גאלד האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:ס'איז געראדע דא נאך א תירוץ פון מונקטאשער רב הג"ר ברוך זצ"ל, אז ווען מ'האנדלט איין אפאר מאשין גאן'ס וואלט עס אפשר געהאלפן...
אבער שטעלטס ענק פאר, א גוי'אישע סענאטער שטעלט זיך אוועק און זאגט אז six million jews deserved to be murdered by Hitler because they weren't too religious אדער איינע פון די אנדערע ב"ש תירוצים. ער וואלט ניטאמאל דערלעבט צו אריינגעבען זיין רעזיגנאציע...
און פאר אונז פארקויפט מען די שקר און מ'פרייד זיך עס איבער צו זאגען.
דאס איז אלעס זייער cute זאכן אויב איר פראקטיצירט איין אנדערער רעליגיע. כל הכבוד. אבער אונזער רעליגיע זאגט דייקא דאס פארקערטע. מיר גלייבן אין שכר ועונש, מיר גלייבן אין מדה כנגד מדה, מיר גלייבן אין השגחה פרטיות. גארנישט איז נישט פערצופאל. אונזער ליבער באשעפער רעדט צו אונז, ער וויל מזאל מיר נאכפארשן און די תוה"ק צו פארשטיין בשל מי הרע הזאת, און פארעכטן וואס די תורה זאגט צו פארעכטן.
דאס מיינט נישט אז דער רוצח קומט נישט קיין עונש.
אלס קיום האמונה אין שכר ועונש האט קיינער זיך נאכנישט אויפגעשטעלט
ערב די צווייטע וועלט מללמה און געזאגט די ציונים גייען מארגן הרג'נען 6 מיליאן יודען, אלזא, לאמיר זיך צוזאם נעמען זונטאג נאכמיטאג, אויס שחט'ן אלע ציונים אלס דין רודף און אלס הבא להרגך השכם והורגו.
די אלע פורים תורות זענען גוט לאחר המעשה כדאמרי אינשי ליב האבן און צוזאגן קאסט נישט געלט, און דער חזון איש מיט ר' אביגדור האבן נישט געדארפט ספענדען געלט צו דעקן זייער ווערטער. און פאר די זעלבע סיבה קען מען עס אויך נישט אריינקעשן, ס'איז גוטע דרוש ומוסר לאחר המעשה.
פארוואס טאקע?
ווייל שכר ועונש איז אן אמונה. נישט קיין אינדיקעיטער אדער א נביאות זאגער. ווייל אויב יא וואלט מען עס געקענט אריין קעשען
ערב די קריג ווען מ'האט עס נייטוג געדארפט.
און וואס מיינט אז עפעס איז בלויז אן ענין פון אמונה?
אזוי פיל איז קלאר אז מ'דארף גלייבן, און מ'פרובירט עס צו פארשטיין, אבער נישט אייביג קען מען דאס פארשטיין ווייל מ'זעט נישט אלעס
(
whatever that means).
צו נעמען די ווערטער פון חזון איש, ר' אביגדור מיללער וכדומה at face value, איז טופשות און רשעות למהדרין.