גדליה האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:בכל תפוצות ישראל היו ויהיו תקנות. אינני רואה שום חילוק בין זה לשאר תקנות הקהילות. האם בסטמר נותנין להיקבר בקרית יואל לכל אדם? גם בהרבה מקומות אין נותנין מי שלא טבל לקריו לעבור לפני התיבה, וכן מי שמגלח זקנו או אינו לובש בגד עליון או חגורה אין נותנין לעבור לפני התיבה בכמה מקומות. וכן אין נותנין לאלו שנשותיהם מנהיגים רכב לשלוח למוסדותיהם.
א שליח ציבור האט גאנץ אנדערע תקנות, קוק אריין אין שו"ע, ס'מוז זיין א מרוצה לקהל און א ת"ח וכו'. ער רעפרעזענטירט דאך די קהל.
די סאטמארע רשעות פון נישט באגראבען אין ביה"ח וועמען זיי געפעלט נישט איז טאקע א רשעות שאין כמוהו, אבער כ'האב געמיינט אז נאר די סאטמארע דיקטאטארן זענען עלול אויף אזוינע אכזריות.
אבער געוואלד, מיר רעדען דאך נישט דא פון קיין זכות, מיר רעדען נישט דא פון קיין עליה לתורה, מיר רעדען נישט דא פון קיין כיבוד. דא רעדט מען דאך פון מאכען א ברית מילה פאר א יודיש קינד! געוואלד אין געשריגען. אין רוסלאנד איז די הייליגע ריבניצער רבי זי"ע געלאפען אין די גרעסטע פרעסטען מיט מסירת נפש מל'ען קינדער פון יודען וואס האבן קוים געוואוסט פון יודישקייט צו זאגען. אין דא רעדט מען פון *נישט* לאזן מאכען א ברית אין שוהל.
כ'ווייס נישט צו די עולם כאפט די ביטערע טרויעריגע איראניע. בעלזע רבי לאזט נישט מאכען א ברית פון א אידיש קינד (נאר ביי זיך אין שוהל! שטייצעך, אזוי ווי ביי די קאמוניסטען. אין א אנדערע לאנד האסטו געמעגט מאכען א ברית, נאר נישט אין רוסלאנד).
א ניי געבוירן נשמה'לע, ווערט געשטראפט מיט די הארבסטע עונש אין יהדות, מ'טאר אים נישט אידישן. נישט ווייל ער איז געהל, נישט ווייל מתו אחיו מחמת מילה, נאר ווייל זיין פאטער איז עפעס געפערליך.
וואס איז? שבת היט ער, כשר'ס עסט ער, אין מקוה גייט ער. אבער ער פאלט נעבעך דורעך מיט קוקען פיקטשערס פון פרויען. אויף א סקרין. פארדעם טאר זיין זוהן נישט אריינקומען בבריתו של אברהם אבינו. (סארי ער מעג יא, נאר נישט אין בעלזע שוהל, זאל סאטמער זיך ספראווען מיט אזא פורק עול).
רחמנא ליצלן, לאן הגענו. א יוד טאר נישט מל'ען זיין בן זכר אין שוהל צום אכטן טאג, נישט ווייל ער היט נישט שבת, נישט ווייל ער איז געוואוינט מיט א אשת איש, נאר ווייל ער האט א סמארטפאן אן די קאמפעני פילטער. ווי ווייניג יראת שמים און ווי ווייניג מענטשליכקייט מוז א מענטש האבען צי אינפארסירען אזא תקנה?
כ'האב שוין נישט קיין כח צו שרייען. אויב די עולם זעהט נישט איין די שרעקליכע רשעות אין אזא מין תקנה, גיי איך דינגען איינעם צי מאכען ראבא קאלס און מסביר זיין פאר מענטשען.
היינטיגע טעג איז אינטערנעט/ סמארט פאן פון די גרויסע נסיונות וואס אונזער דור ספראוועט זיך מיט דעם , קיין איינער דארף נישט ארבעטן שבת כדי נישט צו פארלירן זיין ארבעט און ב"ה איעדער גייט היינט און חדר און קען דאווענען און אביסל לערנען און דארף נישט קיין ארבעטן מיט'ן טאטען און פעלד ביי די צען יאר און אויס וואקסען א פיסטע עם הארץ, אוודאי איז עס נישט קיין כריתות פאר איעדעם איינעם
אבער די מענטשען וואס צו זיי קומט אן פראבלעמען פון מענטשען וואס איז געווארן דורך האבן צוטריט צו די ארגסטע זאכן מיט א קוועטש פון א קנעפל ,זענען מענטשען וואס זענען מנהיגי העדה , עסקנים(און איך גלייבט שווער אז איינער זיצט דא אויף קאווע שטיבל) און איינער פון דעיע איז די בעלזא רב , און זיי שפירן א אחריות אפצוהיטען זייערע מענטשען פון די נסיון ,
אבער אזוי ווי אסאך אנדערע זאכן דברי תורה צריכין חיזוק,
מיר אליין שמעקט אויך נישט די תקנה עס שפירט ווי מכאפט דיך אן ביים קארג אבער ממיז אמאל לייגן דרוק אויף מענטשען טאקע וויבאלד מען וויל עס אזוי שטארק האבן ,
די תקנה איז געוועהן בעיקר פאר יונגעלייט וואס האבן נאך נישט קיין קינדער און מוסד און מוויל זיי זאלן נישט אריינפאלען און די פראבלעמען וואס קומט מיט דעם ( משום מעשיות שהיו)קען זיין עס אביסל א שטרענגע תקנה אבער מ'דארף א שטארקע דרוק כדי מזאל זיך צוריקהאלטען פון דעם
בעלזא רב לאזט מאכן א ברית פאר יעדעם און זיין בית המדרש ער געט איעדעם א ברירה זיך צוצישטעלן
ומשום צורך השעה האלט ער אז מ'דארף ג'יין שטרענג מיט דעם