צפור בודד האט געשריבן:ווייל ס'איז קאמפעטישן אויף א פארנעם וואס זיי זענען נישט צוגעוואוינט. וועם אינטערסירט א מלווה מלכא, א יארצייט סעודה, א שטייעדיגע תורה אז אלע מטעמים פון דער וועב זענען אין דער קעשענע?הקטן האט געשריבן:צפור בודד האט געשריבן: די אונטערשטע שורה איז אז ער טוט עס ווייל ער קען
אמת! וואס איז אבער די מאטיוו?
וואס גייט אים אן אויב די האסט אויף דיין פאן א פילטער אדער נישט?
איז נישט גרינגער קיקן די אנדערע זייט.
עגען, איך גיי נישט אריין וואו עפעקטיוו דאס איז.
ער האט שטענדיג געכאפט מאדערנקייטן ווי הוק אפס, קאסעטן, סקרינינגס, מעגל סגור, מראות הקודש ועוד וואס אין אלעס האט עס בעסער ערמעגליכט פאר אים אנצוקומען צום עולם. מיטאמאל איז אנגעקומען א כלי וואס לאזט אויך דעם עולם צוריקרעדן און וואו דער עולם קען זיך אויך אומקוקן וואס ס'איז דא ערגעץ אנדערש.
און דאס איז א סכנה קיומית.
מאכט סענס, ס'איז זיכער איין וועג וואו אזוי מענטשען וואס קענען נישט ליינען יענעמס מחשבה, קענען תולה זיין
איז אבער אויך מעגליך, די סיבה פאר וואס ער טוט דאס איז ווייל ער פילט א טיפער סענס פין אחריות אויף זיין עולם?