אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – דאס אמעריקאנער פאלק האט שוין לאנגע יארן נישט מיטגעהאלטן אזא סומאטאכע וואס עס פארלויפט זיך אצינד אין וואשינגטאן. דער פרעזידענט, וועלכער פארמאגט די שטיצע פון כמעט אלע רעפובליקאנער, פארלאנגט פונעם לעגיסלאטיווער פליגל, די סומע פון עטוואס מער פון פינף ביליאן דאללאר! אויף צו פארענדיגן דעם באפעסטיגטן מויער וואס בויעט זיך ביי די דרום גרעניצן פון די פאראייניגטע שטאטן.

לויט די קאנסטיטוציע, פארמאגט נישט די רעגירונג קיין לעגאלע רעכט צו פארשווענדן געלט פון אמעריקאנער שטייער צאלער אן דעם צושטימונג פונעם לעגיסלאטיווע פליגל. די לעגיסלאטורן שאפן דעם יערליכן רעגירונג-בודזשעט, און דער פרעזידענט שרייבט דאס אונטער און דאן ווערט דער בודזשעט פארוואנדלט צו עמטליך געזעץ. יעדע יאר באזונדער אינעם טאג פון דעצעמבער 21' בחצות הלילה, לויפט דאס עקזיסטירענדע בודזשעט אפ און א נייער יערליכער בודזשעט דארף ספאנטאן אריין גיין אין קראפט.

דער געברויך פאר'ן מויער איז פארן פרעזידענט א צוויי-פאכיגער. ערשטנס, ער וויל זיך האלטן צו זיין פארשפרעכונג וואס ער האט הייס פארשפראכן ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט. און צווייטענס, ווייל ער איז טיף איבערגעצייגט אז א מויער איז די אויסשליסליכסטע מעטאד אפצוהאלטן אימיגראַנטן פון אריינצוקומען אומלעגאל אין די פאראייניגטע שטאטן.

די דעמאקראטן, אין שפיץ פון טשאַק שוממער וועלכער דינט אלס מינאָריטעט פירער פונעם העכערן הויז, און זיין קאלעגע נענסי פּעלאָסי וועלכער דינט אלס דער מינאָריטעט פירער פונעם נידעריגער הויז, זענען ביידע אויסגעשפראכן קעגן בויען דעם מויער. סענאטאר שוממער איז ביי די מיינונג אז עס זענען פארהאן ביליגערע מעטאדן צו באשיצן די גרעניצן, און א מויער איז לויט אים אומזיסט ארויסגעווארפן שטייער-צאללער געלט. דאס איז אפגעזען פונעם פאקט אז ער זעלבסט האט אין די פארגאנגענהייט שטארק אגענטירט פאר א מויער (אבער ווען דער פרעזידענט פארלאנגט עס, איז עס מיטאמאל צו טייער, דורכשניטליכע ליבעראלע היפאקריטיע), און פרוי פּעלאָסי איז ביי די מיינונג אז פון א מאראלישער שטאנדפונקט איז א מויער א שאנדע פאר די פאראייניגטע שטאטן (אזא מאמישע געפיל זאך, וואס מיר מענער פארשטייען גאר נישט), אפגעזען אז אין רעאליטעט עקזיסטירט שוין אזא אוממאראלישער מויער אויף באדייטענעם טייל פונעם דרום גרעניץ, און דער פרעזידענט איז בלויז אויסן צו פארענדיגן דעם מויער.

דער שטרייט צווישן דעם פרעזידענט מיט שוממער און פּעלאָסי האט זיך אין די לעצטע וואכן אויסגעברייטערט אויף א מאסשטאבליכער פארנעם. דער פרעזידענט איז פעסט אנטשלאסן נישט אונטערצושרייבן דעם נייעם פעדעראלן בודזשעט, ביז ווי לאנג מ'שטעלט נישט אריין אינעם בודזשעט די פינף ביליאן דאללאר פאר זיין מויער. אין רעזולטאט פונעם פרעזידענט'ס באשלוס איז נאכנישט פארהאן קיין בודזשעט פארן נייעם יאר, דאס באדייט אז דער פעדעראלער רעגירונג איז אפיציעל פארשלאסן. די רעגירונג האט טעכניש נישט קיין געלט צו פונקציאָנירן. דאס איז זעלבסט-פארשטענדליך א פולשטענדיגע קאטאסטראפע פאר די איבער אכט הונדערט טויזענט פעדעראלע איינגעשטעלטע וועלכע קענען נישט באקומען זייער וועכנטליכע געהאלט.

ביידע זייטן האבן ווארשיינליך שטארקע ארגומענטן, און קיין פאסיגע לעזונג זעהט זיך ביז דערווייל נישט אויפ'ן האריזאנט.

דער פרעזידענט האט נעכטן אין א רעדע צום פאלק דערקלערט אז דער מויער איז קריטיש-וויכטיג פאר די זיכערהייטס פון די פאראייניגטע שטאטן, ער האט פארגעשטעלט גענויע ציפערן און גראפישע פאקטן פון האר-אויפשטעלענדע פארברעכנס וואס אומלעגאלע אימיגראַנטן זענען לעצטנס באגאנגען קעגן אומשולדיגע אמעריקאנער. ער האט דעקלערט אז בויען דעם מויער איז גאר א מאראלישער פליכט. (אפגעזען וואס פּעלאָסי האלט קאפויער. ווי עס שיינט, האט מאראל עטליכע פארבן).

דער פרעזידענט האט מיט זיין רעדע ווארשיינליך אנגעהויבן צו לייגן זיינע פונדאַמענטן צו דערקלערן א נאציאנאלער-נויטפאל, וואס דאס ערלויבט עטוואס פאר'ן פרעזידענט זיך צו באנוצן מיט פעדעראלע געלטער ווי ער זעט פאר נויטיג. דאס איז אבער נישט אזוי אין איינקלאנג מיט די קאנסטיטוציע, און ס'איז ווארשיינליך נישט אויסגעשלאסן אז דאס וועט אנקומען צו דער דריטער פליגל פון די רעגירונג - די יוריסדיקציע פליגל, ווי די ניין העכסטע ריכטער פונעם לאנד וועלן דאס דארפן אנטשיידן. אייגענטליך האט דער פרעזידענט גוטע שאנסן אינעם העכסטן געריכט, מיט די אפוועזנהייט פון די ליבעראלע ריכטערין, רות גינסבורג (והיא מחולל מפשעינו) פארמאגן די רעפובליקאנער א באדייטענעם מערהייט אויפ'ן געריכטס באנק, וואס דאס קען זיין שטארק בייהילפיג פארן פרעזידענט.

אלענפאלס, שוממער און זיין קאלעגע פרוי פּעלאָסי באשולדיגן דעם פרעזידענט מיט קאלטע הארצלאזיגקייט. (איי, שענק דעם פרעזידענט זיינע פינף ביליאן דאללאר אין וועלכע ער נויטיגט זיך דיך צו באשיצן? די רעגירונג פארשווענדט דאך פיל גרעסערע סומעס ווי 5 ביליאן דאלאר פאר פיל גרעסערע שטותים און נארישקייטן, ניין! זייער אראגאנץ זיך נישט צו בייגן צו די ווילן פונעם פרעזידענט, איז פילפאכיג גרעסער ווי איר רחמנות אויף די אומשולדיגע פעדעראלע ארבייטער מיט זייער ליידענדע פאמיליעס). זיי ארגומענטירן אז דער פרעזידענט באנוצט זיך מיט די ליידן פון די אומשולדיגע פעדעראלע ארבייטער דורכצופירן זיינע אמביציעס, און זיי ארגומענטירן אז דער פרעזידענט האט זעלבסט באשאפן א אומלעגאלע אימיגראַנטן קריזיס בלויז צו פארפילן זיין מויער אבסעסיע, און אייגענטליך איז דער צושטאנד גארנישט אזוי שווארץ ווי דער פרעזידענט לייגט דאס אראפ. נאך מער ארגומענטירן זיי, אז דער פרעזידענט זעלבסט האט פארשפראכן אז מעקסיקא וועט באצאהלן פארן מויער, אלזא פארוואס פארלאנגט ער אצינד געלט פון די אמעריקאנער שטייער צאהלער? דער אנטווארט פונעם פרעזידענט אויף דעם איז אז מעקסיקא האט אין יעדנס-פאל באצאהלט פארן מויער מיט גינסטיגע האנדלס-טערמינען פאר די פאראייניגטע שטאטן. אבער דאס איז בלויז א לאנג-טערמיניגער באצאלונג, און מ'קען נישט ווארטן מיטן בויען דעם מויער...

די ליבעראלן פארלאנגען קאטעגאריש אז דער פרעזידענט זאל ערשט אונטערשרייבן דעם בודזשעט, און דערנאך וועט מען שוין באהאנדלען דעם אנגעבליכן אומלעגאלע אימיגראַנטן קריזיס. אבער דער פרעזידענט לאזט זיך נישט פארפירן פון די לעכערליכע פארשפרעכונגען פון די ליבעראלן. ער ווייסט זייער גוט אז איינמאל דער בודזשעט גייט דורך, וועלן זיי אים לאזן זיך אויספייפן אויפן רויטן ים. דערפאר האלט ער זיך פעסט צו זיין שטעלונג, אפגעזען פון דעם אז די פעדעראלע רעגירונג איז פארשלאסן מיט שלאס און ריגל.

די גאנצע וועלט שטייט גאר געשפאנט, און ווארט מיט גרויס אנגסט, וואס עס וועט זיך ווירקליך אויסשפילן אין וואשינגטאן.

צום באדויערן שטעלט זיך ווירקליך ארויס זייער א שווארץ בילד. יעדער וואס האט בלויז אויגן אין קאפ פארשטייט, אז א מויער איז די אויסשליסליכסטער וועג צו פארמיידן אומלעגאלע אימיגראַנטן אריינצוקומען אין די פאראייניגטע שטאטן. נאך מער, די לעגענדארע דעמאקראטישע פרעזידענטן - קלינטאן און אבאמא - האבן אויך געהאט הייס פארשפראכן צו בויען א מויער ביים דרום גרעניץ. נאר זיי האבן ווי ריכטיגע פאליטיקער צוגעזאגט אלסדינג און איינגעהאלטן א שווארצער פייג איינגעטינקען אין געדעכטע חרוסת.

אבער אונזער פרעזידענט איז נישט קיין דורכשניטליכער וואשינגטאן פאליטיקער. ער איז אפילו אין געוויסע זין גאנץ אן אויפריכטיגער מאן, וואס פראבירט מער ווייניגער איינצוהאלטן אלעס וואס ער האט פארשפראכן ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט. אפגעזען ווי שווער און אומפאפולער ס'זאל נאר נישט זיין. (אויסער פון אריינצו-ווארפן פרוי קלינטאן אין טורמע). דער פרעזידענט איז פאראנטווארטליך פאר די אינערליכע און אויסערליכע זיכערהייט פון די פאראייניגטע שטאטן. ער האט צוטריט צו די געהיימע זיכערהייט באריכטן. ער באזיצט אינפארמאציע צו וועלכע שוממער און פרוי פּעלאָסי האבן גארנישט קיין צוטריט. און צוליב זייער אויסטערלישע וויסטע האס צום פרעזידענט, שטערן זיי אים בייזוויליג אויסצופירן זיינע פרעזידענטליכע פליכטן מיט וועלכע ער איז באשוואוירן געווארן, צו באשיצן דאס לאנד פון אלערליי פיינט אונטערנאציאנאל און נאציאנאל, ווי עס לויטעט דער פרעזידענטליכער שווערונג.

דער פדם תורים שוממער און פּעלאָסי קימערן זיך נישט מיטן פאקט אז קאראוואנען פון אומלעגאלע כאשיש מאכן נאכאנאד זייער וועג פון מעקסיקא אריין צו די פאראייניגטע שטאטן, וואס דאס קאסט אפ ביליאנען פאר די אמעריקאנער שטייער צאלער, און פארמערט פארברעכן אויף א מאסשטאבליכער פארנעם. זיי קימערן זיך נישט מיט'ן פאקט אז אומלעגאלע פארברעכער און טעראריסטן פארפלייצן דאס לאנד צוליב די אנוועזנהייט פונעם מויער. ס'איז ווייטאג צו זעהן ווי קורצזיכטיג די ליבעראלן זענען און אויף וואס זיי זענען אלס אומשטאנד צו טאן, ווען עס קומט צו טריצן מיטן פרעזידענט.

אמעריקע געפינט זיך ווירקליך אין א כאאטישן צושטאנד....[/justify]
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: אמעריקע געפונט זיך אין א כאאסישער צושטאנד:

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

קאך; שיין געשריבן, כ'שפיר זיך יעצט ווי כ'זיץ אין מיין טאטעס דיינינגרום אויפן ריקליינער זייענדיג 10 יאר אלט ליינענדיג ר' סענדער דייטש'ס ארטיקלן אינעם איד הקדוש און פונעם קאך קומט ארויס א פיינעם עש"ק שמעק פון די פיינע נארהאפטיגע עסן וואסי נארוואס פארטיג געווארן.

גוט ארויס געברענגט די סיבות פארוואס שומער און פעלאסי לאזן נישט דורך דעם וואנט געבוי, אבער ס'נאך מער פון דעם, זיי האבן וואך ארום זיי 24/7 זיי לעבן נישט אין קיין שרעק פון אום לעגאלע פארברעכערס, און פאר זיי מיינט עס נאר בענעפיטס, ס'מיינט נאך וואויטס, און אויך אויב איז די בודזשעט פייט וועט נישט ברענגן די גוטע רעזוטלטאטן וועלן זיי ווייטער באשילדיגן דעם פרעזידענט איז ווי אזוי ס'זאל נישט זיין זענען זיי אין א ווין ווין סיטואציע
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

דער פרעזידענט זאגט היינט, אז ער גייט זיך אויף קיין פאל נישט בייגן פאר שוממער און פּעלאָסי. ער גרייט זיך ווירקליך צו דעקלערן א נאציאנאלער-נויטפאל.

ביזדערווייל איז נאך נישט געקומען קיין רעאקציע פון די דעמקראטן איבער דעם, אבער מ'קען דערווארטן א פרישע בוש און גאור סימאטאכע אינעם סופרים קארט...

דער שאטדאון גייט ווארשיינליך זיין די לענגסטע אין די היסטאריע.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

און די אמעריקאנער בירגער גייען איינזעהן לכבוד דעם אז א רעגירונג ברויך טאקע נישט האבן אזויפיל ארבייטערס, הא ראי' אז אמעריקע איז נישט געגאנגן באנקראט מיטן זיין צוגעמאכט פאר אזא לאנגע צייט, הלוואי מי יתן והי'
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אזוי ליינענדיג אין די נייעס
https://apnews.com/b81e4aca509b47998d7b3c3b365b477d

זעה איך דארט ווי אן IRS ארבייטארן רעדט זיך אפ אז זייט דעם שאטדאון קען זי נישט ארויסגיין עסן און קען נישט קויפן ברענד נעים עסן פאר אירע קינדער

IRS employee Krystle Kirkpatrick and her family, including her two children, ages 6 and 12, aren’t eating out, buying brand-name foods or getting drinks at the gas station. Her husband is working overtime in his job as a machinist to try to make up for her lost paycheck.

. זאלן זיי טאקע שפירן וואס די פשוטע עמך מענטשן שפירן מיט א פעי טשעק וואו האלב פון די געלט גייט אראפ אויסצוהאלטן זייער שפענדערישע לעבן, מיט סיק און וואקאציע דעיס. הלוואי זאל טאקע אנהאלטן די שאטדאון לאורך ימים ושנים.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

קען איינער מסביר זיין וואס די שאטדאון האט אפעקטירט? זאג מיר נישט אז די ארבעטערס וואס ווערן נישט באצאלט, זיי קענען גיין זוכן א דזאב וואס צאלט, מיין שאלה איז, אויב גארנישט ווערט נישט אפעקטירט, פארוואס טאקע קען מען נישט פארמאכן די רעגירונג פאר צוויי חדשים א יאר? אדער שניידן ארבעטערס.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

טאקע דאס האף איך אז דער אמעריקאנער פאלק וועט איינזעהן אז די רעגירונג מוז נישט האבן אזא ביוראקראטיע, ספעציעל די שנארערישע IRS וואס זיצן און זויגן אויס די אמעריקאנער עמך מענטשן און לעבן א שוואוילטאג מיט אלע מיני וועקעשאן און סיק דעיס און טרעיטן אויף די הינעראויג פון מיליאנען שווערע ארבייטערס
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איי לאוו קאך-לעפל :lol:
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דער פדם תורים שוממער און פּעלאָסי קימערן זיך נישט מיטן פאקט אז קאראוואנען פון אומלעגאלע כאשיש מאכן נאכאנאד זייער וועג פון מעקסיקא אריין צו די פאראייניגטע שטאטן, וואס דאס קאסט אפ ביליאנען פאר די אמעריקאנער שטייער צאלער, און פארמערט פארברעכן אויף א מאסשטאבליכער פארנעם. זיי קימערן זיך נישט מיט'ן פאקט אז אומלעגאלע פארברעכער און טעראריסטן פארפלייצן דאס לאנד צוליב די אנוועזנהייט פונעם מויער. ס'איז ווייטאג צו זעהן ווי קורצזיכטיג די ליבעראלן זענען און אויף וואס זיי זענען אלס אומשטאנד צו טאן, ווען עס קומט צו טריצן מיטן פרעזידענט.

:lol:

איך ווייס באמת נישט צי איך זאל לאכן אדער וויינען. מהאט ניטאמאל אויס גענוצט די 1.7 ביליאן דאללער וואס איז באשטעטיגט געווארן לעצטע יאהר צו באשיצן די Southern border... סאיז נישטא קיין שום עמערדזשענסי יעצט צובויען אויף וואנט (וואס מקען ממילא נישט בויען ווייל גאנצע מיילן איז פריוואטע שטחים, און וואסער)

טראמפ מיט זיינע רעפובליקאנער הערן נישט אויף צוזאגן ליגענט און פאלשע פאקטן וועגן די באורדער... די גאנצע זאך איז ליידער ״ריינע ראסיזים״ פונקט וואס מהאט געטוהן מיט די אידן אין די 1930 יאהרן. די חילוק איז נאר אז דעמאלטס זענען רוב בירגער געוועהן קעגן די אידן היינט איז עס נאר 35 פראצענט פון אמעריקא. רוב אמעריקענער האלטן נישט בכלל אז מ׳דארף בויען א וואנט... נאר אנדערש מאכן א שטערקערע ״גאן קאנטראל״
אבער די רעכטע האלטן דאך נישט דערביי. ווייל אין זייער בוך מעגן אמעריקאנער הארגענען וועמען זיי ווילן, ווילאנג ביסט א ווייסער און נישט קיין ברוינער אדער א מעקסיקאנער...

רובא דרובא פון מעקסיקאנער וואס זענען יעצט אין אמעריקע זענען ניטאמאל אריבערגעקראכן די גרעניץ... זיי זענען געקומען דא מיט א געהריגע פליגער אלץ טוריסטן און דא געבליבן...

א שאנדע און א בושה אז אונז היימישע-אידן זענען ליידער אריינגעפאלן אין די ראסיסטישע רעטאריק- אונז וואלטן געדארפט זיין די ערשטע דאס צו פארדאמען! (נאך א מזל אז ״רוב אידן״ האלטן נישט אזוי, נאר די צוריקגעשטאנענע ״ראדני/הופער-אידן״)

ריינע ליגיונת... אויפגעבלאזנע מעשיות... פראפאגאנדע... ממש פונקט וואס די נאציס האבן געטוהן...
AP FACT CHECK: Trump floats fictions about the border
https://apnews.com/b03a8638fcae4d64ad73bf96a46f0f28

Trump’s Speech to the Nation: Fact Checks and Background
https://www.google.com/amp/s/www.nytime ... h.amp.html
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius

כהאף אז דו ביסט סארקאסטיש...

פרעזידענטן - קלינטאן און אבאמא - האבן אויך געהאט הייס פארשפראכן צו בויען א מויער ביים דרום גרעניץ. נאר זיי האבן ווי ריכטיגע פאליטיקער צוגעזאגט

ממש הייס פארשפראכן??? אזוי גאר!?
אפשר ברענגסט עפעס א לינק אדער א מקור צו דיין קלעים???

? Did Democrats Once Support Border Wall
https://www.factcheck.org/2017/04/democ ... rder-wall/

Did Democrats reverse border wall position after Donald Trump was elected?
https://www.politifact.com/truth-o-mete ... -position/
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שבת אחים האט געשריבן:
דער פדם תורים שוממער און פּעלאָסי קימערן זיך נישט מיטן פאקט אז קאראוואנען פון אומלעגאלע כאשיש מאכן נאכאנאד זייער וועג פון מעקסיקא אריין צו די פאראייניגטע שטאטן, וואס דאס קאסט אפ ביליאנען פאר די אמעריקאנער שטייער צאלער, און פארמערט פארברעכן אויף א מאסשטאבליכער פארנעם. זיי קימערן זיך נישט מיט'ן פאקט אז אומלעגאלע פארברעכער און טעראריסטן פארפלייצן דאס לאנד צוליב די אנוועזנהייט פונעם מויער. ס'איז ווייטאג צו זעהן ווי קורצזיכטיג די ליבעראלן זענען און אויף וואס זיי זענען אלס אומשטאנד צו טאן, ווען עס קומט צו טריצן מיטן פרעזידענט.

:lol:

איך ווייס באמת נישט צי איך זאל לאכן אדער וויינען. מהאט ניטאמאל אויס גענוצט די 1.7 ביליאן דאללער וואס איז באשטעטיגט געווארן לעצטע יאהר צו באשיצן די Southern border... סאיז נישטא קיין שום עמערדזשענסי יעצט צובויען אויף וואנט (וואס מקען ממילא נישט בויען ווייל גאנצע מיילן איז פריוואטע שטחים, און וואסער)

טראמפ מיט זיינע רעפובליקאנער הערן נישט אויף צוזאגן ליגענט און פאלשע פאקטן וועגן די באורדער... די גאנצע זאך איז ליידער ״ריינע ראסיזים״ פונקט וואס מהאט געטוהן מיט די אידן אין די 1930 יאהרן. די חילוק איז נאר אז דעמאלטס זענען רוב בירגער געוועהן קעגן די אידן היינט איז עס נאר 35 פראצענט פון אמעריקא. רוב אמעריקענער האלטן נישט בכלל אז מ׳דארף בויען א וואנט... נאר אנדערש מאכן א שטערקערע ״גאן קאנטראל״
אבער די רעכטע האלטן דאך נישט דערביי. ווייל אין זייער בוך מעגן אמעריקאנער הארגענען וועמען זיי ווילן, ווילאנג ביסט א ווייסער און נישט קיין ברוינער אדער א מעקסיקאנער...

רובא דרובא פון מעקסיקאנער וואס זענען יעצט אין אמעריקע זענען ניטאמאל אריבערגעקראכן די גרעניץ... זיי זענען געקומען דא מיט א געהריגע פליגער אלץ טוריסטן און דא געבליבן...

א שאנדע און א בושה אז אונז היימישע-אידן זענען ליידער אריינגעפאלן אין די ראסיסטישע רעטאריק- אונז וואלטן געדארפט זיין די ערשטע דאס צו פארדאמען! (נאך א מזל אז ״רוב אידן״ האלטן נישט אזוי, נאר די צוריקגעשטאנענע ״ראדני/הופער-אידן״)

ריינע ליגיונת... אויפגעבלאזנע מעשיות... פראפאגאנדע... ממש פונקט וואס די נאציס האבן געטוהן...
AP FACT CHECK: Trump floats fictions about the border
https://apnews.com/b03a8638fcae4d64ad73bf96a46f0f28

Trump’s Speech to the Nation: Fact Checks and Background
https://www.google.com/amp/s/www.nytime ... h.amp.html

פיסטע ליבלעראלע דעמאגאגיע...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פיסטע ליבלעראלע דעמאגאגיע...

דאס איז די גאנצע וואס דו האסט צוענטפערן???

הער אויס איך קען שרייען ״פוסטע קאנסערוועטיווע דעמאגאגיע״ און דו קענסט שרייען ״פוסטע ליבעראלע דעמאגאגיע״...

לאז מיך וויסן ווען דו ווילסט רעדן ״פאקטן״....

פאקטן ווי למשל ווער איז א גרעסערע סכנה פאר ״אמעריקאנער סעקיורטי״ די מעקסיקאנער בארדער אדער די 30 פראצענט רעפובליקאנער רעדנעקס מיט זייערע 1200 ביקסן??? ווער הארגעט מעהר מענטשען???

וואלטן די אלע הריגות פון די אומציוויליזירטע רעדנעקס געשעהן דורך א צווייטע פאלק וואלט אמעריקע שוין לאנג באמבארדירט 26 לענדער...!

די זעלבע מענטשען וואס שרייען ״פאלשע נומבערס״ וועגן די מעקסיקאנער האלטן נישט ביים איינשטעלן קיין ״גאן קאנטראל״ אין אמעריקע כאטש רוב אמעריקע וויל מזאל שוין ענדליך עפעס טוהן דערוועגן נאך די אלע שיסערייען, הריגות, און כאאס וואס דרייט איבער אמעריקע ממש טעגליך!

זאג? וואס האבן דיינע רעפובליקאנער געוואלט פון די דאק״א קינדער??? מילא מעקסיקאנער דראג-לארדס אבער וואס האבן זיי געוואלט פון 800,000 אומשולדיגע מענשטען וואס זענען דא אויפגעוואקסן און זיי אלע האבן א גיטע רעקארד מיט פראופעישענאל דזשאבס?

די צוריקגעבליבנע רעפובליקאנער בהמות כאפן נאכאלץ נישט אז די גאנצע שטארקייט פון אמעריקע איז טאקע נאר ווייל מ׳לאזט אריין דא א יעדעם איינעם פון אלע פעלקער. די מערסטע Diversity
און multicultural איז אין אמעריקע, און פארדעם טאקע איז ניו יארק און קאליפארניע די רייכעסטע, גרעסטע שטעט אין אמעריקע! די פאקט האט געוויזן די לעצטע פאר הונדרעט יאהר אז ״נאר לענדער וואס האבן געהאט אפענע טירן פאר אימגראנטן האבן מצליח געוועהן. און סאיז זייער פשוט פארוואס אויך.

די אלע ״פרומע אידן״ וואס נעמען זיך אן פאר די ״רעפובליקאנער ראסיסטן״ האבן נישט קיין רעכט צו שרייען ביי די שואה ״אז די וועלט האט געשוויגן״... ווייל ענק שווייגן יעצט ווען מ׳פייניקט די ספאנישע פאר גארנישט און פאר נישט... אזוי האט זיך עס אנגעהויבן ביי די אידן אויך, מהאט נישט אריינגעלייגט קיין זעקס מיליאן מענטשען אין א אויווען פון איין מינוט אויפן צווייטן- סהאט גענומען קודם א שיינע פאר יאהר פון פראפאגאנדע און מוח-וואשן, און אזוי איז מען געגעאנגען ווייטער און ווייטער. די מאווי האט שוין די וועלט געזעהן איינמאל...

״קינדער פון אימגראנטן וואס זענען קוים דא איין דור און רעדן ניטאמאל קיין ענגליש האבן א פראבלעם מיט די מעקסיקאנער״

איך הייב שוין אן צופארשטיין פארוואס מהאט פיינט פרומע אידן....

עני וועי ווען דו ווילסט רעדן ״פאקטן״ בין איך גרייט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אין די ווירקליכקייט איז אידילאגיע אין גאנצן נישט קיין דיאלאג דא. נעמליך, סיי די רעפובליקאנער און סיי די דעמעקראטן זענען אייגענטליך ביי די מיינונג אז עס איז ווירקליך פארהאן א אומלעגאלע אימיגראַנטן קריזיס. די מיינונגס פארשידנהייטן זענען בלויז איבער דאס גרויסקייט פונעם קריזיס, און איבער וועלכע סארט מאסנאמען מ'זאל אונטערנעמען. אבער גאנץ אמעריקע פארשטייט אז 'אומלעגאלגע אימיגראַנטן' איז א ווירקליכער קריזיס. דערפאר איז דיין ליבלעראלע-סאציאליסטישע אויסברוך אינגאנצן נישט אין פלאץ.

אבער נוסח קאווע שטיבל: אז מ'רעדט שוין יא...

הארט ביים אריינגאנג צו די ניו יארקער האפן שטייט א סטאטוע, וואס פראנקרייך האט געשאנקן אלס א געשאנק פאר די פאראייניגטע שטאטען. א סטאטוע וואס האלט א פאקל פון האפענונג אין איר הענד, א פאקל וואס סימבאליזירט די אויפוואכונג פון די אויפקלערונג און באלייכטערונג וועלכע האט אויפשיינט אין פראנקרייך דורכאויס די פראנצויזישע רעוואלוציע. אויפן פונדאַמענט פון די סטאטוע פון פרייהייט איז אריינגעקריצט א ליד וואס א אידישע אימיגראַנטען האט פארפאסט וואס לייענט זיך ווי פאלגנעד: וויינט זי מיט שטילע לעפצן, גיב מיר דיינע מידע, דיין ארימע, דיינע צוזאמגעשטיפטע מאסן, וואס לעכצן צו אטעמען פרייהייט. די דאזיגע ווערטער צייגט מיט וואס פאר א אפענע ארעמס אמעריקע האט ערפאנגן די מיליאנען אימיגראַנטן וועלכע האבן אריינגעשטורעמט אינעם לאנד 'לעגאל' דורך די טויערן פון עליס איילענד.

אמעריקע איז א לאנד וואס איז געבויעט אויף פרינציפן און ווירדן פון פרייהייט און קאפיטאליזם. יעדער האט א רעכט צו טאן וואס ער וויל, און די רעגירונג קען קיינעם נישט באגרעניצן פון זיך צו פירן ווי אזוי זיין הארץ באגערט. יעדע לעגאלער אמעריקאנער בירגער האט די מעגליכקייט זיך ארויפצוארבייטן לויט זיינע פעהיגקייטן, און לעבן דעם אמעריקאנער חלום... די רעגירונג קען קיינעם נישט באגרעניצן פון זיינע קאנסטעטוציאלע פרייהייטן, דאס רעכנט אריין די רעכטן פון טראגן געווער אויף א לעגאלער אויפן.

איצט אזוי: ווייל מיר ווילן לעבן מיט אונזער ריכטיגע פרייהייט ווירדע מיט וואס מיר זענען געזעצליך בארעכטיגט. קענען מיר זיך נישט ערלויבן אז אומלעגאלע אימיגראַנטן זאלן אריינקומען אין לאנד. פארוואס? ווייל עמיצער וואס האט גארנישט צו באהאלטן, און ער פארמאגט נישט קיין קרימינאלע פארגאנגענהייט, שווערצט זיך אין אלגעמיין נישט דורך דעם גרעניץ, און קומט אריין אין לאנד אויף א לעגאלע וועג. בלויז אזעלכע וואס האבן וואס צו באהאלטן און טראגן אונטער זיך א קרימינאלע פארגאנגענהייט, שווערצן זיך דורך די גרעניצן און קומען אריין אין לאנד אומלעגאל. און ווייל איך וויל טראגן א אנגעלאדענעם ביקס מיט וואס איך בין אייגענטליך בארעכטיגט לויט די קאנסטעטוציע, און איך וויל לעבן אלס א פרייער מאן, קען איך מיר נישט ערלויבן אז אומלעגאלע אימיגראַנטן וועלכע זענען אין אלגעמיין קרימינאלען זאלן פארמאגן די זעלבע רעכטן ווי אנטשטענדיגע לעגאלע בירגער.

ווי פריער ערווענט, אמעריקע נעמט זייער גערן אריין אימיגראַנטן. אבער בלויז אזעלכע וועלכע קענען זיך ערלויבן צו צייגן זייערע פינגער אפדרוקן. א זעלכע מענטשען וואס האבן גארנישט צו באהאלטן. ווייל מיר שעצן אונזער פרייהייט און מיר ווילן לעבן מיט אונזער לעבנס שטייגער פון פרייהייט און קאפיטאליזם, ווילן מיר נישט באצאהלן די קאסטן פאר געברויכן פון אזעלכע וואס שווערצן זיך אריין אין לאנד, צוליב זייער גוט-בארעכטיגטע שרעק פון צו צייגן זייער פינגער אפדרוקן פארן אימיגראַציע אפיציר. דאס האט גארנישט איינגעשטויסן מיט קיין ראסיזם א.ד.ג.

דיין אומבאגרונדעטע ראסיזם באשולדיגען קעגן די אמעריקאנער רעגירונג, און דאס וואס די שטעלסט צו די אמעריקאנער רעגירונג צו נאצי-דייטשלאנד. קומט בלויז פון דיינע אנגעגעסענע סאציאליסטישע אנטשויאונגען, וועלכע שטאמען אייגענטליך פון נאצי- דייטשלאנד. דער נאציאנאלער סאציאליסטישע פארטיי, וועלכער ווערט אנגערופן אין קורצן נאציזם, האט זיך אנגעבליך געזארגט פאר אלע זייערע בירגער אפגעזען ארעם אדער רייך. זיי האבן אנגעבליך זיך געזארגט פאר קרבנות פון ארעמקייט. און טאקע נאכן קריג ווען די נאצישע הענקער זענען געשטאנען פאר די ריכטער פון די זיגרייכע אליאירטע ארמייען צו ענטפערן פאר זייער געמיינע פארברעכנס קעגן די מענטשהייט, האבן זיי זיך אויך באהאלטן אונטערן קרבן שלייער און זיך אנטזאגט צו נעמען פאראנטווארטליכקייט אויף זייער גרוילהאפטיגע טאהטן דורכאויס די קריג. און זיי האבן ארגומענטירט אז זיי זענען אומשולדיג... זיי האבן בלויז אויסגעפאלגט באפעלן... דאס זענען געווען די פרוכט פון זייער דורכגעפוילטע סאציאליסטישע אנטשויאונגען...[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קודם לאמיר רעדן פאקטן! אויב די פאקטן זענען ״[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]״ און סאיז בכלל נישטא קיין גרויסע פראבלעם ביי די באורדער פארוואס שרייען ענק א גאנצע צייט וועגן די באורדער???

די קומסט מיט ״פאלשע נומבערס״... וואס איז די סיבה

די דעמקראטן האלטן בכלל נישט אז סאיז ״א קריזיס״ דו ביסט א פשוטע שקרן... אין די לעצטע פאהר יאהר איז די ראטע פון קרימינאלען וואס שווערצן זיך אריבער פון מעקסיקא דראסטיש געפאלן... וואס דען וועלן ענק פון די ספאנישע?? פארוואס שפארט מען זיי איין פאר חדשים אין תפיסה??

רעב איד- גיי פאהר ארום אין אמעריקע און גיי רעדט צו רוב פון די רעפובליקאנער וואס שטיצן די וואנט וועסטו זעהן אז זיי זענען די גרעסטע ראסיסטן-אנטיסמיטן וואס סאיז נאר פארהאנען-דאס איז מיין פערזענליכע עקספירענס...

״די וואנט״ איז ריינע ראסיזים!!! נישטא וואס צורעדן- פונקט ווי היטלער האט געטוהן אין די 1930 יאהרן... אקאורט די זעלבע!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]אין די ווירקליכקייט איז אידילאגיע אין גאנצן נישט קיין דיאלאג דא. נעמליך, סיי די רעפובליקאנער און סיי די דעמעקראטן זענען אייגענטליך ביי די מיינונג אז עס איז ווירקליך פארהאן א אומלעגאלע אימיגראַנטן קריזיס. די מיינונגס פארשידנהייטן זענען בלויז איבער דאס גרויסקייט פונעם קריזיס, און איבער וועלכע סארט מאסנאמען מ'זאל אונטערנעמען. אבער גאנץ אמעריקע פארשטייט אז 'אומלעגאלגע אימיגראַנטן' איז א ווירקליכער קריזיס. דערפאר איז דיין ליבלעראלע-סאציאליסטישע אויסברוך אינגאנצן נישט אין פלאץ.

אבער נוסח קאווע שטיבל: אז מ'רעדט שוין יא...

הארט ביים אריינגאנג צו די ניו יארקער האפן שטייט א סטאטוע, וואס פראנקרייך האט געשאנקן אלס א געשאנק פאר די פאראייניגטע שטאטען. א סטאטוע וואס האלט א פאקל פון האפענונג אין איר הענד, א פאקל וואס סימבאליזירט די אויפוואכונג פון די אויפקלערונג און באלייכטערונג וועלכע האט אויפשיינט אין פראנקרייך דורכאויס די פראנצויזישע רעוואלוציע. אויפן פונדאַמענט פון די סטאטוע פון פרייהייט איז אריינגעקריצט א ליד וואס א אידישע אימיגראַנטען האט פארפאסט וואס לייענט זיך ווי פאלגנעד: וויינט זי מיט שטילע לעפצן, גיב מיר דיינע מידע, דיין ארימע, דיינע צוזאמגעשטיפטע מאסן, וואס לעכצן צו אטעמען פרייהייט. די דאזיגע ווערטער צייגט מיט וואס פאר א אפענע ארעמס אמעריקע האט ערפאנגן די מיליאנען אימיגראַנטן וועלכע האבן אריינגעשטורעמט אינעם לאנד 'לעגאל' דורך די טויערן פון עליס איילענד.

אמעריקע איז א לאנד וואס איז געבויעט אויף פרינציפן און ווירדן פון פרייהייט און קאפיטאליזם. יעדער האט א רעכט צו טאן וואס ער וויל, און די רעגירונג קען קיינעם נישט באגרעניצן פון זיך צו פירן ווי אזוי זיין הארץ באגערט. יעדע לעגאלער אמעריקאנער בירגער האט די מעגליכקייט זיך ארויפצוארבייטן לויט זיינע פעהיגקייטן, און לעבן דעם אמעריקאנער חלום... די רעגירונג קען קיינעם נישט באגרעניצן פון זיינע קאנסטעטוציאלע פרייהייטן, דאס רעכנט אריין די רעכטן פון טראגן געווער אויף א לעגאלער אויפן.

איצט אזוי: ווייל מיר ווילן לעבן מיט אונזער ריכטיגע פרייהייט ווירדע מיט וואס מיר זענען געזעצליך בארעכטיגט. קענען מיר זיך נישט ערלויבן אז אומלעגאלע אימיגראַנטן זאלן אריינקומען אין לאנד. פארוואס? ווייל עמיצער וואס האט גארנישט צו באהאלטן, און ער פארמאגט נישט קיין קרימינאלע פארגאנגענהייט, שווערצט זיך אין אלגעמיין נישט דורך דעם גרעניץ, און קומט אריין אין לאנד אויף א לעגאלע וועג. בלויז אזעלכע וואס האבן וואס צו באהאלטן און טראגן אונטער זיך א קרימינאלע פארגאנגענהייט, שווערצן זיך דורך די גרעניצן און קומען אריין אין לאנד אומלעגאל. און ווייל איך וויל טראגן א אנגעלאדענעם ביקס מיט וואס איך בין אייגענטליך בארעכטיגט לויט די קאנסטעטוציע, און איך וויל לעבן אלס א פרייער מאן, קען איך מיר נישט ערלויבן אז אומלעגאלע אימיגראַנטן וועלכע זענען אין אלגעמיין קרימינאלען זאלן פארמאגן די זעלבע רעכטן ווי אנטשטענדיגע לעגאלע בירגער.

ווי פריער ערווענט, אמעריקע נעמט זייער גערן אריין אימיגראַנטן. אבער בלויז אזעלכע וועלכע קענען זיך ערלויבן צו צייגן זייערע פינגער אפדרוקן. א זעלכע מענטשען וואס האבן גארנישט צו באהאלטן. ווייל מיר שעצן אונזער פרייהייט און מיר ווילן לעבן מיט אונזער לעבנס שטייגער פון פרייהייט און קאפיטאליזם. מיר ווילן נישט באצאהלן די קאסטן פאר געברויכן פון אזעלכע וואס שווערצן זיך אריין אין לאנד, צוליב זייער בארעכטיגטע שרעק פון צו צייגן זייער פינגער אפדרוקן פארן אימיגראַציע אפיציר. דאס האט גארנישט איינגעשטויסן מיט קיין ראסיזם א.ד.ג.

דיין אומבאגרונדעטע ראסיזם באשולדיגען קעגן די אמעריקאנער רעגירונג, און דאס וואס די שטעלסט צו די אמעריקאנער רעגירונג צו נאצ-דייטשלאנד. קומט בלויז פון דיינע אנגעגעסענע סאציאליסטישע אנטשויאונגען, וועלכע שטאמען אייגענטליך פון נאצי- דייטשלאנד. דער נאציאנאלער סאציאליסטישע פארטיי, וועלכער ווערט אנגערופן אין קורצן נאציזם, האט זיך אנגעבליך געזארגט פאר אלע זייערע בירגער אפגעזען ארעם אדער רייך. זיי האבן אנגעבליך זיך געזארגט פאר קרבנות פון ארעמקייט. און טאקע נאכן קריג ווען די נאצישע הענקער זענען געשטאנען פאר די ריכטער פון די זיגרייכע אליאירטע ארמייען צו ענטפערן פאר זייער געמיינע פארברעכנס קעגן די מענטשהייט, האבן זיי זיך אויך באהאלטן אונטערן קרבן שלייער און זיך אנטזאגט צו נעמען פאראנטווארטליכקייט אויף זייער גרוילהאפטיגע טאהטן דורכאויס די קריג. און זיי האבן ארגומענטירט אז זיי זענען אומשולדיג... זיי האבן בלויז אויסגעפאלגט באפעלן... דאס זענען געווען די פרוכט פון זייער דורכגעפוילטע סאציאליסטישע אנטשויאונגען...[/justify]
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שבת אחים האט געשריבן:קודם לאמיר רעדן פאקטן! אויב די פאקטן זענען ״[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]״ און סאיז בכלל נישטא קיין גרויסע פראבלעם ביי די באורדער פארוואס שרייען ענק א גאנצע צייט וועגן די באורדער???

די קומסט מיט ״פאלשע נומבערס״... וואס איז די סיבה

די דעמקראטן האלטן בכלל נישט אז סאיז ״א קריזיס״ דו ביסט א פשוטע שקרן... אין די לעצטע פאהר יאהר איז די ראטע פון קרימינאלען וואס שווערצן זיך אריבער פון מעקסיקא דראסטיש געפאלן... וואס דען וועלן ענק פון די ספאנישע?? פארוואס שפארט מען זיי איין פאר חדשים אין תפיסה??

רעב איד- גיי פאהר ארום אין אמעריקע און גיי רעדט צו רוב פון די רעפובליקאנער וואס שטיצן די וואנט וועסטו זעהן אז זיי זענען די גרעסטע ראסיסטן-אנטיסמיטן וואס סאיז נאר פארהאנען-דאס איז מיין פערזענליכע עקספירענס...

״די וואנט״ איז ריינע ראסיזים!!! נישטא וואס צורעדן- פונקט ווי היטלער האט געטוהן אין די 1930 יאהרן... אקאורט די זעלבע!

אנטשולדיגט! איך האב נישט גערעדט פון קיין ציפערן... יעדע מידיע קוואל אפגעזען פון רעכט אדער לינק שרייט אז אומלעגאלע אימיגראַנטן איז א פראבלעם, די האלסט אז נישט?

און ווי ערווענט אויף א רואיגער אויפן. נישט אריינלאזן אומלעגאלע אימיגראַנטן אין לאנד האט גארנישט צוטאן מיט ראסיזם אדער נאציזם... האק דיר ארויס די שטורן אפפאל פון קאפ.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]שטורעמט אינעם לאנד 'לעגאל' דורך די טויערן פון עליס איילענד.

דיין אומבאגרונדעטע ראסיזם באשולדיגען קעגן די אמעריקאנער רעגירונג, און דאס וואס די שטעלסט צו די אמעריקאנער רעגירונג צו נאצ-דייטשלאנד. קומט בלויז פון דיינע אנגעגעסענע סאציאליסטישע אנטשויאונגען, וועלכע שטאמען אייגענטליך פון נאצי- דייטשלאנד. דער נאציאנאלער סאציאליסטישע פארטיי, וועלכער ווערט אנגערופן אין קורצן נאציזם, האט זיך אנגעבליך געזארגט פאר אלע זייערע בירגער אפגעזען ארעם אדער רייך. זיי האבן אנגעבליך זיך געזארגט פאר קרבנות פון ארעמקייט. און טאקע נאכן קריג ווען די נאצישע הענקער זענען געשטאנען פאר די ריכטער פון די זיגרייכע אליאירטע ארמייען צו ענטפערן פאר זייער געמיינע פארברעכנס קעגן די מענטשהייט, האבן זיי זיך אויך באהאלטן אונטערן קרבן שלייער און זיך אנטזאגט צו נעמען פאראנטווארטליכקייט אויף זייער גרוילהאפטיגע טאהטן דורכאויס די קריג. און זיי האבן ארגומענטירט אז זיי זענען אומשולדיג... זיי האבן בלויז אויסגעפאלגט באפעלן... דאס זענען געווען די פרוכט פון זייער דורכגעפוילטע סאציאליסטישע אנטשויאונגען...[/justify]

נעבעך!

איך זאג עפעס אז די אמעריקאנער רעגירונג איז נאצי-דייטשלאנד??? איך זאג אז טראמפ מיט זיינע 35 פראצענט שטיצער פארן וואנט זענען ״נאציס״ און דאס איז קלאר ווי דער טאג...

קענסט טאקע נישט מבחין זיין בין טוב לרע???
איך זעה טאקע אז קאנדא ,שוועדן, שווייץ, פינלאנד, נארוועגיע, דענמארק, האלאנד, בעלגיע, אסטראליע, ניו זילאנד, וכו׳ וואס זענען ״דעמקראטישע סאציאליסטן״ זענען פונקט ווי נאצי דייטשלאנד.

חוץ פונדעם האבן די צוריקגעשטאנע הופער-אידן נאכנישט געכאפט אז די סיבה פארוואס די נאציס האבן זיך גערופן ״סאציאליסטן״ איז געוועהן א שפיל פון פשוטע ״פראפעגאנדע״ פונקט ווי זיי האבן געוואלט איינרעדן די וועלט אז זיי זענען וואוילע מענטשען און געמאכט בילדער און ווידעא פון אידן אין געטאס כאילו זיי זענען דארט אין א ״גן עדן״...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך_לעפל האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:קודם לאמיר רעדן פאקטן! אויב די פאקטן זענען ״[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]״ און סאיז בכלל נישטא קיין גרויסע פראבלעם ביי די באורדער פארוואס שרייען ענק א גאנצע צייט וועגן די באורדער???

די קומסט מיט ״פאלשע נומבערס״... וואס איז די סיבה

די דעמקראטן האלטן בכלל נישט אז סאיז ״א קריזיס״ דו ביסט א פשוטע שקרן... אין די לעצטע פאהר יאהר איז די ראטע פון קרימינאלען וואס שווערצן זיך אריבער פון מעקסיקא דראסטיש געפאלן... וואס דען וועלן ענק פון די ספאנישע?? פארוואס שפארט מען זיי איין פאר חדשים אין תפיסה??

רעב איד- גיי פאהר ארום אין אמעריקע און גיי רעדט צו רוב פון די רעפובליקאנער וואס שטיצן די וואנט וועסטו זעהן אז זיי זענען די גרעסטע ראסיסטן-אנטיסמיטן וואס סאיז נאר פארהאנען-דאס איז מיין פערזענליכע עקספירענס...

״די וואנט״ איז ריינע ראסיזים!!! נישטא וואס צורעדן- פונקט ווי היטלער האט געטוהן אין די 1930 יאהרן... אקאורט די זעלבע!

אנטשולדיגט! איך האב נישט גערעדט פון קיין ציפערן... יעדע מידיע קוואל אפגעזען פון רעכט אדער לינק שרייט אז אומלעגאלע אימיגראַנטן איז א פראבלעם, די האלסט אז נישט?

אבסולוטי אז נישט! סאיז גארנישט אנדערש ווי אין די לעצטע הונדרעט יאהר... סאיז נאר געווארן בעסער און בעסער. סאיז נישטא קיין שום סיבה שבעולם צו בויען א וואנט (מקען אפילו נישט בויען קיין וואנט-אבער לאמיר זאגן אז מקען שוין יא) און סאיז זיכער נישט קיין עמערדזשענסי אדער א קריזיס.

די עכטע קריזיס אין אמעריקע איז אז א שפיאן פאר רוסלאנד וואס האט נישט אמתדיג אינזינען אונזער-אינטערעסן איז פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאס איז די גרעסטע קריזיס און א עכטע עמערדזשענסי!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שבת אחים האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]שטורעמט אינעם לאנד 'לעגאל' דורך די טויערן פון עליס איילענד.

דיין אומבאגרונדעטע ראסיזם באשולדיגען קעגן די אמעריקאנער רעגירונג, און דאס וואס די שטעלסט צו די אמעריקאנער רעגירונג צו נאצ-דייטשלאנד. קומט בלויז פון דיינע אנגעגעסענע סאציאליסטישע אנטשויאונגען, וועלכע שטאמען אייגענטליך פון נאצי- דייטשלאנד. דער נאציאנאלער סאציאליסטישע פארטיי, וועלכער ווערט אנגערופן אין קורצן נאציזם, האט זיך אנגעבליך געזארגט פאר אלע זייערע בירגער אפגעזען ארעם אדער רייך. זיי האבן אנגעבליך זיך געזארגט פאר קרבנות פון ארעמקייט. און טאקע נאכן קריג ווען די נאצישע הענקער זענען געשטאנען פאר די ריכטער פון די זיגרייכע אליאירטע ארמייען צו ענטפערן פאר זייער געמיינע פארברעכנס קעגן די מענטשהייט, האבן זיי זיך אויך באהאלטן אונטערן קרבן שלייער און זיך אנטזאגט צו נעמען פאראנטווארטליכקייט אויף זייער גרוילהאפטיגע טאהטן דורכאויס די קריג. און זיי האבן ארגומענטירט אז זיי זענען אומשולדיג... זיי האבן בלויז אויסגעפאלגט באפעלן... דאס זענען געווען די פרוכט פון זייער דורכגעפוילטע סאציאליסטישע אנטשויאונגען...[/justify]

נעבעך!

איך זאג עפעס אז די אמעריקאנער רעגירונג איז נאצי-דייטשלאנד??? איך זאג אז טראמפ מיט זיינע 35 פראצענט שטיצער פארן וואנט זענען ״נאציס״ און דאס איז קלאר ווי דער טאג...

ווי ערווענט, ניין!

קענסט טאקע נישט מבחין זיין בין טוב לרע???
איך זעה טאקע אז קאנדא ,שוועדן, שווייץ, פינלאנד, נארוועגיע, דענמארק, האלאנד, בעלגיע, אסטראליע, ניו זילאנד, וכו׳ וואס זענען ״דעמקראטישע סאציאליסטן״ זענען פונקט ווי נאצי דייטשלאנד.

אידילאגיע איז ווי זאלץ, צופיל איז שעדליך... נאצי דייטשלאנד איז געווען עקסטרים סאציאליסטיש (כמעט ווי די...) משא''כ דיינע דערמאנטע לענדער...

חוץ פונדעם האבן די צוריקגעשטאנע הופער-אידן נאכנישט געכאפט אז די סיבה פארוואס די נאציס האבן זיך גערופן ״סאציאליסטן״ איז געוועהן א שפיל פון פשוטע ״פראפעגאנדע״ פונקט ווי זיי האבן געוואלט איינרעדן די וועלט אז זיי זענען וואוילע מענטשען און געמאכט בילדער און ווידעא פון אידן אין געטאס כאילו זיי זענען דארט אין א ״גן עדן״...

ניין! זיי זענען געווען ווירקליכע סאציאליסטען...

קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שבת אחים האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:קודם לאמיר רעדן פאקטן! אויב די פאקטן זענען ״[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]״ און סאיז בכלל נישטא קיין גרויסע פראבלעם ביי די באורדער פארוואס שרייען ענק א גאנצע צייט וועגן די באורדער???

די קומסט מיט ״פאלשע נומבערס״... וואס איז די סיבה

די דעמקראטן האלטן בכלל נישט אז סאיז ״א קריזיס״ דו ביסט א פשוטע שקרן... אין די לעצטע פאהר יאהר איז די ראטע פון קרימינאלען וואס שווערצן זיך אריבער פון מעקסיקא דראסטיש געפאלן... וואס דען וועלן ענק פון די ספאנישע?? פארוואס שפארט מען זיי איין פאר חדשים אין תפיסה??

רעב איד- גיי פאהר ארום אין אמעריקע און גיי רעדט צו רוב פון די רעפובליקאנער וואס שטיצן די וואנט וועסטו זעהן אז זיי זענען די גרעסטע ראסיסטן-אנטיסמיטן וואס סאיז נאר פארהאנען-דאס איז מיין פערזענליכע עקספירענס...

״די וואנט״ איז ריינע ראסיזים!!! נישטא וואס צורעדן- פונקט ווי היטלער האט געטוהן אין די 1930 יאהרן... אקאורט די זעלבע!

אנטשולדיגט! איך האב נישט גערעדט פון קיין ציפערן... יעדע מידיע קוואל אפגעזען פון רעכט אדער לינק שרייט אז אומלעגאלע אימיגראַנטן איז א פראבלעם, די האלסט אז נישט?

אבסולוטי אז נישט! סאיז גארנישט אנדערש ווי אין די לעצטע הונדרעט יאהר... סאיז נאר געווארן בעסער און בעסער. סאיז נישטא קיין שום סיבה שבעולם צו בויען א וואנט (מקען אפילו נישט בויען קיין וואנט-אבער לאמיר זאגן אז מקען שוין יא) און סאיז זיכער נישט קיין עמערדזשענסי אדער א קריזיס.

די עכטע קריזיס אין אמעריקע איז אז א שפיאן פאר רוסלאנד וואס האט נישט אמתדיג אינזינען אונזער-אינטערעסן איז פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאס איז די גרעסטע קריזיס און א עכטע עמערדזשענסי!

אקעי מיר גיין פראבירן נאך איינמאל...

זענען אומלעגאלע אימיגראַנטן אין לאנד א פראבלעם? יא? אדער ניין?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ווער?

די נאציס אויב עפעס זענען געוועהן National socialists די היינטיגע ליבעראלע לענדער זענען Democratic socialist פארשטייסט נישט די חילוק ???

וואס האקסטו אין קאפ אריין? כבעט דיך!!!

סאיז כאילו ווי זאגן אז די נאציס און היינטיגע דייטשלאנד זענען די זעלבע... די נאציס האבן געהאט געווער און א ארמיי און די היינטיגע ענגלענדער האבן אויך א ארמיי מוז מען בע״כ איינזעצן אז זיי זענען די זעלבע...

טוה מיר א טובה! אין הופער קענסטו פארקויפן דיין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] נישט פאר מיר...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך_לעפל האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:קודם לאמיר רעדן פאקטן! אויב די פאקטן זענען ״[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]״ און סאיז בכלל נישטא קיין גרויסע פראבלעם ביי די באורדער פארוואס שרייען ענק א גאנצע צייט וועגן די באורדער???

די קומסט מיט ״פאלשע נומבערס״... וואס איז די סיבה

די דעמקראטן האלטן בכלל נישט אז סאיז ״א קריזיס״ דו ביסט א פשוטע שקרן... אין די לעצטע פאהר יאהר איז די ראטע פון קרימינאלען וואס שווערצן זיך אריבער פון מעקסיקא דראסטיש געפאלן... וואס דען וועלן ענק פון די ספאנישע?? פארוואס שפארט מען זיי איין פאר חדשים אין תפיסה??

רעב איד- גיי פאהר ארום אין אמעריקע און גיי רעדט צו רוב פון די רעפובליקאנער וואס שטיצן די וואנט וועסטו זעהן אז זיי זענען די גרעסטע ראסיסטן-אנטיסמיטן וואס סאיז נאר פארהאנען-דאס איז מיין פערזענליכע עקספירענס...

״די וואנט״ איז ריינע ראסיזים!!! נישטא וואס צורעדן- פונקט ווי היטלער האט געטוהן אין די 1930 יאהרן... אקאורט די זעלבע!

אנטשולדיגט! איך האב נישט גערעדט פון קיין ציפערן... יעדע מידיע קוואל אפגעזען פון רעכט אדער לינק שרייט אז אומלעגאלע אימיגראַנטן איז א פראבלעם, די האלסט אז נישט?

אבסולוטי אז נישט! סאיז גארנישט אנדערש ווי אין די לעצטע הונדרעט יאהר... סאיז נאר געווארן בעסער און בעסער. סאיז נישטא קיין שום סיבה שבעולם צו בויען א וואנט (מקען אפילו נישט בויען קיין וואנט-אבער לאמיר זאגן אז מקען שוין יא) און סאיז זיכער נישט קיין עמערדזשענסי אדער א קריזיס.

די עכטע קריזיס אין אמעריקע איז אז א שפיאן פאר רוסלאנד וואס האט נישט אמתדיג אינזינען אונזער-אינטערעסן איז פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאס איז די גרעסטע קריזיס און א עכטע עמערדזשענסי!

אקעי מיר גיין פראבירן נאך איינמאל...

זענען אומלעגאלע אימיגראַנטן אין לאנד א פראבלעם? יא? אדער ניין?

יא

די דעמקראטן קענען באשטיין צו פארשטערקערן די געזעצן און זענען גרייט צוגעבן אסאך געלט פאר באורדער סעקיורטי אבער נישט קיין נערישע וואנט וואס אפאר רייט-ווינג משוגעים האבן אויסגעטראכט וואס שטאמט פון ריינע ראסיזים און ביגאטעריע.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

פיין! אומלעגאלע אימיגראַנטן אין לאנד איז ווירקליך פראבלעם.

דאן טיה א געפעליקייט פאר די מענטשהייט, און גיב פארן פרעזידענט די געלט וואס ער בעט, אז ער זאל קענען באשוצן דאס לאנד פון אומלעגאלע אימיגראַנטן, אויף א וועג וואס ער פארשטייט. און נישט ווי אזוי די פארשטייסט. ס'איז זיין פליכט, און בלויז זיין! הער אים אויף צו פייניגען, ווען די זעלבסט ווייסט אז ער איז גערעכט...קאפיש?

יא! און גלייך אים נישט צו צו היטלר'ן...
פארשפארט