קומט זיך קרעדיט פאר א חסידישע רבי?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 290
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 523 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
א חסידות איז טאקע אזוי ווי א פאבריק , אבער א פאבריק וואס פארקויפט תורה ויר"ש און א הדרכה ווי אזוי זיך צו פירען ערליך,, היינט קומט שוין טאקע צו די קהילה חלק וואס דאס איז נאר סערוויסעס ,
און אז א רבי טוט עס דארף מען מכבד זיין אלטץ די חשובסטע ביי אונז וויבאלד ביי אונז איז יודישקייט. תורה, געטליכקייט די חשובסטע זאך און ער איז אונזער נציג פאר דעם
פארשטייט זיך אז ס'איז תוכו כברו און ער איז א ערליכע יוד
יעצט בנוגע די בעלזא רב האסטו נישט פארשטאנען וואס מען רעדט צו דיר' ,
קודם האט מען נאר גערעדט דארטן אז ער איז מקרב די אייגענע מענטשן און אויף דעם האט מען געזאגט אז מען מאכט ארגעניזאציעס
און בעיקר וואס מען איז עם מחשיב איז זיין הארץ און בליק אויף יעדן יוד אז ער איז א עולם מלא ווי מזעהט פון זיינע פעולות בכלל ובפרט ווי ער לייגט אריין זיין הארץ און מח צו העלפן אנדערע און יודישקייט נאר ווייל ער האט א יודישע נשמה

- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: קומט זיך קרעדיט פאר א חסידישע רבי?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אינטרעסאנט, אין די חסידישע וועלט איז ר׳ אהרל׳ע בעלזער שטארק פארהייליגט. אבער אין בעלזא זעלבסט קוקט מען אים אן פונקט ווי זיין פלעמעניק, אזש מ׳פארשטייט נישט אז איינער קען האלטן שטארק פון די פעטער און גארנישט פון די פלעמעניק. א מאדנע זאך וואס האט זיך געווירבל׳ט.
דאס איז אן אלטער קרענק פון בעלז, אנגעהויבן פון ווען די שר שלום פון בעלזא איז נסתלק געווארן, וואס די שר שלום איז געוועהן די רבי פון די רבי'ס און א גרויסע צאל רבי'ס זענען צו איהם געפארן...
ווען ער איז אבער אוועק, האט מען אויפגעהערט צו פארן קיין בעלז צו זיין זוהן ר' יהושע'לע און מ'האט אנגעהויבן פארן קיין צאנז, די בעלזאים האבן עס שטייצעך נישט אויסגעהאלטן און זיי האבן אנגעהויבן רודפ'ן און צאפ'ן ס'בלוט פון יעדן ערליכער איד וואס האט אויפגעהערט קומען צו זיי.
עד היום הזה גייט דאס נעבעך אזוי אן ביי זיי, ר' ישכר דוב, איז אזוי גרויס ווי שר שלום, ר' בערל מיט ר' יהושע'לע זענען אייניג, ר' אהרן מיט ר' אהרן מרדכי זענען ביידע קודש קדשים..וכו'
איך בין א נער און איך גלייב!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:אזוי ווי ס׳האט זיך ערווארבען א שיינע שמועס דא בשכינות וועגען די גאנצע ענין פון תקנות אין אינטערנעט, בנוגע דער בעלזער רב זאל מאריך ימים זיין, אין כ׳האב געהאט די זכיה צו אויסשמועסען זיך אביסעל מיט בעלזע חסידים.
ס׳איז מיך געווען א חידוש ווי א שטארקע רעספעקט א בעלזע חסיד האט פאר זיין רבי׳ן, אין כ׳האב עס אביסעל ארויפגעקוקט. באמת. איך בין אויפגעוואקסען אין א מער פאפא געשטימטע שטוב, אין ביי אונז אין פאפא איז מען נישט געווען אזוי חסידים פון רבי׳ן. אבער דער בעלזער באשיצט זיין רבי׳ן ביז בלוט, אין מיט א אמת׳דיגקייט. ס׳טוהט אים וויי אז איך בארעד זיין רבי׳ן!
איי איי איי, גדליה גדליה . אזוי רעדט א פפאנער תלמיד? דער פפא רב איז דאך געווען א חסיד מופלג פון בעלזא, מלא דביקות והתבטלות צום מהר״א. ״נהפכתי לאיש אחר״ שרייבט ער אויף זיך אליין באשרייבענדיג זיינע מדרגות בשעתן ובאו כולם טיש. און ער איז ניט געווען א קטלא קניא. וואס מיינסטו ער האט געקלערט אזעלכע פראגעס אויף זיין רבין? אדער אויף קיין שום רבין אויף דער וועלט? וווען ער וואלט געווען געליינט דיין שרייבעכטס וואלט ער פשוט נישט געקענט גלייבען אז אזוי איז מען היינט מחנך אין וויליאמסבורג. זאל זיין פפא אדער סאטמר ואביזרייהו וכל שם וחניכא דאית להו. יעדער איד וועלכער ריהרט אהן א קלאמקע פון א רבין אדער א ראש ישיבה, איך רעדט שוין ניט פון איינער וואס האט א שייכות מיט אן אמתער גדול ווי דער בעלזער רב שליט״א אדער א ליטווישער גדול ווי מרן הגראי״ל זצוק״ל, און ווייסט בידוע אז דער רבי האט עם אינזינען און איז מתפלל פאר זיינעטוועגען, לאכט פשוט פון ווי ווייט דיין שרייבען איז פון דער מושג פון אמונת חכמים, דביקות בצדיקים והתחברות לאנשי מעשה.
איך האב טאקע מקבל מרות געווען פון בעלזע רבי שליטא פון בני ברק, ווי איך בין חוסה תחת צילו פון דעם הייליגן מחנובקר רבי שליטא.
די מחנובקער איז ברייט באקאנט מיט זיין ווארעם הארץ פאר יעדע יודיש קינד.
ער טראגט נאך די חניוקישקייט און טראדיציאנאליזם פון בעלז אין אלטע היים.
אז איך קוק מיך איין אין זיין צורה זעה איך באשיינפערליך כבוד בית בעלז.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גדליה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
לאגישערהייט איז נישטא קיין סיבה צו געבן עפעס ספעשיל קרעדיט פאר א רבי. די סיבה פארוואס מענטשן הענגען זיך אן אין א רבי איז ווייל ער פארפילט פארשידענע מענשטליכע געברויכן. דער מענטש בטבע גלייכט זיך אנצוהענגן אין א פירער ווייל אהן דען איז ער פארלוירן, אומזיכער, און אומבאקוועם אין די ברייטע גרויסע וועלט. א רבי גיט אים א פלאץ, אן אידענטיטעט וואס ער וואלט נישט געקענט דעגרייכן אזוי גרינג. אויב דו טשעפעסט מיט זיין פיהרער פילט ער ווי זיין איידענטיטי ווערט בארירט און אומזיכער דעריבער וועט ער זיך אזוי אננעמען אסאך מאל ביז שלעק. והיינו טעמא פון רבי'ס, פון דיקטאטורן, און פון קולט פירערס. זיי אלע רייטן נאר אויף דער מענטשן'ס שוואכקייטן. כאטש נישט יעדער מיינט שלעכטס פון אנהויב, אבער מיט דער צייט ווערט עס אזוי ווייל פאוער קארופטס.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
- קפה נמס
- ידיד השטיבל
- הודעות: 253
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
לגופו של דבר, איז טאקע אזוי אז די bar איז זייער נידריג. יעדער רבי וואס עסט נישט זיין חסידים אויף לעבעדיגעהייט איז שוין א מ"ד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ר' יענקע'לע פשעווארסקער פלעגט זאגן: וואס אינדערהיים איז געווען א שבח אויף א בעל עגלה איז היינט שבחים אויף די גרעסטע רבי'ס. אז די רבי שלאגט נישט, ווארפט נישט, גייט נישט אין קאורט, האט נישט קיין עקסטרעמע מדות מושחתות וכדו' ווערט ער שוין באוואונדערט אלץ עפעס גאר ספעציעל. ס'איז וואונדערליך צו הערן ווי חסידים לויבן צומאל אויס זייער רבי'ן אז ער האט געענטפערט, געגריסט, געשאקלט די קאפ ממש ווי א פשוט'ע מענטש ! וואו !
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
שקד האט געשריבן:איז אדרבה, לאמיר זען יעדע רבי, וואס האט ער בייגעשטייערט 'לטוב' פאר'ן כלל. ווייל פארקערט הערט מען אלץ.
viewtopic.php?f=24&t=4995
וירח ה' את ריח הניחוח
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:שקד האט געשריבן:איז אדרבה, לאמיר זען יעדע רבי, וואס האט ער בייגעשטייערט 'לטוב' פאר'ן כלל. ווייל פארקערט הערט מען אלץ.
viewtopic.php?f=24&t=4995
צו [tag]שמעקעדיג[/tag]'ס קרעדיט, (ווי אויך צו [tag]berlbalaguleh[/tag] פאר זיין פשוטע גוטע יודען פאזיטיווע אשכול באיזה מקומן) for a change, וואלט מען געדארפט פאר עטליכע מינוט רעדען פון די גוטס. נישט אז איך בין א גרויסע רבי ליב האב'ער, נאר, נאך אלעס איז דא גוטס, מיט גוטע מענטשן, עכ"פ מיט גוטע פעולות זיכער, אפי' שנתמנו לפרנס על הציבור.
נישט ווייל מ'מיינט יענעמ'ס טובה ח"ו, פשוט זיך אליינס געבן א ברעיק פון אזוי פול נעגעטיוויטי.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל
פון די מערסטע האבן אויפגעטון סאטמאר און ליובאוויטש פאר'ן כלל.
ליובאוויטש האט די מערסטע אין קירוב און קידוש השם
סאטמאר אין חסד און היימישקייט
קלויזנבורג אין שיעורי תורה
סקווער הצלה ביקור חולים היימישע באסעס חסד
באבוב בוני עולם
ברעסלעף געמאכט די נושרים פאר א ערליכע מאוומענט
בעלז פסיכאלאגיע
סקולען פאר יתומים און ניגונים
מאזשיץ ניגונים
תוא''י קירוב
טאהש חסד
ראצפערט היימישע ספרים וסיפורי צדיקים

- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
איך מיין פאר מאכן א גרויסע שול קימט נישט אזויפיל קרעדיט
מאכן א תקנה פאר אינטערנעט דאס קימט שוין יא קרוב להפסד וואו לשכר, קיק וואו טייל שעלטען דא
מה לו לצרה הזאת?!?
קען ער דען נישט נעמען קוויטלעך אזוי?
דאס אז אן אויפגקלערטער עולם זענען קלענערע חסידום איז נערישקייט און שטימט פשוט נישט מיט די מציאות

I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
הקטן האט געשריבן:איך מיין פאר מאכן א גרויסע שול קימט נישט אזויפיל קרעדיט
מאכן א תקנה פאר אינטערנעט דאס קימט שוין יא קרוב להפסד וואו לשכר, קיק וואו טייל שעלטען דא
מה לו לצרה הזאת?!?
קען ער דען נישט נעמען קוויטלעך אזוי?
העי העי, מיש נישט אויס. ס'קומט זיך קרעדיט פאר בעלזע רבי מיט צוויי זאכען:
איינס, ער האט געבויט א הערליכע שוהל מיט דאס געלד פון זיינע ארעמע חסידים
צוויי, ער מאכט זיכער אז קיין שום תקנות'לאזע חסידים זאלן נישט קענען פארשטערן די הערליכקייט פון די שוהל
צוויי באזונדערע זאכען. צוויי באזונדערע אויפטוהען, וואס קומט זיך צאם אין איין הערליכע מהלך. ס'באשטייט פון דריי סטעפס
נעמלעך:
סטעפ א) בעלזע רבי נעמט דיין געלד
עסטעפ ב) ער בויט א גרויסע שוהל מיט דיין געלד
סטעפ ג) ער הענגט אויף א גרויסע סיין "נבנה ע"י מהרי"ד השני"
סטעפ ד) אויב ביסטו באשיצט דורעך מאגן ומושיע באקומסטו ערלויבעניש צו מאכען א שמחה אין מהרי"ד השני'ס שוהל
סארי ס'איז פיר סטעפס. כ'זעה ס'איז מער קאמפליצירט ווי כ'האב געמיינט
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
פון א סך פון די קאמענטארן איז משמע כאילו עס איז דא א 'בענטשמארק' פאר א רבי און מען מעסט די רבי'ס קעגן דעם און וואס העכער דער סקאר אלס מער קרעדיט. די פראבלעם איז נאר אז עס עגזיסטירט נישט אזא סקאר. טאמער האלטסטו פון רבי'ס און ביסט מוכן צו פארקוקן רשעות ביי די שלעכטע און שגעון ביי די גוטע איז קומט זיך אלע עפעס קרעדיט. און אויב דו האלטסט אז עס איז אלעס א קינדער שפיל איז קומט זיך זיי אזויפיל קרעדיט וואס מען געט פאר א קלאון. מען קלאטשט כאטש אז מען באצאלט אויך.
דער שמועס איז אויך אריבער צו זייערע מאטיוון, זייערע בענעפיטן און זייערע מהות און לפי דעם איז דער קלער אויב דאס עפעקטירט דער קרעדיט.
א רבי איז פאר אלעם א מנהיג פון אן עדה. אויב איז ער קאריזמאטיש אדער האט ער אנדערע מעלות קען ער ווערן א מנהיג איבער מערערע אידן און אויב האט ער גאר אסאך חסידים און נאכפאלגער רעכענט מען זיך מיט אים אויף א ברייטערער פארנעם. אבער אלע זענען זיי צו ערשט און לעצט פירער און טאקע פארדעם דארפן זיי א שטאט נאמען ווייל דער אנשטעל איז אז זיי פירן דעם שטאט וואס למעשה איז עס פיקטיוו און עס מיינט די עדה און קהילה פון דער נאמען. נאר אונז האבן א קראנקע סיסטעם אז צו זיין נאר א פירער איז נישט גענוג און דער מנהיג דארף אויך זיין א בעל רוה"ק, פועל ישועות, בקי בנגלה ובנסתר, כל רז לא אניס ליה, א פיקח, א צפנת פענח און מגלה טמירין, בייגט זיך נישט צו צום עסן, האט נישט הנאה פון עוה"ז און די אלע אנדערע שטותים וואס חסידים זאגן אויף זייערע רבי'ס. דאס איז לכאורה דער בענטשמארק און וואס פארשטייט זיך עגזיסטירט נישט און האט קיינמאל און וועט קיינמאל נישט עגזיסטירן.
יעצט פאר דעם אמת'ן מצב , איז פאר רוב פון די גרעסערע 'עי קלאס' רביס, ווי בעלז, באבוב, גער, וויזניץ, סאטמאר און אויך פאר א חלק פון די 'בי קלאס' איז צו זיין א רבי א לעבנסטויש באשלוס און טיארעטיש און למעשה זענען זיי א רשות הרבים. קיין סך פרייוועסי האבן זיי נישט, זיי מוזן אוועקגעבן א גרויסע חלק פון זייער לעבן פאר די חסידים און פאר סתם שוחרים על פתחם, זיי טראגן אומדירעקט דער אחריות פון ריזיגע פינאנסן, דזאבס, חינוך, שלום בית ועוד ועוד, זיי און זייערע משפחה מוזן זיך קליידערן אויף א מאדנעם אופן און זיי קענען נישט טון רוב זאכן וואס מיר אלע נעמען פאר גראנטעד. דער אנדערע זייט דערפון איז אז זיי און זייערע קינדער מאכן א חיים טובים, האבן אן אויבן אן וואו זיי גיין, אן אדיענץ אויף יעדער גענעץ, רבבות אויף זייערע חתונות, שאפערן מיט א תמיד'דיגע קאר, טייערע וואקאציעס און אלע אנדערע רבי'שע פערקס. אעפ"כ, פאר זיך אוועקגעבן פארן כלל קומט זיי אפשר אנערקענונג און זיי באקומען עס טאקע. שליט"א נאכן נאמען, בילדער אין די צייטונגן, כבוד מלכים ווען זיי פארן ארום און די אנדערע אויבנדערמאנטע זאכן. נאר נישט צופיל קרעדיט. קיינער הייסט זיי נישט אזוי זיין און אז מיר קומט נישט קרעדיט פאר נישט גיין אין מאקדאנעלדס און איך ערווארט נישט צוליב דעם א קלאפ אויף די פלייצע איז זאלן זיי אויך נישט ערווארטן קרעדיט פאר נישט פירן א קאר.
דאס אלעס האט אבער נאך אלץ נישט מיט וואס מאטיווירט זיי. רוב רבי'ס זענען שטארק אמבישעס און זענען אלעס מקבל פאר דער שררה און כבוד. זיי זענען נישט אנדערש ווי פאליטיקאנטן וואס דארפן אויך א סך מקריב זיין און פונדעסטוועגן שלאגן זיי זיך פאר דעם. דער בעלזער האט געכאפט דער בענקל ביי די צוואנציג, דער סקווערער האט פארברענט איינער וואס איז אפילו נישט א שמץ פון אן אפאזיציע, איבער די ברודערס טייטלבוים און האגער ווייסט שוין יעדער און אזוי איז כמעט אין יעדער חסיד'ישער הויף. זיי ווייסן אלע לכתחילה אז מען איז עלנד, מען קען נישט ארויסגיין אויף דער גאס ווען מען וויל, כסדר איז מען ארומגענומען מיט מענטשן, עס איז דא אן עול פון געלט און פאליטיק אבער דאך ווילן זיי עס אלע האבן און שלאגן זיך אויף דעם עד זיבת דם. דאס האט אבער דאך נישט צום שאלה פון קרעדיט ווייל אז זיי טון גוטע זאכן קומט זיך זיי אנערקענונג און ווי פאליטיקאנטן וואס ווערן גוט באלוינט נאר אז זיי טון אויף און באנעמען זיך מענטשלעך קומט זיך זיי רעספעקט.
און דאס איז די הויפט שאלה צי מיר האבן למעשה עפעס פון זיי. בעיקר האבן מיר אז זיי געבן קאליר פאר אונזער חסידישן און חרדישן לעבן. זיי זענען אונזער האליוואד און געבן אונז אנאויפהערעדיגע פארוויילונג און ענטערטעינמענט. און וויבאלד ענטערטעינמענט איז פסול וויקלט מען עס איין אין קדושה און חסידות אבער עס איז די זעלבע יענטע. פאר די וואס טענה'ן אז זיי געבן עפעס מער ווייל דער האט געמאכט אזא תקנה און יענער עפעס אנדערש איז די תשובה אז זיי האבן געמאכט דער חורבן און נאך דעם קומען זיי ווי מושיעים און מצילים אז זיי ברענגן עפעס א בעסערונג. דער בעלזער'ס פיקחות איז נאר ווייל דער קאמפעטישן איז אזוי שוואך און ענטרי לעוועל אזוי נידעריג. ער איז טאקע מער פראקטיש ווי אנדערע און ער האט אינזינען מער ווי זיין אייגענער עדה, אבער למעשה וואו שטעלט זיך אויס זיין רבי'שקייט פאר דער היימישער כלל ישראל? ווייל מען נעמט יונגעלייט צו לערנען מיט בחורים? מיין בעלזער שוואגער האט מיר געזאגט וויאזוי עס ארבעט. שכר לימוד צאלט ער ווי אמאל און אז דו רעדסט דיך אפ אז מען לערנט קוים עפעס מיט די בחורים, ענטפערט מען דיר, דינג א יונגערמאן. בקיצור זיי האבן 'אוטסורסט' חינוך און פארדעם איז ער דער פיקח הדור און עס קומט אים קרעדיט? אז זיינע חסידים זענען 'ברעינוואשד' איז א מסכת פאר זיך נאר פאר דעם קומט אים נישט קרעדיט. אז ער וויל מאכן חברות פאר פרויען גוד לאק אז אזוי ווילן זיי טשילן, מיר האבן אבער גארנישט דערפון. עלים לתרופה איז לטובת הכלל און עפעס קרעדיט האט ער זיך פארדינט דערמיט כאטש מען קען זיך דינגן צי די אלע שבת צעטלעך זענען א גוטע זאך. דער זעלבער מיט די אנדערע רבי'ס. איך ווייס פון א פאל וואו אהרן ט"ב האט פערזענלעך אינזינען געהאט צו שאפן אן אכסניא פאר א בחור וואס האט אנגעהויבן גליטשן. איך בין זיכער אז דער סקווערע און אנדערע האבן שוין געטון טובות און לכל הדעות הערן זיי אויס די צרות פון צובראכענע הערצער. נאר דאס זאגט סך הכל אז זיי האט אויך אין זיך פיינקייט און וואו דאס איז א זעלטענער חידוש. נאר וויפל קרעדיט?
פון די אלע רביס האבן אונז גאנץ ווייניג חוץ אז ס'געט אונז פון וואס צו רעדן און לאכן און אמאל אויך א שטיקל התעוררות. דער וואס וויל זאל זיי געבן כבוד מלכים און אונז מעגן זיי געבן עפעס רעספעקט אז זיי זענען נושא בעול פארן ציבור נישט געקוקט אויף זייערע מאטיוון און מיטלען אהין אנצוקומען און דארט צו בלייבן. מיט דעם אלעם, איז דער פארדינטער קרעדיט נישט גענוג אז מען זאל פארשווייגן זייערע עוולות. טוב שלא נבראו משנבראו ועכשיו שנבראו ימשמש בקאווע שטיבל וואס שנעלער זיי איבערצואווארפן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום צפור בודד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
זייער אינטערסאנטע נקודות, צפור בודד
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
שקד האט געשריבן:פון די מערסטע האבן אויפגעטון סאטמאר און ליובאוויטש פאר'ן כלל.
ליובאוויטש האט די מערסטע אין קירוב און קידוש השם
סאטמאר אין חסד און היימישקייט
קלויזנבורג אין שיעורי תורה - וואס האט עס מיט קלויזענבורג? פריוואטע מענטשן האבען דאס געטון
סקווער הצלה ביקור חולים היימישע באסעס חסד באסעס? דאס איז א פריוואטע ביזנעס. ווען סקווער עגזיסטירט נישט, עגזיסטירען נאכאלס די באסעס. און וואס האט הצלה מיט סקווער? א פאפא'נער חסיד האט עס געגרינדעט, און יעדער שטאט האט עס. ווי קומט סקווער דא אריין?
באבוב בוני עולם א פריוואטע ביזנעס פון א פריוואטע מענטש, גארנישט מיט באבוב. גראדע האבען זיי ניגונים אויך, פאר די וואס גלייכן די זאכען
ברעסלעף געמאכט די נושרים פאר א ערליכע מאוומענט ברסלב איז גראדע א מהלך אין עבודת ה', וואס אסאך טרעפן דארט די פלאץ, פון תלמידי חכמים און עובדים, ביז נושרים און שוואכע מענטשן
בעלז פסיכאלאגיע [color=#FF0000]אזוי גאר? די וועלט האט פסיכאלאגן פון בעלזא? פסיכאלאגן קומען פון קאלעדזשעס, און די פסיכאלאגן אין מוסדות היינטיגע צייטן זענען נישט קיין בעלזער חסידים מער ווי עפעס אנדערש[/color]
סקולען פאר יתומים און ניגונים איך קען נישט קיין יתום וואס האט עפעס באקומען פון סקולען. ווער קען יא?
מאזשיץ ניגונים
תוא''י קירוב
טאהש חסד פאר וועמן? פאר וואס?
ראצפערט היימישע ספרים וסיפורי צדיקים
עס איז דא די וואס טון פאר'ן כלל, אבער מיט די אלע פארטיין האט עס גארנישט. יעדער וואס טוט עפעס פאר יענעם איז אליינס די העלד, נישט די פארטיי צו וועמן ער באלאנגט. און דאס וואס רביס זעלבסט טון להגדיל פארטייאם, איז א ביזנעס ווי יעדער ביזנעס. די זעלבע ייש"כ קומט פאר די רביס ווי פאר די אייגענטומער פון כולל פוד סטאר.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
וואלווי האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:שקד האט געשריבן:איז אדרבה, לאמיר זען יעדע רבי, וואס האט ער בייגעשטייערט 'לטוב' פאר'ן כלל. ווייל פארקערט הערט מען אלץ.
viewtopic.php?f=24&t=4995
צו [tag]שמעקעדיג[/tag]'ס קרעדיט, (ווי אויך צו [tag]berlbalaguleh[/tag] פאר זיין פשוטע גוטע יודען פאזיטיווע אשכול באיזה מקומן) for a change, וואלט מען געדארפט פאר עטליכע מינוט רעדען פון די גוטס. נישט אז איך בין א גרויסע רבי ליב האב'ער, נאר, נאך אלעס איז דא גוטס, מיט גוטע מענטשן, עכ"פ מיט גוטע פעולות זיכער, אפי' שנתמנו לפרנס על הציבור.
נישט ווייל מ'מיינט יענעמ'ס טובה ח"ו, פשוט זיך אליינס געבן א ברעיק פון אזוי פול נעגעטיוויטי.
וואלווי: וויבאלד דו אפיעלסט צו מיר פערזענליך ארויסצוברענגען די פאזיטיווע זייט פון מנהיגי ישראל. וועלל איך דיר פארציילן פון איינעם א געוויסן אדמו"ר שליט"א וועלכער וואוינט דאהי אין בארא פארק. און ער טוט זייער א סאך באהאלטענע גמילות חסדים אויף פארשידענע אופנים. אן קיין שום פירסום. איך ווייס פון לכה"פ 2 מענטשן וועם ער האלט פערזענליך ביי אידישקייט. וואס די גאנצע קרעדיט פאר זייערן זיין ערליכע אידן איז צו פארדאנקען נאר איהם.אויך. העלפט ער ארויס געדרוקטע אידן בעת זיי מאכן א שמחה. און אלעס נישט בקול רעש גדול.
איך ווייס פערזענליך פון א פאל וואס א איד וועלכער האט געהייסן אין די שטאט א גרויסער עושר. אבער, אין יענעם מאמענט איז ער געשטאנען זייער שוואך פינאנציעל. און דער ס--- רבי שליט"א האט איהם אויסגעצאלט זייער א שיינע בר מצוה. מרישא ועד גמירא. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה...!
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
א עלעקטערישן ווערט נישט אפגעשאצט לויט ווי א גוטע אייער שפייז ער קען צומאל אפקאכן לכבוד ראש חודש.
א דיין ווערט נישט געמאסטן לויט זיין טעיסט אין דזשולערי וואס ער קויפט צומאל פאר די רביצין לכבוד יום טוב.
א מלמד ווערט נישט געדזשאזשט לויט זיין דרייווינג עקספערטיז.
א ארכיטעקט ווערט נישט באקוקט לויט וואספארא חינוך עקספעריענס ער פארמאגט.
יו געט דע פוינט.
יעדע מענטש ווערט געמאסטן לויט וואס ער שטעלט זיך ארויס צו זיין. אויב א רבי שטעלט זיך ארויס אלץ מנהיג הדור, שאצט מען איהם אפ לויט וואספארא אפעקט זיינע פאליסיס האט אויפן דור.
אויב שטעלט ער זיך ארויס אלץ מנהיג הקהילה, ווערט ער אפגעשאצט לויט וויאזוי ער פירט זיין קהילה.
אויב שפילט ער די געים פון צדיק וקדוש, אדער אפילו אויב זיינע ארומיגע שפילן דעם שפיל און ער שפילט מיט, ווערט ער טאקע אפגעשאצט לויט זיין לעוועל פון פרישות וצדקות.
אויב פאלט ער אדורך אין די טעסט, אפילו ער האט פריוואטערהייט געהאלפן צוויי צובראכענע פאמיליעס, איז ער נאכאלץ א דורכפאל ווייל ער שטעלט זיך נישט אהער ווי א פריוואטע פיינע אידל נאר ווי עפעס אנדערש מורם מעם. סך הכל זאגט עס אז ער איז טאקע דורכגעפוילט אבער נישט פון קאפ ביז פיס נאר ערגעץ ביי די גארטל שטעלט זיך עס אפ.

דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שושן פורים: דו דערמאנסט מיך פון א געוויסן ניק דא אויף קאווע שטיבל. וואס אין א יעדן ענין וועט ער קומען פונ'ם לינקן פעלד. אזוי צו זאגן. ניין . ביי אונז אין אונגארן האט מען נישט געהערט פון דעם טערמין ווייל די גוים. און די אידן זיכער נישט. האבן נישט געשפיעלט קיין בעיס באלל. אבער דאהי אין אמעריקע און אין קענעדע יא.
איך קום און איך פארצייל אז ס'איז דא א געוויסער אדמו"ר וואס ער איז א גרויסער בעל צדקה וחסד. און ער אליינס דארף פאר זיך גארנישט. ער וואוינט מיט די זעלבע פוירניטשור שוין העכער פערציג יאר. און ער האט נישט קיין טראפ לוקסוס. און איך ברענג עטליכע עפיזאדן. דאס איז אויסער וואס ער פיהרט ב"ה אן זיין קהילה אויף זייער א שיינעם וועג. וואו אידן דאווענען און לערנען אז ס'גייט א רויעך. און דו קומסט און זאגסט מיר אז ער איז פארדארבן און אדורכגעפוילט. דו ביסט א גוטער. און דו זאגסט אז ער איז פארדארבן נאר ביז'ן גארטל. יענער איז דאך אן אנדערע מין באשעפעניש. זיין מח קען קיין נארמאלער מענטש נישט פארשטיין. אט פארדעם זאג איך איהם זייער ווייניג. און איך טענה כמעט נישט מיט איהם. ווייל א יעדע זאך קומט ארויס קרום פון זיין קרומען קאפ. אבער דיך האביך ביז היינט געהאלטן פאר א מענטש מיט שכל הישר...איך ווייס נישט. איך בין שוין אינגאנצן צומישט. איך וועלל מוזן איבערליינען די נפשי מאגאזינען פונ'ם מאמענט...לאל...!
איך קום און איך פארצייל אז ס'איז דא א געוויסער אדמו"ר וואס ער איז א גרויסער בעל צדקה וחסד. און ער אליינס דארף פאר זיך גארנישט. ער וואוינט מיט די זעלבע פוירניטשור שוין העכער פערציג יאר. און ער האט נישט קיין טראפ לוקסוס. און איך ברענג עטליכע עפיזאדן. דאס איז אויסער וואס ער פיהרט ב"ה אן זיין קהילה אויף זייער א שיינעם וועג. וואו אידן דאווענען און לערנען אז ס'גייט א רויעך. און דו קומסט און זאגסט מיר אז ער איז פארדארבן און אדורכגעפוילט. דו ביסט א גוטער. און דו זאגסט אז ער איז פארדארבן נאר ביז'ן גארטל. יענער איז דאך אן אנדערע מין באשעפעניש. זיין מח קען קיין נארמאלער מענטש נישט פארשטיין. אט פארדעם זאג איך איהם זייער ווייניג. און איך טענה כמעט נישט מיט איהם. ווייל א יעדע זאך קומט ארויס קרום פון זיין קרומען קאפ. אבער דיך האביך ביז היינט געהאלטן פאר א מענטש מיט שכל הישר...איך ווייס נישט. איך בין שוין אינגאנצן צומישט. איך וועלל מוזן איבערליינען די נפשי מאגאזינען פונ'ם מאמענט...לאל...!
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:שושן פורים: דו דערמאנסט מיך פון א געוויסן ניק דא אויף קאווע שטיבל. וואס אין א יעדן ענין וועט ער קומען פונ'ם לינקן פעלד. אזוי צו זאגן. ניין . ביי אונז אין אונגארן האט מען נישט געהערט פון דעם טערמין ווייל די גוים. און די אידן זיכער נישט. האבן נישט געשפיעלט קיין בעיס באלל. אבער דאהי אין אמעריקע און אין קענעדע יא.
איך קום און איך פארצייל אז ס'איז דא א געוויסער אדמו"ר וואס ער איז א גרויסער בעל צדקה וחסד. און ער אליינס דארף פאר זיך גארנישט. ער וואוינט מיט די זעלבע פוירניטשור שוין העכער פערציג יאר. און ער האט נישט קיין טראפ לוקסוס. און איך ברענג עטליכע עפיזאדן. דאס איז אויסער וואס ער פיהרט ב"ה אן זיין קהילה אויף זייער א שיינעם וועג. וואו אידן דאווענען און לערנען אז ס'גייט א רויעך. און דו קומסט און זאגסט מיר אז ער איז פארדארבן און אדורכגעפוילט. דו ביסט א גוטער. און דו זאגסט אז ער איז פארדארבן נאר ביז'ן גארטל. יענער איז דאך אן אנדערע מין באשעפעניש. זיין מח קען קיין נארמאלער מענטש נישט פארשטיין. אט פארדעם זאג איך איהם זייער ווייניג. און איך טענה כמעט נישט מיט איהם. ווייל א יעדע זאך קומט ארויס קרום פון זיין קרומען קאפ. אבער דיך האביך ביז היינט געהאלטן פאר א מענטש מיט שכל הישר...איך ווייס נישט. איך בין שוין אינגאנצן צומישט. איך וועלל מוזן איבערליינען די נפשי מאגאזינען פונ'ם מאמענט...לאל...!
קודם רוף איך שוין אריין אין מאמענט אפיס צו בעטן קאמישן פאר דיין נפשי סובסקריפציע.
איך האב מיר בכלל נישט באצויגן צו דיין ספעציפישע פאל, אויב עקזיסטירט טאקע אזא אדמור וואס ערפילט זיינע אדמורישע פונקציעס צום בעסטן, דאס אליינס איז שוין גענוג. ווער רעדט נאך אויב אין צוגאב צו דעם איז ער א מסתפק במועט פאר זיינע פריוואטע הנאות גשמי, איז דאך אוודאי בעסער. און ווער שמועסט נאך אויב איבער אלעם גיבט ער זיך אוועק פאר יחידים זיי צו העלפן בגשמיות וברוחניות, פארדינט ער מיין פולסטן רעספעקט פלוס.
איך האב מיר באצויגן צום כלל, אסאך מאל ווען מען רעדט פון געוויסע זעלבסט צענטרירטע אדמורים הערט מען פון מאנכע איבער זייער מעשי צדקה וחסד וואס זיי טוען מיט יחידים, אפגערעדט פון דעם וואס אסאך מאל איז עס פון פינגער ארויסגעזויגן, אבער אפילו ווען עס איז יא אמת נעמט עס גארנישט אוועק פונעם דורכגעפוילטקייט פונעם רבי'ן.
קאן זיין אלץ פשוטע איד איז עס ווערט צו באגריסן, אבער אלץ אדמור בלייבט ער א וויסטן דורכפאל פאר היומעניטי ווייל נישט אויף דעם מעסט מען זיין סוקסעס און קרעדיט.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:שושן פורים: איך האבמיך אבער יא באצויגן צו איין געוויסן אדמו"ר. און די אלע זאכן וואס איך האב דא פארציילט האביך געהאט ערשטהאנטיגע אינפארמאציע. נאר איך וויל נישט ארויסשרייבן מער פרטים. מפני חשש (אדער חאשיש) גילוי...
רבותי! דער בערל איז א גלגול פון אלעקסיי
זאג וואס נאך האט דער הייליגער בעל שם גערויכערט אויף די לאנגע נסיעות איבער בערג און טאלן?
געב ארויס סיקרעטס פון וואגן...
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
- געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
- האט שוין געלייקט: 221 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שקד האט געשריבן:פון די מערסטע האבן אויפגעטון סאטמאר און ליובאוויטש פאר'ן כלל.
ליובאוויטש האט די מערסטע אין קירוב און קידוש השם
סאטמאר אין חסד און היימישקייט
קלויזנבורג אין שיעורי תורה - וואס האט עס מיט קלויזענבורג? פריוואטע מענטשן האבען דאס געטון
סקווער הצלה ביקור חולים היימישע באסעס חסד באסעס? דאס איז א פריוואטע ביזנעס. ווען סקווער עגזיסטירט נישט, עגזיסטירען נאכאלס די באסעס. און וואס האט הצלה מיט סקווער? א פאפא'נער חסיד האט עס געגרינדעט, און יעדער שטאט האט עס. ווי קומט סקווער דא אריין?
באבוב בוני עולם א פריוואטע ביזנעס פון א פריוואטע מענטש, גארנישט מיט באבוב. גראדע האבען זיי ניגונים אויך, פאר די וואס גלייכן די זאכען
ברעסלעף געמאכט די נושרים פאר א ערליכע מאוומענט ברסלב איז גראדע א מהלך אין עבודת ה', וואס אסאך טרעפן דארט די פלאץ, פון תלמידי חכמים און עובדים, ביז נושרים און שוואכע מענטשן
בעלז פסיכאלאגיע [color=#FF0000]אזוי גאר? די וועלט האט פסיכאלאגן פון בעלזא? פסיכאלאגן קומען פון קאלעדזשעס, און די פסיכאלאגן אין מוסדות היינטיגע צייטן זענען נישט קיין בעלזער חסידים מער ווי עפעס אנדערש[/color]
סקולען פאר יתומים און ניגונים איך קען נישט קיין יתום וואס האט עפעס באקומען פון סקולען. ווער קען יא?
מאזשיץ ניגונים
תוא''י קירוב
טאהש חסד פאר וועמן? פאר וואס?
ראצפערט היימישע ספרים וסיפורי צדיקים
עס איז דא די וואס טון פאר'ן כלל, אבער מיט די אלע פארטיין האט עס גארנישט. יעדער וואס טוט עפעס פאר יענעם איז אליינס די העלד, נישט די פארטיי צו וועמן ער באלאנגט. און דאס וואס רביס זעלבסט טון להגדיל פארטייאם, איז א ביזנעס ווי יעדער ביזנעס. די זעלבע ייש"כ קומט פאר די רביס ווי פאר די אייגענטומער פון כולל פוד סטאר.
דער אלטער סקולענער האט אויפגעהאדעוועט ביי זיך און שטוב יתומים.
בעלז איז טאקע נישט קיין קאלעזש אבער דער ערשטער חסידישע רבי וואס אריינגערענגט פסיכאלאגן ביים היימישען ציבור
לא באתי לנצח (שולי)