רכבת קסטנער די קאסטנער באן

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

אנטשולדיגט די נס איז געווען ביים יום כיפור מלחמה, אבער דון מינה ואוקי באתרה.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

ווען די גרופע סאלדאטן וואלטן געבליבן אונדערהיים וואלטן זיי דאך זיכער איבערגעלעבט, נאר דער אייבישטער ברוב רחמיו האט זיי מציל געווען פון דעם פעקל וואס די ציונים האבן זיי אנגעמיירעט.

נ"ב כל הנ"ל איז אם תמצי לומר איך זאל מקבל זיין די באבע מעשה.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

גאלד האט געשריבן:ווען די גרופע סאלדאטן וואלטן געבליבן אונדערהיים וואלטן זיי דאך זיכער איבערגעלעבט, נאר דער אייבישטער ברוב רחמיו האט זיי מציל געווען פון דעם פעקל וואס די ציונים האבן זיי אנגעמיירעט.

נ"ב כל הנ"ל איז אם תמצי לומר איך זאל מקבל זיין די באבע מעשה.

ווען די גרופע סאלדאטן מיט זייערע חברים בלייבן אינדערהיים, וואלט געווען א שחיטה אויף כלל ישראל, און די ציונים וואלטן געווען שילדיג, און מען וואלט למפרע געזעהן אז די רבי וואלט געקענט זיין גערעכט.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

א שאד דער צייט זיך צו טענה'ן. מדינת ישראל איז נולד געווארן פון דער שואה וואס די שואה אליין לדעת סאטמאר איז געקומען מחמת ציוניזם. גיי פארשטיי. מדינת ישראל האט אריינגענומען דער שארית הפליטה, כולל ר' יואל'יש, וואס קיין שום מדינה האט נישט געוואלט אויף א ריזיגן פארענם און אעפ"כ איז עס הורתה ולידתה בטומאה. גיי ווידער פארשטיי. און אז ר' יואל'יש איז ניצל געווארן ווייל אנדערע זענען נישט ארויף אויפן באן און ער ופמליתו האבן גענומען זייערע פלעצער איז עס א נס שלא כדרך הטבע און ווידער פרואוו פארשטיי. און אז ר' יואל'יש האט זיך נישט אנגערירט דאס בארד ווייל ער איז געווען אין א ווי.איי.פי אפטיילונג וואו ער האט זיך געהאלטן באזונדער און זיך נישט משתתף געווען איז דער צער פון אנדערע בשעת ווען אנדערע זענען געווען אין א שטענדיגע געפאר און האבן זיך יא געמוזט שערן דאס בארד איז אודך א נס, און אפילו א ראיה אז זיינע מלאכים שטייגן איבער אנדערע. און אז אנדערע זענען נאכן קריג צוריקגעפארן צו זייערע אלטע קהילות, כולל דער ברך משה, און אינזיענען געהאט די שארית הפליטה און ר' יואל'יש איז געבליבן אין שווייץ און דערנאך קיין א"י איז אויך א ראיה ווי א גרויסער רועה נאמן ער איז געווען. און אז מדינת ישראל האט זיך אויפגעשטעלט אין געציילטע יארן צו ווערן א מאכט מיליטעריש זיך צו פארטיידיגן קעגן אירע שונאים און סתם אלס א מדינה טאר מען אפילו נישט זאגן א הודו לה' משא"כ כ"א כסלו וואס האט פאסירט אין א חורבן וואס עס איז אזוינס נישט געווען אין דער היסטאריע פון מענטשהייט דארף מען זינגן בך בטחו און חסדי ה' און מאכן א יו"ט לדורות.

ס'איז נישט מעגליך דא ארויסצוקריכן. די וואס ווילן גלייבן אז די ג' שבועות שטייגן אלעס איבער וועלן זיך נישט איבערצייגן פון גארנישט, זיי האבן אלטערנאטיווע פאקטן פון חלומות ואיש כפתרון חלומו יחלמו.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די אפשאצונגן פון די סי. איי. עי. נעמט אין חשבון א דריי פראנטיגע מלחמה? עס ליגט מיר אין קאפ אז נישט, אבער נישט זיכער.

עכ"פ, א שוואכע נושא, וואס, באדדי, יעקב שפירא און די ס אטמוירים באשעפטיגן זיך דערמיט. אין די אקטועלע וועלט זוכט מען צו ענדיגן די חודש, וכסיפור הראגאטשאווער גאון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

צפור בודד האט געשריבן:א שאד דער צייט זיך צו טענה'ן. מדינת ישראל איז נולד געווארן פון דער שואה וואס די שואה אליין לדעת סאטמאר איז געקומען מחמת ציוניזם. גיי פארשטיי. מדינת ישראל האט אריינגענומען דער שארית הפליטה, כולל ר' יואל'יש, וואס קיין שום מדינה האט נישט געוואלט אויף א ריזיגן פארענם און אעפ"כ איז עס הורתה ולידתה בטומאה. גיי ווידער פארשטיי. און אז ר' יואל'יש איז ניצל געווארן ווייל אנדערע זענען נישט ארויף אויפן באן און ער ופמליתו האבן גענומען זייערע פלעצער איז עס א נס שלא כדרך הטבע און ווידער פרואוו פארשטיי. און אז ר' יואל'יש האט זיך נישט אנגערירט דאס בארד ווייל ער איז געווען אין א ווי.איי.פי אפטיילונג וואו ער האט זיך געהאלטן באזונדער און זיך נישט משתתף געווען איז דער צער פון אנדערע בשעת ווען אנדערע זענען געווען אין א שטענדיגע געפאר און האבן זיך יא געמוזט שערן דאס בארד איז אודך א נס, און אפילו א ראיה אז זיינע מלאכים שטייגן איבער אנדערע. און אז אנדערע זענען נאכן קריג צוריקגעפארן צו זייערע אלטע קהילות, כולל דער ברך משה, און אינזיענען געהאט די שארית הפליטה און ר' יואל'יש איז געבליבן אין שווייץ און דערנאך קיין א"י איז אויך א ראיה ווי א גרויסער רועה נאמן ער איז געווען. און אז מדינת ישראל האט זיך אויפגעשטעלט אין געציילטע יארן צו ווערן א מאכט מיליטעריש זיך צו פארטיידיגן קעגן אירע שונאים און סתם אלס א מדינה טאר מען אפילו נישט זאגן א הודו לה' משא"כ כ"א כסלו וואס האט פאסירט אין א חורבן וואס עס איז אזוינס נישט געווען אין דער היסטאריע פון מענטשהייט דארף מען זינגן בך בטחו און חסדי ה' און מאכן א יו"ט לדורות.

ס'איז נישט מעגליך דא ארויסצוקריכן. די וואס ווילן גלייבן אז די ג' שבועות שטייגן אלעס איבער וועלן זיך נישט איבערצייגן פון גארנישט, זיי האבן אלטערנאטיווע פאקטן פון חלומות ואיש כפתרון חלומו יחלמו.

האלא! שערי לצנות לא ננעלו. קארני רעטאריק מאכט נאך נישט גערעכט אדער אמת. על ראשון ראשון. ציוניזם איז נולד געווארן כמעט 40 יאר איידער די שואה. סאטמאר רבי האט עמגרירט קיין פאלעסטינע ווען די ענגעלענדער האבן נאך באלעבאטעוועט, דער רבי האט מיט אונטערווענצן געדארפט זיך איינגעהאנדלט סערטיפיקאטן, נישט אז ס'מאכט אויס, נאר למען הפונקטליכקייט. דער רבי'ס בארד איז א פלא נפלא וואס קיינער האט נאך דערווייל נישט קיין לאגישער הסבר און דיין א"ג ווי.איי.פי. איז טאקע נאך א פלא אז די רוצחים זאלן נישט טשעפען דעם צדיק און נישט פוגע זיין בדיקנו קדישא. דער איינציגער מענטש וואס מ'ווייסט זאל דורכגיין די אויפזוכט פון די נאציס און בלאבן מיטן בארד און פולן טאקט. מדינת ישראל פארטיידיקט זיך טאקע קעגן שונאים אבער גיי פארשטיי וואס די מציאה איז דא, כלל ישראל כאפט א מכת הרג חרב ואבדן פון די יורפעאישער רוצחים, לויפט מען צו די מיטל מזרח זיך גראדשענען מיט אראבער! מ'שאפט מיט געוואלד פרישע שונאים למען השם זיך צו פארטיידיקן! גיי פארשטיי.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די אפשאצונגן פון די סי. איי. עי. נעמט אין חשבון א דריי פראנטיגע מלחמה? עס ליגט מיר אין קאפ אז נישט, אבער נישט זיכער.

עכ"פ, א שוואכע נושא, וואס, באדדי, יעקב שפירא און די ס אטמוירים באשעפטיגן זיך דערמיט. אין די אקטועלע וועלט זוכט מען צו ענדיגן די חודש, וכסיפור הראגאטשאווער גאון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מאן יימר איינער איז "באשעפטיגט", אונז האמיר איין אפיניען איבער דעם, וואס שטימט פונקט נישט מיט דיין אפיניען, נישט קשה.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן

שליחה דורך צפור בודד »

גאלד האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:א שאד דער צייט זיך צו טענה'ן. מדינת ישראל איז נולד געווארן פון דער שואה וואס די שואה אליין לדעת סאטמאר איז געקומען מחמת ציוניזם. גיי פארשטיי. מדינת ישראל האט אריינגענומען דער שארית הפליטה, כולל ר' יואל'יש, וואס קיין שום מדינה האט נישט געוואלט אויף א ריזיגן פארענם און אעפ"כ איז עס הורתה ולידתה בטומאה. גיי ווידער פארשטיי. און אז ר' יואל'יש איז ניצל געווארן ווייל אנדערע זענען נישט ארויף אויפן באן און ער ופמליתו האבן גענומען זייערע פלעצער איז עס א נס שלא כדרך הטבע און ווידער פרואוו פארשטיי. און אז ר' יואל'יש האט זיך נישט אנגערירט דאס בארד ווייל ער איז געווען אין א ווי.איי.פי אפטיילונג וואו ער האט זיך געהאלטן באזונדער און זיך נישט משתתף געווען איז דער צער פון אנדערע בשעת ווען אנדערע זענען געווען אין א שטענדיגע געפאר און האבן זיך יא געמוזט שערן דאס בארד איז אודך א נס, און אפילו א ראיה אז זיינע מלאכים שטייגן איבער אנדערע. און אז אנדערע זענען נאכן קריג צוריקגעפארן צו זייערע אלטע קהילות, כולל דער ברך משה, און אינזיענען געהאט די שארית הפליטה און ר' יואל'יש איז געבליבן אין שווייץ און דערנאך קיין א"י איז אויך א ראיה ווי א גרויסער רועה נאמן ער איז געווען. און אז מדינת ישראל האט זיך אויפגעשטעלט אין געציילטע יארן צו ווערן א מאכט מיליטעריש זיך צו פארטיידיגן קעגן אירע שונאים און סתם אלס א מדינה טאר מען אפילו נישט זאגן א הודו לה' משא"כ כ"א כסלו וואס האט פאסירט אין א חורבן וואס עס איז אזוינס נישט געווען אין דער היסטאריע פון מענטשהייט דארף מען זינגן בך בטחו און חסדי ה' און מאכן א יו"ט לדורות.

ס'איז נישט מעגליך דא ארויסצוקריכן. די וואס ווילן גלייבן אז די ג' שבועות שטייגן אלעס איבער וועלן זיך נישט איבערצייגן פון גארנישט, זיי האבן אלטערנאטיווע פאקטן פון חלומות ואיש כפתרון חלומו יחלמו.

מדינת ישראל פארטיידיקט זיך טאקע קעגן שונאים אבער גיי פארשטיי וואס די מציאה איז דא, כלל ישראל כאפט א מכת הרג חרב ואבדן פון די יורפעאישער רוצחים, לויפט מען צו די מיטל מזרח זיך גראדשענען מיט אראבער! מ'שאפט מיט געוואלד פרישע שונאים למען השם זיך צו פארטיידיקן! גיי פארשטיי.

הלאו. כלל ישראל גייט ענדליך ארויס מקושי השעבוד פון מצרים, לויפט מען קיין ארץ ישראל זיך גראדשענען מיט די ז' עממין! מ'שאפט מיט געוואלד פרישע שונאים למען השם זיך צו פארטיידיקן! גיי פארשטיי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז נישט מעגליך דא ארויסצוקריכן. די וואס ווילן גלייבן אז די ג' שבועות שטייגן אלעס איבער וועלן זיך נישט איבערצייגן פון גארנישט, זיי האבן אלטערנאטיווע פאקטן פון חלומות ואיש כפתרון חלומו יחלמו
.
ציפור בודד:לויט ווי איך נעם ארויס איז דיין תגובה היפש סארקאסטיש. איך וועלל מיך נישט מתווכח זיין מיט די נקודות וואס דו ווילט ארויסברענגען. איך ווילל דא נאר מעורר זיין איבער די אומ-פונקטליכקייטן וואס דו שרייבסט דא. צוערשט. די פלעצער וואס ר' יואל'יש מ'סאטמאר און זיין פמליא האבן גענומען זענען אלע געווען באצאלטע פלעצער. וואס קאסטנער האט געטון מיט דעם געלט. דאס איז שוין זיין ביזנעס. דיין פאלשע אדער בייזוויליגע באהויפטונג כאילו אוועקצומאכן די וויכטיגקייט פון דעם פאקט אז דער סאטמאר'ע רב האטציך נישט געדארפט אפשערן זיין בארד. כאילו אז ער האטציך אריינגעלייגט אין די אזוי גערופענע ווי. איי. פי. סעקשאן. כאילו מרצונו. דארפסטו וויסן (אויב דו ווילסט הערן. און ס'שטימט מיט דיין בייזוויליגע אגענדא) איך האב געטון ריסוירטש און אויסגעפונען אז די נאציס, ימ"ש האבן געהאט, ספעציעל אין בערגן בעלזן לאגער, פארשידענע לעוולס פון שטרענגקייט און קאנדישאנס וויאזוי זיי האבן געהאלטן זייערע פריזאנערס. קיינער ווייסט נישטו פונקטליך וואס זייערע חשבונות זענען געווען. אבער ס'איז א פאקט אז די פאסאזשירן פון דעם קאסטנער טרעין האבן זיי געהאלטן אלס משכונות. אויפ'ן באפעל פון אייכמאן, ימ"ש. און ס'איז געווען א מעגליכקייט אז זיי זאללן ווייטער פארן צו זייער דעסטינאציע. אדער ח"ו קיין אוישוויטץ. ממילא האבן זיי געהאלטן אט די מענטשן אונטער א לייכטן רעזשים. ס'זענען אפילו געוון א טייל פריזאנערס (נישט די פאסאזשירן פון דעם קאסטנער טרעין) וועלכע האבן געבאקן מצות אויף פסח. מיט די הסכמה פון די נאציס..

אויך. ס'זענען דא מענטשן וועלכע האבן שטארקע טענות אז דער סאטמאר'ע רב האטציך נישט באדאנקט פאר קאסטנער. איז דער תירוץ, אז קאסטנער האט פאר קיינעם פון די פאסאזשירן נישט געטון קיין טובה מנדבת ליבו הטוב. ער האט איינקאסירט שווערע געלטער פאר א יעדן איינציגן פאסאזשיר וואס איז מיטגעפארן. אויך איז דער גאנצער פראצעס געווען באגלייט מיט גרויס רישעות און אכזריות פון זיין (קאסטנער'ס) זייט. און דער סאטמאר'ע רב האט גוט געוואוסט זיין מהות. אז ער האט קאלאבארירט מיט די נאציס. און אלעס וואס ער האט געטון האט ער נישט געטון מיט גוטע כוונות. נאר פאר געלט גייציגקייט און כבוד. אויך האט ער פארראטן דאס אונגארישע אידנטום מיט'ן נישט פארציילן די בייזוויליגע כוונות פון די נאציס, ימ"ש.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

צפור בודד האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:א שאד דער צייט זיך צו טענה'ן. מדינת ישראל איז נולד געווארן פון דער שואה וואס די שואה אליין לדעת סאטמאר איז געקומען מחמת ציוניזם. גיי פארשטיי. מדינת ישראל האט אריינגענומען דער שארית הפליטה, כולל ר' יואל'יש, וואס קיין שום מדינה האט נישט געוואלט אויף א ריזיגן פארענם און אעפ"כ איז עס הורתה ולידתה בטומאה. גיי ווידער פארשטיי. און אז ר' יואל'יש איז ניצל געווארן ווייל אנדערע זענען נישט ארויף אויפן באן און ער ופמליתו האבן גענומען זייערע פלעצער איז עס א נס שלא כדרך הטבע און ווידער פרואוו פארשטיי. און אז ר' יואל'יש האט זיך נישט אנגערירט דאס בארד ווייל ער איז געווען אין א ווי.איי.פי אפטיילונג וואו ער האט זיך געהאלטן באזונדער און זיך נישט משתתף געווען איז דער צער פון אנדערע בשעת ווען אנדערע זענען געווען אין א שטענדיגע געפאר און האבן זיך יא געמוזט שערן דאס בארד איז אודך א נס, און אפילו א ראיה אז זיינע מלאכים שטייגן איבער אנדערע. און אז אנדערע זענען נאכן קריג צוריקגעפארן צו זייערע אלטע קהילות, כולל דער ברך משה, און אינזיענען געהאט די שארית הפליטה און ר' יואל'יש איז געבליבן אין שווייץ און דערנאך קיין א"י איז אויך א ראיה ווי א גרויסער רועה נאמן ער איז געווען. און אז מדינת ישראל האט זיך אויפגעשטעלט אין געציילטע יארן צו ווערן א מאכט מיליטעריש זיך צו פארטיידיגן קעגן אירע שונאים און סתם אלס א מדינה טאר מען אפילו נישט זאגן א הודו לה' משא"כ כ"א כסלו וואס האט פאסירט אין א חורבן וואס עס איז אזוינס נישט געווען אין דער היסטאריע פון מענטשהייט דארף מען זינגן בך בטחו און חסדי ה' און מאכן א יו"ט לדורות.

ס'איז נישט מעגליך דא ארויסצוקריכן. די וואס ווילן גלייבן אז די ג' שבועות שטייגן אלעס איבער וועלן זיך נישט איבערצייגן פון גארנישט, זיי האבן אלטערנאטיווע פאקטן פון חלומות ואיש כפתרון חלומו יחלמו.

מדינת ישראל פארטיידיקט זיך טאקע קעגן שונאים אבער גיי פארשטיי וואס די מציאה איז דא, כלל ישראל כאפט א מכת הרג חרב ואבדן פון די יורפעאישער רוצחים, לויפט מען צו די מיטל מזרח זיך גראדשענען מיט אראבער! מ'שאפט מיט געוואלד פרישע שונאים למען השם זיך צו פארטיידיקן! גיי פארשטיי.

הלאו. כלל ישראל גייט ענדליך ארויס מקושי השעבוד פון מצרים, לויפט מען קיין ארץ ישראל זיך גראדשענען מיט די ז' עממין! מ'שאפט מיט געוואלד פרישע שונאים למען השם זיך צו פארטיידיקן! גיי פארשטיי.

איה"נ, א שטארקע קשיא, אבער מה נעשה אז מיר פראקטיצירן דעם אידישן רעליגיע און אז הקב"ה האט דאן אונז באפוילן צו אריינגיין אין הייליגן לאנד בלי מורא און דירעקט מבטיח געווען הצלחה, מוזן מיר זיך פארלאזן אויף הקב"ה בלי סברות

משא"כ, בנידן דידן איז דאך פונקט קאפויער, אונזער תוה"ק זאגט אונז דירעקט נישט צו טון דאס, און אונז מזהיר מיט שווערע עונשים, איז דאך דער תירוץ נישטא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

צפור בודד ברענגט ארויס א שטארקע נקודה, מיט זיין סארקאזם. מ׳טוט זיך דרייען אהין און אהער מיט היסטאריא, און פלוצלונג שטימט שוין אלס וואונדערליך. א רועה נאמן וואס האט זיין גאנצע סטאדע געלאזט אויפ׳ן וואסער פון ווען ער איז אנטלאפען ביז די גרינדונג פון זיין פארטיי אין אמעריקא איז א סתירה, ניין? טאמער ער איז אזא פאסטוך, וואס איז געווען מיט די מענטשן אין די.פי. לאגער? פארוואס האבען זיי נישט געדארפט קיין פאסטוכן?

דער זעלבע גאט וואס האט געראטעוועט דער רבי, וואס דאס דארף זיין א ראיה ברורה צו צדקת דרכו, האט אים אוועק גענומן פון דער וועלט און דער מדינה הציונית געלאזט מיט אונז. וואס דארף דאס אויפווייזען?

איך ווייס אויך נישט פארוואס עס קומט זיך א דאנק פאר קאסטנער, דאס איז געווען א ביזנעס ווי אלע ביזנעסער. אבער פאר דעם איז שוין דא אן אנדערען אשכול, צו עס קומט זיך קרעדיט פאר די וואס בויען אוף ווערטשאפט׳ן פאר די אייגענע בענעפיט, עיי"ש ותמצא נחת.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

זאגסט מיר? ווען ער גייט ווען קיין אוישוויץ ווי א רועה נאמן מיט אלע אידן זיך פארברענען עקה"ש וואלטן אסאך אויסווארפן געווען מער ציפרידן,
אבער על אפם ועל חמתם האט ער סורווייווט!!
סגעפעלט דיר נישט? screw you!!
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן

שליחה דורך צפור בודד »

גאלד האט געשריבן:זאגסט מיר? ווען ער גייט ווען קיין אוישוויץ ווי א רועה נאמן מיט אלע אידן זיך פארברענען עקה"ש וואלטן אסאך אויסווארפן געווען מער ציפרידן,
אבער על אפם ועל חמתם האט ער סורווייווט!!
סגעפעלט דיר נישט? screw you!!
א דוגמא פון דער איידלקייט וואס מען פייערט אויף כ"א כסלו. ס'זענען דא גענוג רבנים וואס האבן נישט איבערגעלאזט זייערע קהילות און זיי זענען געגאנגען מיט זיי על המוקד.

הער מיך צו, איך בין דא נישט דן זיין וועלן בלייבן לעבן און אז ער איז ניצול געווארן. איך בין דן וויאזוי ער און זיינע נאכפאלגער האבן עס פארדרייט לאחר מעשה סיי זיך גרויסצומאכן און סיי אנדערע צו שעלטן און ערגער.

אויף קאסטנער אליין, וואס הייסט א ביזנעס? האסט נאך קיינמאל נישט געטיפט? אז דו גייסט אין א געשעפט זאגסטו נישט שכוח? אז מען צאלט פאר א דאקטאר ממון דמים און ס'געלינגט איז מען אים נישט מכיר טוב? און קאסטנער האט גארנישט ריזיקירט?

דא האט מען דיר געראטעוועט דיין לעבן און מען בעט דיר אביסל העלפן, נו איז וואס? שפעטער דערציילט מען מעשה'לעך פון הכרת הטוב איבער א נארישקייט ווען דא איז קאסטנער געווען אין אן עת צרה מחמת דער הצלה גופא און מען האט זיך פון אים געמיין אפגעשאקלט.

איך האב געזאגט ס'איז א שאד די צייט ובזה אצא ידי חובתי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ציפור בודד: איך האב גערעדט צו א איד (און ס'זענען געווען נאך אנדערע אויך.) וואס זיין טאטע איז געווען אויפ'ן קאסטנער טרעין. און ער האט איהם געהאלטן אין איין סטראשען אז ער וועט איהם אראפווארפן פון דעם טרעין. און אזוי האט ער זיך באצויגן זייער געמיין צו די מערסטע פון די פארפייניגטע דערשראקענע פאסאזשירן. ר'האט געשפירט ווי ער טוט זיי די וועלט'ס טובה. און זיי זענען איהם שולדיג דאס לעבן. איך זאג נישט. אן עלעמענטארע הכרת הטוב וואלט זיך איהם געקומען. ווען ער וואלט זיך אויפגעפיהרט מענטשליך. און רוב אידן. און ספעיצעל דער סאטמאר'ע רב, וואס איז געווען אריינגעמישט אין די פאליטיק פון הצלה, האבן זייער גוט געוואוסט אז רודאלף קאסטנער האט זיי פארראטן. וואס זיינע מאטיוון זאללן נאר נישט האבן געווען...!

אויב האסטו א ביסל מיטגעהאלטן מיט דעם קאסטנער פראצעס אין א"י. זעהט מען דארט ווי דער אדוואקאט פון מר. גרינוואלד שמואל תמיר האט ארויסגעשלעפט א דאקומענט/אפידעיוויט וואס קאסטנער האט אליינס אונטערגעשריבן וואו ער זאגט עדות לטובת די אלע גרעסטע נאציס וועלכע האבן אנגעפיהרט מיט די פארניכטונג פון די אידן אין טשעכאסלאוואקיע און אונגארן. כאטש ער האט געזאגט אונטער א שבועה פאר'ן געריכט אז ער האט קיינמאל אזא אפידעיוויט נישט אונטערגעשריבן...!

א יעדער האט זיך זיין אגענדא. און איך ווילל נישט טוישן דיין מיינונג אויב דו האלטס ווי דו האלטסט. נאר מ'דארף זיך האלטן צו די ריכטיגע פאקטן. און נישט שרייבן קיין פאלשקייט. ביודעים ובלא יודעים. אפילו ס'איז נישט עולה בקנה אחד מיט דיין אגענדא...!
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן

שליחה דורך גר ותושב »

די נושא פון ניסים איז שוין באהאנדלט געווארן דא באריכות.
https://r.tapatalk.com/shareLink?url=ht ... are_type=t
MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

למען חיבת הקודש אצטט ממה שכתב רביה"ק זי"ע בדם לבבו בספה"ק על הגאולה ועל התמורה, וז"ל ריש עמוד ח': והאיך יעלה על לב אדם שהקב"ה עשה נסים לעבוד ע"ז. אין זה אלא כפירה גמורה וא"א לחשוב אחרת אלא שהוא כח הס"מ וחיילותיו. תמה אני הפלא ופלא האיך הגיע עד כדי ככה גם להרבה שומרי תורה ומצות בדור השפל הזה. ובפנים הקונטרס יתבאר שלא היו כאן כלל וכלל נסים, אלא הצלחה מלובש בטבע, ואין בזה אלא סמיות עינים. ובעו"ה ניתן כח להס"מ לסמות אף עיני תמימים ברשת זו אשר טמן להם עד כדי כך. עכלה"ק.

וזה עולה בקנה אחד עם מה שכתבתי למעלה:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איין בילליאן מאל האט ער געזאגט אז ס'נישט געווען קיין נסים, און איין בילליאן מאל אז ס'יא געווען. אויב איך געדענק גוט, גייט עס מיט אן אם תמצא לומר: ס'נישט געווען קיין נסים, ואם תמצא לומר אז יא, איז עס געווען מכח די סטרא אחרא.

ואף אנן נענה אבתריה דמר [tag]גאלד[/tag]: האיך יעלה על לב אדם שהקב"ה עשה נסים על ידי קאסטנער הציוני הכופר ימ"ש? אין זה אלא כפירה גמורה וא"א לחשוב אחרת אלא שהוא כח הס"מ וחיילותיו. וגו'.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן

שליחה דורך אונטער חכם »

צפור בודד האט געשריבן:.

אויף קאסטנער אליין, וואס הייסט א ביזנעס? האסט נאך קיינמאל נישט געטיפט? אז דו גייסט אין א געשעפט זאגסטו נישט שכוח? אז מען צאלט פאר א דאקטאר ממון דמים און ס'געלינגט איז מען אים נישט מכיר טוב? און קאסטנער האט גארנישט ריזיקירט?

דא האט מען דיר געראטעוועט דיין לעבן און מען בעט דיר אביסל העלפן, נו איז וואס? שפעטער דערציילט מען מעשה'לעך פון הכרת הטוב איבער א נארישקייט ווען דא איז קאסטנער געווען אין אן עת צרה מחמת דער הצלה גופא און מען האט זיך פון אים געמיין אפגעשאקלט.

וואס הייסט אין אן עת צרה וועגן די הצלה? ער איז דאך געווען אין א "יודישע" געריכט, אין "אונזער" לאנד, האלטסט אז מיר וואלטן אים עפעס שלעכטס געטון פארן ראטעווען יידען?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אונטער חכם האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:.

אויף קאסטנער אליין, וואס הייסט א ביזנעס? האסט נאך קיינמאל נישט געטיפט? אז דו גייסט אין א געשעפט זאגסטו נישט שכוח? אז מען צאלט פאר א דאקטאר ממון דמים און ס'געלינגט איז מען אים נישט מכיר טוב? און קאסטנער האט גארנישט ריזיקירט?

דא האט מען דיר געראטעוועט דיין לעבן און מען בעט דיר אביסל העלפן, נו איז וואס? שפעטער דערציילט מען מעשה'לעך פון הכרת הטוב איבער א נארישקייט ווען דא איז קאסטנער געווען אין אן עת צרה מחמת דער הצלה גופא און מען האט זיך פון אים געמיין אפגעשאקלט.

וואס הייסט אין אן עת צרה וועגן די הצלה? ער איז דאך געווען אין א "יודישע" געריכט, אין "אונזער" לאנד, האלטסט אז מיר וואלטן אים עפעס שלעכטס געטון פארן ראטעווען יידען?

זעט אויס די ווייסט נישט די מיאוס'ע סוף פון די קאסטנער מעשה...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: די אלע וועלכע שרייבן אזעלכע שטותים. מיט זייערע קרומע געדאנקען, שרייבן מכח אי ידיעה. זיי הייבן נישט אן צו וויסן די עלעמענטארע פאקטן פון די גאנצע פרשה...! אזוי ווי דער וועלכער שרייבט (רעטאריש) כאילו די מדינה האט איהם געלייגט אויפ'ן משפט פאר ראטעווען אידן...! אזעלכע שטותים...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יא, ער מעג זאגען ייש"כ, ער וואלט געמעגט געבן א טיפ. אבער גיין קיין א"י און געבן עדות אין א געריכט פון אן אנשטאלט וואס ער האסט בלב ונפש איז עפעס מער ווי סתם געבן א טיפ. ווען קאסטנער וואלט זיך מיט אים געפירט למעלה מכוחותיו, למשל א גוי וואס האט באהאלטן א איד מיט א סכנה צו די אייגענע לעבן, וואלט ער אפשר געמוזט זיך איבערשטרענגן. אבער אין א פאל פון א ביזנעס דיל, איז די בקשה גאר די חוצפה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גאלד האט געשריבן:אונז האמיר איין אפיניען איבער דעם, וואס שטימט פונקט נישט מיט דיין אפיניען, נישט קשה.

.The facts don't care about your opinions, and neither do I

[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]: וואס איז די מעשה מיט'ן ראגאטשאווער?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ביים ערשטען וועלטס קריג, איז איינער צוגעגאנגען צום ראגאטשאווער און געזאגט אז דאס מוז זיין חבלי משיח.
האט ער געענטפערט, "שוטה! פרנסה פאר די ווייב און קינדער האסטו?"

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט