קאפיטאליזם ווס. סאציאליזם - מיט א ראיה פון תורה
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

עס ווארפט זיך ארום ווערטער דא אין שטיבל, און יעדער טייטשט יעדעס ווארט לויט זיין הנחות קדומות. דעריבער וויל איך דא אוועק שטעלן די יסודות אויף וואס די מיינונגס פארשידענהייט איז געבויט.
דער וועלט פון מסחר מוז באשטיין פון זאכן צו פארקויפן. למשל די פרוכט וואס מ'פארקויפט אין מארק, ווי אויף די קאמפיוטער וואס מ'פארקויפט אנליין און די קלייד וואס מ'קויפט אין א געשעפט, אלע פון זיי זענען געמאכט געווארען דורך א מענטש. דאס הייסט מ'האט גענומען רויע מאטיריאל און דערפון האט איינער א מענטש זיך באזעצט עפעס מאכען דערפון.
ווען מ'קוקט אן די ענדגילטיגע פראדוקט, איז עס אויסגעמישט מיט די רויע מאטיריאל און די ארבעט וואס מ'האט אריין געלייגט דערין. שטעלט זיך יעצט די שאלה, פאר וועמן באלאנגט די פראדוקט? ווען נישט די רויע מאטיריאל, וואלט גארנישט דערפון געווארען, אבער ווען נישט דער ארבעטארער וואלט אויך גארנישט דערפון געווארען. היכי לידייניה להאי דינא?
דאס איז א מארלישע פילאזאפישע שאלה, אזוי ווי די גאנצע מושג פון בעלות. געבויט איז עס אויף אן איסור גניבה וגזילה וואס איז אויך א מארלישע פילאזאפישע פארבאט. ממילא קומט נישט אריין די מאכט פון די צד אדער יענער. יא, דער מעכטיגער וועט מעגליך געווינען די מלחמה, אבער פון מאכט ווערט נישט קיין רעכט. ווער איז גערעכט אין די שאלה?
די קאפיטאליסטישע שיטה איז אז דער בעל הקאפיטאל איז אייביג דער בעלעבאס. ער דארף אפצאלען די ארבעט פון די ארבעטארער, לויט וויפיל ער דארף, און דערנאך איז ער דער בעלעבאס. דער סאציאליסט זאגט אז דער עיקר איז דער ארבעטארער און די ארבעט וואס ער האט אריין געלייגט. ער דארף אפצאלען דער בעלעבאס פאר זיין רויע מאטיראל און דערנאך איז אלסדינג זיינס.
פארשטייט זיך אז דאס איז גאר סימפליסטיש, און למעשה זענען זיי ביידע שותפים, אינהו ברגלוהי ואינהו במעוהי, אבער אין די שותפות קען מען אויך קלערן ווער דארף זיין דער עיקר און ווער דער טפל.
קיין ראיות קען מען דאך נישט ברענגן אין א פילאזאפישע שאלה, נאר סברות. אבער אונז אידען האבען דאך א קוואל פון מאראלען פון וואנעט מיר קענען יא ציען א ליניע צו אונזער לעבן. דער תורה דערציילט אונז א מעשה וועגן א מאדנע לאנד מצרים. דארט איז באשטאנען א מציאות וואס אנדערע לענדער האבען נישט געהאט און זיי האבען נישט היינט. די גאנצע לאנד האט נישט באלאנגט פאר די בירגער און איינוואוינער, עס האט באלאנגט צו די מלוכה. זיי האבען עס איבערגעגעבען פאר יוסף'ן כדי צו קויפען תבואה פאר זייער משפחות. דערנאך זענען זיי געווארען די ארבעטארערס אין דער לאנד. דאס הייסט די קאפיטאל האט באלאנגט פאר דער רעגירונג און די ארבעט איז געקומען פון די פויערים. זאגט אונז די תורה וויאזוי זיי האבען צוטיילט די פירות פון די לאנד. וְהָיָה֙ בַּתְּבוּאֹ֔ת וּנְתַתֶּ֥ם חֲמִישִׁ֖ית לְפַרְעֹ֑ה וְאַרְבַּ֣ע הַיָּדֹ֡ת יִהְיֶ֣ה לָכֶם֩ לְזֶ֨רַע הַשָּׂדֶ֧ה וּֽלְאָכְלְכֶ֛ם וְלַאֲשֶׁ֥ר בְּבָתֵּיכֶ֖ם וְלֶאֱכֹ֥ל לְטַפְּכֶֽם: א פיפטעל האט גענומען דער בעל הקאפיטאל און פיר פיפטלעך האבען גענומען די ארבעטארערס.
אוודאי דארף מען אריין נעמן אין חשבון וואס קען זיך ווירקליך אויספירען, מ'קען נישט מקריב זיין די מציאות פאר די שיטה. און דעריבער דארף מען קוקען אויף וואס ארבעט און וואס מ'דארף ענדערן פאר די ספעציפישע אומשטנדן ווי מ'שטייט. ווען אבער מ'וויל רעדן פון די מאראל, האט דער תורה לכאורה געלאזט וויסען איר מיינונג.
(מ'זאל זיך נישט אויסמישען מיט קאמיוניזם, וואס דאס באדייט א פאראייניגטע בעלות אויף אלסדינג אין לאנד, און מ'צוטיילט פאר יעדער איינער לויט זיין נויט. דאס איז אן אנדערע מיינונג, און וויבאלד עס איז לכאורה אוממעגליך אויסצופירען, כאפט זיך נישט קיין נ"מ לגבי די שיטה זעלבסט. סאציאליזם איז יא מעגליך, און עס האט אסאך מעגליכקייטען און דארף נישט זיין גענצליך עקסטרעם, דעריבער דארף מען אויסשמועסן די פרטים דערפון)
פון דעם קען זיך בויען א שיטה אז די ארבעטארער זאלען ווערן די בעלעבתים אויף די קאפיטאל ועוד ועוד, אבער די יסודות זענען אזוי.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט: די ראיה פון די תורה וואס דו ברענגסט. און אפילו די טעקס עקזעמפשאן פאר נאן פראפיטס, נעמט זיך פון דעם פאקט וואס יוסף הצדיק האט עס איינגעפיהרט. אין די אגריקולטור פונ'ם לאנד אלס צורך השעה. ווייל די עקאנאמיע האט באנקראטירט. אבער דאס איז נאר איין חלק פון די עקאנאמיע. וואס טוטציך מיט די אינדוסטרי פונ'ם לאנד מצרים פון יענע יארן. צו איז דאס אויך נאציאנאליזירט געווארן...?! ווייל דער גרויסער וועלט'ס רוצח און רשע, סטאלין, ימ"ש. ווען ער האט געוואלט איינפיהרן דאס קאמוניזם אין זיין לאנד. האט ער צוערשט נאציאנאליזירט אלע גרויסע פאבריקן און טשעין סטארס. צו דעם עקסטענט וואס זיי האבן עקזיסטירט. דארט האט ער גרינג מצליח געווען. אבער מיט די אגריקולטור. די פארמס. וועלכע האבן ארויסגעגעבן זייער א גוטע פראדוקציע פון א סאך תבואה און פרוכט. דאס האט באלאנגט פאר די פארמערס אליין. און זיי האבן געשטעלט א שטארקן ווידערשטאנד. ער האט זיי געגעבן לכאורה א שטארקן (פון זיין שטאנדפונקט) אינסענטיוו. ווען ער האט געוואלט בויען די גרויסע, קאלעקטיווע פארמס. ווייל ער האט געטענה'ט אז אויסער וואס דאס באלאנגט פאר פריוואטע בעלי בתים. וואס איז לשיטתו ראנג. נאר אויך איבער דעם פאקט וואס ער האט געטענה'ט אז מ'קען שטארק פארבעסערן די פראדוקציע פון תבואה ווען מ'ארבעט אויף קאלעקטיווע (בשותפות'דיגע) פארמס. מיט מאדערנע מאשינען. האט ער זיי געזאגט אז ער וועט איבערלאזן 15% פון די פראדוקציע פאר זיי. אבער זיי האבן זיך געעקשנ'ט. און נישט געוואלט נאכגעבן...!
המשך יבוא, אי"ה.
המשך יבוא, אי"ה.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
לאמיר אריינקוקן אין די תורה, און לאמיר זען וואס מיר האבן דא:
חלוקת הארץ = ליבערטעריעניזם.
כופין על הצדקות = סאצאליזם.
מלך פורץ גדר/מורד במלכות חייב מיתה = מאנארכיזם.
נעם דאס אלעס צוזאמען און אונז האבן א נייע שיטה - פראקטישיזם - מלשון פראקטיש. תן לחכם ויחכם עוד.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: קאפיטאליזם ווס. סאציאליזם - מיט א ראיה פון תורה
הגם אז עס איז היינט א מהלך פון דער רעכטע לאגער, עס איז נישט בחפצא אזוי. עס איז פונקט אזוי געווארען. איך מיין דאס וואס רביה"ק טוט, ליינען דער קעפל און איגנארירען די פרטים און אינהאלט.
דאס איז נאכאלס עטוואס בעסער ווי דער מהלך פון פארדרייען די אשכול צו מעשיות פון קאמיוניזם, וואס האט גארנישט מיט דער טעמע
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאס איז נאכאלס עטוואס בעסער ווי דער מהלך פון פארדרייען די אשכול צו מעשיות פון קאמיוניזם, וואס האט גארנישט מיט דער טעמע
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אודה ולא אבוש, כ'בין באמת נישט גענוג קלוג אויפצוכאפן די אלע פרטים, ס'גייט מיר פשוט נישט אריין אין קאפ, די מינוט וואס דו האסט אנגעפאנגען צו רעדן פן די הגדרה פון בעלות האסטו מיר שוין פארלוירן. כ'האב נאר געזען אז מ'זוכט דא ראיות פון די תורה, האב איך געברענגט אפאר אז די גרויסע קעפ דא זאלן דן זיין אין דעם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הגם אז עס איז היינט א מהלך פון דער רעכטע לאגער, עס איז נישט בחפצא אזוי. עס איז פונקט אזוי געווארען. איך מיין דאס וואס רביה"ק טוט, ליינען דער קעפל און איגנארירען די פרטים און אינהאלט.
דאס איז נאכאלס עטוואס בעסער ווי דער מהלך פון פארדרייען די אשכול צו מעשיות פון קאמיוניזם, וואס האט גארנישט מיט דער טעמע
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ס'האט יא מיט דער טעמע. ווייל דו האסט נאכנישט געהערט די מסקנא. ס'איז דא פאפולאר ווערטל. פאר וועם מ'קען נישט ווייזן א האלבע ארבעט. האב א ביסל געדולד. און ווארט פאר די מסקנא. אז נישט מוזסטו נישט אויסווארטן. דו קענסט דערווייל אריבערפארן קיין פלארידא...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
המשך פון פריער: דער רשע אכזר און מאסן מערדער סטאלין, ימ"ש האט דאמאלס מיט געוואלד ארויפגעצוואונגען דאס סאציאליזירן פון די אגריקולטור. אויסהרג'נענדיג אין פראצעס ארום 5 מיליאן פויערן...! נאר די פרטים וועללן מיר איבערלאזן פאר א צווייט מאל. ווייל ס'זענען דא געוויסע אידן וועלכע האבן נישט קיין געדולד... והנה. אפילו אין יענע צייטן זענען אויך געווען סאציאליסטן. וועלכע האבן געוואלט אנפיהרן א מער מעסיגן. און נישט אזא בלוטיגן איבערגאנג פון די עקאנאמיע. ווייל די סאציאליסטישע שיטה איז זייער ענליך צו די קאמוניסטישע. נאר זיי האבן געוואלט מאכן דעם טויש. און אויך קאנפיסקירן אלע פארמעגנס פאר די רעגירונג. נאר מער בהדרגה. מיט דעם איז סטאלין, ימ"ש געווען אן אפיקורס. ווייל זיין רבי. דער מייסד און אויספיהרער פון די קאמוניסטישע סיסטעם וולאדימיר לענין האט אויכעט געוואלט א מער מעסיגן איבערגאנג צו קאמוניזם...נישט מיט אזויפיהל רציחה און בלוט פארגיסונג... און דאס היינטיגע סאציאל דעמאקראטישע סיסטעם פון וואס שבת אחים איז אזא פארברענטער חסיד. גייט אויף אן אנדערן מהלך. זיי לאזן צו אז די גרויסע פאבריקאנטן און טשעין סטארס, ווי אייקיע, למשל זאללן זיין די בעלי בתים אויף זייער פארמעגן. נאר זיי ציען ארויף אלערליי שטייערן אויף גאר הויכע פראצענטן. כדי אויסצוהאלטן די אלע סאציאלע פראגראמען וואס זיי האבן...!
לענין וועגן די קעפל פונ'ם אשכול. ווען די תורה דערמאנט אז יוסף האט איינגעפיהרט דעם סאציאליסטישן סיסטעם. מיט א 20% שטייער ראטע. איז דאס נישט קיין הוראה. דער פסוק פארציילט נאר וואס יוסף הצדיק האט געטון. אלס צורך השעה. כדי צו ראטעווען די באפעלקערונג פון מצרים פון הונגער...!
לענין וועגן די קעפל פונ'ם אשכול. ווען די תורה דערמאנט אז יוסף האט איינגעפיהרט דעם סאציאליסטישן סיסטעם. מיט א 20% שטייער ראטע. איז דאס נישט קיין הוראה. דער פסוק פארציילט נאר וואס יוסף הצדיק האט געטון. אלס צורך השעה. כדי צו ראטעווען די באפעלקערונג פון מצרים פון הונגער...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: קאפיטאליזם ווס. סאציאליזם - מיט א ראיה פון תורה
האסט טאקע נישט פארשטאנען. 20% איז נישט געווען קיין שטייער, נאר וטאס עס קומט זיך אים עפ"י דין, ווייל די לאנד האט באלאנגט צו אים.
סאציאליזם איז נישט קיין פארוואסערטע קאמיוניזם, עס איז גענצליך אנדערש. נאר ביידע צילען צו העלפען די מאכטלאזע ארבעטארערס. די שיטה איז אבער נישט די זעלבע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
סאציאליזם איז נישט קיין פארוואסערטע קאמיוניזם, עס איז גענצליך אנדערש. נאר ביידע צילען צו העלפען די מאכטלאזע ארבעטארערס. די שיטה איז אבער נישט די זעלבע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: קאפיטאליזם ווס. סאציאליזם - מיט א ראיה פון תורה
האסט טאקע נישט פארשטאנען. 20% איז נישט געווען קיין שטייער, נאר וטאס עס קומט זיך אים עפ"י דין, ווייל די לאנד האט באלאנגט צו אים.
סאציאליזם איז נישט קיין פארוואסערטע קאמיוניזם, עס איז גענצליך אנדערש. נאר ביידע צילען צו העלפען די מאכטלאזע ארבעטארערס. די שיטה איז אבער נישט די זעלבע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
סאציאליזם איז נישט קיין פארוואסערטע קאמיוניזם, עס איז גענצליך אנדערש. נאר ביידע צילען צו העלפען די מאכטלאזע ארבעטארערס. די שיטה איז אבער נישט די זעלבע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
אלס א הנחה קדומה איידער מען קומט צו צו סיי וואספארא פארם אויף רעכטן פארן ארבייטער, מוז קודם זיין א הסכמה אז שקלאפעריי איז אקעגן די פאנדומענטאלע רעכטן פון מענטשהייט. אלע טענות אויף קאפיטאליזם איז דאך געבויט אויף להרחיק האדם מן העבדות, אויב איז מען נישט מסכים אז עבדות איז א פראבלעם, הייבט זיך נישט אן קיין שום טענה קעגן קאפיטעליזם.
לעניננו א תורה וואס אינדארסירט שקלאפעריי בשופי, איז אודאי ביסוד קאפיטאליסטיש און האלט נישט פון קיין שום רעכטן וואס זאל באלאנגען צום ארבייטער.
לעניננו א תורה וואס אינדארסירט שקלאפעריי בשופי, איז אודאי ביסוד קאפיטאליסטיש און האלט נישט פון קיין שום רעכטן וואס זאל באלאנגען צום ארבייטער.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
די שאלה איז נאר, וואס מיינט פרייהייט? די אלטמאדישע פירוש פון פרייהייט איז געווען "די מעגליכקייט פון א מענטש צו קענען אויסנוצן זיין גאנצע פאטענציאל". הה"ד: אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה.
די מאדערנע פירוש פון פרייהייט איז "די מעגליכקייט פון א מענטש צו קענען טון וואס ער וויל". והדברים עתיקין.
די מאדערנע פירוש פון פרייהייט איז "די מעגליכקייט פון א מענטש צו קענען טון וואס ער וויל". והדברים עתיקין.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: קאפיטאליזם ווס. סאציאליזם - מיט א ראיה פון תורה
וואס האט שקלאפעריי מיט גנבנ׳ן? דער ארבעטארער האט פארדינט זיין חלק אין דער פראדוקט? איזה עס דען א שאלה אז גנבנ׳ן איז אומריכטיג? אפילו ווען מ׳קען פארמאגן קנעכט, איז דער ארבעטארער וואס איז נישט קיין קנעכט א בעלעבאס אויף זיין ארבעט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:האסט טאקע נישט פארשטאנען. 20% איז נישט געווען קיין שטייער, נאר וטאס עס קומט זיך אים עפ"י דין, ווייל די לאנד האט באלאנגט צו אים.
סאציאליזם איז נישט קיין פארוואסערטע קאמיוניזם, עס איז גענצליך אנדערש. נאר ביידע צילען צו העלפען די מאכטלאזע ארבעטארערס. די שיטה איז אבער נישט די זעלבע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ס'איז נישט קיין חילוק ווער ס'האט דעם..."טייטל"... צו די פראפערטי. פאקטיש די פויערן אין מצרים (נישט אין מארמאראש)זענען געבליבן וואוינען אין זייער הויז. און זיי האבן גענומען 80% פון די פראדוקציע פון תבואה פאר זיך...! צי ס'הייסט א שטייער אדער א באצאלונג איז גאנץ א קליינער נפקא מינה...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס האט שקלאפעריי מיט גנבנ׳ן? דער ארבעטארער האט פארדינט זיין חלק אין דער פראדוקט? איזה עס דען א שאלה אז גנבנ׳ן איז אומריכטיג? אפילו ווען מ׳קען פארמאגן קנעכט, איז דער ארבעטארער וואס איז נישט קיין קנעכט א בעלעבאס אויף זיין ארבעט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ובכן? וואס ווילט איר ארויסברענגען?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די שאלה איז נאר, וואס מיינט פרייהייט? די אלטמאדישע פירוש פון פרייהייט איז געווען "די מעגליכקייט פון א מענטש צו קענען אויסנוצן זיין גאנצע פאטענציאל". הה"ד: אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה.
די מאדערנע פירוש פון פרייהייט איז "די מעגליכקייט פון א מענטש צו קענען טון וואס ער וויל". והדברים עתיקין.
די משיג פון פרייהייט אלס א כלליות'דיגע רעכט פאר מענטשהייט איז גענצליך א נייע און האט בכלל נישט עקזיסטירט אמאליגע צייטן. מענטשן איז ניטאמאל בייגעפאלל אין חלום אז ער האט עפעס פאטענציאל, א שקלאף איז געבליבן א שקלאף א אדלמאן א אדלמאן, און זייערע פאטענציאלן האבן זיך קיינמאל נישט אנגעטראפן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמערל: אט פאר דעם זענען דאך פארגעקומען די רעוואלוציעס אין רוסלאנד. ס'זענען געווען מערערע. אין פארלויף פון 30 יאר. נאר די גאר לעצטע זענען געווען קערענסקי'ס רעוואלוציע. וועלכע האט געוואלט איינפיהרן א סאציאל דעמאקראטישן סיסטעם. זיי האבן פאקטיש אראפגעווארפן דעם צאר. נישט די קאמוניסטן. און לענינ'ס רעוואלוציע. וועלכע האבן באזייטיגט קערענסקי. און געפיהרט מלחמה מיט די..."ווייסע".. די צאריסטן. וועלכע האבן געוואלט צוריקברענגען דעם צאר צו די מאכט. און זיי זענען אויך געווען גרויסע אנטיסעמיטן...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: קאפיטאליזם ווס. סאציאליזם - מיט א ראיה פון תורה
שמערל, האסט געזאגט ׳אלע׳ טענות אויף קאפיטאליזם זענען געבויט אויף בלאה בלאה בלאה, און זיך נישט וויסענדיג געמאכט אז מיין טענה האט גארנישט צוטון מיט דיין רייד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
לאמיר נאכאמאל פראבירן די שמועס אויף א נארמאלערע אופן.
איך האב געלערנט אביסל גמרא מגילה אום שבת, אין די צווייטע פרק פון מגילה. דארט איז דא א סוגיא פון די סדר פון שמונה עשרה, פארוואס יעדער ברכה איז אין איהר פלאץ. זאגט די גמרא, מה ראו לומר ברכת השנים בתשיעית אמר רבי אלכסנדרי כנגד מפקיעי שערים דכתיב שבור זרוע רשע ודוד כי אמרה בתשיעית אמרה. אין קאפיטל י' אין תהלים (וואס איז די ניינטע קאפיטעל אויפ'ן אמת, עי' רש"י) שטייט אזוי, בְּגַאֲוַת רָשָׁע יִדְלַק עָנִי יִתָּפְשׂוּ בִּמְזִמּוֹת זוּ חָשָׁבוּ: כִּי הִלֵּל רָשָׁע עַל תַּאֲוַת נַפְשׁוֹ וּבֹצֵעַ בֵּרֵךְ נִאֵץ ה':.... שְׁבֹר זְרוֹעַ רָשָׁע וָרָע תִּדְרוֹשׁ רִשְׁעוֹ בַל תִּמְצָא. דער רשע וואס האט פלענער פאר זיין תאוות, וואס נוצט בצע פאר זיין ברכות און דרייט זיך אן א גאט, איז דער וואס אויף איהם דאווענען מיר שבר זרוע רשע, דער אויבישטער זאל צוברעכן די הענט פון דער רשע. זאגט אונז רש"י דא אין מגילה שבור זרוע רשע - אלו המייקרין את התבואה ומפקיעין את השער, וממאי דבמפקיעי שערים כתיב דכתיב בההיא פרשתא יארב במסתר כאריה בסוכו יארוב לחטוף עני וכי הליסטים אורב את העני והלא את העשיר הוא אורב אלא במפקיעי שערים הכתוב מדבר, שרוב דעתם לעניים הוא, וקא בעי דוד רחמי עלה דמילתא שבור זרוע רשע ותן שובע בעולם, ובכך זרועו שבור, ורע תדרוש רשעו בל תמצא, וזה שהיה בדעתו להיות רשע, כשתדרוש רשעו לא תמצא עולה שלא הספיק לעשותה:
שטייט דא אז דער ענין פון ברך עלינו, וואס מיר דאווענען פאר פרנסה, איז אז עס זאל שוין נישט זיין די מייקרי השערים. וואס איז א מייקר את השער? א מענטש וואס קויפט איין אלע תבואות וואס איז פארהאנען אין שטאט, אדער די רוב דערפון, און דערנאך קען ער בעטן וועלכע פרייז דער עולם איז גרייט צו באצאלען דערפאר. (און ער מאכט ריזיגע געלט, און דערנאך גיבט ער נאך צום דיננער און ער בארימט זיך מיט זיין געוואלדיגע ברייטהארציגקייט.) יא, דער וואס קויפט בניינים פאר ביליג, און דערנאך ווען די פרייז שטייגט צוליעב א מאנגאל אין אוועילעבל הייזער, נעמט ער ריזיגע פרייזען פאר די רענט, איז איינער פון די חברה. איי, וועסטו פרעגן, דאס איז דאך יעצט די פרייז?ווען ער האט געקויפט די הויז, האט ער נאר געקענט בעטן א זיבען הונדרעט דאללאר א חודש פאר א דירה און נאך געקענט פארדינען דערפון העכער זיין מארטגאדזש, אבער יעצט איז דאך דא א מאנגאל, פארוואס זאל ער בעטן ווייניגער? אקעי, א גוטע קשיא. דער גמרא זאגט אונז אז דאס איז נישט קיין סברא. דאס אליינס אז אלס איז געוואנדען אויף וואס ער קען בעטן, אויך וואס ער האט די כח צו בעטן, איז די ערשטע גרייז. דאס אז ער האט די כח, מאכט עס נישט גערעכט. און דאס שטייט אין די גאנצע קאפיטל, אז נוצען א כח וואס דו האסט צו ווערן רייך, און יענער ליידט דערפון, איז גאר א רשעות אויף וואס מיר דאווענען 'שבר זרוע רשע'. דער צדיק וואס נעמט די מאקסימום פרייז ווייל ער קען, איז גאר דער רשע פון די פסוק.
שטייט דען נישט דא עפעס שלעכט אויף די קאפיטאליסטישע סיסטעם, וואס זאגט אז מ'מעג נעמן וויפיל מ'קען?
אויף דעם זאגט דער כלומרש'ט מאכטלאזע מענטש, ה' מֶלֶךְ עוֹלָם וָעֶד אָבְדוּ גוֹיִם מֵאַרְצוֹ: תַּאֲוַת עֲנָוִים שָׁמַעְתָּ ה' תָּכִין לִבָּם תַּקְשִׁיב אָזְנֶךָ: לִשְׁפֹּט יָתוֹם וָדָךְ בַּל יוֹסִיף עוֹד לַעֲרֹץ אֱנוֹשׁ מִן הָאָרֶץ: מיר בעטן זיך ביים אויבישטער אז ער זאל איינזען די ווייטאג פון די וואס קענען נישט קאנטראלירען די פרייזען, און ער זאל ווייזען באמת מי בראש.
דער תפלה איז נישט אז מ'זאל מצליח זיין צו ווערן רייך און מאכען א געלונגענע דיעל, נאר אז די ביזנעס ארום אונז זאל בליען אויף אן אופן אז יעדער זאל קענען עסן, לעבן און ענדיגען די חודש. די אלע פרואווען צו הייבען די פרייז פון א חפץ, צו כאפען די גאנצע מארק, צו מאכען נאך מער געלט לויט די אומשטענדן, זאלען נישט געלונגען ושבענו מטובך וברך שנתינו כשנים הטובות, ווען יעדער האט געהאט כברכת ה' צום זעט און נישט אויף יענעמ'ס חשבון.