ישר כוח ונבנתה העיר פאר די גאר אינטערעסאנטע אינפארמאציע וועלכע דו ברענגסט. אויב איז שייך מער מאריך צו זיין לגבי די ראיות אז ידי זרים שלטו אינעם משנ"ב. עס וואלט אויך געווען אינטערעסאנט צו זען וויאזוי די ספרים אויפן משנ"ב (א שטייגער ווי די מתיבתא'ס ביאור וכדו') ספראווען זיך מיט וואס דו רופסט אן "גראבע נארישקייטן".
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
דער בעל דף היומי האט גע'גנב'עט גאנצע מסכתות פון בבלי. ובאמת טרעפען מיר נאך פיהל פריער, אז דוד המלך ע"ה האט פשוט איבערגעשריבען ווארט ביי ווארט גאנצע שטיקער פונעם סידור.
אל תאמר קבלו דעתי - איך שרייב בלויז הנלע"ד והרוצה לחלוק יבוא ויחלוק.
די חתם סופר האט געזאגט צו זיינע תלמידים בעפאר זיי זענען אהיימגעפארן פון ישיבה "ענק מעגן נאכזאגען מיינע חידושים און ענקער נאמען אבער ענק זאלן נישט זאגען ענקערע חידושים און מיין נאמען"
די משנה אין אבות זאגט : אם למד תורה לשמה .. זכה לדברים הרבה .. ומלכתו נעשה על ידי אחרים... איז דא א ווארט בדרך צחות אז אויב מען לערנט תורה לשמה זאגען אנדערע נאך די אייגענע תורות אין זיין נאמען.(א בחינה דאס וואס די עולם זאגט ווערטליך אינעם נאמען פון יארמער רב זז"ג
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
ונבנתה העיר האט געשריבן:ווען ער ברענגט א שיטה אדער א טעם וביאור וכדומה, איז נאך א האלבע צרה, אבער אנהייבן מיט ואבאר קצת און ענדיגן מיט זהו 'תמצית' דברי האחרונים, ווען דער גאנצער לאנגער שטיקל אינדערמיט איז אות באות פון שו"ע הרב, שמעקט - שיין געזאגט - פון א פארביסענער מתנגד.
איך ווינדער זיך צו עטץ האטס אדורך געלערנט די שטיקלעך דארט, מיך קוקט אויס אז דער מש״ב האט זיכער דורך געלערנט די מקור פון ווי דער תניא האט עס גענומען , דער חזקוני אין די שו״ת משאת בנימין, מג״א און די מחצת השקל, אן דעם וואס דער תניא זאל עם זאגען די מראה מקומות (ווייל דארט איז נישטא קיין מ״מ אין די תניא) יעצט ווייטער, איך האב דורך געלערנט ביידע שטיקלעך סאיז נישט ממש ווארט ביי ווארט ווי ונבנתה טענהט, חוץ מזה ברענגט די מש״ב דעות חולקים וואס דער תניא ברענגט בכלל נישט אראפ , נאר וואס ער האט מסתםתאויך געזען וואס די תניא שרייבט האט ער אביסעל גענוצט זיין לשון יעצט איז מיין שאלה האט דער מש״ב בכלל געהאט א תניא אין שאנק? איז דאס די איינציגסטע מאל וואס ער ניצט זיין לשון?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
ווען די משנ״ב זאל ברענגען א שטיקעל מחצהש״ק א דערנאך אנדערע דעות האסטו א פראבלעם? למעשה ברענגט ער דא נאך א שיטה וואס דער תניא ברענגט נישט , סא וואס איז שלעכט אז ער ברענגט אראפ שטיקקלעך פון די תניא ? און אזוי איך האב פריער געזאגט ער האט יא אדורך געלערנט אלע מפרשים אן דעם וואס דער תניא זאל עם געבן די מקור ... אז די וועסט אדורך לערנען די ענין דארט וועסטו זען אז דער תניא אליינס ברענגט פון אנדערע מפרשים ממש כלשונם... איך מיין אז די דארפסט גיין צו זיין קבר מיט מנין עם בעטן מחילה, אשפ״ג.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
ועוד, איז דען נישט דער בעל התניא זצ"ל דער גרעסטער ברענגער פון אנדערע ספרים מבלי להזכיר שמותם. דאס איז זיין דרך גווען פון שרייבן זיין ספר. אזוי ווי דער מחבר האט גטוהן כמעט איבעראל. סא, דער משנ"ב טוט אויך ווי טייל מפרשי השו"ע טוהען - ער ברענגט בשם אחרונים, כדי נישט צי ווערן פארנומען מיט נעמען פון שיטות נאר זיך קאנציטרירן אויף די עיקר זאך אליינס.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
כ'האב דעם שבת אין שול געזען אין א קובץ (כ'געדענק נישט די נאמען) אן אינטערעסאנטן זאך, אז אין ספר בנין שלום אויף הל' שבת איז דא אין סימן ש"ח א שטיקל איבער דעם דעת פון בעל הדברי יואל זי"ע אנטקעגן פארן מיט ביציקלעך און שפילן מיט טאבעס (באל בלע"ז). דער שרייבער אין יענעם קובץ שרייבט אז די גאנצע שטיקל ווארט ביי ווארט איז גע'גנב'ט פון דעם בוך "רצון צדיק" וואו עס ווערט באשריבן די היסטאריע פונעם גרינדונג פון קרית יואל. דער שרייבער שרייבט נישט אפן און גראב אז ס'איז גע'גנב'ט נאר אז דער בעמ"ח בנין שלם "שכח לציין שלקח את כל הקטע מספר רצון צדיק"...
איך ווייס נישט צו עס גייט אריין אין גדר פון פאלגיאריזם אדער ענדערשט איז עס בבחינת שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד. אין מאור ושמש (רמזים לז׳ של פסח) ברענגט ער א שיין ווארט וז״ל; ״ושמעתי בשם הרב הקדוש המנוח דקהלת קודש ניקלשבורג ז״ל, על המדרש בקשו מלאכי השרת לומר שירה, אמר להם הקב״ה, מעשי ידי טבעו בים, ואתם אומרים שירה, דהיינו שמלאכי השרת בקשו לומר שירה כדי שישמעו מצרים נעימות הקול שלהם ויצאו נשמתם, כמו שהיה בסנחריב וחיילותיו ששמעו שירה ממלאכי השרת ויצאו נשמתן, אמר הקב״ה מעשי ידי טובעים בים, כלומר שהמצריים טבעו את מעשי ידי שהם ישראל בים, דהיינו שהשליכו אותם ליאור, וצריך אני להיפרע מהם מדה כנגד מדה שיטבעו בים, עכ״ל״. אינטערעסנט איז אז אין חנוכת התורה ווערט געברענגט אקארט דעם זעלבן ווארט, ווי ערווענט קען זיין אז עס איז פשוט איינגעפאלן פאר ביידע דעם זעלבן ווארט. אויפן צד אז עס איז יא פאלגיאריזם איז ביי מיר אלטס חסיד פשוט אז דאס ווארט איז ר׳ שמעלק׳ס, איי ר׳ העשיל האט דאך געלעבט אסאך פאר דעם? א גוטע קשיא וצ״ע, אבער מיין מיינונג טוישט זיך נאכאלטס נישט. (אין חתם סופר ברענגט ער אויך דעם ווארט בשם חכם אחד, און הרב שטערן וואס האט געמאכט די הגהות האט אויך פארשטאנען מיט א פשטות אז דאס ווארט איז ר׳ שמעלק׳ס ווי ער צייכנט דארט צו צום מאור ושמש).
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
דער חנוכת התורה איז א ליקוט פון די תורות פון רבי העשיל מקראקא, עס איז נישט נתחבר געווארן דורך אים, און עס איז פארשטענדליך אז דער ווארט איז געווארן נאכגעזאגט אין נאמען פון רבי העשיל, אזוי ווי אסאך גוטע ווערטער וואס ווערן נאכגעזאגט פון מערערע גדולים, האט עס דער מחבר אריינגעלייגט. אגב, דער זעלבער ווארט ווערט אויך געברענגט אין ספר מדרש יהונתן מאמר צ"ד בשם רבי טיאה ווייל, א זון פון קרבן נתנאל און א תלמיד פון רבי יהונתן אייבשיץ.
[לחומר הענין מוז איך צולייגן אז א ת"ח האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט אסאך ראיות אז ידי זרים האבן שולט געווען אינעם מ"ב].
ונבנתה: ייש"כ. איך האב שוין באמערקט אט די מאדנע פליאה ווייל אין ביהמ"ד קוק איך אפט אריין סיי אין משנה ברורה-באר היטב, און סיי אין שולחן ערוך הרב. ס'דא נאך פלעצער וואו ס'דא א שטארקע ענליכקייט, כמעט ככתבו וכלשונו. נאר דער בעל משנה ברורה, ברענגט אין שער הציון כמעט איבעראל צו חידושים בשם הגר"ז. און אינז ווייסן וועים ער מיינט. דעם בעל התניא..!