדיאס וואס רעבעצען ווידער הייסט נעמען דערפין צוויי שפריצלעך א טאג, אין גארנישט פאסירט צו עם.
קענסט טרעפן אויף יוטאב רענדי שלינגט איין א פלעשעל כמיין סליפינג פילס .
אויב א זאך האט נישט קיין שום סייד עפעקטס איז מסתבר אז עס האט קיין שום עפעקט.
מיט מרס ווידער האב איך ערשט האנטיגע עקספירענס.
דא רעדט ער דערפון.
ביי 7:03 רעדט ער דערפון.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

וואס הייסט דו האסט ערשט האנטיגע עקספיריענס?

שרייב עס פליעז.

איך האב געהערט דעם רנדי דארט אבער ער רעט פון א באטעל האמאפעטי מעדיצין. וואס הייסט ער רעט וועגען ווידער?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איז נישט ווידערס מהלך האמאפעטיע? זי אידענטיפייד די מחלה מיט ענערדשי, אין היילט מיט האמאפעטיע רעמעדיס.
זי געט דיר א סקעדיול פון אפאר רעמעדיס וואס די דארפסט נעמען יעדן טאג.אויך מישט אריין לכוארה נאטרישען ,זי נעמט אראפ אסאך מענטשען פין ווייסע ברויט אין בייסט עסען ספעלט אנשטאט. קארען סיראפ און פאד קאלערינג נעם צי אויך אראפ אסאך מענטשען.

איך האב נישט געמיינט אז ער רעדט וועגען איר ספציפיש, נאר וועגן איר מהלך. סארי.
No_name
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך No_name »

אזוי ווי איך זעה ווי דער עולם לעכצעט און ווארט איך זאל קומען זאגן מיין גרויסער מיינונג איבער דעם נושא, וועל איך זיך נישט צוריקהאלטן.

איך קום פון א משפחה וואס איז זייער העלט מיינדעד, האמאפעטיק מיט גראזן זאפט טרינקט מען מער ווי וואסער, אויף יעדע פראבלעם איז מען זיך שואל עצה מיט אזא נאטוראלער העלט דאקטאר, און מען שלינגט מיט דארשט יעדעס ווארט וואס גייט ארויס פון איר מויל, ס'גייט נישט אדורך קיין געלעגנהייט ווי ס'ווערט נישט ארויפגעברענגט אויפן טיש וואספארא אומוויסנדע פויערן די דאקטורים זענען, אויף יעדע זאך פארשרייבן זיי א מעדיצין נאך פאר וואס ווען ווי, און די עף.די.עי.... וואסארא כאפטע רשעים זיי זענען, זיי אליינס זענען מודה יעדע שטיק צייט אויף מעדיצינען וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויפן מארקעט אז ס'איז נישט גוט, יעדן טאג טרעפט מען מעדיצינען וואס שאטן פאר דעם און שאטן פאר יענעם. בקיצור איך קען די גאנצע מסעחטע.

ס'איז קלאר ווי די טאג אז די שטארקע מעדיצינען (אנטיביאטיק א.ד.ג.) טוען אויך שאדן.
דאס איז אויך אמאל זיכער אז (טייל פון) די דאקטוירים גיבן אנטיביאטיק אן טראכטן צוויי מאל.
דאס ווייסט מען אויך אז די עף.די.עי רופט צוריק יעדע שטיק צייט מעדיצינען וואס זענען געווארן אויפגעוויזן אז ס'שאדט אין די לאנג טערם.

אבער:
פארוואס מיינט איר האט מען ערפינדן דעם אנטיביאטיק? ווייל דער פענעצילין האט געארבייט א מכה, ווען ס'קומט צו גרעסערע קרענק (לאו דוקא ערנסטע) מוז מען האבן אנטיביאטיק... קענסט זיך שטאפן מיט גראזן ביז איבערמארגן.

מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס, איך וועל אויך נישט גיין נעמען יעדע מעדיצין וואס דער דאקטאר שטיפט מיר אריין אין די האנט, אבער רוב פון די אלע העלט-מיינדעד מענטשן ווערן בלינד און מ'ווייסט נאר איין זאך' "נישט נעמען קיין מעדיקעישאן" און קווייט פרענקלי דאס איז נאריש.

איינער האט פריער געברענגט א געשיכטע מיט א פרוי וואס האט גערופן ווידער פאר די הצלה, איך האב פאר אייך צענדליגע אזוינע געשיכטע'ס, און אלעס פון מיינע באקאנטע.

א באקאנטע מיינע האט געטראפן אויף א קינד א רעד ליין, און דאס קינד האט געהאט פיבער (וואס איז גאר א גוטע זאך אין די העלטי זשארגאן, און מ'טרינקט זאגאר א לחיים ווען איינער און די משפחה האט פיבער) די אינפעקציע איז געווען הייס! און זי האט געקלערט צו מ'זאל געבן מעדיקעישאן, דורכרעדנדיג זיך מיט שכנים, האט איינע פון די שכנט'עס אריינגעגעבן, ביסטו נאריש? פון ווי נעמט די אחריות נישט צו געבן מעדיצינען פאר אזא קינד? שוין ביז ס'האט אויסגעקוקט אז זי איז געווארן איבערגערעדט. נו וואס מיינט איר? אוודאי האט דאס קינד נישט באקומען קיין מעדיקעישאן.
דאס מאל איז דער נארישקייט געלונגען!

א באקאנטער מיינער, האט זיך ארומגערייט מיט אן טויטליכער קרענק פאר א קיילעכיגער יאר, און גארנישט געטוהן דערצו!! אקעי נישט גארנישט, ער איז געווען אויף א שטרענגע נאטוראלע דיעטע... ביז ס'איז געווארן ערגער און מ'האט אנגענומען מער קאנווענציאלע שריט.
נארישקייט געלונגען? המממ, איך ווייס נישט צו דאס הייסט געלונגען...

שאטס? מאן דכר שמיה, איי פארוואס מיינסטו גיבט מען שאטס? (איך רעד נישט פון קאנספיראציע טעאריקער אז די רעגירונג וויל הארגענען דיינע קינדער) אמאל פלעגט מען שטארבן ווי די פליגן יעדע שטיק צייט ווען ס'האט אויסגעבראכן א מגיפה, וויפיל אונטערגאנגען זענען פארטיליגט געווארן דורך די שאטס? איר ווילט אליינס גיין נאטוראל איז איין זאך, אבער אויף וועמענס אחריות לייגט מען אריין די קינדער אין סכנה??
איך ציטער ווען איינער וועט זיך האקן קאפ אין וואנט פארוואס ער האט נישט געגעבן קיין שאטס פאר די קינדער...

יעצט וועגן די עף.די.עי.
איר ווייסט ווי שווער ס'איז צו ווערן אפראווט ביי די עף.די.עי. פאר סיי וואס, ס'קען דויערן יארן ביז עפעס גייט ארויף אויך די מארקעט, מ'דארף זיכער מאכן אז ס'האט נישט די אלע סייד עפפעקטס, אוודאי קען זיין אז נאך די צאל יארן וואס ס'דויערט צו טעסטן, קומט ארויף אז ס'דא עפעס וואס געשעהט שפעטער. די איינציגסטע וועג וויאזוי מ'קען די פארמיידן איז אז א נייער מעדיצין זאל געדויערן 70 יאר ביז ס'ווערט אפראווט, דאס וועט מאכן 1) אז די מעדיצינישער פעלד אין אמעריקע וועט זיין צוריק געבליבן מיט 70 יאר, 2) אז קיינער העכער 15 וועט נישט ווען אויפקומען מיט קיין נייע מעדיצינען. און לאמיר זיך נישט נארן ווער וויל מ'זאל האלטן אין די מעדיצינישער וועלט ווי מ'האט געהאלטן 70 יאר צוריק?
מ'איז אויפגעסיינט אויף די עף.די.עי. אימעיל ליסט, צו באקומען אלע אלערטס, און דאס לערנט מען דורך בעיון רב, און מ'שמועסט א דורך ווי די עף.די.עי. וויל אונז הרג'ענען מיט די אלע סייד עפפעקטס, אבער וואס זיי כאפן נישט איז אז "זיין קראנק האט אויך סייד עפעקטס!!!" די סייד עפעקט איז ״זיין קראנק״ אבער דאס וויל מען נישט וויסן. מ׳וועט ענדערש זיין קראנק ווי איידער נעמען עפעס א מעדיקעישען וואס קען מאכן קראנק. ש׳טייסט אן עסק?
איך זעה ווי איינער רעדט זיך אפ, אז די מאגן ברענט איהם געפערליך, ממש ער האלט עס נישט אויס, גיב איך איהם א זאג, אפשר נעמסטו טאמס? ענפערט ער אזוי, - א חידוש נפלא, הערט אויס - ער האט געזעהן אויף איינע פון די אימעילס פון די עף.די.עי. אז ס'איז דא מאגן מעדיקעישאן'ס וואס קענען פאראורזאכן אין די צוקונפט הארץ פראבלעמען!!
יעצט אזוי, "ס'איז דא" ער געדענקט נישט וואס ווען ווי, ער ווייסט נאר אז ס'איז דא, וואס "קענען" אין די "פיוטשער" שאפן הארץ פראבלעמען, און דעריבער נעמט ער נישט קיין פריקין טאם ווען די מאגן ברענט איהם!
יעצט אזוי, נישט נעמען טאמס (וואס איז פשוט'ע קאלציום ב.ד.וו., אבער קען מען דען טראסטן די רשעים ביי די עף.די.עי.?) און לאזן די מאגן ברענען טוט ברענגען - נישט "קען אפשר ברענגען אין די לאנג טערם" - קענסער אויף די ושט. אבער נעמט נישט קיין טאמס ווייל אין א אימעיל איז געשטאנען אמאל אז ס'קען מאכן א סייד עפעקט, דעריבער לאזט מען זיך קראנק ווערן.

מ'קען זיך ארומדרייען מיט יסורי איוב ממש אז מ'קען נישט גיין - שטיין - עסן - שלאפן, ממש מ'איז נישט קיין מענטש, אבער נעמען טיילענאל? חס מלהזכיר! איר ווילט וויסן פארוואס? "ווייל די דאקטורים געבן פאר יעדע זאך טיילענאל און מ'נעמט עס פאר יעדע פיצי זאך, די באדי ווערט נאכדעם צוגעוואוינט, און נאך און נאך"... און פארדעם ווען מ'דארף עס עכט האבן נעמט מען עס נישט.... איר פארשטייט א לאגיק?

מ'וועט לאזן קינדער זיך מוטשענען מיט יסורים - פיבער - אינפעקציעס - סטרעפט, און נישט געבן "ווייל די דאקטורים געבן צו סאך!"
וואס האסטו מיט די דאקטורים? וואס האט דיין קינד מיט דעם אז גרינפעלד'ס דאקטאר גיבט איהם צו סאך מעדיקעישאן אדער טיילענאל? פארדעם ווען דו מוזט עס האבן קענסטו נישט געבן? וואס האט איינס מיטן צווייטן?

אונטערשטע שורה, מ'דארף זיך (אפשר) נישט לאזן פון די דאקטורים ווי די שאף צו די שחיטה (הגם זיי - די דאקטורים - זענען געזיצן 10 יאר אין מעדיקעל סקול, און די אלע נייע דאקטורים, שעפן זייער נאלעדזש פון ליינען ארטיקלען אויף די אינטערנעט) און מ'דארף אפשר נישט נעמען טיילענאל פאר יעדע נארישקייט, אבער מ'דארף וויסן ווי איין און ווי אויס, ווען א קינד האט הויך פיבער, גיבט מען אביסעלע טיילענאל, ווען איינער האט אן ערנסטן קרענק, אדער אפי' נישט אזא ערנסטער קרענק, אבער עפעס וואס דארף ווערן קעיר גענומען, זייט'זשע מוחל און נעמט איהם צו א דאקטאר.
די פראבלעם איז אז די אלע גייען שוין אביסעלע צו ווייט, ווען ס'וואלט ווען געווען אונטער נארמאלע סיטואציעס, און זיי וואלטן געוואוסט ווי איין און ווי אויס, מילא, אבער אזוי ווי זיי זענען, איז קלאר אינדרויסן פון יעדן קאנטראל...

דיסקלעימער: די אלע מעשיות און אפי' זאכן וואס כ'האב געשריבן נישט בתורת מעשה נאר סתם אריינגעווארפן ארויסצוברענגען א פוינט, זענען אלע עכטע פאסירונגען וואס איך קען די מענטשן ביי וועמען ס'איז געווען, און ס'איז נאך דא אסאך וואס כ'האב אויסגעלאזט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום No_name, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

אנטשולדיגט מר no name.

אבער מרת ווידער זאגט אן אז מ'זאל נישט סטאפן מעדיקעישען. איך האב מורא אז דו ברענגסט מעשיות וואס זענען אזוי אמת אזוי ווי דעס.
No_name
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך No_name »

איך קען נישט מרס ווידער, איך קען אבער אסאך אנדערע געזונטהייט דאקטורים און נוטרישעניסט און מענטשן וואס גלייבן אין די איינרעדענישן. וואס לאזן נישט נעמען קיין מעדיקעישאן פאר וועלכע סיבה ס'זאל נאר זיין..

און אזוי ווי כ'האב געזאגט, איך קען נישט די אלע געשיכטעס פון עס הערן, נאר פון עס צוזעהן פון די נאנט.


צווייטנס, ס'קען זיין אז איינמאל מ'נעמט שוין וועט זי נישט לאזן סטאפן, אבער אנהויבן וועט זי אויך נישט לאזן, - נאכאמאל איך ווייס נישט ווייל פונקט איר קען איך נישט, אבער איך קען אסאך אנדערע...

ווער סווייסט וויאזוי אנטיביאטיק ארבייט פארשטייט אז אויפהערן נעמען אנטיביאטיק אינמיטן איז גאר א שעדליכע זאך, ווייל אנטיביאטיק ארבייט אז ער הויבט אן א קריג מיט די שלעכטע באצילן, און אסאך מאל נאר 4-5 טעג פילט מען שוין טאקע בעסער, אבער דער קריג איז נאכנישט פארטיג ווייל ס'איז נאך דא עפעס פון די נישט גוטע, און אויב הערט מען דאן אויף דאס צו נעמען, וועקן זיי זיך אויף מיט מער אגרעסיע.
פארדעם איז דא אסאך מאל מעדיקעישען וואס דער דאקטאר זאגט אן אז מ'מוז עס נעמען גאנצע 10 טעג אפי' מ'פילט בעסער.

דעריבער קאן זיין אז פארדעם לאזט זי נישט "סטאפן" נעמען מעדיקעישען.
אזוי גאר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 12:39 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך אזוי גאר »

איך בין אינגאנצן צומישט אייגענארטיג רעדט לכאורה פון מרת ווידער באמת רעדט לכאורה אויך פון מרת ווידער אין די קעפל ליינט זיך אויך מרת ווידער סאו איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס די רעדסט no name

אז די ווילסט רעדן פון מרת פילאפף בכבוד גדול אויב די ווייסט קראנט אדרבא. אבער ווען די רעדסט פון מרת ווידער איז די מעשה אינגאנצן אנדערש.
No_name
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך No_name »

די קעפל רעדט פון "מרס ווידער און אנדערע געזונטהייט איינרעדענישן"

מרס ווידער פרעזענדליך קען איך נישט, אבער אנדערע געזונטהייט איינרעדענישן קען איך זייער גוט.
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

אזוי גאר האט געשריבן:איך בין אינגאנצן צומישט אייגענארטיג רעדט לכאורה פון מרת ווידער באמת רעדט לכאורה אויך פון מרת ווידער אין די קעפל ליינט זיך אויך מרת ווידער סאו איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס די רעדסט no name

אז די ווילסט רעדן פון מרת פילאפף בכבוד גדול אויב די ווייסט קראנט אדרבא. אבער ווען די רעדסט פון מרת ווידער איז די מעשה אינגאנצן אנדערש.


עס זענען דא צענדליגע פון די חברה אבער זייער ווייניג דערפון קענען באמת דעי פעלד

יעצט צו דעים משוגענער וואאס מאכט חוזק פון האמיעפעטיק.

איך בין א געהאלפענער פון דעים. א זאך וואס דאקטורים זאגען אז מ'קען נישט אראפ גיין פון מעדיקעישאן קיינמאל אין איך האב גענומען פון דעי גארנישעס ווי ער רופט עס אן אין איך בין א געהאלפענער פון יענעם פראבלעם אזוי ווייט אז מיין דאקטאר זאגט מיר אז איך דארף כסדר צירוק קומען פאר טעסטינג ווייל ער האט נאכנישט געזען די פראבלעם אוועקגיין. אבער ער האט מיך אראפגענומען פון די מעדס אין איך גיי צירוק צוויי מאל א יאר פאר בלוט טעסטס נאר ווייל ער גלייבט נישט.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

וועלכע מחלה רעדסטו?
סמאכט נישט קיין סענס,דו רפואה וואס מרס ווידער ניצט קומט פון טשיינע טויזענט יאר ציריק,האסט געזען איר יונג יענג גרעףכ"ע מודה אז די וועלט פון מדע און רפואה ווערט מער פארגעשריטען דורכאויס די יארן.( פארקערט ווי רחניות).
אבער אז דו זאגסט א פאקט קענען זיך אלע סברות שטעלן אויפן קאפ.
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 659
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

אינטערעסאנט נאר אז וויפיל מ'טרייט צו פראווען האמאפעטי פאלט עס דורך...
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

הציץ ונפגע האט געשריבן:אייגענארטיק זאגט עדות אז אז פלאצעבא ארבעט? מיר ווייסן דאס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
היימישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:26 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך היימישער »

אפאר יאר ציריק איז און מאנסי אוועק א יונגע פרוי וואס האט נעבעך געדארפט אונקומען צו דיאלעסעס ר"ל צו קלינען איר סיסטעם. און א היימישער העלטה פארשטייער האט איר כלאמפיש געדארפט היילען און האט איר נישט געלאזט גיין און ער האט איר געגעבען טראפען מיט גראז און צווייגען און שטרו וכדומה און זי איז נעבעך אוועק איבערלאזען קליינע קינדער, דאס הייסט משיגע

און צום שלוס האט איך געהערט א גיטס, א יונגערמאן וואס זיין ווייב האט אים משיגע געמאכט אז ער מיז רעדן צו מרת ווידער, ער האט געקאלט און זי האט אים געפרעגט אויף געוויסע ווייטעמינען אויב ער האט עס אינדערהיים ער האט געענטפערט יא. האט זי געבעטן ער זאל ער אונכאפען. אויף אפאר ווייטעמינען האט זי געזאגט אז עס נישט גיט פאר אים און אויף אפאר האט זי געזאגט זייער גיט און האט געזאגט וואס און וויפל צו נעמען, האט ער איר געזאגט אז ער האלט א רואט קאקאש קעיק און איך גיי טאקע עס יעצט עסן
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

ער זאל ער אנכאפן?

וואס? ווער? וועם?

און וואסי מיט די קאקאש קעיק?

חסורי מחסרא?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
פארשפארט