יציאת מצרים נוסח דער בלאט

מחשבה, השקפה ועיון
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

יציאת מצרים נוסח דער בלאט

שליחה דורך גדליה »

כ'וויל פרעגען א אינטערסאנטע שאלה. לו יצוייר אז דער בלאט, אדער דער איד, וואלט עקזיסטירט ביי יציא"את מצרים, ווי אזוי וואלט עס געווארען באריכטעט אינערהאלב די שפאלטענעס פין די צייטונג? וויזוי וואלט זיך די העדליין געלייענט?
למשל:


עגיפטען - כ"ק מרן הג"ה רשכבה"ג כל רז לא אניס ליה איש האלקים משה רבינו שליט"א האט אפגעשטאטעט א באזוך ביי פרעה יר"ה אין האט זאפארט פארלאנגט מ'זאל אומבאדינגט פארדאנען די יודישע פאלק.
פרעה האט זיך שארף אנטגעזאגט פון מיטארבעטען מיט כ"ק מרן איש האלקים שליט"א כאטש איטליכע הויעכראנגיגע סענאטארן - און צוגאב צו געוועזענע אויטרני זשענערעלס - האבן אונטערגעשריבען א פעטיציע אז די יודן זענען באהאנדעלט געווארען אומיושר'דיג.
פרעה האט פארלאנגט צו מאכען א אינוועסטיגעשען מ'זאל דערגיין ווער איז דער ג-ט אהי' אשר אהי', וועלכע ספעציליזירט זיך אין מאכען פון שטעקענעס שלענג אין פון שלענג שטעקענעס, און ער האט געוואלט מ'זאל אפירזוכען אין די ביכער די רעקארדס פין יענע ג-ט, אבער די עף בי איי הויפט האט ריזיינט, מורא האבענדיג זיך צו פארטשעפען מיט די אלמעכטיגע יודישע ג-ט.

נא רבותי העלפטסט מיך צו.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גדליה: און ס'זענען דאן פונקט געווען זייער שטארק לעכטיגע טעג פאר 2 טעמים. איינס. ווייל ס'איז געווען נאנט צו דעם יום הזך והבהיר, כ"א כסלו. מרן הגה"ק מ'סאטמאר (קר"י/פאלם טרי, יצ"ו והגלילות) האטציך שוין פארגעקוקט די צענטראלע דרשה וואס ער גייט זאגן להורות לעם ה' את דבר ה'. נאר ס'האט געמוזט בלייבן בסוד. כדי די מענטשן פון זיין ברודער שליט"א זאללן עס נישט אויסכאפן...! און דער צווייטער טעם איז ווייל מרן הגה"ק מ'סאטמאר קר"י/פאלם טרי שליט"א האטציך געגרייט צו א גרויסע נסיעה קיין ארץ גושן. לכבוד דאס אויפנעמען דעם נייעם מרא דאתרא בקהילתנו הק'.און אויך לכבוד דעם חנוכת הבית פונ'ם און דער עולם איז זיך צוגאנגען אין די פריע פארטאגס שעות מיט געהויבענע געפיהללן...!...בנין ישעי' זאב ז"ל
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

דער איד:

כלל ישראל ערציטערט פון כלומרשטע 'ניסים' דורכגעפירט דורך גייסטישער פירער פון עגיפטן 'משה בן עמרם'


פיתום: שלומי אמוני ישראל לאזן זיך נישט נארן פון די שענדליכע התגרות באומות וואס איז פארגעקומען קעגן דעם מלכות של חסד און אוהב ישראל פרעה יר"ה...
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דער בלאט :
יחידים המשתלטים על הציבור ווערן פארשריגן ארויסקומענדיג פון פרעה'ס אפיס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי: איך האב א ווארט וואס איך געדענק נאך פון מיין גירסא דינקותא. מימי ר' סענדער דייטש זכותו יגון עלינו. און איך ווייס נישט וואס דאס ווארט מיינט. אבער ער, זצוק"ל פלעגט זיך א סאך באנוצן דערמיט. לאמיר אויפבויען עפעס אן אינטרעסאנטע מעשה ארום דעם... דאס ווארט איז...ווילקירליך...!
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

*דער איד*

פרייטאג פר׳ בא תתמ״ח

גושן: א גרופע חרטומים האבן אויסגעפונען אז די שעדליכע כנים פלו, איז אפגעהאלטן געווארן אין אונזער געגנט, נאר א דאנק די וואקסינען.

צוער: די לוויות פון די בכורים, וועלן ארויסגיין פונעם אלטן טעמפל, צום נייען בית החיים, אויספירליכע אפשאצונגען וועלן נאכפאלגן.

רעמסס: כלל ישראל פאלגט נאך מיט אנגסט די גאולה באוועגונג, דורך די יונגן מיט די בני לוי, שלומי אמוני ישראל האלטן זיך פעלזן פעסט, און זענען גרייט צו שטארבן ביים חושך עקה״ש, ווי איידער נעמען די גאולה פאר די צייט.

נילוס יארד: עס וועט פארקומען א מאסיוון גענעראל פארזאמלונג, לאור די לעצטע געשעענישן אינעם גיגאנטישן ״נילוס 2 קאמפלעקס״ ווי עס וועט אויפטרעטן מו״ה קרח בן יצהר הי״ו, שירה וזמרה דורך: דתן, אבירם, און, און די עירוב רב כאר, די מעמד פארשפרעכט צו זיין די געשפרעך פון טאג.

כנען: א מלחמה האט אויסגעבראכן צווישן די אמורים און די פריזים, איבער די גרעניצן פון תרכ״ז, די יבוסים פאדערן א געניצליכן שאט דאון ביז מען שטעלט נישט צוריק די וואנט צווישן די חתים און די גרגשים, וואס מיז און וועט ווערן באצאלט דורך די חיווים.

עבר הירדן: א סאמיט ווערט געפלאנט צווישן די א״ג פארטרעטערס פון כלל ישראל, און די פארשטייער פון אדום, איבער א מעגליכקייט אויף שלום, די אקט ווערט שטארק פארדאמט, א פראטעסט וועט פארקומען פארנט פונעם געצעלט פון יהושע בן נון (מקום חותם הזקנים).
פארשפארט