ישיבה בחור פארהערט זיך גאנץ ש"ס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל

ישיבה בחור פארהערט זיך גאנץ ש"ס

שליחה דורך קומזיץ »

און ביאנע ישיבה האט א בחור פון 19 יאר אלט זיך פארהערט "גאנץ ש"ס"
https://www.theyeshivaworld.com/news/is ... rebbe.html
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: ישיבה בחור פארהערט זיך גאנץ ש"ס

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

טאמער איז ער א בעל מידות (און א בר דעת - אויסער אויב ער טראגט א ברענד נעים וד"ל) קענען מיר האבן א פרישע גדול הדור, אויב נישט זאל ער זיך נעמען הארעווען דערויף.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'איז אלץ די סטרא אחרא, מ'נעמט 'טמא'נע געלט פון די 'טמא'נע מדינה, מ'גייט וועלן ביי די 'טמא'נע בחירות, נאכדעם וואונדערט מען זיך נאך...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ישיבה בחור פארהערט זיך גאנץ ש"ס

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אין מיין יארגאנג, קען איך צוויי וואס האבן גע׳ענדיגטש"ס ביי די זיבעצן יאר.
די ערשטע איז, וואס ס׳רופט זיך אין ענגליש, א primadonna, וואס דער וועלט איז זיינס. ער פסקנ׳ט שאלות מסובכות מיט סברות כרס און מי יאמר לו מה תעשה. אין אלס איז ער גערעכט, און ער ווייסט נישט פון די מושג פון א ציבור, אלס דארף ארבעטן פאר אים. ער האט א שנעלער קאפ, אבער דאס נישט קענן פארנעמן א קשיא פון א צווייטן שטופט אים צום גאנג פון דער עמק התשובה וכדו׳, רח"ל.

די צווייטע קען איך נישט אזוי גוט, אבער הערט׳ס א מעשה. מיט בערך פופצן יאר צוריק, איז געווען א פאנעל ביי די אגודה קאנווענשען, און מ׳האט געשמועסט אז אין אמעריקא וואקסען נישט די בקיאים און תלמידי חכמים ווי אין א"י, און איינער האט באשולדיגט די לימודי חול אין ישיבות קטנות אין אמעריקא דערויף. האט הרב א"ח לוין זצ"ל (וואס איז לעצטענס אוועק) זיך אנגערופן, "איך ווייס נישט אז די מציאות איז אזוי. מיין אייניקל איז יעצט א כלה מיט א בחור, וואס ביי די זיבעצן האט ער גע׳ענדיגט ש"ס. און ער האט געלערנט אין א מתיבתא מיט לימודי חול".

איך קען דער צווייטע נאר אביסל, ער איז אן איידעלע וואס לערנט בהתמדה ולא הלך בגדולות ונפלאות ממנו צו פסקנ׳ן שאלות וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: ישיבה בחור פארהערט זיך גאנץ ש"ס

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין מיין יארגאנג, קען איך צוויי וואס האבן גע׳ענדיגטש"ס ביי די זיבעצן יאר.

ס'דא וואס ענדיגן ש"ס

ס'דא וואס פארהערן זיך ש"ס

און ס'דא וואס פארהערן זיך ש"ס בעיון

לויטן ארטיקל איז משמע אז ער האט זיך געלאזט פארהערן אויף גאנץ ש"ס בעיון.
טאמער רעדסטו אויך פון אזאנע פעלער איז גוט, אז נישט איז בכלל נישט קיין דמיון.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

אין די ארטיקעל שטייט אז ביאנע רבי האט עם פארהערט..
ביאנא רבי קען ש"ס בעיון?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גדליה: דו האסט א ברירה איהם צו פארהערן. איך הער אז ס'איז היינט דא צובאקומען (חברותא) גמרות אויף אידיש...לאל...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אפאר פרקים קען ער זיכער, מן הסתם אפאר מסכתות, איך גלייב נישט אז ער האט אים ממש פארהערט גאנץ ש"ס בלאט ביי בלאט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: ..."רענדאם"...! און וואו מ'האט איהם געפרעגט האט ער (מסתמא) געענטפערט...."דין תלמיד חכם"...!
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: ישיבה בחור פארהערט זיך גאנץ ש"ס

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

גדליה האט געשריבן:אין די ארטיקעל שטייט אז ביאנע רבי האט עם פארהערט..
ביאנא רבי קען ש"ס בעיון?
ס'קען נישט זיין אז א חסיד זאל קענען מער פונעם רבי'ן...
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

ער פארמאגט לכאורה א אבנארמאלן גוטן קאפ.

איך בין מיך מודה ומתוודה, איך בין אים מקנא...
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

מדערציילט אז אמאל האט א אינגל געלערנט די רשי אויף וישכב אותה ויענה און געפרעגט דעם רבין וואס מיינט שלא כדרכה האט אים דער רבי צומקלט די ביינער, וואס און כדרכה ווייסטו שוין יא? דו שגץ איינער.
און אז א בחור פארהערט זיך ש"ס קומט זיך אים באמת פעטש אבער כאב מיר בארואיגט אז דער רבי שליטא האט אים פארהערט. יעצט קען ער קומען צו מיר איך וועל אים פארהערן קוואנטום פיזיקס.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ישיבה בחור פארהערט זיך גאנץ ש"ס

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

חסיד פון ליטא האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין מיין יארגאנג, קען איך צוויי וואס האבן גע׳ענדיגטש"ס ביי די זיבעצן יאר.
די ערשטע איז, וואס ס׳רופט זיך אין ענגליש, א primadonna, וואס דער וועלט איז זיינס. ער פסקנ׳ט שאלות מסובכות מיט סברות כרס און מי יאמר לו מה תעשה. אין אלס איז ער גערעכט, און ער ווייסט נישט פון די מושג פון א ציבור, אלס דארף ארבעטן פאר אים. ער האט א שנעלער קאפ, אבער דאס נישט קענן פארנעמן א קשיא פון א צווייטן שטופט אים צום גאנג פון דער עמק התשובה וכדו׳, רח"ל.

די צווייטע קען איך נישט אזוי גוט, אבער הערט׳ס א מעשה. מיט בערך פופצן יאר צוריק, איז געווען א פאנעל ביי די אגודה קאנווענשען, און מ׳האט געשמועסט אז אין אמעריקא וואקסען נישט די בקיאים און תלמידי חכמים ווי אין א"י, און איינער האט באשולדיגט די לימודי חול אין ישיבות קטנות אין אמעריקא דערויף. האט הרב א"ח לוין זצ"ל (וואס איז לעצטענס אוועק) זיך אנגערופן, "איך ווייס נישט אז די מציאות איז אזוי. מיין אייניקל איז יעצט א כלה מיט א בחור, וואס ביי די זיבעצן האט ער גע׳ענדיגט ש"ס. און ער האט געלערנט אין א מתיבתא מיט לימודי חול".

איך קען דער צווייטע נאר אביסל, ער איז אן איידעלע וואס לערנט בהתמדה ולא הלך בגדולות ונפלאות ממנו צו פסקנ׳ן שאלות וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ס'דא וואס ענדיגן ש"ס

ס'דא וואס פארהערן זיך ש"ס

און ס'דא וואס פארהערן זיך ש"ס בעיון

לויטן ארטיקל איז משמע אז ער האט זיך געלאזט פארהערן אויף גאנץ ש"ס בעיון.
טאמער רעדסטו אויך פון אזאנע פעלער איז גוט, אז נישט איז בכלל נישט קיין דמיון.
שטעל זיך פאר אזא מעשה. א בחור גייט צום רבי׳ן פארהערט צו ווערן אויף ש"ס. למעשה קען ער א מכה, און דער רבי קומט ארויס צום ווארטענדיגע ציבור מיט אן אראפ געלאזטען פיטום. "רבותי, עס איז נישט געלונגן. די פלאש וויין וועט מוזן ווארטן אויף אן אנדערן געלעגענהייט".

בקיצור, יעדער מעג פארשטיין אז די בחינה איז א בחינה פון חוכא ואיטלולא, ווי אויך דער ׳עיון׳.

און דאס מאכען אזא טאראראם אז דאך א סכנה גדולה אין די פעלער, כמובן לכל בר דעת.

געבענטשט זאל ער אבער זיין, און געהיטען פון אלע נייע שטרויכלונגן וואס פלאגן אזא סארט בחור אונטערוועגנס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליטוואק, כ'זעה נישט די פראבלעם מיט די סעלעברעישאן.

ווי אזוי מ'זאל נישט זאגען, עיון, האלב עיון, בקיאות, אדער בנוגע צום פארהער אז די רבי קען יא, קען נישט, אדער בנוגע צום בחור צו ער איז א בעל מידות, גוטע קאפ, וכו' וכו', דאך איז דא עיקר חסר מן הספר, ווייל א יעדער ווייסט אז צו לערנען 2700 בלאט איז זייער time consuming, ס'נעמט יארן מיט א גראבע פארציע זיץ פלייש, ועל כולם זייער, זייער, א שטארקע קאמיטמענט.

ווען ס'איז סתם א ברסלב'ער געזאגאכטס מילא, אבער דא רעדט מען פון "לערנען" 2700 דפים אין ש"ס.

כל הכבוד, לאמיר געבן קרעדיט פאר די אקאמפלישמענט און קאמיטמענט,

It calls for celebration
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל

שליחה דורך קומזיץ »

יעקב מענטש האט געשריבן:ער פארמאגט לכאורה א אבנארמאלן גוטן קאפ.

איך בין מיך מודה ומתוודה, איך בין אים מקנא...

ער דארף צו האבען א תמימות אין זיך אויכעט , אז איינער מיט אזעלכע כשרונות און מיט אזא התמדה געט אלעס אוועק פאר תורה און ענדיגן ש"ס לכאורה גלייבט ער דאס איז די חשובסטע זאך אויפן וועלט און איז נישט אינטערסירט און אנדערע זאכן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ישיבה בחור פארהערט זיך גאנץ ש"ס

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואלווי האט געשריבן:ליטוואק, כ'זעה נישט די פראבלעם מיט די סעלעברעישאן.

ווי אזוי מ'זאל נישט זאגען, עיון, האלב עיון, בקיאות, אדער בנוגע צום פארהער אז די רבי קען יא, קען נישט, אדער בנוגע צום בחור צו ער איז א בעל מידות, גוטע קאפ, וכו' וכו', דאך איז דא עיקר חסר מן הספר, ווייל א יעדער ווייסט אז צו לערנען 2700 בלאט איז זייער time consuming, ס'נעמט יארן מיט א גראבע פארציע זיץ פלייש, ועל כולם זייער, זייער, א שטארקע קאמיטמענט.

ווען ס'איז סתם א ברסלב'ער געזאגאכטס מילא, אבער דא רעדט מען פון "לערנען" 2700 דפים אין ש"ס.

כל הכבוד, לאמיר געבן קרעדיט פאר די אקאמפלישמענט און קאמיטמענט,

It calls for celebration
ביסט גערעכט אז די סעלעברעישען איז פארשטענדליך און אין פלאץ. עס איז אבער אויך א סכנה. דאס איז נישט קיין סתירה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אלס סכנה איז א צווייטע נקודה, אבער פארדעם דארף מען טאקע זיין פארזיכטיג כשלעצמו.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

ער'ז לכאורה פארהערט פון פאראויס זיכער צו מאכן אז ער קען קומען צום רבין פאר א פארהער.
ווייזט אויס איהר האט שוין פארגעסן פון די ישיבה וואו די מגי''ש און דערנאך די מנהל און דער פארהערער פארהערן די בחורים און נאכדעם וואס מ' קלייבט ווער עס קען ארינגיין אהן מאכן בושות קומט דער כ''ק מרן צו דער דיין פארהערן און טיילט כתבים.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: ישיבה בחור פארהערט זיך גאנץ ש"ס

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

איך האב געהערט פון א ידיד מיינער א באיאנער חסיד אז די רבי האט אים קיינמאל נישט פארהערט, ער פלעגט זיך פארהערן יעדע מסכת נאכן עס מסיים זיין מיט תוספות.

דאס זיך פארהערן גאנץ ש"ס אויפאמאל קלינגט שענער אבער ס'איז א פאבריקאציע פונעם זייטל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דער בחור האט קיינמאל נישט געפלאנט צו ענדיגן ש"ס, זייענדיג א גרויסע מתמיד האט ער נאך אפאר יאר זיך געזען אז ער האט שוין געענדיגט אלע מסכתות. ער איז סתם אריינגעגאנגען צום רבין זיך פראווען, דער רבי האט געליינט דאס קוויטל, אנגעוואונטשן, גערעדט מיט איהם אין לערנען אפאר מינוט, און געגעבן א פלעשל וויין כנהוג אין באיאן צו געבן וויין צו יעדע געלעגנהייט. פארשטייט זיך אז בחורים זוכן אלץ וואו מ'קען מאכן א מצב, האט מען געמאכט אין ישיבה א גאנצע טאראראם, ויצא העגל הזה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן א בחור וואס האט זיך "באמת" פארהערט ש"ס. - במציאות. אין מיינע קרוב צו 50 יאר וואס איך קען בחורים.
יא. געהערט, האב איך פון הונדערטער בחורים ועלכע האבן מכלומרשט מסיים געווען ש"ס בע"פ.

איך גלייב נישט אז א בשר ודגים אונטער 30 יאר קען מסיים זיין ש"ס בעיון און זיך שטעלן צו א פארהער. ס'איז שיין אויפן פאפיר, אבער אין רעליטעט איז עס דערוויל א פאנאזיע.

איך ווייס נישט צי רבי חיים קנייבסקי האט געקענט גאנץ ש"ס ביי די 30 יאר בע"פ?

מטבעי, גלייב איך גארנישט וואס איך זעה געשריבן אין אידישע פאמפלעטן. - א שאנדע וויפיל לאקשן מ'קען אונז פארקויפן אינאיינעם מיט די 13 אני-מאמינ'ס אויף קרעדיט.

I DON BUY IT - פינטל.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
פארשפארט