האדמו"ר ר' מנחם מנדל מויז'ניץ שליט"א
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
אדונינו האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:ווייסט איינער זיין לערנען לעוועל, וועלכע כיתה ער איז? יעדעס דרשה דערווייל וואס מען האט ארויף געלייגט הערט מען שטותים והבלים, אמאהל א גימטריא אז יקום איז בגימטריה מקוה, און דאס איז דער גאנצע דברי תורה פין דער גאנצע דרשה.
וואס קען ער? חומש? גמרא? זוהר? ישועות משה גייט מען שוין שרייבען אויף קלף, כ'בין עקסיידעט.
אן אוסגעריפענער עם הארץ, קענסט פרעגן זיינע חברותות פון סקווירא (זיין טאטע האט אים געשיקט לערנען אהין משום כמה סיבות).
אין סקווירא האט ער טאקע נישט געלערנט, ער האט זיך אבער פארהערט די הוראה אלס אינגערמאן. ווען זיינע אויסזיכטן צו ווערן ממלא מקום זענען בעסער געווארן, האט ער זיך שנעל געזעצט לערנען....
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שבת אחים האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 01, 2019 5:37 amאדונינו האט געשריבן:ער פארקויפט און קויפט צוויי זאכן, געטריישאפט און שיינקייט.
פון דארט נעמט זיך אלע זיינע מעלות, און אלע זיינע חסרונות, דאס גיבט ער פאר זיינע חסידים, און דאס גיבן זיינע חסידים פאר אים.
ווען ער איז געגאנגען פון וויזניץ, זענען מיטגעקומען די בעסערע מענטשן, און די טעראריסטן.
די בעסערע באלעקן זיך פון זיינע ציכטיגע טישטיכער, זיין ליידיגע אויבנאן, זיין מלכות, און זיין בעסערקייט, (ער האט פיינט א כניאק) זיינע געביגלטע פארענטשעס, זיין שטילקייט ביים טיש וכו', און די טעראריסטן האבן אלעמאל באקומען פון אים א פריוואטע אטענשאן פאר זייערע שלעכטע מעשים, ווייל זיי זענען אים געטריי!! געטריישאפט איז אלעמאל געווען ביי אים וויכטיג, דאס האט ער געפאדערט, און דאס האט ער געשעצט.
געטריישאפט איז וויכטיג ביי א יעדע קולט. אלע קולט און מאפיא פירער זענען געטריי צו "זייערע מענטשן". לאמיר זעהן ער זאל זיין געטריי פאר א חסיד פון זיין ברודער...
ווען דער אור האמת זצ"ל איז געקומען קיין ארץ ישראל האט זיין "הייליגע טאטע" וועם ער איז געוועהן "אזוי געטריי" געהאלטן אין איין זאגן אז ער גייט זיך טרעפן מיטן ברודער, ער האט געציילט די טעג, ער איז געוועהן מלא שמחה און געזאגט פאר יעדן איינעם די גוטע נייעס ער גייט ענדליך שלום מאכן מיטן ברודער נאך אזויפיל יאהרן. איז געגעאנגען דער "געטרייער זוהן" און אוועקגעפירט דעם טאטען קיין ערד און אים באהאלטן... דער טאטע האט געהאלטן אין איין פרעגן וואו איז דער ברודער??? און זיי האבן זיך טאקע נישט געטראפן יענע מאל ר' מאטעלע איז געקומען קיין ארץ ישראל, נאר אפאר יאהר שפעטער.. דאס איז נאר איין קליינע עובדא פון זיין גרויס "געטריישאפט" פאר זיין טאטן... ער האט אים חרוב געלייגט, און יעצט מאכט ער זיך אליינס חרוב. ער איז א פשוטע משוגענער און א משחית. ווער ס'האט געקענט זיין מאמע ווייסט גאנץ גוט אז דאס פארפוילטע עפעלע איז נישט געפאלן ווייט פונעם בוים... א צורודערטע נשמה! נעבעך אויף זיינע פאר איבערגעבליבנע חסידים. דער לעצטער וואס גייט ארויס זאל ביטע צומאכן די לייט...
שבת אחים: איך האב נישט געהאט די גאטס צו זאגן אט די אלע זאכן, כאטש איך (און דער עולם) ווייסט אז זיי זענען אמת ויציב, און נאך מיט א שמיץ אריבער. לפי בקשת פותח האשכול. נאר דו אלס וויזשניצער קענסט דיך ערלויבן ארויסצוזאגן דעם פולן אמת. השתא דאתית להכי, קענמען שוין רעדן פון זיין העיליגע מאמע די דעעזשער (מכ*פה), און איהר זונדעלע וועלכער האט גערודפ'ט זיין "ברודער"... און איהם גורם געווען זייער א סאך צער און עגמת נפש...! סאו זאל ער נישט קומען היינט און מיר פראווען רבי'סטווא. צוערשט זאל ער בעטן מחילה פון זיין ברודער פאר די אלע צער וואס ער האט אים גורם געווען...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל
ס'מיר א חידוש אז מ'מאכט ר' מענדעלע פון בני ברק ללעג ולקלס פאר'ן טון זאכן ביי זיך אין חסידות, און ר' מאטעלע פון מאנסי, וואס האט אלץ אריינגעשטעקט די נאז ביי יעדן, און מוחה געווען מימין ומשמאל, קריטיקירט אלץ און אלעמען, ווייל ס'נישט ביי עהם, און גארנישט! ר' מענדעלע הייסט ביים גאס עפעס קוריאז, און ר' מאטעלע עפעס אזוי גערופענע חריף ונורא מאוד. ס'עקלט מיר.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
שקד האט געשריבן:ס'מיר א חידוש אז מ'מאכט ר' מענדעלע פון בני ברק ללעג ולקלס, פאר'ן טון זאכן ביי זיך אין חסידות, און ר' מאטעלע פון מאנסי, וואס האט אלץ אריינגעשטעקט די נאז ביי יעדן, און מוחא געווען מימין ומשמאל, קריטיקירט אלץ און אלעמען, ווייל ס'נישט ביי עהם, און גארנישט! ר' מענדעלע הייסט ביים גאס עפעס קאריאוז, און ר' מאטעלע עפעס אזוי גערופענע חריף ונורא מאוד. ס'עקלט מיר.
ביזט מדמה א רבי וואס האט א 'מיינונג' און זאגט עס הויעך, צו דעם ר' מענדל וויזניצער זז"ג?
אקעי!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל
לשון הרע מוציא שם רע ועוד ועוד, הייסט ביי דיר א איינפאכע אויסרופן הויעך ''סתם''??
ער האט געמאכט זיכער יעדע שטיק צייט צו באשמיצן א צווייטן, אמאל די ברודער, אמאל די שוואגער, אמאל די נעפיו, און כאטש ביי זיך אין שטאל אויף פיליס טערעס איז געווען חזירים, מנובלים, גנבים, מארמאראשע דום קעפ, האט ער אלץ ארויסגעשטעקט די עלעפאנט נאז און אוועקגעקוקט פון זיך, און געקוקט וואס איז נייעס אין די בלאט.
אה!! אור האמת - לעכטיג און אמת'דיג.. אזא אמת ווער דארף נאך אמת.
ר' מענדעלע איז לדעתי גארנישט קיין שלעכט רעדנער, און מעג איינפירן אין זיין קהילה - רוף עס קולט, חסידות, גרופע, גענג - גענוי ווי ר' מאטעלע מעג שופר בלאזן ווען ס'שמעקט עהם 'נישט' וואס טוט זיך ארום די גאנצע וועלט אינקלודינג תושבי מאנסי. האסטו שוין פארגעסן דעם סלאגאן? מאנסי איז נישט וועשניץ און וועשניץ איז נישט מאנסי.
ער האט געמאכט זיכער יעדע שטיק צייט צו באשמיצן א צווייטן, אמאל די ברודער, אמאל די שוואגער, אמאל די נעפיו, און כאטש ביי זיך אין שטאל אויף פיליס טערעס איז געווען חזירים, מנובלים, גנבים, מארמאראשע דום קעפ, האט ער אלץ ארויסגעשטעקט די עלעפאנט נאז און אוועקגעקוקט פון זיך, און געקוקט וואס איז נייעס אין די בלאט.
אה!! אור האמת - לעכטיג און אמת'דיג.. אזא אמת ווער דארף נאך אמת.
ר' מענדעלע איז לדעתי גארנישט קיין שלעכט רעדנער, און מעג איינפירן אין זיין קהילה - רוף עס קולט, חסידות, גרופע, גענג - גענוי ווי ר' מאטעלע מעג שופר בלאזן ווען ס'שמעקט עהם 'נישט' וואס טוט זיך ארום די גאנצע וועלט אינקלודינג תושבי מאנסי. האסטו שוין פארגעסן דעם סלאגאן? מאנסי איז נישט וועשניץ און וועשניץ איז נישט מאנסי.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
וואס איז א חילוק צו ער טוט עס ביי זיך אדער ביי יענעם? ער איז אזוי ווייניגער משוגע ווען ער טוט עס ביי זיך אינדערהיים?
גרדאע, דארף מען צוברענגן די תשובה פון הרב משה פיינשטיין וועגן איינער וואס האט זיך איינגערעדט אז ער איז משיח. ער טענה'ט אז דער מענטש איז נישט קיין משוגע'נער, נאר א שלעכטע, א בעל גאוה.
שו"ת אגרות משה אבן העזר חלק א סימן קכ

עובדא אתא לידי באחד שעוד בבחרותו נשתטה ושטותו הוא שאמר על עצמו שהוא משיח. וזה גרם לו לעשות עוד מעשה שטות שיש לו בולמוס לקרא בתורה ולהיות ש"ץ ואף שאין מניחין אותו הוא נלחם בכל כחו ואירע שלקח ס"ת וברח עמו. והיה נוסע מעיר לעיר באמרו שהוא צריך לתקן העולם והיה חוטף חפצים ומטמינם עד שיתנו הבעלים כסף לצורך גמ"ח. והיה עולה באילנות במקום שנמצאים בנ"א כדי לדרוש. ולפעמים הלך ערום באמרו שהוא כאדם קודם החטא ועוד עניני שטות בדברים כאלו שנמשך מצד שאומר על עצמו שהוא משיח וצריך לתקן העולם לפי דעתו ובשארי דברים היה פקח גמור בהבנת הדבר וזוכר ויודע הכל ומדבר ושואל כענין. וקודם הקידושין היה זמן רב ערך ג' שנים ויותר בחזקת חלים שלא עשה שום מעשה שטות והיה מלמד לילדים כראוי אך עצבות היה ניכר עליו ולא היה אוהב בחלמותו לשוחח הרבה בחברת אנשים. ואיזה ימים אחר הנישואין נתקלקל עוד הפעם והתחיל לעשות מעשה שטות הנזכרים למעלה והיה זה יותר משמונה שנים וזה קרוב לשנתים שבא לבית אביו שדר בכפר ועובד אדמתו ועושה כל המלאכות כפקח ולא עשה שום מעשה שטות ולא ניכר בו שום סימן שטותי לא בדבור ולא במעשה. והביאוהו לידי לדבר עמו שיתן גט לאשתו ובדקתיו מתחלה באיזה שיחות ואח"כ דברתי עמו שיתן גט ולא רצה בטעמים וחשבונות כמו אדם פקח בהבנה גמורה עד שנתרצה אחר יום שלם בהשלשת הרבה כסף עבורו ובכל הדברים מתחלה ועד אחר סדור הגט ונתינתו וגם למחר כל זמן היותו בפה. וקודם נסיעתו מפה שהיה אצלי ליפטר ממני היה במעשיו ודבורו כפקח גמור כפי שראינו אני וכל האנשים שהיו בעת הגט יותר מעשרה אנשים וכלנו הסכמנו שהוא פקח גמור בכל מעשיו ודבורו ומשאו ומתנו. וכן שמעתי שכל העת שישב בבית אביו היה כן. אך בתוך הרבה הדברים שדברתי עמו לחקרו ולדרשו אמר לי שבלבו עדין מחזיק שהוא משיח אך המעשים שעשה מבין שהם שטות אך בעת שעשה היה מוכרח לעשות שלא היה יכול להתאפק וכמו המצב עתה אמר שהיה בעת הקידושין שג"כ החזיק בלבו שהוא משיח אך מעשה שטות לא עשה. זהו כל מה שיודע אני בעצמי וששמעתי מאחרים ושנודעתי ממנו ברוב דבורי עמו ונסתפקתי אם יכול לגרש ויצא מאתי להיתר מכמה טעמים אשר אבאר בעה"י.
והנה לבד היתר זה יש גם לדון דאין להחשיבו שוטה כלל בזה שמחזיק עצמו למשיח כמו שלא נחשב מי שעובד ע"ז עץ ואבן לשוטה אף שודאי הוא שטות גדול להאמין בעץ ואבן אלא אמרינן דהוא פקח ורשע ומחייבין ליה מיתה וכ"כ זה שמחזיק עצמו למשיח אף שהוא שטות גדול אין להחשיבו לשוטה אלא דגאותו היתירה הטעתו שראוי להיות משיח. וממילא אפשר לדון עוד יותר שגם כל מעשיו השטותים שנמשך מצד טעותו שהוא משיח שלפי דעתו הרעה הוא תקון העולם אינם מחשיבים אותו לשוטה דכל דבר שאדם עושה מצד חשבון איזה שיטה ודרך שמחזיק בדעתו אף שהיא סכלות גדולה לא נחשב שוטה בזה כדמוכח מעובדי ע"ז שהרבה מעשה שטותים עשו וכל דרכי האמורי שנאמרו בשבת דף ס"ז הם מעשה שטות ויש להם דיני פקח.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך פארשטיי בכלל נישט דעם צושטעל. קיינער זאגט נישט אז ר' מאטעלע איז געווען א מושלם, יעדע מענטש האט זיך זיינע שוואכקייטן. אונז רעדן מיר דא פון א פשוטע משוגענער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אזעלכע קליינע קינדער דא! ר' מאטעלע איז כאטש געזיצן און געלערנט און געדינט דעם אייבערשטן, די מחאות האט ער געמיינט הונדערט פראצענט לש"ש...
ר' מאטעלע גלייכט ער צו צו ר' מענדלע???
א מענטש וואס האט ממש געקענט ש"ס אויפן לשון??? א איד א קדוש וטהור???
א איד וואס האט אויסגעטיילט רוב פון זיין פארמעגן פאר צדקה????
א איד וואס איז אין זיין לעבן נישט געפארן אויף קיין וואקציעס/דאטשע, און אייביג געוועהן דא פאר זיינע חסידים???
נעבעך! קליינע קינדער זענען ענק!
דער שקד איז סתם א טראלל...

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל
שבת אחים האט געשריבן: ↑ אזעלכע קליינע קינדער דא! ר' מאטעלע איז כאטש געזיצן און געלערנט און געדינט דעם אייבערשטן, די מחאות האט ער געמיינט הונדערט פראצענט לש"ש...
ר' מאטעלע גלייכט ער צו צו ר' מענדלע???
א מענטש וואס האט ממש געקענט ש"ס אויפן לשון??? א איד א קדוש וטהור???
א איד וואס האט אויסגעטיילט רוב פון זיין פארמעגן פאר צדקה????
א איד וואס איז אין זיין לעבן נישט געפארן אויף קיין וואקציעס/דאטשע, און אייביג געוועהן דא פאר זיינע חסידים???
נעבעך! קליינע קינדער זענען ענק!
דער שקד איז סתם א טראלל...
ענק דערמאנען מיך, ווי יענע וואס זאגן אויף אליש ענגלענדער; ער איז א מתמיד, א ירא שמים, א חסידישע יוד, א תלמיד חכם, פארט נישט אויף דאטשע, טראגט נישט מיט'ן עירוב, שרייעט פוי..
און וואס טוט זיך מיט צדקה געבן? ווער דארף זאלסט מיר זיין פרום, בעסער מאך צו די גמרא און טו חסד.
ר' מאטעלע מעג זיין מלאך אלוקים צבקות, איז ער נישט ווערד קיין פעני טאמער טוט ער וויי יודן - זענען נישט אונטער זיין ווירטשאפט - !!! פארשטאנען?
ער האט געהאט גרויסע פראבלעמען אין שול און אין קהילה זיינע, און ווען מ'האט עהם געזאגט דערוועגן, האט ער געשריגן פונקט ווי רעב בארן, ס'נישט איך ס'די רשע-קילע..
וואס האט ר' מאטעלע צו זאגן א מיינונג וואס שקד טוט ביי זיך אין שטעטל? ווער האט עהם געפרעגט וואס סאטמאר טוט אין מאנראו? ווען האט די תורה געהייסן אז א רב פון מזרח זאל מוחה זיין אויף מערב?
האסט א חסידות? מ'זאגט דיר עוולות דארט? פארוואס שטאפסטו צו די אויערן?? און ווען דו הערסט לשון הרע ביי א צווייטן פלאפלסטו הויעך ביי די העכסטע צייט פון שבת, אזעלכע נישטיגע טעמעס.
יעצט גיי לערן הייליגע רעבעלע, און שאט אפ!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
כ'האב געזען א קליפ ווי די הייליגע מענדעלע רעדט ערגעץ אין גער. ער רעדט פאר פייער אין פאר וואסער אין סקלעפט נישט איין ווארט צום צווייטען.
כ'מיין אז אויסער הייסן האגער פארמאגט ער נישט קיין איין קוואליפיקאציע צי זיין רבי.
אה אויב אזוי איז ער דאך א פאסיגע רבי.
כ'מיין אז אויסער הייסן האגער פארמאגט ער נישט קיין איין קוואליפיקאציע צי זיין רבי.
אה אויב אזוי איז ער דאך א פאסיגע רבי.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט דעם צושטעל. קיינער זאגט נישט אז ר' מאטעלע איז געווען א מושלם, יעדע מענטש האט זיך זיינע שוואכקייטן. אונז רעדן מיר דא פון א פשוטע משוגענער.
ר' מענדעלע האט נישט וויי געטון אזויפיל קהילות בישראל, ווי ר' מאטעלע, און ר' מענדעלע האט געמיינט זיין רעביסטעווע, און ר' מאטעלע אויך זיך אליינס אויף יענעמס בלוט, אויף אזעלעכע וואס זענען בכלל נישט זיין קעגן קאנדידאטן.
ר' מענדעלע האט געהאט מיט שרול זיין ברודער - וואס היינט זעט מען שוין אז ער זיך אליינס ווערט די געלט, און נאך א מזל מ'האט עהם פארשיקט פון שטוב. און ר' מאטעלע - אנשטאט צו בויען זיין חסידות, האט ער געשיט פעך און שוועבל אויף רוב כלל ישראל - ווייל כ'האב זיי נישט ליב. פשוט שנאה מחמת קנאה. און מתמיד קדוש ונורא? וועם גייט עס אן? האסט אמאל געהערט סיי וועלכע רבי מוחא זיין אויף אנדערע רבי'ס וואס האבן גארנישט מיט עהם בכלל? מיינד יור און סמעלי ביזנעס
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 225
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל
Re: האדמו"ר ר' מנחם מנדל מויז'ניץ שליט"א
ס'שוין געווען א שמועס איבער לש"ש.איש חזון האט געשריבן:כ'בין זייער נייגעריג צו וויסן, איז דא דא איינער וואס קלערט אז ר' מאטעלע האט געטוהן זאכן בכוונה שלא לשם שמים? שקד, דו האלסט אזוי?
דער אייסיס מעמבער וואס שניידט קעפ טענה'ט אויך אז ס'נישט מידות משחתות, ער מיינט דעם אללה אכבר.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
נעבעך וועמען האט שוין ר׳ מאטלע וויי געטוהן??? אבי גערעדט... סתם גערעדט אין דער וועלט אריין. ער האט זיך איבערגעבעטן מיט סאטמאר און מיט זיין ברודער, און איין מאל האט ער מוחה געוועהן אויף סקווירא ווען א מאדערנע וויזניצער חסיד האט אים געזאגט אז ער האט געזעהן דעם רעבאו אויף טעלעוויזע ביי די סקווירער חתונה- ר׳ מאטלע האט עס נישט געקענט אראפשלינגען...
גראדע מיט זיין ברודער׳ס מחאות איז ער געוועהן הונדרעט פראצענט גערעכט. ער האט קודם פרובירט צו רופן זיין ברודער און מהאט אים נישט דורכגעלאזט די טעלפאון, ער האט פרובירט שיקן בריווען אבער מהאט אים נישט גענטפערט. די רשעות וואס מהאט געטוהן דעמאלטס צו ר׳ ישראל אויף א שרעקליכע אופן האט זיך פארלאנגט א מוחאה-זייער גוט האט ער געטוהן!!!
מקען שוין מיינען אלע אנדערע רביס זייט בעש״ט צייטן האבן אויך געהאט פארשידנע מחלוקות לש״ש... און אסאך אגענדעס. ער איז כאטש געוועהן איין שטיק אמת. א ערליכע איד, לא פסיק פומיה מגירסא... די גוטס וואס ער האט געטוהן פאר זיינע חסידים און פאר אנדערע אידן, די צדקה און גמילת חסידים, די אמתקייט, אוטענטישקייט, ערליכקייט, און צדקות וועגט איבער אלע זיינע חסרונות...
גראדע מיט זיין ברודער׳ס מחאות איז ער געוועהן הונדרעט פראצענט גערעכט. ער האט קודם פרובירט צו רופן זיין ברודער און מהאט אים נישט דורכגעלאזט די טעלפאון, ער האט פרובירט שיקן בריווען אבער מהאט אים נישט גענטפערט. די רשעות וואס מהאט געטוהן דעמאלטס צו ר׳ ישראל אויף א שרעקליכע אופן האט זיך פארלאנגט א מוחאה-זייער גוט האט ער געטוהן!!!
מקען שוין מיינען אלע אנדערע רביס זייט בעש״ט צייטן האבן אויך געהאט פארשידנע מחלוקות לש״ש... און אסאך אגענדעס. ער איז כאטש געוועהן איין שטיק אמת. א ערליכע איד, לא פסיק פומיה מגירסא... די גוטס וואס ער האט געטוהן פאר זיינע חסידים און פאר אנדערע אידן, די צדקה און גמילת חסידים, די אמתקייט, אוטענטישקייט, ערליכקייט, און צדקות וועגט איבער אלע זיינע חסרונות...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל
איך האלט קלאר אז ער האט עס געטון 'נישט לשם שמים' נאר אלץ פארביסענע קנאה. ס'נישטא קיין צווייטע הסבר בכלל.איש חזון האט געשריבן:כ'בין זייער נייגעריג צו וויסן, איז דא דא איינער וואס קלערט אז ר' מאטעלע האט געטוהן זאכן בכוונה שלא לשם שמים? שקד, דו האלסט אזוי?
פון ווי האט ער מיטגעהאלטן יענעמס גארביטש?
און פארוואס האט ער נישט קער גענומען פון ש.ר. און יח.א. ועוד ועוד ועוד ועוד.. אויב ער האט עס געמיינט '''לְ שֶ ם שָ מַ י ם''' הע??
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אבי גערעדט! יח.א., ש.ר. איך זעה שוין... נעקסט קעיס. איך וועל דיר בל"נ ענטפערן מיט א לאנגע תגובה...
דו הייבסט נישט אן צוקענען בכלל ר' מאטעלע אויב זאגסטו אז ער האט נישט געמיינט לש"ש. ער האט אלעס געמיינט לש"ש. יעדע אטעם איז געוועהן לש"ש...
און דאס וואס דו זאגסט אז ער האט נישט ארויסגעווארפן קיין מענטשן פאר גארביטש, שעמסט זיך נישט דעס צו זאגן??? ר' מאטעלע איז געוועהן די איינציגסטע רבי אויף די וועלט וואס האט ארויסגעווארפן די גרעסטע עשירים... ווי איצא ק., מנחם ג., א"ח ג. וכו' וכו'. אבי גערעדט ארויס פון דיין טאכעס...
וואס האט ש.ר. געטוהן???