רכבת קסטנער די קאסטנער באן
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 82
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2016 4:51 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
קאסטנר׳ס משפט
3 מאהל 1 שעה
זעהר אינטעסאנט
Sent from my iPhone using Tapatalk
3 מאהל 1 שעה
זעהר אינטעסאנט
Sent from my iPhone using Tapatalk
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
ר' בערל
אויב דו ביזט מסכים אז זיי האבן דאס בכוונה פארהוילן, איז אביסל 'אבסורד' צו זאגן אז ס'זאל נישט האבן קיין שייכות צו זייער אידעאלאגיע.
איך האב געטראפן א אשכול אויף אייווועלט אויף דעם ענין, זעלבסטפארשטענדליך אז זייער אינפארמאציע קומט פון די סאטמערע היסטאריקער א שטייגער ווי ר' סענדר ז"ל, אבער זיי גיבן אן עטליכע 'וועריפייעבל' פרטים.
ס'קוקט אויס מאדנע אז דער חלום האט ארויפגערוקט דעם רבין אויפן באן, אבער נאכמער מאדנע איז אז א באן וואס האט געדארפט ראטעווען ציונישע שישקעס (איך מיין אז אויף דעם פרט איז דא יעדער מסכים) זאל בכלל ארויפלאזן דעם רבין.

אויפריכטיג האט געשריבן:ווי באקאנט האט הרה"ח חכם וסופר ר' סענדר דייטש ז"ל ברייט באשריבן די גאנצע פראצעס פון קאסטנער און זיין ראלע אין די וועלט מלחמה, ער איז נאכגעגאנען די פאקטן און די היסטאריע פון יענער צייט (באקאנט די ביכער: "די צווייטע וועלט מלחמה", "חורבן אונגארן") און באזונדער האט ער אראפגעשריבן די גאנצע הצלה פון רבי'ן זי"ע קודם אין דעם ספר "שנת החמישים" וואס איז ארויסגעקומען אין תשנ"ה ביים דינער כ"א כסלו, דארט איז עס באשריבן סיי אין לשון קודש און סיי אין אידיש, און דערנאך האט ער עס באשריבן אין זיין מייסטערהאפטע ספר "בוצינא קדישא".
איך האב פונקט לעצטענס געהערט די יערלכיע דרשה פון ר' סענדר ביי די כ"א כסלו דינער שנת תשנ"א דארט האט ער ארומגערעדט איבער די טענה פון די ציונים אז זיי האבן געראטעוועט דעם רבי'ן און דער רבי איז ח"ו א כפוי טובה,
וז"ל בערך:
..."ס'איז געווען דעמאלט, די היגע צייטונגען האבן געגאסן פעך און שוועבל קעגן רבי'ן, זיי האבן געשריבן, אז דער סאטמארער רבי פייערט קעגן די ציונים און קעגן דער מדינה, און ער אליין האט זיך געראטעוועט דורך די ציונים.
"הגם די גאנצע זאך איז א שקר גמור, ווי מ'ווייסט זיי האבן בכלל נישט בדעה געהאט צו ראטעווען דעם רבי'ן. נאר די פרומע עסקנים אין פעסט האבן איינגעלייגט וועלטן און באצאלט גרויס געלט אז דער רבי זאל אריינגענומען ווערן אינעם טראנספארט קיין בערגן בעלזן.
"אויסער דעם ווייס מיר אונז דאך, אז מ'האט אזוי געפירט מן השמים, חוץ לדרך הטבע. עד כדי כך אז דער שווער פון קאסטנער, ד"ר פישער פון קלויזנבורג, האט אליין געהייסן פאר זיין איידעם קאסטנער'ן, אריינצונעמען דעם רבי'ן אין טראנספארט על פי מעשה שהיה, מיט דעם חלום, וואס די מוטער פון ד"ר פישער איז אים געקומען צו חלום.
"די מוטער פון ד"ר פישער איז געווען אן ערליכע אידישע פרוי, זי האט געשטאמט פון פרומע אידישע עלטערן. און זי איז נישט געגאנגען אין אייגענע האר. איז זי געקומען צו חלום צו איר זון ד"ר פישער, - פישער איז געווען דער פירער פון אידישן ראט אין קלויזנבורגעק געטא, - און זי האט אים געזאגט אז אויב דער סאטמארער רבי וועט נישט אריינגענומען ווערן אין טראנספארט וועט דער גאנצער פלאן דורכפאלן. ערשט דעמאלט האט קאסטנער מסכים געווען אריינצונעמען דעם רבי'ן אין טראנספארט.
"דאס איז נישט קיין מעשה'ס. שוין נאך דער באפרייאונג, ווען דער רבי איז שוין געווען אין דער שווייץ, האט ד"ר פישער אליין מודה געווען און דערציילט פאר'ן רבי'ן, אז זיי האבן נישט בדעה געהאט צו ראטעווען דעם רבי'ן, וואס איז געווען א גרויסער שונא פון די ציונים, און ער האט דערציילט פאר'ן רבי'ן די מעשה פונעם חלום מיט זיין מאמע, און אז צוליב דעם האבן זיי מסכים געווען אריינצונעמען דעם רבי'ן אין דעם טראנספארט קיין פעסט.
"אויך קאסטנער אליין, האט ביים קאסטנער פראצעס ערקלערט, אז זיין שווער ד"ר פישער האט זיך נישט אריינגעמישט וועמען מ'זאל ארייננעמען אין דער רשימה, און ער האט פאר קיינעם נישט אינטערווענירט, אויסער אין איין פאל, ווען זיין שווער פישער האט געפאדערט אריינצונעמען דעם סאטמארער רבי'ן.
אויב מ'זאל זאגן אז די ציוניסטן האבן געראטעוועט, קאסטנער האט געראטעוועט וועט אויסקומען קורט בעכער ימש....
"על כל פנים די ציוניסטן מצד עצמם פון זיך אליין האבן זיכער נישט געוואלט ראטעווען דעם רבי'ן, נאר מן השמים האט מען אזוי געפירט, אז דער רבי זאל ניצל ווערן, לשום לנו שארית בארץ ולהחיות אותנו לפליטה גדולה.
"אבער די היגע טריפה'נע צייטונגען האבן געהעצט און געשומפט קעגן רבי'ן, - "דער סאטמארער רבי האט זיך געלאזט ראטעווען דורךך די ציוניסטן, און איצט קעמפט ער קעגן זיי און קעגן דער מדינה!
.....
"אין דער טראנספארט וואס איז ארויסגעפארן פון פעסט, אויפ'ן וועג צו שווייץ, זענען געווען קרוב צו 1700 אידן, גענוי 1684 אידן, רובא דרובא זענען געווען פרייע, מתבוללים נעאלאגען, און פירער פון די ציוניסטישע פארטייען, נאר די האט מען אריינגענומען אין טראנספארט. דער רבי ז"ל איז געווען איינער צווישן געציילטע רבנים פון גאנץ אונגארן, וואס זענען געווען אין יענעם טראנספארט.
....
ס'קוקט אויס מאדנע אז דער חלום האט ארויפגערוקט דעם רבין אויפן באן, אבער נאכמער מאדנע איז אז א באן וואס האט געדארפט ראטעווען ציונישע שישקעס (איך מיין אז אויף דעם פרט איז דא יעדער מסכים) זאל בכלל ארויפלאזן דעם רבין.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
אן אויסערגעווענדליכער דאקומענטערי איבער קאסטנער, בהשתתפות דעם גאנצן עולם; די איבערלעבער, זיין משפחה, דער מערדער, און אפי' א פגישה צווישן די לעצטע צוויי.
ביי 1:11 טענה'ט די משפחה אז קאסטנער האט געבעטן דעם סאטמאר'ער רב ז"ל אז ער זאל מעיד זיין לטובתו, אבער דער רבי האט גענטפערט: "דו האסט מיר געראטעוועט? דער אייבערשטער האט מיר געראטעוועט, נישט דו."
איז דא עפעס אינפארמאציע איבער דעם?

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבער ווען זיי זאגען אויס, וואלטען זיי נישט געקענט ראטעווען דער באן וואס זיי האבען יא געראטעוועט. דאס איז געווען א ספק ביי זיי וועלכע צד צו נעמען, א וודאי הצלה פון די זייט אדער א ספק פון א גרעסערע הצלה. ווער קען פסקנ'ן?
ליטוואק פון בודאפעסט: די 2 פאסירונגען זענען נישט געשעהן אין די זעלבע צייט. און ממילא קענמען נישט זאגן אז הא בהא תליא.זיי זענען כראנאלאגיש פארגעקומען ממש אין די 2 אנדערע עקן פון די דייטשע קאנטראל אויף אונגארן. די קאנספיראציע פון קאסטנער וחבריו נישט צו פארציילן פאר די אונגארישע אידן וואס ס'ווארט זיי פון די נאציס, ימ"ש איז געווען אין אנהייב גלייך נאכדעם וואס זיי האבן איבערגענומען קאנטראל פון אונגארן. און די געשיכטע מיט'ן אזוי-גערופענעם קאסטנער טרעין איז פארגעקומען אין יאר 1944. ווען די דייטשן, ימ"ש האבן שוין געליטן מפלות אויף אלע פראנטן. און קאסטנער האט נאך אויסגענוצט די לעצטע געלעגנהייט פון דעם טרעין וואס די נאציס האבן ערלויבט ארויסצופארן. אויס צו פרעסן געלט און ווייזן זיין מאכט און קאנטראל. סטראשענדיג א סאך אידן אז ער וועט זיי אראפווארפן פונ'ם טרעין. ממילא ביניך נוטה צו גלייבן די סאטמאר'ע ווערסיע אז מ'האט באצאלט גרויסע סכומים געלט פאר'ן סאטמאר'ע רעבי'ן אז ער זאלל קענען ארויפגין אויפ'ן טרעין. ממילא קומט זיך איהם נישט קיין גרויסע הכרת הטוב. נאר דאך. עפעס א שטיקל. אבער אלס א רעטער פון די אידן קען ער זיכער נישט פאררעכנט ווערן...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יעקב מענטש האט געשריבן:רבי בערל און הרב ליטוואק.
דא האסטו פון מן המיצר, ס'איז גאנץ קלאר אז די ציונים האבן געוואלט אז די אידן זאל אומקומען און דייקא צוליב זייער ציונותאחד הדברים הקשים שוי' מטיח במוסדות הלאומיים הוא שני מכתבים שהביא שליח משוויץ. האחד מסאלי מאיר, נציג הג'וינט בשוויץ, בתשובה לבקשה להעביר כסף כדי לשחד את הנאצים ולעצור את ההשמדה באירופה כולה. סאלי מאיר, הודיע שהדרישות לכסף מוגזמות, וכן שלפי חוקי ארצות הברית אסור להעביר כסף למדינות הציר. המכתב השני היה מכוון, "לאחוזת מרעיו של שוואלב בפרסבורג". נתן שוואלב היה הממונה מטעם ההסתדרות הציונית בשוויץ, והמכתב היה מכוון לשליחים בפרסבורג. להלן המכתב (מן המצר, עמוד צב)
מאחר שמזדמן שליח הוא כותב להחבריא שעליהם לזכור תמיד, את הדבר היותר נחוץ שהוא העיקר שצריך שיהיה נגד פנינו תמיד, שסוף כל סוף ממלכות הברית ינצחו. ואחר הנצחון יחלקו את העולם מחדש בין העמים, כמו שעשו בסוף המלחמה הראשונה. ואז פתחו לפנינו את הדרך למען צעד הראשון – ועתה ככלות המלחמה עלינו לעשות הכל שארץ ישראל תתהוה למדינת ישראל, וכבר נעשו צעדים חשובים בדבר הזה. ועל הזעק הבא מארצנו, צריכים אנו לדעת כי כל העמים בני ממלכות הברית שופכים דם לרוב, ואם אנו לא נביא קרבות במה אפוא נקנה את הזכות לגשת אל השלחן בשעה שיעשו את החלוקה של העמים והארצות אחר המלחמה, ואם כן שטות ואפילו חוצפה הוא מצדנו לשאול מאת הגויים ששופכים את דמם, שהם יתנו רשות להביא את כספם למדינת אויבם, להגן על הדם שלנו - - כי רק בדם תהיה לנו הארץ. זהו מה שנוגע להכלל - ומה שנוגע אליכם בני החבורה, אתם טיילו, ולמען זה אני מזמין לכם כסף בדרך שחור על ידי שליח זה.
http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=2316
http://www.daat.ac.il/daat/hungary/document/43.htm
יעקב מענטש: ס'איז שוין היסטאריש פעסטגעשטעלט געווארן אז די לאזונג פון ..."רק בדם תהיה לנו הארץ"... איז א בייזוויליגער בילבול אויף די ציוניסטישע פיהרערס אין אייראפע. ס'נישט אז זי זענען געווען אזעלכע וואוילע יונגלעך. נאר דאס האט מען אנגעשמירט אויף זיי אין קאנטעקסט פון ראטעווען דאס אייראפעישע אידנטום. דאס איז טענדענציעז אריינגעשמוגלט געווארן אין די טרענסקריפטס פון די פארהאנדלונגען. דער זאץ איז געזאגט געווארן אין אנ'אנדערע צייט. און אונטער גענצליך אנדערע אומשטענדן. די אידישע/ציוניסטישע פיהרערס אין פאלעסטינע ביים אנהייב פון די ערשטע וועלט מלחמה האבן שטארק אגיטירט (צוזאמען מיט ענגלאנד) אז די אידישע יוגנטליכע זאללן זיך אנשליסן אין די בריטישע ארמיי. כדי צו באקעמפן די טערקן און דייטשלאנד. מיט די טענה אז נאך די (ערשטע) וועלט מלחמה ווען די פעלקער וועללן צו טיילן די לענדער. און זיי וועללן קומען מיט די טענה אויף ארץ ישראל. וועללן זיי נאר קענען קומען מיט א טענה אז זיי האבן אויך עפעס מקריב געווען פארדעם ניצחון. אויף דעם גייט ארויף די לאזונג פון..."רק בדם תהיה לנו הארץ"...נאר מענטשן מיט זייטיגע קעגן אינטרעסן האבן עס בכוונה געפעלשט...!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
דער אמת'ע סיבה פארוואס די ציונים האבן נישט געוואלט געבן אויסלייז געלט איז געווען, ווייל ס'האט פשוט נישט געארבעט. אין קאשוי למשל, האט מען געגעבן אויסלייז געלט, וואס מיינסטו איז געשען? א וואך שפעטער זענען שוין אלע געווען אויף די באנען.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רביה"ק זי"ע: נישט נאר אין קאשוי. נאר אין ווארשעווער געטא. און אויך אין לאדזשער געטא. און נאך צענדליגע אנדערע פלעצער האבן די נאציס ימ"ש גענומען דאס געלט און צוגעזאגט אויפ'ן העפליכסטן אופן אז אלעס וועט זיין ארדענונג. און זיי האבן אויסגעשפיעלט די אידן אין א יעדן פאל. למשל. אין ווארשעווער געטא האבן די הויפט נאציס געפאדערט פון די אידן ראט אז זיי זאללן צושטעללן א גרויסן סכום פון געלט און גאלד דזשולערי. און דער הויפט נאצי האט געזאגט פאר דעם אידישן הויפט פון יודנראט..."איך געב איהנען מיין עהרן ווארט. אז מ'וועט נישט טשעפען די אידן. און ער האטציך געהעריג אויסגעלאכט. און זיי האבן אנגעהויבן מיט די דעפארטאציעס גלייך קיין אוישוויץ...! און דער זעלבער נאצי וויסליצעני, ימ"ש וועלכער האט אנגעפיהרט מיט די פארהאנדלונגען מיט די אידן אין סלאוואקיע. ער האט אין 4 טעג ליקווידירט דעם גאנצן אידישן ישוב אין גריכנלאנד. און זיי גראד דעפארטירט קיין אוישוויץ...! נו, האט מען איהם געקענט טראסטן?!. די אידן האבן זיך נעבעך איינגערעדט אז ער האט די הסכמה פון בערלין אויף די פארהאנדלונגען אפצושטעללן די דעפארטאציעס...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ידעתי בערל ידעתי, אז ס'געווען נאך אסאך אזעלכע מעשיות. די זאך איז נאר אז די געשיכטע פון קאשוי האב איך אליינס געהערט פון א איד וואס האט עס מיטגעלעבט. אויב זאג איך נישט קיין ליגן, האב איך עס געהערט אין אן אינטערוויאו אויף קול מבשר.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רביה"ק זי"ע: ס'זענען דא 2 הויפט פארפירערישע פאלשקייטן וואס די היימישע פראפאגאנדע צושפרייטער וויללן איינרעדן פאר'ן עולם. הויפטזעכליך דורך הרב סענדער דייטש זכותו יגון עלינו. אין דער איד...1) אז יואל בראנד איז געווען אן ערליכער איד. אדער לכה"פ א מאדערנער. ווייל מ'שרייבט נישט אפילו איין ווארט של גנאי. כדרכם. און דער פאקט אז ער האט געוואוינט מיט א גוי'טע. און ר'האט אפילו נישט געקענט רעדן אידיש. נאר די פארשאלטענע שפראך דייטש דערמאנט מען אפילו נישט ברמיזה...! (2 : אז ר' מיכאל בער ווייסמאנדל. ווען ר'איז געגאנגען פארהאנדלען מיט די נאציס איז ער געגאנגען מיט זיין חסיד'ישן לבוש. און בארד און פיאות. איך האב געזעהן א פיקטשער פון איהם.ער איז געווען פארשטעלט פאר א גוי. נאר ליידער, האט ער נישט אפגענאר'ט די פארשאלטענע נאציס, ימ"ש. זיי האבן די גאנצע צייט געוואוסט אז ער איז א איד. דאס איז דאך געווען א חלק פון זייער מערדערישן שווינדל. זיי האבן געוואלט ארויסנארן דאס געלט פון די אידן. און ווייטער אנגיין מיט זייערע רציחות און דעפארטאציעס...!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
ונבנתה העיר האט געשריבן:אן אויסערגעווענדליכער דאקומענטערי איבער קאסטנער, בהשתתפות דעם גאנצן עולם; די איבערלעבער, זיין משפחה, דער מערדער, און אפי' א פגישה צווישן די לעצטע צוויי.
ביי 1:11 טענה'ט די משפחה אז קאסטנער האט געבעטן דעם סאטמאר'ער רב ז"ל אז ער זאל מעיד זיין לטובתו, אבער דער רבי האט גענטפערט: "דו האסט מיר געראטעוועט? דער אייבערשטער האט מיר געראטעוועט, נישט דו."
איז דא עפעס אינפארמאציע איבער דעם?
Kasztner's Train by Anna Porter
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
שלום עליכם מיין אלטע גוטע פריינד
לענינינו
נניח דער סברה אז משחד זיין די רשעים האט קיינמאל נישט געהאלפן, מסכים, טאקע א סברה, נו אויב אזוי אודה לי בזה אז לפי"ז מוז זיין אז די הצלה פון רבי'ן זצ"ל איז געווען עפעס א מין נס גלוי שאין דוגמתו, אז בהסכמת הרוצחים הארורים האט דער רבי במלא הדרתו אריבער מארשירט די שווייצער גרעניץ לחירות עולם. אזוי נישט מיר נישט דיר.
נאכאמאל, לאמיר אריינטראכטן וואס דא איז פארגעגאנגען, ווען מ'רעדט פון די א"ג "קאסטנער באן" רעדט מען דא נישט פון עפעס א אונטערערדישע רעטונגס מיסיע זיך ארויסצושווערצן במחתרת מידי הרשעים, ניין ניין ניין, מ1רעד מיר דא פון א טראנספארט תחת הסכמת דעם ארכי רוצח אייכמאן ימ"ש, ווי דער מלאך המשחית הרע בעל כרחך יענה אמן. איך ווייס באמת נישט צו דורכאויס דער גאנצער האלאקאוסט האט אזא מין זאך פאסירט,
איך זעה נישט עפעס אנדערש ווי נאר אז דער יד ה' האט אזוי מאנעוורירט דעם עסק אז דער צדיק הדור זאל ניצול ווערן פאר הצלת הדור לפליטה גדולה.
לענינינו
נניח דער סברה אז משחד זיין די רשעים האט קיינמאל נישט געהאלפן, מסכים, טאקע א סברה, נו אויב אזוי אודה לי בזה אז לפי"ז מוז זיין אז די הצלה פון רבי'ן זצ"ל איז געווען עפעס א מין נס גלוי שאין דוגמתו, אז בהסכמת הרוצחים הארורים האט דער רבי במלא הדרתו אריבער מארשירט די שווייצער גרעניץ לחירות עולם. אזוי נישט מיר נישט דיר.
נאכאמאל, לאמיר אריינטראכטן וואס דא איז פארגעגאנגען, ווען מ'רעדט פון די א"ג "קאסטנער באן" רעדט מען דא נישט פון עפעס א אונטערערדישע רעטונגס מיסיע זיך ארויסצושווערצן במחתרת מידי הרשעים, ניין ניין ניין, מ1רעד מיר דא פון א טראנספארט תחת הסכמת דעם ארכי רוצח אייכמאן ימ"ש, ווי דער מלאך המשחית הרע בעל כרחך יענה אמן. איך ווייס באמת נישט צו דורכאויס דער גאנצער האלאקאוסט האט אזא מין זאך פאסירט,
איך זעה נישט עפעס אנדערש ווי נאר אז דער יד ה' האט אזוי מאנעוורירט דעם עסק אז דער צדיק הדור זאל ניצול ווערן פאר הצלת הדור לפליטה גדולה.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
גאלד האט געשריבן:איך זעה נישט עפעס אנדערש ווי נאר אז דער יד ה' האט אזוי מאנעווירט דעם עסק אז דער צדיק הדור זאל ניצל ווערן פאר הצלת הדור לפליטה גדולה.
פונקט פארקערט, די סטרא אחרא האט אויך א כח צו מאכן נסים. עיין ערך מלחמת ששת הימים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איין בילליאן מאל האט ער געזאגט אז ס'נישט געווען קיין נסים, און איין בילליאן מאל אז ס'יא געווען. אויב איך געדענק גוט, גייט עס מיט אן אם תמצא לומר: ס'נישט געווען קיין נסים, ואם תמצא לומר אז יא, איז געווען מכח די סטרא אחרא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
איך דענק נישט פונקטליך.
עפעס האב איך געליינט אין די תולדות פון רבי מיכאל בער זי"ע אז איינער פון די פראקורן אדער זשורנאליסטן זענען געקומען צו רבי מיכאל בער זי"ע אז ער זאל מעיד זיין ביים פראצעס, און רבי מיכאל בער האט געענטפערט בלא, און געהאט מיט אים א לענגערע שמועס וואס איז געבליבן אין געהיים (דער פראקור אדער זשורנאליסט האט קיינמאל געוואלט ארויסגעבן וואס זיי האבן גערעדט בפקודת הרב ז"ל) שפעטער האט ער געשיקט א נאוט צו ר' מיכאל בער זי"ע מיט די ווערטער "הרב צודק"

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איין בילליאן מאל האט ער געזאגט אז ס'נישט געווען קיין נסים, און איין בילליאן מאל אז ס'יא געווען. אויב איך געדענק גוט, גייט עס מיט אן אם תמצא לומר: ס'נישט געווען קיין נסים, ואם תמצא לומר אז יא, איז געווען מכח די סטרא אחרא.
דא שרייבט די סי איי עי (נישט גאלד פון ק"ש) אז די מדינה האט qualitative superiority אין אלע הינזיכטן.
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
און דא קענט איר הערן לעבעדיגע עדות פון ראבערט מעקנעמער, דער דעמאלטסדיגער אמעריקאנער פארטיידיקונגט מיניסטער אונטער פרעזידענט לינדען דשאנסאן, (אזוי ווי היינט דשעימס מעטטיס אונטער טראמפ)
וזה לשונו:
"דאן - [הארט איידער די 6טאג מלחמה] - האבן מיר געהאט דורכגעפירט 3 זעלבסשטענדיקע אפשאצונגען וואס דער אויסקום וועט זיין אין פאל פון א מלחמה צווישן איזראעל מיט עגיפטן, אלע 3 האבן געוויזן אז אן קיין שום ברעקיל ספק אז איזראעל וועט זיגן, איך דענק אז מיר האבן געשאצט אז אויב איזראעל וועט אטאקירן קודם, וועלן זיי זיגן אין 7 ביז 10 טאג, אויב ווידער איזרעאל וואלט געדארפט אפשלאגן א עגיפטישער אטאקע וואלטן זיי געזיגט און 14 טאג."

- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
גאלד האט געשריבן:און דא קענט איר הערן לעבעדיגע עדות פון ראבערט מעקנעמער, דער דעמאלטסדיגער אמעריקאנער פארטיידיקונגט מיניסטער אונטער פרעזידענט לינדען דשאנסאן, (אזוי ווי היינט דשעימס מעטטיס אונטער טראמפ)
וזה לשונו:
"דאן - [הארט איידער די 6טאג מלחמה] - האבן מיר געהאט דורכגעפירט 3 זעלבסשטענדיקע אפשאצונגען וואס דער אויסקום וועט זיין אין פאל פון א מלחמה צווישן איזראעל מיט עגיפטן, אלע 3 האבן געוויזן אז אן קיין שום ברעקיל ספק אז איזראעל וועט זיגן, איך דענק אז מיר האבן געשאצט אז אויב איזראעל וועט אטאקירן קודם, וועלן זיי זיגן אין 7 ביז 10 טאג, אויב ווידער איזרעאל וואלט געדארפט אפשלאגן א עגיפטישער אטאקע וואלטן זיי געזיגט און 14 טאג."
הייסט אז אין זעקס טעג זיגן איז כו״ע מודה אז עס איז א נס, מיט דעם קען מען פארענטפערן די קשיא פונעם בית יוסף...
אין ע סיריעס נאוט: די נסים זענען נישט אזוי ווייט אז זיי האבן געזיגט, ווי דאס וויאזוי, וויפיל, ווען, און מיט וואס זיי האבן געזיגט, די צווייטע וועלט מלחמה איז אויך באזיגט געווארן נאך 6 יאר און מיליאנען פאטאליטעטן, משא״כ מלחמת ששת הימים.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
גאלד האט געשריבן:נאדיר א סיריעס נאוט
האסט ערנסט געמיינט אז נסים מיינט אז א פייער אפפער נידערט אראפ פון שמי מרום דייקא אינעם אומגעגנט פון הר הכרמל, און נעמט ארויף אלע מיליטערן מיט אייזערנע וועגענער, און שליידערט זיי אריין אין נחל כוש, און פלאקן פון פייער פליען ארום און די פריע פארטאגס שטונדן ביזן גענצליך פארטיליגן די נישט גוטע...???
ניין, און ניין!!!
גשמיות׳דיגע באמבעס, מיט שליחים פון גאט אין מיליטערישע מונדירן, מיט א שטארקע אמונה, ״און אסאך ניסים״.
יא אומפאראויסגעזענע שטרויכלונגען, און אומפאראויסגעזענע לעזונגען, איין לימוד זכות האב איך אויף אייך און אויף אייערע מקורות, אז איר ווייסט אז ארץ ישראל מלומד בניסים, ממילא האט איר אנגענומען פאר א פשטות אז הכא נמי.
איך דערמאן זיך יעצט א דאקאמענטרי, איבער א גרופע סאלדאטן וואס האבן געדארפט אריבערגיין א מינע פעלד, זיי האבן געהאט אפאר שעה ביז עס ווערט טאג, זיי האבן פרובירט אלע מיטלן אבער בדרך הטבע וואלטן זיי נישט געקענט ענדיגן אין צייט, פלוצלינג איז געקומען א ווינט וואס איז א זעלטענהייט אין גולן, און אויפגעדעקט אלע מינעס.
ווען די גרופע סאלדאטן גייען ווען יענע נאכט על קידוש השם, וואלט ישראל נאכאלץ באזיגט, און אלע נביאות פון די FBI וואלט געווען אמת, אבער די נס גלוי וואס הקב״ה האט באוויזן יענעם נאכט, ווערט פארצייכנט אלס איינס פון די פיל ניסים וואס גאט האט באוויזן.