ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל
באמת? איך האלט ס'קען זיין אז ער האט געהאט מעלות רמות, פארדעם אליינס אז ער האט זוכה געווען צו זיין א מנהיג בישראל, און אויך צוליב וואס דער אלטער סקווערער רבי זצוק''ל האט עהם גענומען, וואס גראדע דאס קען זיין, אז ס'נישט קיין סאך פרומע אין דעם לעוול פון יחוס אויך, צו נעמען, ממילא אז דער סקווערער איז געווען א שטארק פרומער האט ער דאס געכאפט.
אבער וויבאלד דער עולם לייגט אריין זיינע היסטארישע מחאות און מחלוקת'ן אין גארביטש קען, און מ'פארדעקט אלעס, דערפאר האב איך עס געוואלט ארויסלייגן.
כ'וועל מער מדקדק זיין מיט דיינע רייד - טייערע בעל עגלה, ער איז נישט געווען קיין פוסק, און נישט קיין אדרעס פון קיין צדקה טיילער, און אוודאי נישט וואונדער ראבינער.
כ'קען שרייבן אסאך מער מעשיות שהיו, וואס ער איז נישט געווען גערעכט דערמיט - אז ער האט פשוט אריינגעשטעקט זיין הייליגע נאז אין יענעמס ביזנעס - במקום אין זיינע אייגענע פראבלעמען.
נאר וואס דען? וואלט מען דן געווען מענדעלע לכף זכות, און געזאגט, פיין, ער מאכט משוגע זיין עולם, אבער אבי ער שלאגט זיך נישט קעגן גרויסמאכטן, נישט קעגן סאטמאר גער בעלז, פיין!
אבער מ'נעמט איינעם, וואס ווייל ער האט געקענט לערנען, און געקענט מאכן א פאני פעיס מיט באלי גלעזער, און ער איז נאך א אלטע מענטש און איז א קנאי, זאל מען עהם מאכן אלץ הוהא!!! קודש קדשים הוא.. איי עמ ווערי סארי, לייג אלעס ארויס אויפן סקעיל.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
דאס אליין אז רבי מאטעלע האט זוכה געווען צי אזא הייליגע ברודער ווייזט שוין אויף עפעס
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
וואלווי האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:דאס אליין אז רבי מאטעלע האט זוכה געווען צי אזא הייליגע ברודער ווייזט שוין אויף עפעס
הער אויף רייכערען גראז פליז...
האסט עפעס בעסערס?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
שקד האט געשריבן:נאר וואס דען? וואלט מען דן געווען מענדעלע לכף זכות, און געזאגט, פיין, ער מאכט משוגע זיין עולם, אבער אבי ער שלאגט זיך נישט קעגן גרויסמאכטן, נישט קעגן סאטמאר גער בעלז, פיין!
אויב דאס איז די איינציגסטע זאך וואס די קענסט דן זיין לכף זכות דער שוואנץ שטייט ער זייער שלעכט.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
גדליה האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:דאס אליין אז רבי מאטעלע האט זוכה געווען צי אזא הייליגע ברודער ווייזט שוין אויף עפעס
הער אויף רייכערען גראז פליז...
האסט עפעס בעסערס?
אודאי נישט. ס'נישט דא קיין בעסערס ווי גראז.
נאר וואס הייב נישט אן מיט די "הייליגע" ברודער קען אוו ווארמס...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- איש חזון
- היימישער באניצער
- הודעות: 528
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
- האט שוין געלייקט: 612 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל
וואלווי האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:דאס אליין אז רבי מאטעלע האט זוכה געווען צי אזא הייליגע ברודער ווייזט שוין אויף עפעס
הער אויף רייכערען גראז פליז...
האסט עפעס בעסערס?
אודאי נישט. ס'נישט דא קיין בעסערס ווי גראז.
נאר וואס הייב נישט אן מיט די "הייליגע" ברודער קען אוו ווארמס...
(גדליה האט זיך באצויגן צו שקד'ס אויסדרוק אויף ר' משה'לע)
וקרב פזורינו מבין הגויים
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 565
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל
וואוו עס האסט זיך דא אריין גערוקט א הייליגע שוואנץ פין די הייליגע רבי ר' מענדלע..
אוי איז ער דא פוער פיו א קעגן גאר א גרויסע מענטש, וואס א יעדער עהרליכע יוד האט פאר איהם שטארק דרך ארץ געהאט.. יעדער האט געוויסט אז מען רעדט פין א גרויסע ערליכע יוד, א אמת'דיגע עובד ד'. (סתם אזוי פארגעס נישט אז מען רעדט פין א זוהן פין די אמרי חיים זצ"ל).
אין ווער ביסטו הרב שקד... וואסטו ביסטו אקעגן איהם ממש גארנישט, איך מיין אז מ'דארף אראפקראצן דער שפיץ פין די ד' זאל ווערן א רי"ש אין ויקרא שמו בישראל שקר... פארקערט פין די אמת פין די וויזשניץ מאנסי רבי זצוק''ל
איך בעט דיך טייערע הרב שקר לאזט אפ דא די אלע טענה'עריי אין גייטס זיי מוחל זיך גרייטן צו די הייליגע ימי החומטין זיך גרייטן צו טרעפן מיט די העיליגע רעבע אין צוזאמען אנ'חומטענען מיט א קו חומטין... איי לאמיר אלע זינגען צוזאמען די הייליגע שיטה הקדושה וכו' וכו' וכו'

- סקרן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1082
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
- געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל
איך האב א געפיהל אז די אינגערמאן וואס וואונט אין די גרעיטער ניו יארק איריא וואס איז אן איפכא מסתברא איד און ווען די לב טהור קולט האט געברענט און יעדער איז געווען דערקעגן איז ער געקומען סתם להגדיל הטראסק עס שטיצען
די זעלבע איז דא ווען קיינער האט קיין גוט ווארט נישט צו זאגען מרכז איז ער צוריק מיט א צווייטער ניק און טוהט די זעלבע
נאר מ'קען נישט אהנהייבען זאגען אז רמ"מ איז הייליג און נארמאל וכו' מ'וועט אהנהייבן פון אויבן אראפ ביז מ'וועט האלטן דארט
ממילא ר' @חכמת שלמה ר' @שקד מאכסט א גוטן שפיל אדערווייל ארבעט עס דו ערוועקסט אלטע חברה אויך נאר אפי' מיט א געים דארף מען זיך וואטשען ווי אזוי מען רעדט
זייטס געזונט

- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שקד האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:ס'מיר א חידוש אז מ'מאכט ר' מענדעלע פון בני ברק ללעג ולקלס, פאר'ן טון זאכן ביי זיך אין חסידות, און ר' מאטעלע פון מאנסי, וואס האט אלץ אריינגעשטעקט די נאז ביי יעדן, און מוחא געווען מימין ומשמאל, קריטיקירט אלץ און אלעמען, ווייל ס'נישט ביי עהם, און גארנישט! ר' מענדעלע הייסט ביים גאס עפעס קאריאוז, און ר' מאטעלע עפעס אזוי גערופענע חריף ונורא מאוד. ס'עקלט מיר.
ווייל הגם ר' מאטעלע איז טאקע נישט געוועהן וועלט'ס פיקח, האט ער קיין נארישקייטן נישט גערעדט ברבים, והראי' עס איז נישטא קיין טעיפ פין אים ווי ער רעדט נארישקייטן. ווייטער ר' מענדעלע יר"ה רעדט כסדר דברים שהשתיקה יפה להם, און דאס איז שוין מיט הייסען אז עס זאל נישט זיין קיין טעיפ.און ר' מאטעלע האט זיך טאקע אריין געשטעקט די נאז ביי זיינע חסידים, אמת, מיט די שעות צעטליך וכו', אבער נישט אויפצובויען וויזניץ און זיך אליין קיין כי הוא זה, נאר אויף אידישקייט און וויפיל מען לערנט, מען האט נישט געמוזט קומען צו טיש, עס איז אנגעגאנגען א נפיחה קטנה. משא"כ דיין לויזע בריאה וואס האט דער באשעפער טיף טייער אויב ווייסט ער וואס דאס איז בכלל.
ר' מאטעלע האט געפייגערט פאר קנאה! דאס איז ער געווען אלע יארן, דערפאר האט ער געשימפט קעגן ר' משה'לע זיין הייליגע ברודער, און אריינגענומען זיין שרוליק וואס איז געווען א פרעכע עזות פנים פאר'ן טאטן - מיטן צוהעלפן דעם מאנסיער צו מאכן א שטונק אז מ'דארף לייטשענען אפ'גט'ן.
ער האט מקנא געווען קרית יואל, און האט גע'כעס'ט ווען זיי האבן זיך געבויעט מימין ומשמאל, ער האט פארלאנגט ירושה פון זיין שווער דער אלטער סקווערער זצ''ל - אבער זיין שווער האט עהם צוריקגעוויזן ווייל ער האט געהאט א בן יחיד פארוועם ער האט עס געוואלט געבן, האט ער געפייניגט זיין שוואגער ווען ער האט נאר געקענט. ר' מענדעלע האט ער קיינמאל נישט אויפגענומען כאטש ר' מענדעלע האט עהם קיינמאל נישט בארעדט, האט ער עהם פאר'מיאוסט.
ס'באקאנט די מעשה פון טאשער צדיק וואס האט געבעטן פון ר' מאטעלע געלט אפצושטעלן מחלוקת. און ר' מאטעלע האט זיך אפגעזאגט - אבי צו פייטן מיט זיין פארשטונקענע קנאות
פאר ווער ס׳וויל וויסן דעם אמת:
איך האב מיך נאכגעפרעגט סיי ביי די וויזניצער און סיי ביי די טאהשער.
די מעשה מיט טאהשער רבי איז נישט אינגאנצן אמת! איינער א לץ האט נאכגעמאכט ר׳ מאטעלע און גערופן טאהשער רבי אויפן טעלפאון בשם ר׳ מאטעלע, און דער טאהשער רבי האט דאס גענטפערט. ר׳ מאטעלע האט קיינמאל נישט גערעדט צום טאהשער רבי וועגן די סקול דיסטריקט....
חוץ מזה זאגסטו אז ר׳ מאטעלע האט גארנישט אויפגעטוהן פארן כלל. דארפסטו וויסן אז ר׳ מאטלע האט איינגעפירט די אייגענע היימישע באס קאמפעני וואס איז געפארן קיין מאנהעטן (און פונדעם איז ארויסגעוואקסן-וויליאמסבורג-ב״פ, מאנסי באסעס שפעטער) טאקע מיט ר׳ יחזקאל אביגדור איינהארן׳ס פאטער הרה״ח ר׳ זיידא איינהארן ז״ל.
ר׳ מאטעלע האט אויך געהאט א גרויסע השפעה פון זיך ארויסציען אינדרויסן פון שטאט. ״סקווירער שטעטל״ איז געוועהן זיין המצאה, ער האט צוגערעדט זיין שווער זיך ארויסצוציען פון שטאט און עפענען א שטעטל. שפעטער האט ער עס אליינס געטוהן- מיט א געוואלדיגע מאס ״מסירות נפש״ איז ער ארויסגעגענגען וואוינען אין מאנסי און איבערגעלאזט זיין גרויסע קהילה אין שטאט, דורך אים זענען טויזנטער אידן שפעטער געגעאנגען וואוינען אינדרוסן פון שטאט. ער האט געהאט א דירעקטע השפעה אויף דעם.
ר׳ מאטעלע איז אפשר נישט געוועהן פערפעקט. ער איז אבער נישט געוועהן איינער וואס האט מקנא געוועהן קרית יואל אדער סאטמאר- סאיז זייער נעריש אזוי צוזאגן. ווער סהאט אים געקענט ווייסט אז דאס איז הוילע שטותים אבי אין דער וועלט אריין. ער איז געוועהן א פרומער, סקען זיין אז ער האט אביסל איבערגעצויגן דעם שטריק, למשל מיט די בילדער וכדומה, אבער א ערליכע מענטש איז ער יא געוועהן, ער האט אלעס געמיינט אמתדיג און לש״ש. קיין אומפארגינער איז ער נישט געוועהן. סאיז אים בכלל נישט אנגעגאנגען וויפל מענטשען יענע חסידות האט וכו׳ וכו׳- דאס וואס דו פרובירסט צוזאגן איז זייער קינדעריש, נעריש, און ליגענט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אין אמתן אריין איז די זעלבע זאך מיט ר׳ מוישלע דער ישועות משה זצ״ל הגם איך האב אים זייער נישט ליב געהאט, ער האט וויי געטוהן מיין באבע ע״ה און מיין משפחה אויף זייער א מיאוסן אופן. דאס וואס ער האט געטוהן מיט זיין זוהן הרה״צ ר׳ ישראל פאר אכצן יאהר גערודפט פאר גארנישט און פאר נישט. מוז מען אבער אנערקענען דעם אמת אז ער איז געוועהן א ערליכע איד און אמתע מענטש. און איז נישט געוועהן א פוסטע שטרויזאק ווי זיין זוהן פון מרכז. יא, ער האט געמאכט ״גראבע טעותים״ אין זיין לעבן, ער איז דורכגעפאלן מיט אסאך זאכן- הונדרעט פראצענט! אבער ער איז נישט געוועהן קיין פוסטע ליידיגער, כל ימיו איז ער געזיצן און געלערנט, געהארעוועט אויף תורה און יר״ש. זיך אפגעהיטן די אויגן, ער האט נישט הנאה געהאט פון דער וועלט, ער איז נישט ארומגעפלויגן מיט פריוואטע-דזשעטס און זיך געבאדן ביים ים. ער איז געוועהן דבוק אינעם אייבערשטען. מיט דעם אלעמען האט ער קיין סאך שכל נישט געהאט און זיך געלאזט פארפירן פון זיין ווייב און זיין יונגערע זוהן. און דאס האט אים ליידער געלייגט אין דער ערד אריין
היינטיגער רבי פון מרכז-דעש האט פאר א שטיקל צייט ניטאמאל געלייגט תפילין- בשעת ער איז געוועהן רב אין שיכון ויז’ניץ. סאיז דא א בריוו צו אים אינטערגעשריבן פון אלע זיינע שוועסטערס סקווירא, בעלזא, סאטמאר,ארנסטר, ווי זיי געבן אים מוסר היתכן ער לייגט נישט קיין תפילין און דאווענט נישט קיין מנחה וכו׳
איך בין טאקע נישט קיין חסיד פון ר׳ מוישעלע, איך האלט אז ער האט פארהארגעט וויזניץ- א הערליכע חסידות געבויעט דורך גרויסע צדיקים און חכמים ווי דער צמח צדיק, אהבת ישראל, אמרי חיים זצ״ל. אבער איך בין מודה על האמת אז ר׳ מוישלע איז געוועהן פין די גרעסטע מתמידים פון אלע רביס נאך די קריג. און זיין דאווענען איז געוועהן איין שטיק הארץ און מקען דאס נישט אינגאנצן אוועקמאכן.
היינטיגער רבי פון מרכז-דעש האט פאר א שטיקל צייט ניטאמאל געלייגט תפילין- בשעת ער איז געוועהן רב אין שיכון ויז’ניץ. סאיז דא א בריוו צו אים אינטערגעשריבן פון אלע זיינע שוועסטערס סקווירא, בעלזא, סאטמאר,ארנסטר, ווי זיי געבן אים מוסר היתכן ער לייגט נישט קיין תפילין און דאווענט נישט קיין מנחה וכו׳
איך בין טאקע נישט קיין חסיד פון ר׳ מוישעלע, איך האלט אז ער האט פארהארגעט וויזניץ- א הערליכע חסידות געבויעט דורך גרויסע צדיקים און חכמים ווי דער צמח צדיק, אהבת ישראל, אמרי חיים זצ״ל. אבער איך בין מודה על האמת אז ר׳ מוישלע איז געוועהן פין די גרעסטע מתמידים פון אלע רביס נאך די קריג. און זיין דאווענען איז געוועהן איין שטיק הארץ און מקען דאס נישט אינגאנצן אוועקמאכן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל
שבת אחים האט געשריבן: פאר ווער ס׳וויל וויסן דעם אמת:
די מעשה מיט טאהשער רבי איז נישט אינגאנצן אמת! איינער א לץ האט נאכגעמאכט ר׳ מאטעלע און גערופן טאהשער רבי אויפן טעלפאון בשם ר׳ מאטעלע, . ר׳ מאטעלע האט קיינמאל נישט גערעדט צום טאהשער רבי וועגן די סקול דיסטריקט....
ר׳ מאטלע האט איינגעפירט די אייגענע היימישע באס קאמפעני , ר׳ מאטעלע האט אויך געהאט א גרויסע השפעה פון זיך ארויסציען אינדרויסן פון שטאט. ״סקווירער שטעטל״ איז געוועהן זיין המצאה, ער האט צוגערעדט זיין שווער זיך ארויסצוציען פון שטאט און עפענען א שטעטל. שפעטער האט ער עס אליינס געטוהן- מיט א געוואלדיגע מאס ״מסירות נפש״ איז ער ארויסגעגענגען וואוינען אין מאנסי און איבערגעלאזט זיין גרויסע קהילה אין שטאט, דורך אים זענען טויזנטער אידן שפעטער געגעאנגען וואוינען אינדרוסן פון שטאט. ער האט געהאט א דירעקטע השפעה אויף דעם.
ר׳ מאטעלע איז אפשר נישט געוועהן פערפעקט. ער איז אבער נישט געוועהן איינער וואס האט מקנא געוועהן סאטמאר.
כ'דארף כאפן די אטעם פון היסטערישע געלעכטער..
די גאנצע ילד שעשועים איז ר' מאטעלע'ס געדאנק, ער האט געהאט א דירעקטע השפעה.. אויך די פייפער אין גאנץ מאנסי, אויך די קופת עזרה, ביקור חולים, הצלה אין שבת, די גאנצע יודישקייט נאכן מלחמה איז צו פארדאנקן ר' מאטעלע, ער האט איינגעפירט דרשו, און 'מפעל הש''ס' בוני עולם און לאסורים, אלעס קומט דירעקט פון פיליס טעראר, און כ'דארף דערמאנען, אויך קרן הצלה און תומכי שבת, און שומרים, גמ''ח מיסקי, חסד לאברהם, איז געווען זיין רעיון.
שבת אחים האט געשריבן: די זעלבע זאך מיט ר׳ מוישלע דער ישועות משה זצ״ל הגם איך האב אים זייער נישט ליב געהאט, ער האט וויי געטוהן מיין באבע ע״ה און מיין משפחה אויף זייער א מיאוסן אופן. דאס וואס ער האט געטוהן מיט זיין זוהן הרה״צ ר׳ ישראל פאר אכצן יאהר גערודפט פאר גארנישט און פאר נישט. מוז מען אבער אנערקענען דעם אמת אז, ער האט געמאכט ״גראבע טעותים״ אין זיין לעבן, ער איז דורכגעפאלן מיט אסאך זאכן- הונדרעט פראצענט! ער האט נישט הנאה געהאט פון דער וועלט, ער איז נישט ארומגעפלויגן מיט פריוואטע-דזשעטס. ער איז געוועהן דבוק אינעם אייבערשטען. מיט דעם אלעמען האט ער קיין סאך שכל נישט געהאט און דאס האט אים ליידער געלייגט אין דער ערד אריין
איך האלט אז ער האט פארהארגעט וויזניץ.
יעדע ווארט א בריליאנט!
כ'וויל זאלסט פארציילן גאנצע מעשיות; אנגעהויבן, פארוואס מ'האט ארויסגעווארפן שרוליק, און פארוואס ר' מאטעלע האט געהאלטן אז ר' משה'לע דארף זיך גט'ן, און פארוואס יחזקאל אביגדור איז געזעצן, און פארוואס שערי חמלה איז געווען 'זיין' דאגה, און פארוואס די פייפער איז 'ווידער' געווען זיין דאגה, פארוואס מ'האט נישט געמעגט רופן הצלה אין זיין שול, פארוואס 'ער' האט געגעבן כוס של ברכה פאר א עוכר ישראל און מסור - קענט גריביץ אין זיין אייגענע סוכה, פארוואס פון וועשניץ ווילכאוויטש איז נישט ארויסגעקומען קיין איין חסד ארגאניזאציע נאר זויערע מחאות און טענות אויף יעדע יוד. פארוואס מ'האט געפראוועט קנאות אויף יעדן צוליב די שיטת סאטמאר אבער מאיר פאריטשער איז געווען זיין אויבנאן גאסט בימים הנוראים, און ווער ס'האט ''מוחא''' געווען האט געכאפט מכות רצח - ביי עהם אין שטוב ואין פוצה פה!
פארוואס 'ער' איז געווען באליידיגט אויף זיין ברודער אלע יארן, פארוואס 'ער' האט געטריצט מיט ר' אהרן א לאנגע תקופה, פארוואס 'ער' האט געפייניגט זיין זון 'פיניע' און עהם אוועקגעשיקט פון זיך - און גענומען שרול בדומה לו, פארוואס לייזער פון ירושלים האט זיך געמוטשעט מיט שלום בית וועגן זיין טאטע האט עהם פארשיקט קיין ירושלים, און די שטוב איז צעפאלן, אבער ס'געפאלן אויף טויבע אויערן, און מ'האט צעטיילט די קינדער. פארוואס ווען ס'איז ארויסגעפאלן איינער פון די משפחה, צו שרוליק'ס חיים מאיר, צו שרוליקס דריטע זון, צו לייזער'ס קינדער, האבן קרובים ארום - זיי געהאלפן, סקווער האט אריינגענומען זייער אפפאל, באבוב האט אריינגענומען זייערע נושרים פון זיין אייגענע משפחה, און פארוואס איז ער 'נישט' ארומגעפלויגן מיט קיין דזשעטס.. ניין! נאר געגאנגן צופיס.. איבער'ן וועלט צוזאמקאלעקטן ריזן אסטראנאמישע סומעס און אהיימגעקומען מיט א 'ברינגס-טראק' קעש.. און ווער האט באקומען פון די געלט? 'נאר' וועמען פון די קינדער ס'האבן עהם געקענט נאכטאנצן. הזמן יכלו והם לא יכלו... קודם פארצייל על הסדר די '''אמת'''' און נאכדעם וועט מען הערן פונעם חריף טובא דער אור האמת'ר.. הכ''מ
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
רבותי, מ׳זאל זיך האלטן רואיג. ביי שקד איז הרב מאטעלע וויזניצער אין די זעלבע שטאפל ווי דער חזו"א. ער פירט א מערכה מיט ביידער. עס איז גוט און פיין. איך בין נישט אזא וויזניץ מאנסיער חסיד, אבער שקד קען מען לאזען לעבן. סה"כ, זענען די צוויי נישט אין די זעלבע שטאפל ווי זיין רבי, וואס האט פארפאסט אסאך בעסערע חיבורים, און נאכאנאנד מוחה געווען אויף זיין אייגענע שטוב דזשוליקעס. זיין אייניקלעך זענען פיל שענער ווי דער חזו"א׳ס אייניקלאך, און זיך געהיטן פון באציאונגן מיט פארפוילטע פאליטישענ׳ס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:רבותי, מ׳זאל זיך האלטן רואיג. ביי שקד איז הרב מאטעלע וויזניצער אין די זעלבע שטאפל ווי דער חזו"א. ער פירט א מערכה מיט ביידער. עס איז גוט און פיין. איך בין נישט אזא וויזניץ מאנסיער חסיד, אבער שקד קען מען לאזען לעבן. סה"כ, זענען די צוויי נישט אין די זעלבע שטאפל ווי זיין רבי, וואס האט פארפאסט אסאך בעסערע חיבורים, און נאכאנאנד מוחה געווען אויף זיין אייגענע שטוב דזשוליקעס. זיין אייניקלעך זענען פיל שענער ווי דער חזו"א׳ס אייניקלאך, און זיך געהיטן פון באציאונגן מיט פארפוילטע פאליטישענ׳ס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מ'פארציילט נאך, אז מ'האט אמאל געפרעגט אזא פארשוין ווי דו, א פּעסטער ליטאי, וואס איז דאס אז דו טרעפסט אלץ אויס אויף יעדע חסידישע רבי עפעס א בינטל זינד?
האט ער געענטפערט גאר איינפאך; ס'שטייט דאך הדבק בדרכיו.. ביי גאט ב''ה איז דאך הן בקדושיו לא יאמין.. נו, איך בין אויך מדקדק מיט זיי כחוט השערה..
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
איך כאפ נישט פונקט די רעלעוואנס? דו ביסט א ליטוואק? פארוואס זוכסטו פעלערס אין א חסידישע רבי ווי ר׳ מאטעלע?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
בני ברק:
נאך א לענגערע זיצונג פון האחים האדמורי"ם שליט"א, האט מען אפגעמאכט אז דער רבי ז"ל וועט גערופן ווערן אור השבת.
רמזים אויף אור השבת
א) או"ר השב"ת (עה"א) איז גימ' מש"ה יהוש״ע ב"ן חיי"ם מאי"ר (עה"א).
אזוי ווי די 'אהבת שלום', וואס איז גימ' מנח"ם מענדי"ל ב"ן יעק"ב קאפי"ל.
ב) אין די דברי תורה האט דער רבי ז"ל אסאך ארום גערעדט פון די פיר זאכן וואס זענען מרומז אין 'שבת':
1. שבת (כפשוטו).
2. תורה (תורת שבת).
3. אמונה (עי' ד"ת ליש"ק בראשית תש"ס).
4. קדושה וטהרה (עי' ד"ת ליש"ק שמות תשל"ה ועוד, שבת- רומז לקדושת היסוד).
ג) די גאנצע מהות איז דאך ווי באוויסט געווען "שבת"!
די ווארט שבת איז ווי זיין לעבנס בייעגראפיע.
ד) שבת איז בחינת יעקב - והאכלתיך נחלת יעקב, בחי' תפארת, און דער רבי ז"ל איז דאך געווען דער מכריע צווישן חסד און גבורה. ווען פון איין זייט א ווארעמע טאטע פאר יעדן חסיד און פון די צווייטע זייט א תובע וואס האט מדריך געווען אָן קיין פשרות.
און ווי פאסיג וועט טאקע זיין זיך אויסצודרוקן: 'דער רבי, די אור השבת ז"ל', און דאס וועט אריין געבן דעם ריכטיגן מעסעדזש צו שטארקן אונז און אונזערע דורות אויפ'ן גאנצן מהות פונעם רבי'ן.
אזוי אויך "תלמוד תורה אור השבת", "ספר אור השבת", וכדו'
נאך א לענגערע זיצונג פון האחים האדמורי"ם שליט"א, האט מען אפגעמאכט אז דער רבי ז"ל וועט גערופן ווערן אור השבת.
רמזים אויף אור השבת
א) או"ר השב"ת (עה"א) איז גימ' מש"ה יהוש״ע ב"ן חיי"ם מאי"ר (עה"א).
אזוי ווי די 'אהבת שלום', וואס איז גימ' מנח"ם מענדי"ל ב"ן יעק"ב קאפי"ל.
ב) אין די דברי תורה האט דער רבי ז"ל אסאך ארום גערעדט פון די פיר זאכן וואס זענען מרומז אין 'שבת':
1. שבת (כפשוטו).
2. תורה (תורת שבת).
3. אמונה (עי' ד"ת ליש"ק בראשית תש"ס).
4. קדושה וטהרה (עי' ד"ת ליש"ק שמות תשל"ה ועוד, שבת- רומז לקדושת היסוד).
ג) די גאנצע מהות איז דאך ווי באוויסט געווען "שבת"!
די ווארט שבת איז ווי זיין לעבנס בייעגראפיע.
ד) שבת איז בחינת יעקב - והאכלתיך נחלת יעקב, בחי' תפארת, און דער רבי ז"ל איז דאך געווען דער מכריע צווישן חסד און גבורה. ווען פון איין זייט א ווארעמע טאטע פאר יעדן חסיד און פון די צווייטע זייט א תובע וואס האט מדריך געווען אָן קיין פשרות.
און ווי פאסיג וועט טאקע זיין זיך אויסצודרוקן: 'דער רבי, די אור השבת ז"ל', און דאס וועט אריין געבן דעם ריכטיגן מעסעדזש צו שטארקן אונז און אונזערע דורות אויפ'ן גאנצן מהות פונעם רבי'ן.
אזוי אויך "תלמוד תורה אור השבת", "ספר אור השבת", וכדו'
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 565
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שקד. דיין גאנצע תגובה איז אנגעפילט מיט שטותים און הבלים, א טוץ פון שקרים. כגיי דיר ניטאמאל אפפרעגן. מקען עס זעהן ווען דו שרייבסט ר׳ מאטעלע האט פארשיקט ר׳ אליעזר קיין ירושלים... קודם דארפסטו מאכן אביסל ריסורדזש. ר׳ מאטעלע האט קיינמאל נישט געשיקט ר׳ אליעזר קיין ישראל! אזויפיל וואלסטו נאך געמעגט וויסן...
ר׳ אליעזר איז אנטלויפן קיין ארץ ישראל ער האט פאר זיבן/אכט יאהר נישט געקענט אריינקומען קיין אמעריקע!
ר׳ אליעזר האט געהאט א גמ״ח און זעהט זיך אויס אז ער האט ״עפעס״ געטוהן וואס איז נישט ליגעאל.
די FBI האט בטעות איין פארטאגס אנגעקלאפט אויפן טיהר פון הרה״ח ר׳ אלעזר האגער ז״ל פון ב״פ (פאטער פון הנגידים ר׳ נפתלי און ר׳ יעקב מנחם. ר׳ אלעזר איז געוועהן א ווינזצער חסיד און א קאסובער אייניקל) זיי האבן אים געוואלט ארעסטירן. למעשה האבן זיי זיך געכאפט זייער טעות און אים געלאזט גיין. ער איז דאן ארויס פון זיין שטוב און אויפגעזוכט א פובליק-טעלעפאן און גערופן ר׳ אליזער האגער. א פאר שעה נאכדעם איז ער געוועהן אויף א פליגער מיט א פאלשע פאספארט. ער איז צוריקגעקומען אכט יאהר שפעטער דורך קאנאדא.
וועגן אלע אנדערע זאכן וואס דו שרייבסט וועל איך דיר נאך אפשר ענטפערן איין טאג. דיין גאנצע תגובה איז איין שטיק גארבעדזש אן קיין טראפ אמת- ווי למשל ר׳ מאטלע זאל האבן געפייניקט ר׳ פנחס שלום, דו הייבסט נישט אן צו וויסן וואס טוט זיך מיט דיין לעבן, יעדער וואס קען אביסל מאנסי וויזניץ און ליינט דיין תגובה קוקט דיך אן ווי א פשוטע משוגענער... אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל].
ר׳ אליעזר איז אנטלויפן קיין ארץ ישראל ער האט פאר זיבן/אכט יאהר נישט געקענט אריינקומען קיין אמעריקע!
ר׳ אליעזר האט געהאט א גמ״ח און זעהט זיך אויס אז ער האט ״עפעס״ געטוהן וואס איז נישט ליגעאל.
די FBI האט בטעות איין פארטאגס אנגעקלאפט אויפן טיהר פון הרה״ח ר׳ אלעזר האגער ז״ל פון ב״פ (פאטער פון הנגידים ר׳ נפתלי און ר׳ יעקב מנחם. ר׳ אלעזר איז געוועהן א ווינזצער חסיד און א קאסובער אייניקל) זיי האבן אים געוואלט ארעסטירן. למעשה האבן זיי זיך געכאפט זייער טעות און אים געלאזט גיין. ער איז דאן ארויס פון זיין שטוב און אויפגעזוכט א פובליק-טעלעפאן און גערופן ר׳ אליזער האגער. א פאר שעה נאכדעם איז ער געוועהן אויף א פליגער מיט א פאלשע פאספארט. ער איז צוריקגעקומען אכט יאהר שפעטער דורך קאנאדא.
וועגן אלע אנדערע זאכן וואס דו שרייבסט וועל איך דיר נאך אפשר ענטפערן איין טאג. דיין גאנצע תגובה איז איין שטיק גארבעדזש אן קיין טראפ אמת- ווי למשל ר׳ מאטלע זאל האבן געפייניקט ר׳ פנחס שלום, דו הייבסט נישט אן צו וויסן וואס טוט זיך מיט דיין לעבן, יעדער וואס קען אביסל מאנסי וויזניץ און ליינט דיין תגובה קוקט דיך אן ווי א פשוטע משוגענער... אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל].
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שקד/שקר האט געשריבן:
פארוואס פון וועשניץ ווילכאוויטש איז נישט ארויסגעקומען קיין איין חסד ארגאניזאציע נאר זויערע מחאות
איך האב לכתחילה געטראכט דיך צו איגנארירן. אבער איך קען נישט דורכלאזן אויף מיין פיקל אזא גראבע פרעכע ליגענט:
שקרן וכזבן!!!
רעב איד איך בין איבער די פערציג, אין מיין גאנץ לעבן בין איך אסאך ארומגעפארן און זיך געדרייט אין פארשידנע פלעצער און אין פארשידנע קהילות. איינע פון די ערשטע זאכן אויף וואס איך קוק אייביג אריין איז די ״חלק הגשמיות״ פון יעדע רעליגעזע אינסטאטוציע, זייער ״צדקה וחסד״, און פון מיין עקספירענס איז ״סאטמאר״ און ״מאנסי-וויזניץ״ די גרעסטע בעלי חסד פון אלע קהילות אויף די וועלט...
איך ווייס נישט וויאזוי דו שעמסט זיך נישט צוזאגן אזעלכע הוילע ליגענט אין פנים אריין. יעדער וואס האט זיך אמאל געדרייט אין ״מאנסי-וויזניץ״ אין שיכון כתר ניו יארק ווייסט גאנץ גוט די געוואלדיגע צדקה וחסד וואס גייט ארויס פון די פלאץ. שוין פאר צענדליגער יאהרן שטעלן זיי צו ״אכילה שתיה לינה״ מיט א ״ברייטע הארץ״ פאר א יעדע פרעמדער איד וואס באווייזט זיך דארט! יעדע ״ארחי פרחי״ העלפן זיי ארויס דארט. אזעלכע טייערע אידן, גבאי צדקה ווי הרה״צ ר׳ פנחס שטערן וואס לעבן ממש פאר יענעמס וועגן. הרה״ח ר׳ אייזיק שניצלער ז״ל וואס האט טאג און נאכט געטראגן ״יענעמס דאגות״ און געהאלפן טויזנטער אידן מיט מסירות נפש ממש. הרה״ח ר׳ זעליג מענדלאוויטש וכו׳ וכו׳
פונקט פאר צוויי וואכן צוריק בין איך געוועהן אין קראון הייטס אין א רעסטעראנט האב איך געטראפן דארט א וואוילער תימנער-איד וואס איך קען שוין פאר בערך צוואנציג יאהר. ער האט זיך פאר יאהרן געוואלגערט אין פארשידנע פלעצער און געשלאפן אין הקדש. היינט האט ער שוין חתונה געהאט און פירט א אייגענע שטוב. יעדע מאל איך טרעף אים זאגט ער מיר ״אין מאנסי וויזניץ איז פארהאנען אסאך אהבת ישראל,זיי האבן מיר אייביג ארויסגעהאלפן מיט וואס איך האב נאר געדארפט״...
איך קען דיר איין זאך זאגן. איך בין געוועהן אין בערך הונדערט ״חב״ד הייזער״ אויף דער וועלט. איך האב נישט געזעהן אזויפיל ״צדקה וחסד״ אין אלע 100 חב״ד הייזער אינאיינעם ווי סאיז דא אין ״מאנסי וויזניץ״!
חב״ד פארקויפט ״רוחניות״, זיי וועלן דיר צושטעלן תפילין און א מנין אבער פרוביר זיי צו בעטן א בעט וואו צו שלאפן... קוים א גלאז וואסער... גארנישט! זעראו!
ר׳ מאטעלע אליינס איז געוועהן א געוואלדיגע ״בעל צדקה״ פון די גרעסטע רביס-בעלי צדקה אויף דער וועלט זינט די גרינדונג פון חסידות... פון די גרעסטע ממש...
און נישט נאר פאר זיינע אייגענע מענטשען נאר פאר יעדע קהילה און חסידות פלעגט ער געבן גרויס געלט.
נאך מיין חתונה פלעג איך אסאך דאווענען אין א קליינע שוהל לעבן מיין הויז אין ב״פ. דארט האט געדאווענט א איד וואס פלעגט זיין די מנהל כללי פון קלויזנבורגער מוסדות, פלעגט ער מיר פארציילן אז פאר יאהרן לאנג ווען ער איז געוועהן די מנהל המוסדות פלעגט ער אנהאלטן א טשעק פון ר׳ מאטעלע אפאר מאל א יאהר, יעדע מאל פאר ער האט חתונה געמאכט א קינד אדער א אייניקל פלעגט ער שיקן אויף די פאסט א טשעק פון צווישן 500 און 750 דאללער (אין 1980-1990 יאהרן איז עס געוועהן גאר א שיינע נדבה!- נאכדערצו אפאר מאל א יאהר!)
איך האב מיך זייער געוואונדערט פארוואס דוקא געט ר׳ מאטעלע נאר פאר קלויזנבורג. בין איך געגעאנגען פרעגן די ״יודעי דבר״ האבן זיי מיר געזאגט ״ער פלעגט שיקן פאר אלע מוסדות״ נישט נאר קלויזנבורג נאר אלע. דרך אגב מקען הערן אויף די טעיפ פון כ״א כסלו נאך ווען ר׳ יואליש האט געלעבט ווי מ׳רופט אויס וויזניצער רבי פון מאנסי 360$ א הערליכע סכום דאן- ספעציעל פאר איינער וואס האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין סאטמאר, און ספעציעל אין יענע צייטן ווען ר׳ מאטעלע איז געוועהן א ארימאן ממש. אפגערעדט אין די יאהרן וואס ער האט געהאט געלט פלעגט ער ״ווארפן געלט״ פאר יעדעם איינעם וואס איז אים נאר געקומען בעטן. איך קען אנפילן גאנצע בלעטער וואס איך אליינס ווייס, ערשט האנטיגע מעשיות..
מקען שוין מיינען וויפל מאהל אין זיינע נייציג יאהר פון זיין לעבן ער האט מוחה געוועהן קעגן א צווייטען? סה״כ קעגן זיין ברודער, קעגן סאטמאר, איין מאל אויף סקווירא וועגן אריינלאזן טעלעוויזע און אים אראפכאפן אן קיין רשות??? מוראדיג! מקען מיינען ער האט ממש יעדע וואך מוחה געוועהן ביי של״ס... רוב היינטיגע רביס האבן אסאך ״גרעסערע חטאים״ ווי ר׳ מאטעלעס מוחאות...! נאכדערצו אז ער האט זיך צום סוף איבערגעבעטן מיט יעדעם אויף וועמען ער האט מוחה געוועהן!
א שאנדע און א בושה וואס דו שרייבסט דא... רעדסט נאך אויף יענעם? ווער ביסטו? וואס האסטו געטוהן אין דיין לעבן פאר א צווייטן??? אלע דיינע תגובות איז אנגעפילט מיט האס, גיפט, שקרים, און דיינע אייגענע אגענדעס... קיין איין ווארט אמת- א בארג פון שקרים!!!
פרעגסט נאך פארוואס ״שערי חמלה״ איז געוועהן ר׳ מאטעלע׳ס דאגה??? און פארוואס איז ״מאנסי-וויזניץ״ דיין דאגה???
הרה״צ רבי מרדכי חנא פוקס זצ״ל איז געוועהן אין וויען מיטן אהבת ישראל, און מאיז דורכגעגענען א געשעפט וואס האט פארקויפט ברילן, און דער מוכר איז געשטאנען אינדערויסן און געשריגן ״ברילן- ברילן- ברילן״ האט רבי מרדכי חנא זיך אנגערופן די איינציגסטע ברילן וואס איך וואלט געוועהן פאראינטערסירט איז ברילן וואס מקען נאר אריינקוקן אין ״זיך״ און נישט ארויסקוקן אויף ״יענעם״...
מאנסי-וויזניץ איז א איידעלע חסידות וואס באשטייט פון אמתע ערליכע (און אביסל פאנאטישע) אידן. מקען זאגן אז זיי זענען אביסל צוריקגעשטאנען אין געוויסע זאכן, אבער חס וחלילה צוזאגן אז זיי זענען נישט קיין אמתע ערליכע אידן מיט אהבת ישראל. פונקט פארקערט, עולם הפוך ראיתי. איידלע וויואלע אידן וואס מיינען עס אמתדיג. איך זעה נאכנישט קיין איין חסידות אויסער סאטמאר וואס טוט אזויפיל צדקה און גמ״ח ווי זיי. קיין איינס נישט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- אלטער_איד
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
ענדליך איינער אנגענומען פאר אן ערליך איד... איך האב גארנישט געהאט מיט אים. אבער יעדער ערליכער איד ווייסט אז ער איז געווען א צדיק... דיפרענט ווי אנדערע אפשר, אבער נישט ווערד מען זאל אים און זיינע חסידים אזוי בארעדן..
בדרך אגב אויב איך האב נישט קיין טעות, איז חיים זאב הערבסט א וויזניצער? אויב יא האט זיך חברים אנגעהויבן אין וויזניץ.
בדרך אגב אויב איך האב נישט קיין טעות, איז חיים זאב הערבסט א וויזניצער? אויב יא האט זיך חברים אנגעהויבן אין וויזניץ.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 4
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 4:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
יא, ריכטיג. זיין נאמען איז ישעי' זאב ערפס אן אקטיווע פאראמעדיק אין די מאנסי הצלה פאר אסאך יאהרן און ער האט געגרינדעט די גאנצע מושג פון חברים וואס קאהן פון בארא פארק האט שפעטער געקאפיעט און פרובירט צו נעמען די קרעדיט פאר זיך.
איך געדענק מיט יאהרן צוריק ווען ער האט פארעפענטליך א קליינע צעטיל אין גרויסן ביהמ"ד אין מאנסי וועגן זיין פלאן צו גרינדן אזא ארגענעזאציע. נישט זיכער וועלכע יאהר עס איז געווען.
איך געדענק מיט יאהרן צוריק ווען ער האט פארעפענטליך א קליינע צעטיל אין גרויסן ביהמ"ד אין מאנסי וועגן זיין פלאן צו גרינדן אזא ארגענעזאציע. נישט זיכער וועלכע יאהר עס איז געווען.