סאטמארע טאון פאלם טרי עפענט זיך היינט נאכט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

שליחה דורך שקד »

קאך_לעפל האט געשריבן:
שקד האט געשריבן:און די טייטלבוים לאנד, איז פאר אלע טייטלביימער? אדער בלויז פאר רונים נישט זלונעמס? ואם תמצא לומר ביידע, רונים און זלונימס; איז אנדערע טייטלביימער פון אנדערע קרייזן - א שטייגר קלויזנבערג און סאסוב אויך נכלל אלץ זייערע באזוץ פלאץ?
למשל גער און סקווער און בעלז מעגן אויך דארט יושב'ן לבטח? אדער ס'דא אויף זיי סאנקציעס.


טוה א קוק דער טייטלבוים שטעטל איז א ארט פאר יעדער באשעפעניש וואס שמעקט פון טייטלן אנשטאט פון צוויבל אינטערן ארעם... קאפיש?

לא הבנתי לגמרי, צוויבל אונטערן ארעם מעג נישט? און וואס איז שוין געשען מיט 'קאפיש' ער איז דאך נאר וואס נפטר געווארן?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

יא! הבנת לגמרי... צוויבל אונטערן ארעם נישט! און קאפיש איז די וואך געשטארבן... דער עיקר איז אז מ'פארשטייט זיך....
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

כפארשטיי נישט וואס פונקט די אומשולדיגע אנטי ציונים זענען דא אויף א פארהער. די שלש שבועות איז א גמרא מפורשת און מס כתובות קיא ומשם תלמדנו.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

שמערל האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:קיינע פון די חובבי ציון האבן אינדארסירט איין אייגענע אידישער ממשלה.


בקיצור, מ'מעג צוריקגיין קיין ארץ ישראל, אויפשטעלן א בית המקדש און מקריב זיין קרבנות פונקט ווי די צייטן פארן חורבן, פירו א מדינה על פי צורה תחת ממשלת האומות ממש ווי אונטער די רומיים. אבער דערקלערן א קאנסטיטוציע, א מושג וואס האט נישט עקזיסטירט פאר ממש לעצטנס, דאס טאר מען נישט וועגן גזירת הגלות? עס מאכט דאך פשוט נישט קיין סענס.


גוטע קשיא. אפשר די מהרש"א אין מס כתובות קיא פארענטפערט עס. און לאז אונז וויסן. שכוח.

ווייל די האסט א קשיא מיינט נאך נישט אז מקען איגנארירן די שלש שבועות.
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

שליחה דורך שקד »

ווילאמסבורג איז שוין לאנג אקופירט געווארן אונטער די הערשאפט פון אנטי, און יעצט מאנראו אויך. ווי גייט נעקסט די צלב הדקל
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

גאלד האט געשריבן:כפארשטיי נישט וואס פונקט די אומשולדיגע אנטי ציונים זענען דא אויף א פארהער. די שלש שבועות איז א גמרא מפורשת און מס כתובות קיא ומשם תלמדנו.


ס'איז בלויז אגדתא...
דער רמב''ם מיטן שו''ע ברענגן עס נישט להלכה...
איינמאל די אומות העולם האלטן נישט איין זייער שבועה, זענען שוין די אידן מער נישט פארפליכטעט איינצוהאלטן זייערע שבועות...
רב קוק האט נאך געקענט אזוי פול לערנען ווי סאטמאר רב זי''ע...
די ווילסט נאך?

דאס איז געווען מיין מאטיוו נישט צו בארירן די קאָנטראָווערסיאַלע טאפיק...
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

אםם... אויש די צונג איז געבליבן אינדרויסן....

די טענה'רייען זענען ממש שטארק.

עז איף מיליאנס אף געללאנס אינק העזענט ספילד אן די סעים בעק ענד פארס ביליאן ענד 1 טיימס :roll:
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

Buddy האט געשריבן:אםם... אויש די צונג איז געבליבן אינדרויסן....

די טענה'רייען זענען ממש שטארק.

עז איף מיליאנס אף געללאנס אינק העזענט ספילד אן די סעים בעק ענד פארס ביליאן ענד 1 טיימס :roll:


באדי זיסער לאמיר דיר אנטפלעקען א געהיימעניס... די ווייסט פארוואס די אונטערלאגע פון קאווע שטיבל איז בלוי און ווייס? כ'וועל דיר זאגן: דאס איז צוליב ארויסצוווייזן סאַלדיטעט צו די העלדישע חיילי דוד, און צו די דומער געפייניקטע וועלכע ליידן פארן הייליגן לאנד!
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

גאלד האט געשריבן:כפארשטיי נישט וואס פונקט די אומשולדיגע אנטי ציונים זענען דא אויף א פארהער. די שלש שבועות איז א גמרא מפורשת און מס כתובות קיא ומשם תלמדנו.


די אנטי ציונים וואס זענען אויך אקעגן די וויליזש אף קרית יואל זענען נישט אויף קיין פארהער, אזוי אויך די חובבי ציון וואס האבן געהאלטן אז עליה בחומה איז מותר מחמת איזה סיבה שהוא און נישט געהאט קיין פראבלעם מיט א מדינה על פי תורה זענען אויך נישט אויף קיין פארהער.

די פוסחים על שני הסעיפים אינדערמיט וואס זיכן צו מאכן פשרות וואס מ'מעג יא און וואס מ' מעג נישט, זיי זענען אויף א פארהער און דער מהרש'' א וועט זיי זיין א קנאפער הילף.
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

הייסט עס מצות צריכות כונה, ווייל אייער וועלט דארף ווען דאן צו זיין גרין... :lol:
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

כאפ נישט ווי קרית יואל קומט דא אריין, קרית יואל איז נישט קיין לאנד. סאיז א דשוריסדיקשן אונטער נ"י.

איי בזמן בית שני איז אפשר אויך אזוי געווען. קען זיין, ווער זאגט דען אז נישט, נו איז וואס? ווי ווייט איך דענק איז נישט פארהאן א שבועה וואס פארבאט צו זיין אין גלות בזמן הבית. נאר פארקערט איז די פראבלעם.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

רבותי, די טאון אוו פאלם טרי באלאנגט נישט פאר משפחת טייטעלבוים און נישט פאר קהילת סאטמאר. עס באלאנגט פאר די פאראייניגטע שטאטן. נישט דא קיין שום זעלבשטעטנדיגע פאליטישע מאכט, און ס'האט נישט קיין שייכות מיט א"י בזמן סוף תקופת בית שני.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

זייט ווען איז דענקען אויסגעהאלטן?...
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

גאלד האט געשריבן:כאפ נישט ווי קרית יואל קומט דא אריין, קרית יואל איז נישט קיין לאנד. סאיז א דשוריסדיקשן אונטער נ"י.

איי בזמן בית שני איז אפשר אויך אזוי געווען. קען זיין, ווער זאגט דען אז נישט, נו איז וואס? ווי ווייט איך דענק איז נישט פארהאן א שבועה וואס פארבאט צו זיין אין גלות בזמן הבית. נאר פארקערט איז די פראבלעם.

די שאלה וואס שמערל פרעגט - און כנראה כאפט איהר נישט ווי הין ער ציהלט - איז אז אויב זאל מען אנהייבן מאכען תנאים ווען מ'מעג יא האבען אויטאנאמיע און ווען נישט, דעמאלץ פאלט צאם די גאנצע קנאי'שע בנין. אויב אויפבויען צוריק ארץ ישראל אזוי ווי ס'איז געווען ביים בית שני איז מותר לויט'ן ויואל משה, שטייען דאך די מזרחיסטען אויף א סאלידן באדן.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

גאלד האט געשריבן:כאפ נישט ווי קרית יואל קומט דא אריין, קרית יואל איז נישט קיין לאנד. סאיז א דשוריסדיקשן אונטער נ"י.

איי בזמן בית שני איז אפשר אויך אזוי געווען. קען זיין, ווער זאגט דען אז נישט, נו איז וואס? ווי ווייט איך דענק איז נישט פארהאן א שבועה וואס פארבאט צו זיין אין גלות בזמן הבית. נאר פארקערט איז די פראבלעם.

עפ"י איז די גאנצע שמועס נישט גילטיג...
אבער למען השם, וויפיל מאל חזר'ן אטעות
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גאלד האט געשריבן:כפארשטיי נישט וואס פונקט די אומשולדיגע אנטי ציונים זענען דא אויף א פארהער. די שלש שבועות איז א גמרא מפורשת און מס כתובות קיא ומשם תלמדנו.

דא איז מען בכלל נישט דן איבער די שלש שבועות בכלל, נאר אויף די תופעה וואס רופט זיך hypocrisy.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גאלד האט געשריבן:ווי ווייט איך דענק איז נישט פארהאן א שבועה וואס פארבאט צו זיין אין גלות בזמן הבית. נאר פארקערט איז די פראבלעם.
איז אויב מ'בויט א בית המקדש אויך מעג מען שוין האבן א מדינה?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

לכאורה דאס אז די רעגירונג גיבט דיר די רעכט צו פירן דיין אייגן ווירטשאפט אין דיין בעדרום איז לכאורה נישט קיין פראבלעם, די זעלבע איז מיט קרית יואל.
לכאורה.
די אנדערע שאלות ווייס איך נישט. אפשר נטעי גבריאל קאווערט עס.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גאלד האט געשריבן:לכאורה דאס אז די רעגירונג גיבט דיר די רעכט צו פירן דיין אייגן ווירטשאפט אין דיין בעדרום איז לכאורה נישט קיין פראבלעם, די זעלבע איז מיט קרית יואל.
לכאורה.
און וואס איז ווען די UN גיבט דיר רעכט צו מאכן אן אייגן מדינה? און פארגעס נישט, מ'רעדט דא פונעם הארבן איסור פון התגרות באומות, וואס די מהר"ל שרייבט דאך אז אפילו ווען די גוים זאלן אונז צווינגען עובר צו זיין טאר מען אויך נישט.


גאלד האט געשריבן:די אנדערע שאלות ווייס איך נישט. אפשר נטעי גבריאל קאווערט עס.

אז דו ווייסט נישט רעד נישט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

וואס איז די UN? די סנהדרין? די UN זענען נישט די יושבי הארץ.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גאלד האט געשריבן:לכאורה דאס אז די רעגירונג גיבט דיר די רעכט צו פירן דיין אייגן ווירטשאפט אין דיין בעדרום איז לכאורה נישט קיין פראבלעם, די זעלבע איז מיט קרית יואל.
לכאורה.
די אנדערע שאלות ווייס איך נישט. אפשר נטעי גבריאל קאווערט עס.

גאלד: איך גיי נישט אריין אין די עצם זאך פון די שלש שבועות. נאר דו זאגסט אז אויב די רעגירונג געט רשות, קענמען אנפיהרן אן אייגענע ווירטשאפט. נו, די יו. ען. האט דאך געגעבן רשות פאר די אידן אז זיי זאללן אויפשטעללן א מדינה אין ארץ ישראל...! איז עס דאך אויכעט מיט רשות פון די אומות העולם...!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

נאכאמאל, קען זיין איך בין נישט אזוי קליג ווי דער עולם דא, אבער איך כאפ נאך אלס באמת נישט ווי קרית יואל קומט דא אריין,
קרית יואל מיט אלע אירע זעלבסטשטענדיקייטן, איז זי נאך אלס אין אמעריקע, זי איז פונקט אזוי א לאנד ווי דיין קאך, ביידע קענסטו טאקע פירן דיין אייגן ווירטשאפט אבער קיינע איז נישט קיין לאנד, ביידע זענען פולקאם תחת ממשלת אמעריקע,
נו וואס ווארפט מען דא זאמד אין די אויגן?
לאמיר זאגן אז דער אויפזעהר פון א תפיסה זאל זאגן פאר איין ארעסטאנט איך געב דיר א צימער אין דעם תפיסה וואו דארט קענסטו אן קיין שטער טוהן וואס די ווילסט ,שפרינגן, טאנצן, שטויסן, האקן די קאפ אין וואנט. וועט דאס מיינען אז דער מענטש איז מער נישט אין קיין תפיסה?
פארשפארט