אין מאמענט די וואך ווערט באשריבען די נסיעה קיין אנטארקטיקע ווי פופציג אידן האבן זיך משתתף געווען.
איך גלויב אז די אידן זענען אלע געפארען זעהן נפלאות הבורא, און אפשר געהאט אפאר פניות, אבער דער עיקר סיבה איז ווי געזאגט.
איין הערה, לויט ווי עס שטייט אין אינטערנעט ווערט דארט בכלל נישט טונקעל דער צייט פין יאר, מפיהם שמענו אז איין שעה ווערט יא עטוואס טונקעל, איך גלויב ליבערשט אז קען רעכטע שקיעה איז דארט נישט דא.
אין פוסקים זענען אוודאי דא דיונים ווי אזוי מען ברויך ציילען דו כדי צו מאכן שבת, איך רעד שוין נישט פין די טיים ליין, נאר אויב איז נישטא קיין זעקס טעג איז קען שבת נישטא, און אויב איז נישטא קיין נאכט איז נישטא קיין חיוב שחרית אדער קריאת שמע, און מען קען מאכן דמיונות צו דער שבת פין מדבר, וואס מען ציילט זיבען טעג פאר דער וואס פארלירט חשבון אבער אין אינו דומה כלל.
פונקט ווי עס איז נישטא קיין יום טוב ווען בית דין איז נישט מקדש דער חודש, איז נישטא קיין שבת ווען עס איז נישטא קיין זעקס טעג, די גמרא זאגט אז שבת איז מקודש ועומד, אבער עס איז נישטא קיין זיבעטער טאג בכלל.
ממילא איז דאס אהין גיין דארט א מיטעל פין זיך פטר'ן פין מצוות, אלעס וואס מען דאווענט קען הייסען א תפילות נדבה. תפילין קען זיין אז מען איז יוצא איינמאל פאר זעקס חדשים, און אין די פינסטערע חדשים איז נישטא קיין ציצית ותפילין כלל. און לימוד התורה פין די אלע מצוות איז ווי לערנען הלכתא למשיחא אויך ווען מען קומט צוריק. אבער א ברכה פין נטילת ידים ווען מען שטייט אויף איז לכאורה נישטא ווייל דער רוח רעה איז נישטא ביינאכט. חוץ לויט דער שיטה פין בריה חדשה.
ויש לפלפל עוד. אבער בעיקר איז דער סאטמערער רב זי"ע גערעכט געוועהן אז מען ברויך נישט פארען צו די אלע מקומות.
די נסיעה קיין אנטארקטיקע
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
די נסיעה איז ארגענעזירט געווארן דורך די באוויסטע דניאל אלף פון Dans Deals צוזאמען מיט זיינס א חבר משה הערשקא.
ס'איז זייער אינטערסאנט צו ליינען די ארטיקלעך פון פריער ווי ער באשרייבט אלע הכנות און שאלות וואס מ'האט געדארפט מסדר זיין למשל אז ס'נאר דא געוויסע טעג וואס מ'קען ארויסגיין אויף א שיף צו בלייבן דארט שבת און אז די שיף מיז זיין רוב גוים און נאך שאלות וועגן אלע זמנים (און די קאמענטס אויף די ארטיקלעך איז אויך דא אסאך אינטערסאנטע זאכן).
ארטיקל איבער די הכנות און זיך צו רעגסטרירען און וואס די פלענער זענען
https://www.dansdeals.com/points-travel ... ntarctica/
מ'לאזט זיך ארויס!
https://www.dansdeals.com/points-travel ... ntarctica/
שיעורי דף היומי פאר מענער, חפץ חיים פאר פרויען...גיט שבת פון אנטריקאנטא!
https://www.dansdeals.com/points-travel ... bos-earth/
טריפ נאוטס חלק א
https://www.dansdeals.com/points-travel ... -lifetime/
טריפ נאוטס חלק ב
https://www.dansdeals.com/points-travel ... y-ushuaia/

דוד בן ישי עבדך משיחך