גאלד האט געשריבן:קיינע פון די חובבי ציון האבן אינדארסירט איין אייגענע אידישער ממשלה.
בקיצור, מ'מעג צוריקגיין קיין ארץ ישראל, אויפשטעלן א בית המקדש און מקריב זיין קרבנות פונקט ווי די צייטן פארן חורבן, פירו א מדינה על פי צורה תחת ממשלת האומות ממש ווי אונטער די רומיים. אבער דערקלערן א קאנסטיטוציע, א מושג וואס האט נישט עקזיסטירט פאר ממש לעצטנס, דאס טאר מען נישט וועגן גזירת הגלות? עס מאכט דאך פשוט נישט קיין סענס.
גוטע קשיא. אפשר די מהרש"א אין מס כתובות קיא פארענטפערט עס. און לאז אונז וויסן. שכוח.
ווייל די האסט א קשיא מיינט נאך נישט אז מקען איגנארירן די שלש שבועות.
גאלד האט געשריבן:כפארשטיי נישט וואס פונקט די אומשולדיגע אנטי ציונים זענען דא אויף א פארהער. די שלש שבועות איז א גמרא מפורשת און מס כתובות קיא ומשם תלמדנו.
די אנטי ציונים וואס זענען אויך אקעגן די וויליזש אף קרית יואל זענען נישט אויף קיין פארהער, אזוי אויך די חובבי ציון וואס האבן געהאלטן אז עליה בחומה איז מותר מחמת איזה סיבה שהוא און נישט געהאט קיין פראבלעם מיט א מדינה על פי תורה זענען אויך נישט אויף קיין פארהער.
די פוסחים על שני הסעיפים אינדערמיט וואס זיכן צו מאכן פשרות וואס מ'מעג יא און וואס מ' מעג נישט, זיי זענען אויף א פארהער און דער מהרש'' א וועט זיי זיין א קנאפער הילף.
איי בזמן בית שני איז אפשר אויך אזוי געווען. קען זיין, ווער זאגט דען אז נישט, נו איז וואס? ווי ווייט איך דענק איז נישט פארהאן א שבועה וואס פארבאט צו זיין אין גלות בזמן הבית. נאר פארקערט איז די פראבלעם.
רבותי, די טאון אוו פאלם טרי באלאנגט נישט פאר משפחת טייטעלבוים און נישט פאר קהילת סאטמאר. עס באלאנגט פאר די פאראייניגטע שטאטן. נישט דא קיין שום זעלבשטעטנדיגע פאליטישע מאכט, און ס'האט נישט קיין שייכות מיט א"י בזמן סוף תקופת בית שני.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
איי בזמן בית שני איז אפשר אויך אזוי געווען. קען זיין, ווער זאגט דען אז נישט, נו איז וואס? ווי ווייט איך דענק איז נישט פארהאן א שבועה וואס פארבאט צו זיין אין גלות בזמן הבית. נאר פארקערט איז די פראבלעם.
די שאלה וואס שמערל פרעגט - און כנראה כאפט איהר נישט ווי הין ער ציהלט - איז אז אויב זאל מען אנהייבן מאכען תנאים ווען מ'מעג יא האבען אויטאנאמיע און ווען נישט, דעמאלץ פאלט צאם די גאנצע קנאי'שע בנין. אויב אויפבויען צוריק ארץ ישראל אזוי ווי ס'איז געווען ביים בית שני איז מותר לויט'ן ויואל משה, שטייען דאך די מזרחיסטען אויף א סאלידן באדן.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
איי בזמן בית שני איז אפשר אויך אזוי געווען. קען זיין, ווער זאגט דען אז נישט, נו איז וואס? ווי ווייט איך דענק איז נישט פארהאן א שבועה וואס פארבאט צו זיין אין גלות בזמן הבית. נאר פארקערט איז די פראבלעם.
עפ"י איז די גאנצע שמועס נישט גילטיג... אבער למען השם, וויפיל מאל חזר'ן אטעות
לכאורה דאס אז די רעגירונג גיבט דיר די רעכט צו פירן דיין אייגן ווירטשאפט אין דיין בעדרום איז לכאורה נישט קיין פראבלעם, די זעלבע איז מיט קרית יואל. לכאורה. די אנדערע שאלות ווייס איך נישט. אפשר נטעי גבריאל קאווערט עס.
גאלד האט געשריבן:לכאורה דאס אז די רעגירונג גיבט דיר די רעכט צו פירן דיין אייגן ווירטשאפט אין דיין בעדרום איז לכאורה נישט קיין פראבלעם, די זעלבע איז מיט קרית יואל. לכאורה.
און וואס איז ווען די UN גיבט דיר רעכט צו מאכן אן אייגן מדינה? און פארגעס נישט, מ'רעדט דא פונעם הארבן איסור פון התגרות באומות, וואס די מהר"ל שרייבט דאך אז אפילו ווען די גוים זאלן אונז צווינגען עובר צו זיין טאר מען אויך נישט.
גאלד האט געשריבן:די אנדערע שאלות ווייס איך נישט. אפשר נטעי גבריאל קאווערט עס.
אז דו ווייסט נישט רעד נישט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גאלד האט געשריבן:לכאורה דאס אז די רעגירונג גיבט דיר די רעכט צו פירן דיין אייגן ווירטשאפט אין דיין בעדרום איז לכאורה נישט קיין פראבלעם, די זעלבע איז מיט קרית יואל. לכאורה. די אנדערע שאלות ווייס איך נישט. אפשר נטעי גבריאל קאווערט עס.
גאלד: איך גיי נישט אריין אין די עצם זאך פון די שלש שבועות. נאר דו זאגסט אז אויב די רעגירונג געט רשות, קענמען אנפיהרן אן אייגענע ווירטשאפט. נו, די יו. ען. האט דאך געגעבן רשות פאר די אידן אז זיי זאללן אויפשטעללן א מדינה אין ארץ ישראל...! איז עס דאך אויכעט מיט רשות פון די אומות העולם...!